אנעקדאטן פון מיין ישראלי'שן נאטיץ-ביכל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

אנעקדאטן פון מיין ישראלי'שן נאטיץ-ביכל

שליחה דורך שאלתיאל »

ווי ערווענט שוין ערגעץ ווי, ווייל איך אין די לעצטע פאר חודשים אין מדינת ישראל און מיט די צייט איז מיר אויסגעקומען זיך צו באקענען מיט מענטשן, פלעצער און בכלל מיט דער עקזאטישע קאלירפולע באפעלקערונג מיט וואס דער הייליגע לאנד איז געבענטשט געווארן. באוואפענט מיטן גאסט-אויף-א-ווייל-זעהט-אויף א מייל- מעלה האב איך אנגעזאמעלט אביסל אנעקדאטן און עקספיריענסעס און איך וועל בלי"נ פראבירן מיטטיילן דא פון צייט צו צייט פון מיין נאטיץ- ביכל.

'שבוע הספר' און א באגעגעניש מיט טוביה טענענבאום.
21June 2022

א שיינע מנהג האבן זיי אין ישראל מיטן באשטימען איין וואך אין יאר אלץ 'שבוע הספר'- דער וואך פון בוך. די מנהג גייט צוריק א קיימא לן פון בערך הונדערט יאר אין 1926 ווען אין תל אביב האט מען ארויסגעשטעלט צוויי טישלעך מיט ביכער. דעמאלט האט עס געהייסן 'יום הספר העברי'. מיט די יארן האט זיך עס אנטוויקלט און פאברייטערט און היינט האלט עס נישט ביי א טאג נאר ביי כמעט א חודש און נישט צוויי טישלעך נאר ריזיגע מארקטן וואס ווערן אויפגעשטעלט אין ירושלים און אין תל אביב דארט לייגן צענדליגע דיוסטרובערס ארויס טויזענטע ביכער פאר ביליגע פרייזן און פייערליכע פעסטיוואלן ווערן אפגעהאלטן. מאסן ביכער אנהענגער פון אלע שיכטן און קרייזן לאזן זיך אראפ אויף די בוך צענטערן אינגאצן גערירט און איבערגענומען און ביכער ווערן צוכאפט ווי הייסע בילקעס ארויס פון אויוון. דער עם הספר טוט פייערן דער וואונדערליכע פלא הבריאה וואס טראץ אלע הספדים אין די לעצטע יארן לעבט נאך און איז דא מיט אונז- דעם בוך.

אלץ פאנאטישע בוך אנהענגער האב איך באזוכט אין איינע פון די גרויסע בוך צענטערן אין ירושלים אין מתחם התחנה הראשונה, דאס איז אַן אלטע באן סטאנציע פון דער ערשטע באן ליניע אין א"י וואס איז היינט א פארוויילונגס ארט.
טויזענטע מענטשן אנשים נשים וטף האבן באלאגערט דאס ארט און זיך ארומגעדרייט צווישן די פילע סטענדס אבער פארט האט ער ארויסגעשטארצט צווישן די מאסן, א נידעריגע דיקליכע פערשוין מיט א שפיציגע נאז און א ציניש שמייכל- ממש ווי דער אידישע סטריאוטיפ ארויס פון די קאריקאטורן, דאס איז טוביה טענענבאום. טוביה איז דער גרונדער און אנפירער פון די אידישע טעאטער אין ניו יארק, ער איז א שרייבער און א דזשורנאליסט, ער שרייבט פאר דער דויטשע ''צייט'' און פאר די פראנצוזישע 'לע מונד', בעיקר באוויסט פאר זיינע רייזע ביכער וואס ער שרייבט, ער באזעצט זיך אין א לאנד פאר עטליכע חודשים און שרייבט זיינע נאטיצן. ער איז אַן אינטערסאנטע כאראקטער און האט אין זיך א טויטליכע קאמבינאציע וואס מאכט זיינע ביכער פאר א סוקסעס, דאס איז אזא מין געריבנקייט, סאושעל סקילס, א געשליפן פיסקל, הומאר און א געוואלדיגע מאס צינישקייט קעגן יעדן צוגלייך. און צוגאב, מיין איך אז ער איז פון די לעצט פארבליבענע זשורנאליסטן וואס פארמאגן נאך עטוואס אביסל שכל הישר און קומען נישט שטופן אגענדעס און מחנך זיין די המון נאר באמת הערן די מיינונגען פון מענטשן. ווען ער רייזט דורך א לאנד, באפריינדעט ער זיך מיט וועם ער קען נאר, זאל עס זיין מסוכנ'דיגע גענגסטערס אדער הויעכראנגיקע פארלעמענט פירער און מיט א 'סאקראטישע צינישקייט' איז ער מצליח ארויסצונעמען פון זיי זייערע אמתע מיינוגען און אפטמאל זיי לאזן מיטן צונג אינדערויסן אראפרייסענדיג די אפיציעלע מאסקע אונטער וועלכע רוב מענטשן באהאלטן זיך. אזוי איז ער מצליח אהערצושטעלן אַן אויטענטיש בילד פון די לאנד וואס ער באשרייבט.
ער איז א חרדי לשעבר, געבוירן אין בני ברק צו א רבני'שע פאמיליע און רעדט א צובראכענע אידיש. ער איז דא צו צייכענען בוקס פאר זיינע אנהענגער און איך הער פון אים אז ער וויילט אין מאה שערים אין די לעצטע פאר חודשים פאר זיין קומענדיגע בוך. וועלן מיר ווארטן מיט שפאנונג. (איך האב דערווייל געליינט פון אים : The Lies They Tell- איבער אמעריקע/ Catch the Jew!- איבער מד"י און The Taming of the Jew- איבער די יונייטעד קינגדאם)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

כ'האב טאקע לעצטענס געוואלט עפענען אן אשכול איבער אים.

כ'האלט יעצט אינמיטן ליינען זיין לעצטיגן בוך איבער יונייטעד קינגדאם. זיין שרייבן סטיל איז געוואלדיג, און מ'דארף אכט געבן אז די שכנים זאלן זיך נישט אויפוועקן פון געלעכטער.

דאך, שטופט ער יא א שטיקל אגענדע, און זיין ציל - סיי אפיציעל און סיי דע-פאקטא - איז גאר שטארק פאוקוסירט צו טרעפן לינקע היפאקריטיע ווי איידער צו זיין מער באלאנסירט. ווי אויך געבט ער אן אנטיסעמיטישע אינטערפרעטאציע פאר אלץ און אלעמען, טיילמאל בכוח. ספעציעל, זיין אינטערליגנדע הנחה אז אנטי ישראל'ישע ארגומענטן איז בהכרח איינס מיט אנטיסעמעטיזם, איז אפטמאל שטארק איבערגעטריבן.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

טוביה קומט יעצט ארויס מיט א פריש רייזע ביכל דאס מאל איבער די חרדיש'ע ציבור אין ירושלים: 'חרדי וטוב לו'. דאס מוז זיין א זאפטיגס.

''טוביה טננבום שוב יוצא למסע, אלא שהפעם הוא חוזר הביתה. קרוב לארבעים שנה אחרי שהשאיר את העולם החרדי מאחוריו ועזב לאמריקה, הוא חוזר חמוש באהבת אדם, ביידיש מתגלגלת ובאילן יוחסין הסולל לו את המסלול המהיר לאדמו"רות, לנסות ולגלות: מי הם החרדים?
בין לבין יש לו כמה שאלות:
למה חרדים לא לומדים תנ"ך?
האם היהודים לבשו שטריימל במצרים?
מדוע ילדים חרדים מלקקים דבש?
האם למלאכים יש בטן?
מה עושות נשמות בעולם הבא?
האם לרווק ספרדי יש סיכוי להתחתן עם יפהפייה חסידית?
האם מותר לליטאים לצחוק?''
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

שאלתיאל האט געשריבן:טוביה קומט יעצט ארויס מיט א פריש רייזע ביכל דאס מאל איבער די חרדיש'ע ציבור אין ירושלים: 'חרדי וטוב לו'. דאס מוז זיין א זאפטיגס.

איך דארף דעם בוק נאר פאר די לעצטע קשיא, ווער ס'נישט געווען אין א"י פארשטייט עס נישט.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך בעל אחריות »

געליינט דריי פון זיינע ביכער נאך אין ישיבה, און איך האב זייער הנאה געהאט,
אזוי ווי די זאגסט האט ער יא אביסל אן אגענדע אבער איך האב דאך די זעלבע אגענדע, האב איך אים מוחל געווען,

איך קוק ארויס צו ליינען זיין ביך אויף חרדים.
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל

Re: אנעקדאטן פון מיין ישראלי'שן נאטיץ-ביכל

שליחה דורך נעקסט לעוועל »

שאלתיאל האט געשריבן:טוביה קומט יעצט ארויס מיט א פריש רייזע ביכל דאס מאל איבער די חרדיש'ע ציבור אין ירושלים: 'חרדי וטוב לו'. דאס מוז זיין א זאפטיגס.

''טוביה טננבום שוב יוצא למסע, אלא שהפעם הוא חוזר הביתה. קרוב לארבעים שנה אחרי שהשאיר את העולם החרדי מאחוריו ועזב לאמריקה, הוא חוזר חמוש באהבת אדם, ביידיש מתגלגלת ובאילן יוחסין הסולל לו את המסלול המהיר לאדמו"רות, לנסות ולגלות: מי הם החרדים?
בין לבין יש לו כמה שאלות:
למה חרדים לא לומדים תנ"ך?
האם היהודים לבשו שטריימל במצרים?
מדוע ילדים חרדים מלקקים דבש?
האם למלאכים יש בטן?
מה עושות נשמות בעולם הבא?
האם לרווק ספרדי יש סיכוי להתחתן עם יפהפייה חסידית?
האם מותר לליטאים לצחוק?''
עני אינפא, ווי איז עס עוועילעבל אנליין ?
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

.
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: אנעקדאטן פון מיין ישראלי'שן נאטיץ-ביכל

שליחה דורך בר גיורא »

נעקסט לעוועל האט געשריבן:
שאלתיאל האט געשריבן:טוביה קומט יעצט ארויס מיט א פריש רייזע ביכל דאס מאל איבער די חרדיש'ע ציבור אין ירושלים: 'חרדי וטוב לו'. דאס מוז זיין א זאפטיגס.

''טוביה טננבום שוב יוצא למסע, אלא שהפעם הוא חוזר הביתה. קרוב לארבעים שנה אחרי שהשאיר את העולם החרדי מאחוריו ועזב לאמריקה, הוא חוזר חמוש באהבת אדם, ביידיש מתגלגלת ובאילן יוחסין הסולל לו את המסלול המהיר לאדמו"רות, לנסות ולגלות: מי הם החרדים?
בין לבין יש לו כמה שאלות:
למה חרדים לא לומדים תנ"ך?
האם היהודים לבשו שטריימל במצרים?
מדוע ילדים חרדים מלקקים דבש?
האם למלאכים יש בטן?
מה עושות נשמות בעולם הבא?
האם לרווק ספרדי יש סיכוי להתחתן עם יפהפייה חסידית?
האם מותר לליטאים לצחוק?''
עני אינפא, ווי איז עס עוועילעבל אנליין ?
https://sellameir.com/products/haredten

Sent from my Pixel using Tapatalk
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

א ניק הי"ו האט זיך אנגעפרעגט ביי מיר איבער בוקסטורס אין ירושלים. איך לייג ארויס פובליק מיין ענטפער זאלן נאך האבן תועלת.

ס'דא עטליכע גוטע בוקסטורס אין ירושלים וואס איך קען (רוב פון זיי געפינען אין זעלבן געגנט):

הולצר בוקס,יפו. - א קליין געשעפטל אויף יפו, זיי האבן גאנץ א גרויסע אויסוואל, אין אסאך שפראכן, בעיקר פון סעקענד הענד בוקס פאר זייער ביליגע פרייזן. ביכער קומען און גייען און די אויסוואל טוישט זיך נאנכאנד. ס'איז א באקאנטע, האלב-מיטאלאגישע געשעפט אין ירושלים וואס דינט ווי א שטיקל קולטור צענטער. דער בעלעבאס ליאור איז אַן אינטעראנסטע פיגור און ארגאניזירט טעגליכע פרי לעקטשערס איבער פילאזאפיע און היסטאריע אויף דער אויבערשטע שטאק.

דני ספרים, אבן ישראל.- זיי האבן א ריזיגע אויסוואל, אלע נייע ביכער אבער אויך אסאך סעקענד הענד, די נייע איז נארמאלע פרייזן און די סעקענד הענד ביליגע פרייזן.

הגלרייה לספרות, ש"ץ.- אויך אַ טשיקאווע געשעפט, זיי האבן א ריזיגע אויסוואל פון אלע סארטן ביכער און שפראכן, בעיקר סעקענד האנד. פאר זייער גוטע פרייזן. מ'קען דארט טרעפן אוצרות פון אלטע ביכער און צייטונגען.

סיפור חוזר שמואל הנגיד.- א ברענטש פון א נאצינאלע סאושעל בוקסטורס נעץ. אלע ביכער קאסטן 25 שקל ( אויב מ'ברענגט צוריק באקומעט מען צוריק האלב פרייז מיין איך). זיי האבן בעיקר ראמאנען און נאוועלס.

בוקסטור מרכז כלל יפו.- א מישמאש פון נייע ביכער מיט גאר אלטע ביכער.

