שריפה בקהילת סאטמאר מהר''א-ירושלים ה''י

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שריפה בקהילת סאטמאר מהר''א-ירושלים ה''י

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

א פלא אז קיינער רעדט נישט דא
דע שבת בערך 4 אזייגער פארטאגס האט אויסגעבראכן א פייער אין די סאטמארער בית מדרש אויף רח' יונה אין ירושלים ווי ס'האט ליידער אומגעברענגט גרויסע שאדען פארן בית מדרש און בנין הישיבה והתלמוד תורה דערנעבן
אזוי אויכעט זענען ליידער צוויי ספרי תורה שאדען געגאנגען, און געקומען היינט לקבורה נאך די גרויסע לוי'
וואס איז דא אויסצושמועסן, אזא זאך געשעהט נישט יעגען טאג, און פונקט ווען די קהילה גרייט זיך איבער ציבאויען , איך וויל גארנישט זאגען ווייל איך ווייס נישט אבער אדרבה ווער ס'ווייסט זאל דערציילן...
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ס'נישט ריכטיג אויפצוברענגען די קאנספעראציע אז דאס איז געווען אינטער געשטעלט, אן קיין שום באווייז. בפרט אז ס'געווען אום שבת.

נאר דאס יא. יעצט אז ס'האט שוין ליידער פאסירט, ווילן זיי עס איינקעשן וויפול ס'גייט מיט פראפאגאנדע כמו שכתוב.

נו, מ'האט שוין געהערט אזוינס
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

איך האב געהערט א עס איז דא א ווידיא ווי אזוי דער פייער האט זיך אנגהויבן.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

שמעון וואלף האט געשריבן:ס'נישט ריכטיג אויפצוברענגען די קאנספעראציע אז דאס איז געווען אינטער געשטעלט, אן קיין שום באווייז. בפרט אז ס'געווען אום שבת.

נאר דאס יא. יעצט אז ס'האט שוין ליידער פאסירט, ווילן זיי עס איינקעשן וויפול ס'גייט מיט פראפאגאנדע כמו שכתוב.

נו, מ'האט שוין געהערט אזוינס
הוא הנותנת אז סאיז יא געווען אונטערגעשטעלט וויבאלט סאיז געשעהן שבת :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הרב שיף: כבוד הרב שליט"א האט דאך אוודאי געלערנט די גמ' אין מס' מכות (ארויסגעזאגט, מלקות/מאלקעס. פאר די גאונים שבתוכינו.) אויף די משנה פון כיצד העדים נעשין זוממים... אויב איינער קומט צו בית דין און זאגט אז זיין חבר וואס זאגט עדות אויף א מענטש איז א שקרן. ס'הייסט. ער האט געזאגט עדות אז ער איז געווען אין יענע פלאץ און געזעהן ווי פלוני אלמוני עסט חזיר. ס'קען דאך נישט זיין. ער האט דאך געזאגט אז יענעם געוויסן טאג פארט ער קיין טאהש. נעמט בי"ד נישט אן זיין (זייער) טענה. נאר אויב ער/זיי זאגן..."עמנו הייתם"... עטץ זענטץ דאך געווען מיט אונז אין אן אנדערע פלאץ. זענען ענק ליגנערס. דאמאלס ווערן זיי עדים זוממין...! כן הדבר הזה. כבוד הרב שליט"א האט געהערט זאגן אז ס'איז דא א ווידעא פון די שריפה. אויב דער רב (הגאון?) שליט"א האט אליינס געזעהן די ווידעא, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. דאמאלס איז דער רב שליט"ע באגלייבט. ס'איז אבער דא א צווייטער פראבלעים. ביי די התאחדות הרע-בנים איז די רב שליט"ע פסול לעדות מכח 2 (אדער 3) טעמים. ערשטנס. כבוד הרב שליט"ע האט געקוקט ווידעא. צווייטנס. מסתמא האט די רב שליט"ע א טמא'נע כלי הנקרא סמארטפאון, רחמנא לישזבן. דריטנס. אונז שטעלן מיר אויף די חזקה אז די רב שליט"ע האט געקוקט די קליפס (קליפות, ווידער, רח"ל) וויאזוי די ערליכע אידישע סאלדאטן פון די טמא'נע צה"ל האבן געמאכט מניינים און געדאוונט און געלערנט שיעורי תורה. אמער הרב ישראל מ. סופר שליט"ע, דער חבר פון הרב ש.ב. מרגליות שליט"ע האט דאך געזאגט אז ווער ס'קוקט אויף די בילדער קען (ח"ו) קומען משבח זיין די ציונים, שר"י, עפ"ל, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. כבר אמרנו.

נ.ב: די תגובה באלאנגט אין די שמייכל/מילתא דבדיחותא אפטיילונג. און איז געשריבן געווארן אין אן ערב פורימ'דיגן טאן. מ'מיינט דא קיינעם נישט צו באליידיגן, ח"ו.

