איך וועל שטארק מכיר טובה זיין צו הערן אייער מיינונג - עספּעשעלי פון די יוצא דופן׳ס וואס וואַגן זיך צו קוקן פון גאר אן אנדערן קוק-ווינקל
דא קומט פאָר א געפעכט צווישן צוויי חברים. זיי וואַטשן דעם לינק וואס איך האב דאָ צוגעשטעלט, און האבן גאָר פארקערטע רעאקציעס, און אַמפּערן זיך ארום:
איינער טענה׳ט: ברוך השם מ׳זעהט פּראָגרעס, און איז איבערגליקליך אז זאכן צוביסלעך טוישן זיך פאר בעסער. אוודאי איז ער א האפענונג עדיקט (עקארדינג טאָ סאָם דעות…)
דער צווייטער טענה׳ט: האַק מיר נישט קאָפּ אין וואנט. איך קען זיך אפילו נישט ברענגען צו וואטשן דעם קליפ פּעסט די ערשטע צוויי דריי מינוט. א קולט בלייבט קולט.
דער ערשטער געבט נאָך: ס׳איז ווירקליך שוידערליך צו טראכטן פון די פּערענטיפיקעישן: ווי קינדער זענען ערווארטעט צו פירן זיך כאילו זיי זענען די עלטערן דא אין דעם מצב, בשעת די עלטערן ליידער פירן זיך אפשר ערגער פון קליינע קינדער (*נאך אן עמוידזי קען מען דא צולייגן: די צובראכענע הארץ)
סך הכל - זאגט דער צווייטער ווייטער- ס׳נישטא וואס צו טענה׳ן דא ווייל איך קען זיך אפילו נישט ברענגען צו וואַטשן די גאנצע קליפ. גלייך פון אנפאנג זעהט עס אויס פונקט ווי דאס קינד איז אן אייסיס קעפּטיוו (isis captive)
איך וואלט זייער געוואלט הערן אייער מיינונג. איך פארשטיי דעם צווייטן חבר׳ס טענה אבער איך האלט מיט מיט׳ן ערשטן אז עפעס פּראָגרעס איז אפשר דא, דא.
וואס האלט דער עולם?
https://youtu.be/5VqWP8FP58k
חילוקי דעות צווישן ״אָפּטעמיסט״ און דער ״פּעסימיסט״
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 198
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
- האט שוין געלייקט: 460 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
און אפשר זענען ביידע גערעכט? אוודאי איז די ענדגילטיגע ציעל זיך אליינס צו נעמען אין די הענט אריין, אפהאקן מיט די קולט מענטשן, און זיך גיין די אייגן וועגן, אבער דאס מיידל האט אבוויעסלי זיך נישט געקענט אליין אן עצה געבן אן די הילף פון די קולט מענטשן. און מיט אפהאקן מיין איך נישט ממש אפהאקן, מ'גייט זיך פשוט די אייגן וועג און פערטיג. זיי פרעגן מיך אלץ ווען איך קום זיי באזוכן, וואס איז דאס אפהאקן מיט די משפחה? פאלסט קיינמאל אריין אפילו בטעות?! און איך ענטפער זיי חס ושלום, כ'האב קיינמאל נישט אפגעהאקט מיט ענק, אדרבה, עטץ זענטס אלץ וועלקאם מיך צו קומען באזוכן... און זעלבסטפארשטענדליך אז זיי קומען קיינמאל נישט, אלץ מיט אן אנדערן תירוץ... פארשטייסטו? פארוואס זאל איך אריינגיין אין דיין באבל און זיך פילן אומבאקוועם? אז דו ווילסט מיר ממש אזוי שטארק זעהן און דו בענקסט זיך טאקע אזוי שטארק קום דו אריין אין מיין באבל און פיל זיך אומבאקוועם! און די פאר פאמיליע מיטגלידער וואס קומען מיך יא באזוכן ווייס איך אז זיי בענקען זיך טאקע און זיי האבן מיך טאקע ליעב און זיי זוכן נישט סתם משפיע צו זיין אויף מיר פון זייערע נערוון. און דו ווייסט וואס? ווען איך גיי שוין יא אמאל אריינפאלן אינעם געטאו וועל איך נאר זיי גיין באזוכן, די אנדערע קענען זיך האלטן מיט זייערע בויכווייטאג.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