תרשישה ספרים בן סירא.- דאס איז מער אַן עליטיסטישע בוך געשעפט מיט א געקליבענע אויסוואל פון אינטיליגענטע ביכער וואס מ'טרעפט נישט אזוי ביי אנדערע. בעיקר פון Humanities אפטיילונג. די פרייזן זענען היבש טייער.

שפעטער האסטו האסטו די שטאטישע לייברערי 'בית העם' אויף בצלאל, דארט האסט וואס דו ווילסט נישט נאר אבער מ'דארף זיין רעגיסטרירט.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך בעל אחריות »

די שטאטישע לייבערי האט אסאך ברענטשעס אבער די גרעסטע איז טאקע לכאורה די אויף בצלאל.

און די ברענטש אין רמת אשכול געגנט האט אסאך בחורים וואס זיצן אויף די קאמפיוטערס, ביי יעדן קאמפיוטער זיצט אן אנדערע בחור אין אן אנדערע לעוועל פון זיך עפענען ...
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

שאלתיאל האט געשריבן:א ניק הי"ו האט זיך אנגעפרעגט ביי מיר איבער בוקסטורס אין ירושלים. איך לייג ארויס פובליק מיין ענטפער זאלן נאך האבן תועלת.

ס'דא עטליכע גוטע בוקסטורס אין ירושלים וואס איך קען (רוב פון זיי געפינען אין זעלבן געגנט):

הולצר בוקס,יפו. - א קליין געשעפטל אויף יפו, זיי האבן גאנץ א גרויסע אויסוואל, אין אסאך שפראכן, בעיקר פון סעקענד הענד בוקס פאר זייער ביליגע פרייזן. ביכער קומען און גייען און די אויסוואל טוישט זיך נאנכאנד. ס'איז א באקאנטע, האלב-מיטאלאגישע געשעפט אין ירושלים וואס דינט ווי א שטיקל קולטור צענטער. דער בעלעבאס ליאור איז אַן אינטעראנסטע פיגור און ארגאניזירט טעגליכע פרי לעקטשערס איבער פילאזאפיע און היסטאריע אויף דער אויבערשטע שטאק.

דני ספרים, אבן ישראל.- זיי האבן א ריזיגע אויסוואל, אלע נייע ביכער אבער אויך אסאך סעקענד הענד, די נייע איז נארמאלע פרייזן און די סעקענד הענד ביליגע פרייזן.

הגלרייה לספרות, ש"ץ.- אויך אַ טשיקאווע געשעפט, זיי האבן א ריזיגע אויסוואל פון אלע סארטן ביכער און שפראכן, בעיקר סעקענד האנד. פאר זייער גוטע פרייזן. מ'קען דארט טרעפן אוצרות פון אלטע ביכער און צייטונגען.

סיפור חוזר שמואל הנגיד.- א ברענטש פון א נאצינאלע סאושעל בוקסטורס נעץ. אלע ביכער קאסטן 25 שקל ( אויב מ'ברענגט צוריק באקומעט מען צוריק האלב פרייז מיין איך). זיי האבן בעיקר ראמאנען און נאוועלס.

בוקסטור מרכז כלל יפו.- א מישמאש פון נייע ביכער מיט גאר אלטע ביכער.

תרשישה ספרים בן סירא.- דאס איז מער אַן עליטיסטישע בוך געשעפט מיט א געקליבענע אויסוואל פון אינטיליגענטע ביכער וואס מ'טרעפט נישט אזוי ביי אנדערע. בעיקר פון Humanities אפטיילונג. די פרייזן זענען היבש טייער.

שפעטער האסטו האסטו די שטאטישע לייברערי 'בית העם' אויף בצלאל, דארט האסט וואס דו ווילסט נישט נאר אבער מ'דארף זיין רעגיסטרירט.
דערמאנסט מיך גוטע צייטן, גאנצעטע טעג בין איך אפגעזיצן אין הגלרייה לספרות, ש"ץ זיי לאזן ליינען אויפן פלאץ, און מ'באקומט מען אויך צירוק א חלק פון די געלט אויב מ'ברענגט עס צירוק.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

אינטערוויו מיט טוביה'ן איבער זיין נייע בוך. צוקער זיס:
https://youtu.be/g3uEXyb01I8
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

שאלתיאל האט געשריבן:א ניק הי"ו האט זיך אנגעפרעגט ביי מיר איבער בוקסטורס אין ירושלים. איך לייג ארויס פובליק מיין ענטפער זאלן נאך האבן תועלת.

