חלומות און דמיונות

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

חלומות און דמיונות

שליחה דורך בן נון »

איך שפאציר און א הערליכן טיר גארטן ( זאה) איך זעה הערליכע מחזות, חוית וואס פארברענגען איינער מיטן צווייטן ווי אין עולם הבא אליין,
איך זעה ווי די טיגער מיטן שעפעלע מאכן היי פייוו, אין אויף די אנדערע זייט שטייט די לייב מיט א ראויגקייט ווען פונדערווייטנס קומט א ציג מיט א זעקל עפל וואס ער פארטיילט פאר אלע חוית טורפים, די לעמפערט שפאצירט מיטן קאטשקע אינטער א שיינעם שאטן ביים זייט פון א לעבעדיגע קוואל
איך קוק מיר ארום און איך זעה הערליכע ביימער וואס איך האב אין מיין לעבן נישט געזען, יעדע בוים האט א קליינע צעטעלע מיט אינפארמאציע איבער איר מקור אין אירע מעגליכקייטן
די צעטל ביים בוים ווי איך שטיי יעצט ליינט זיך ווי פאלגנד
איך קום פונעם ווייטן מזרח איך בין שטארק באוואקסן מיינע בלעטער זענען קרעפטיג אבער מער פון אלעם איז די חשיבות פון מיינע פרוכט מיינע טייטלען זענען זיס אין ווער עס עסט זיי ווער באשאנקען מיט חן
איך שפאציר ווייטער אין איך זעה א הערליכן בוים אין צענטער פונעם גארטן
א בוים וואס איז גרעסער שנער און עלטער פון אלע אנדערע ביימער ארום איר, מיט שטייטע טריט שפאציר איך מיר אהין, און ווי נענטער איך קום צום בוים אלס מער שפיר איך ווי א ווארעמקייט נעמט מיר ארום א הרגשה וואס מען קען בכלל נישט מסביר זיין מיט ווערטער איך שפיר א גאנצקייט א ציפרידנקייט א שלוות הנפש א ליכטיגקייט א נייע וויל צו לעבן א געפיל וואס זאגט מיר אין מיין אויער ר’ איד די באלאנגסט די ביסט עפעס די ביסט ווערד די ביסט גוט, איך האלט שוין געציילטע טריט אוועק פון בוים איך דריק צזאם מיין אויגן צו קענען ליינען די צעטעלע אויפן בוים
עץ החיים אשר בתוך הגן, דאס איז די בוים פון לעבן, די בוים וואס געבט א מיינוג צום לעבן, די בוים וואס מיט איר האט לעבן א ווירדע, א געפיל, א אמת, א ריינקייט, איך ליין ווייטער די צעטעלע אין איך זעה אז עס האט א ווארענונג, מיט רויטע אותיות, איך הייב אהן ליינען און עס שטייט ווי פאלגנד
זייט וויסנד אז ווען איר וועט עסן די פרוכט פון דעס בוים וועט איר פארלירן די פחד וואס איר טראגט ארום פון די מענטשהייט איר וועט אויפהערן טראכטן וואס אנדערע מענטשן טראכטן וועגן דיר, אין איר וועט זיך אנהייבן אויפפירן לויט וואזוי די האלטסט אז עס איז ריכטיג, אופגעזען צו עס איז ארויפגעקוקט בעיני בני אדם, און מענטשן קענען אייך אנהייבן רופען משוגע אדער אופגעפארער וכדומה
עד כאן החלום
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר