הער שוין אויף טריפן
הער שוין אויף טריפן
דער מאסקיטאו צאפט בליטיגט
פליט אוועק אנגעזעטיגט
דער מענטש שפירט א קיצל
און געט א רייב א פיצל
אבער אנשטאט זיך היילן
טוט די ענגשאפט וויילן
ווי מער מ’קראצט באמערקט ער
ציעט עס צו קראצן שטערקער
שוין שעות וואס ער טוט קראצן
פון ענגשאפט טוט ער פלאצן
צום געשעפט ער לויפט
א גרויסע בערשטל איינגעקויפט
דאס בערשטעל עס העלפט נישט
לויפט ער צום שוויץ
אבער עס וואקסט נאך מער דאס רייץ
ער זעט ס׳איז כלו כל השווייץ
פראבירט ווייטעמינען טיי און קאווע
בארגט פעין קילערס פון זיין חבר
קען נישט שלאפען גאנצע טעג
לויפט צום דאקטער צו געבן א פרעג
דער דאקטער מאכט דרישה וחקירה
טוט עם איינמעלדען די בשורה
אז אלעס איז גוט מיט עם
ער זעט נישט קיין שום פראבלעם
ער גייט די זאך אין די האנט אליין נעמען
מיט די לעגאלע סחורה טוט ער זיך באקענען
גענוג מיט די אלע וויצן
מ׳גייט קביצת הדרך דורך נעמען געווירצען
אבער אנשטאט'ס א תענוג
א שלעכטע טריפ כאפט א פאניק
א נייע געדאנק טוט עם בייפאלן
אפשר איז ער גאר נישט מיט אלעם
גייט צום פסיכולוג און ער וויינט
ס'איז אלטע פראבלעמען נישט פון היינט
צעשוידערט און צעבראכן
אין א טיפע יאוש אריינגעקראכן
פון א שטיק מכה ופטיש
ווערט ער אן ערענסטע מבקש
ספרי חסידות לאין ערך
און טרעפט זיך א מורה דרך
דער מורה דרך איז אין די נייעס
א חזיר פונקט ווי אלע חיות
דער ערשטע מאל זייטן געבוירען
די אמונת צדיקים האט ער פארלוירען
טוט זיך אנליינען
הייבט אהן ביטערלעך וויינען
א פארמאכטע לעבן נישט קיין וואונדער
לאזט אפ דאס ווייב און קינדער
ערקערלט זיך אלץ אויס תם
מופט לעבר לים
א נייע לעבן פון דאס ניי
פיסט און פריי
מיט זונות אויסגעלאסע
ליגט ער זיך ביים וואסער
איין טאג ווערט ער א העלד
וואס טוישט זיין בליק אויפן וועלט
א קינד׳ס לעבן באשאנקען
געראטעוועט פון ווערן דערטראנקען
ער שפירט ס'איז דא עפעס טיפער
גייט אריין אין א ספיריטשעל תקופה
געטראפען אן אינדיאנער שבט פירער
מאכט מעדיטעשען און א רינדעכיגער שורה
גענוג געווען מיט די וועלטליכע טומלען
דער מוח שוועבט צווישען הימלען
ס׳בלאזט א פרישע רוח
באקענט זיך מיט א חבד שליח
וואס איז עם מסביר אז לכאורה
איז התבודדות גאר א חלק פון די תורה
ער לויפט קיין אומאן אויף ראש השנה
ארויסצושלעפן פון גיהנום זיין נשמה
שטורעמעשען געפילען
טוט ארויסבליען
אינגאנצען איבערגענומען
פאהרט ער צו ר' שמעון
שלאפט דארט גאנצע נעכט
תענית דיבור מיט פערציג לעכט
ווערט א מופרש וקדוש
זוהר און קבלה מלוא וגדוש
זינגט הויעך לב טהור ברא לי
שטעלט צאם מנין אויף תיקון כללי
בעלי תשובות מבקשים גייען פאר עם ניסלעך
א קרעמל ארום עם שאפט זיך צעביסלעך
די רבנים שרייען ס'איז א טומאה
אבער די תלמידים ווערן וואס מער פרומער
פון א חבורה צו א קהילה
צו א גאנצע סיסטעם במלוא מובן המילה
מוסדות בנינים און שידוכים
תקנות משגיחים און מדריכים
א פרישע דור געבוירען
מ'פארשטאפט זיי גלייך די אויגן און אויערן
זאלן זיי נישט פרעגן און זיין געפאנגען
צו אלעס וואס זייער עלטערן זענען דורכגעגאנגען
א מאסקיטאו קומנט צו פליען
אויף א חסיד׳ס האנט טוט ער ריען
געט א בייס און עס הייבט אן ציפן
אבער דער בחור׳ל בייזט זיך דאס ליפן
ער פארשטייט אז ווי מער מען געט איין צום ציע
אלץ שטערקער ווערט דאס ברי
אז מען לאזט דאס פייער פון זיך אויסברענען
שפאהרט מען זיך איין שבעה מדורי גיהנום

- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
שכויעך @מנהל פאר אינפארסירן די (צייטווייליגע?) תקנה אז מ'מוז זיך מאכן א ניק צו ליינען. די תקנה האט געברענגט @פעאזיע צו שרייבן וועגן קבלות יסורים באהבה אויף א גאר מחודישדיגע אופן!
אפשר לוינט זיך צו קאמפאזען א ניגון און releasen א קאווע שטיבל סינגל אויף די ליריקס!
אומר ועושה, 500 דאללער פאר די טאן. די עולם איז געבעטן אריינצושיקען זייערע עקזעמפלען.
אפשר לוינט זיך צו קאמפאזען א ניגון און releasen א קאווע שטיבל סינגל אויף די ליריקס!
אומר ועושה, 500 דאללער פאר די טאן. די עולם איז געבעטן אריינצושיקען זייערע עקזעמפלען.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך מוז זאגן אז איך האב אין מיין לעבן נישט געליינט אזא שטיקל וואס ברענגט אזוי שטארק ארויס מיינע געפילן, פשוט wow!
וואס זאל איך זאגן, דאס איז די גרעסטע נסיון אין מיין לעבן געוועהן. כ'האב געהאט א מגיד שיעור אין ישיבה וואס פלעגט זאגן אויף מיר "ווען איך קום אריין צום שיעור און איך זעה יואלי זיצן דארט ווערט מיר גוט אויפ'ן הארץ ווייל איך ווייס אז כאטש איינער וועט פארשטיין די שיעור." אמאל פלעג איך מיינען אז ער מאכט זיך סתם נאריש, כ'מיין וויאזוי קען עס בכלל מעגליך זיין? וואס איז בכלל די פוינט פונעם שיעור אויב קיינער פארשטייט סייווי נישט? כ'בין עלטער געווארן און כ'האב איינגעזעהן אז ס'שוין גארנישט קיין וויץ... דו זיצסט ביים שיעור אין ישיבה, צו ביי א משפיע'ס דרשה אדער באטע, אן אינדיאנע (תרתי משמע) שאמאנ'ס יאגע קלאס, דו קוקסט זיך ארום און אלע איינס ביי איינס זענען מטורללים וואס זענען נאר דארט ווייל א מאסקיטאו האט זיי געקיצלט, איינעמ'ס טראומע רעספאנס פירט איהם קיין ברסלב, א צווייטער אין נאכט קלאב, א דריטער צו די הימאלעיעס, און די ליסט איז ענדלאז, די נסיון צו באשליסן אז ס'איז אלעס חרטא און אויפגעבן זוכן עפעס מער איז דאך איום ונורא! ואת חטאי אני מזכיר, באמת האב איך געהאט א שטיקל תקופה פון אפאר יאר וואס איך בין טאקע אריינגעפאלן אין דעם נסיון און אויפגעהערט זוכן, איך ווייס נישט פארוואס איך האב זוכה געוועהן אבער פון הימל האט מען מיך אריינגעפירט די אמת אין מויל אריין ממש ווי געצווינגען על כרחי און היינט צוטאגס בין איך אויף זייער א גוטן טרעק, זאל דער אויבערשטער העלפן אויף ווייטער.

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: הער שוין אויף טריפן
#יואליראטה פענאמענאן
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.