שכח פארן שערן די קליפ, ס'איז זייער ווייטאגליך צו הערן וואס קינדער מאכן ליידער מיט, און עס געבט אנציווייזן וויאזוי עלטערן זאלן דילן מיט אזעלכע סיטואציעס.בונה של טוב האט געשריבן:איך וועל שטארק מכיר טובה זיין צו הערן אייער מיינונג - עספּעשעלי פון די יוצא דופן׳ס וואס וואַגן זיך צו קוקן פון גאר אן אנדערן קוק-ווינקל
דא קומט פאָר א געפעכט צווישן צוויי חברים. זיי וואַטשן דעם לינק וואס איך האב דאָ צוגעשטעלט, און האבן גאָר פארקערטע רעאקציעס, און אַמפּערן זיך ארום:
איינער טענה׳ט: ברוך השם מ׳זעהט פּראָגרעס, און איז איבערגליקליך אז זאכן צוביסלעך טוישן זיך פאר בעסער. אוודאי איז ער א האפענונג עדיקט (עקארדינג טאָ סאָם דעות…)
דער צווייטער טענה׳ט: האַק מיר נישט קאָפּ אין וואנט. איך קען זיך אפילו נישט ברענגען צו וואטשן דעם קליפ פּעסט די ערשטע צוויי דריי מינוט. א קולט בלייבט קולט.
דער ערשטער געבט נאָך: ס׳איז ווירקליך שוידערליך צו טראכטן פון די פּערענטיפיקעישן: ווי קינדער זענען ערווארטעט צו פירן זיך כאילו זיי זענען די עלטערן דא אין דעם מצב, בשעת די עלטערן ליידער פירן זיך אפשר ערגער פון קליינע קינדער (*נאך אן עמוידזי קען מען דא צולייגן: די צובראכענע הארץ)
סך הכל - זאגט דער צווייטער ווייטער- ס׳נישטא וואס צו טענה׳ן דא ווייל איך קען זיך אפילו נישט ברענגען צו וואַטשן די גאנצע קליפ. גלייך פון אנפאנג זעהט עס אויס פונקט ווי דאס קינד איז אן אייסיס קעפּטיוו (isis captive)
איך וואלט זייער געוואלט הערן אייער מיינונג. איך פארשטיי דעם צווייטן חבר׳ס טענה אבער איך האלט מיט מיט׳ן ערשטן אז עפעס פּראָגרעס איז אפשר דא, דא.
וואס האלט דער עולם?
https://youtu.be/5VqWP8FP58k
איך פארשטיי אבער בכלל נישט וואו עס קומט דא אריין קולט, אייסיס, מיט די אנדערע משוגעסן וואס דו שרייבסט. סך הכל איז דאס א מעשה וואס געשעט ליידער איבעראל, גארנישט מער אין די היימישע וועלט ווי אינדרויסן. דאס אז קינדער ווערן געבוליט און דערנידערט איז ליידער א נחלת הכלל וואס געשעט איבעראל. זייער אסאל מאל גייען די סארט קינדער טאקע או טי די, נעמען זיך צו דראגס, זיכן אטענשאן איבעראל, און לויפן אוועק פון זייער עלטערנס שטוב, א.א.וו.
זייער אסאך עלטערן ווייסן נישט וויאזוי צו דילן מיט אזא זאך, זיי זעען ווי זייער קינד איז ריבעליעס, ער פאר אפ.. ער ווערט א שגץ.. ווערן זיי ברוגז אויף אים און רודפן דאס קינד, אנשטאט איינצוזען אז דאס קינד איז ליידער צעבראכן אויף שברי שברים פון אינעווייניג, און ער דארף נאכמער לאוו ווי אנדערע קינדער.