נ.נ.ב.: איך דערווארט צו הערן, סיי דורך תגובות. און סיי דורך אי-מעילס מיט אפיציעלע ווארענונגען פון געוויסע חשוב'ע פערזענליכקייטן, כדלהלן... בראש וראשון פונ'ם חשוב,ן מנהל שליט"א. מיט א שטרענגע ווארענונג פון אויסמעקן און אויסשפארן. מיט די געוויינליכע תירוצים וטעמים. (ס'פעהלט נישט אויס קיין נייע.). פון הרב שמעון וואלף שליט"ע. מיט א ליצנות'דיגע, סארקאסטישע תגובה. די זעלבע פון הרב וואלווי שליט"ע. שוין לאנג נישט געהערט. פון הרב שמעקעדיג? ס'דא נאך חשוב'ע אידן פון וועם איך קען ערווארטן תגובות מתגובות שונות. ואין צריך לפורטם כדי לא לפגוע בכבודם הרמה והחשובה, ח"ו.
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

ערערב בערל אזוי שיין צו שרייבען פאר א רב. מיט אזא כבוד, וואו נעמעט מען היינט אזא בעל עגלה?
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך האב באמערקט עפעס א אנדערע קרישקעלע, גלייך נאך די נייעס איבער די פייער איז ארויסגעקומען איז געשטאנען אין די נייעס אז מ'גייט אנפרעגן ביים בי"ד הגדול שבירושלים וויאזוי זיך צו פירן איבער די פארברענטע ספרי תורה און אנדערע ספרי קודש, ס'איז דורך עטליכע שעה, און ס'איז געווען געלופטערט איבעראל ווי די ראשי הקהילה האט זיך פארזאמלט און די הויז פון די דיין הקהילה און זיכער געמאכט אז מ'פרעגט אן ביים רעבין וואס צו טון.. וואס דארף מען א בי"ד הגדול אז מ'האט אליינס א רשכבה"ג...
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

תרמב האט געשריבן:איך האב באמערקט עפעס א אנדערע קרישקעלע, גלייך נאך די נייעס איבער די פייער איז ארויסגעקומען איז געשטאנען אין די נייעס אז מ'גייט אנפרעגן ביים בי"ד הגדול שבירושלים וויאזוי זיך צו פירן איבער די פארברענטע ספרי תורה און אנדערע ספרי קודש, ס'איז דורך עטליכע שעה, און ס'איז געווען געלופטערט איבעראל ווי די ראשי הקהילה האט זיך פארזאמלט און די הויז פון די דיין הקהילה און זיכער געמאכט אז מ'פרעגט אן ביים רעבין וואס צו טון.. וואס דארף מען א בי"ד הגדול אז מ'האט אליינס א רשכבה"ג...
אויף אייוועלט האט איינער פארענטפערט אז לגבי די לוי' האט מען אנגעפרעגט ביים בי"ד הגדול און לגבי די יום תפילה האט מען געפרעגט ביים רשכבה"ג.
הה"ד you pick and choose
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תרמב האט געשריבן:איך האב באמערקט עפעס א אנדערע קרישקעלע, גלייך נאך די נייעס איבער די פייער איז ארויסגעקומען איז געשטאנען אין די נייעס אז מ'גייט אנפרעגן ביים בי"ד הגדול שבירושלים וויאזוי זיך צו פירן איבער די פארברענטע ספרי תורה און אנדערע ספרי קודש, ס'איז דורך עטליכע שעה, און ס'איז געווען געלופטערט איבעראל ווי די ראשי הקהילה האט זיך פארזאמלט און די הויז פון די דיין הקהילה און זיכער געמאכט אז מ'פרעגט אן ביים רעבין וואס צו טון.. וואס דארף מען א בי"ד הגדול אז מ'האט אליינס א רשכבה"ג...
היינו ה(א)ך. ס'איז די זעלבע זאך. דו מיינסט אז דער בי"ד הגדול שבירושלים קוקט אריין אין שו"ע כדי צו פסק'נ'ען די הלכה. און וויאזוי זיך נוהג צו זיין?! צוערשט מאכן זיי זיכער אז די פסק "הלכה" איז עולה בקנה אחד מיט די..."שיטה" און די פארטיי ליניע...!

ס'איז בבחינת ..."שמור לי ואשמור לך"...וואס די בי"ד הגדול אויף דיוויזשן עוו. אין וויליאמ-פעסט די עיר הקדשה מאכט אפ דאס זעלבע לאזט זיך הערן די בי"ד הגדול שבמאה שערים. און פארקערט אויך. גמרות שטיינזאלץ יוכיחו, ואכמ"ל. אדער די גאנצע (2'טע) מחלוקת מיט בעלזא אין תשמ"א. האטציך דאך בכלל אנגעהויבן איבער א געלט סיכסוך צווישן די ביד"צ העדה החרדית מיט קהילת וחסידות בעלזא. און ס'איז אריבער מיט די גאנצע פלאם קיין אמעריקע. מיט אלע באגלייט ערשיינונגען מיט דעם חילול ה' און די אנדערע שיינע זאכן דאהי אין אמעריקע.
פארשפארט