אין די גויאישע וועלט איז די פראבלעם ממש די זעלבע, נאר אויף א גויאישע נוסח. די טאטע/מאמע האבן האפענונג פאר זייער קינד, זיי ווילן ער זאל גיין שטודירן, זיך בילדן, נעמען א דזשאב, טון למעשה.. און דאס קינד גייט 'או טו די'..; מחמת זיין צעבראכנקייט גייט ער אין באר טשילן מיט דראגס און נקיבות א גאנצע נאכט. ער שימלט אפ זיין טאג אויף טיקטאק ליגנדיג אין בעט, און גאר אסאך עלטערן מאכן אויך די טעות פון דערווייטערן זייער קינד אנשטאט געבן די ריכטיגע לאוו. זיי קענען אויך ארויסווארפן דאס קינד פון שטוב צוליב וואס ער איז א פעליור, זיי וועלן אים מעגליך אויך רודפ'ן און נישט פארשטיין.
איך זע בכלל נישט פארוואס דו מאכסט דאס פאר א אידישע אישו.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 198
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
- האט שוין געלייקט: 460 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
איך גלייב אז די מערב וועלט איז בעצם איין גרויסע קאפּיטאליסטישע קולט ווי מען באהאנדלט מענטשן כאילו זיי זענען א שטיקל מאראנץ, וואס איז דא פשוט אויסצוקוועטשן און טרינקען זיין זאפט און דערנאך אוועקצו-ווארפן ווען ס׳קומט מער נישט "צוניץ" דעם מעכטיגן מאשין פון קאַפּיטאליזם. אודאי מיין איך נישט צו זאגן אז יעדע מענטש פירט זיך אויף א קאפיטאליסטישע אופן, פארקערט: ס'דא גענוג גוטהארציגע מענטשן וואס האבן גאר אן אנדערע מטרה. נארוואס? די לופט איז פאר'סמ'ט דערמיט.שמן למאור האט געשריבן:.אין די גויאישע וועלט איז די פראבלעם ממש די זעלבע, נאר אויף א גויאישע נוסח. די טאטע/מאמע האבן האפענונג פאר זייער קינד, זיי ווילן ער זאל גיין שטודירן, זיך בילדן, נעמען א דזשאב, טון למעשה.. און דאס קינד גייט 'או טו די'..; מחמת זיין צעבראכנקייט גייט ער אין באר טשילן מיט דראגס און נקיבות א גאנצע נאכט. ער שימלט אפ זיין טאג אויף טיקטאק ליגנדיג אין בעט, און גאר אסאך עלטערן מאכן אויך די טעות פון דערווייטערן זייער קינד אנשטאט געבן די ריכטיגע לאוו. זיי קענען אויך ארויסווארפן דאס קינד פון שטוב צוליב וואס ער איז א פעליור, זיי וועלן אים מעגליך אויך רודפ'ן און נישט פארשטיין.
איך זע בכלל נישט פארוואס דו מאכסט דאס פאר א אידישע אישו.
ווען ס'קומט צו אונזער חרד'ישע סיסטעם, איז די סם פשוט מער קאנצענטרירט, ווייל אונזער סיסטעם איז זייער פארמאכט און ס'קומט נישט אריין קיין פרישע לופט.
יעדע נארמאלע טאטע מאמע פארשטייט אז זייער קינד איז זיי נישט שולדיג קיין נחת נאר אפשר פארקערט. (דאס קינד האט נישט געבעטן געבוירן צו ווערן אבער אין די וועלט קענען עלטערן אויסוועהלן אויב זיי ווילן האבן קינדער אדער נישט. און אויב וועלסטו אויס אראפצוברענגען א קינד אויף דער וועלט דארפסטו גרייט זיין צו מאכן זיכער געבן דאס קינד זיינע באדערפענישן צו וואקסן געזונט און שטארק בגוף ובנפש.)
אין די וועלט איז דא אן אויסדרוק: נישטא אזא זאך ווי א שלעכטע קינד. נאר שלעכטע עלטערן.
ממילא אויף דיין שאלה: אזעלכע עלטערן וואס האבן באשלאסן צו ברענגען א קינד אויף אזא וועלט ווי ס'שווער פאר קינדער צו וואקסן געזונט פיזיש & גייסטיש, האבן זיי זיך אונטערגענומען א ריזן אחריות. אויב זיי ווארפן ארויס זייער אייגן קינד זענען זיי אכזרים אדער משוגעים אדער ביידע בענאזאם.