ס'דא עטליכע גוטע בוקסטורס אין ירושלים וואס איך קען (רוב פון זיי געפינען אין זעלבן געגנט):

הולצר בוקס,יפו. - א קליין געשעפטל אויף יפו, זיי האבן גאנץ א גרויסע אויסוואל, אין אסאך שפראכן, בעיקר פון סעקענד הענד בוקס פאר זייער ביליגע פרייזן. ביכער קומען און גייען און די אויסוואל טוישט זיך נאנכאנד. ס'איז א באקאנטע, האלב-מיטאלאגישע געשעפט אין ירושלים וואס דינט ווי א שטיקל קולטור צענטער. דער בעלעבאס ליאור איז אַן אינטעראנסטע פיגור און ארגאניזירט טעגליכע פרי לעקטשערס איבער פילאזאפיע און היסטאריע אויף דער אויבערשטע שטאק.

דני ספרים, אבן ישראל.- זיי האבן א ריזיגע אויסוואל, אלע נייע ביכער אבער אויך אסאך סעקענד הענד, די נייע איז נארמאלע פרייזן און די סעקענד הענד ביליגע פרייזן.

הגלרייה לספרות, ש"ץ.- אויך אַ טשיקאווע געשעפט, זיי האבן א ריזיגע אויסוואל פון אלע סארטן ביכער און שפראכן, בעיקר סעקענד האנד. פאר זייער גוטע פרייזן. מ'קען דארט טרעפן אוצרות פון אלטע ביכער און צייטונגען.

סיפור חוזר שמואל הנגיד.- א ברענטש פון א נאצינאלע סאושעל בוקסטורס נעץ. אלע ביכער קאסטן 25 שקל ( אויב מ'ברענגט צוריק באקומעט מען צוריק האלב פרייז מיין איך). זיי האבן בעיקר ראמאנען און נאוועלס.

בוקסטור מרכז כלל יפו.- א מישמאש פון נייע ביכער מיט גאר אלטע ביכער.

תרשישה ספרים בן סירא.- דאס איז מער אַן עליטיסטישע בוך געשעפט מיט א געקליבענע אויסוואל פון אינטיליגענטע ביכער וואס מ'טרעפט נישט אזוי ביי אנדערע. בעיקר פון Humanities אפטיילונג. די פרייזן זענען היבש טייער.

שפעטער האסטו האסטו די שטאטישע לייברערי 'בית העם' אויף בצלאל, דארט האסט וואס דו ווילסט נישט נאר אבער מ'דארף זיין רעגיסטרירט.
פארוואס האסטו מיך נישט געשיקט די ליסט 10 יאר צוריק ווען איך וואלט עס געקענט נוצן?

זייער אינפארמאטיוו נאר א שאד אז איך קען עס שוין נישט ניצן
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

שאלתיאל האט געשריבן:אינטערוויו מיט טוביה'ן איבער זיין נייע בוך. צוקער זיס:
https://youtu.be/g3uEXyb01I8
ער רעדט אזוי שיין, און האט נישט ליב דעם גורער רבי.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

עס קומט טוביה'ן קרעדיט ווייל ער האט קלאר א גוטע כוונה אבער דאך, מיך שמעקט ער אביסל נאאיוו און דיס-האנעסט. ווייל קודם כל דאס אז ער זעהט די פראטעסטן פון די חרדים קעגן חרדים טוט נישט אפווענדן אז די סיקריקים זענען נאך אלץ שטארקער - ווייל אויב נישט וואלט מען זיי אויך געזעהן אויף די טיווי. מען וואלט פון זיי לכל הפחות געהערט און געזעהן אזוי ווי מען זעהט פון די מחבלים.

צוויי, ער האט זיך אויך נאר געדרייט אויף די פריפריה. זיך געחבר'ט און אויפגעפיקט געווארן פון די קיהלע און מסתמא אויך פון אזוי גערופענע, זעלבסט דערקלערטע ווארטזאגער. קאמאן, הגע בעצמך, ער איז גענוג באקאנט שוין פאר מענטשן און אוודאי עסקנים און כלל טוהער אז מען זאל זיכער מאכן ער זעהט נאר ראָזי טינגס און דרייט זיך מיט די "ריכטיגע" מענטשן. טראכט אליינס, ווען דאס זאל ווען יעצט זיין זיין ערשטע ביכל, קיינער קען אים נישט און ער גייט ארום (נישט "זיצט" ארום..) צו די ערנסטע אידן, צו די תלמיד תורות און מיידל שולעס, אנשטאטס צו די קוגל עסער און פריפריה זיצער, און טוט זיך נאר אויס די קאפל (נישט מאכט אן אנשטעל ווי ער איז סתם אזא בעל תאווה'דיגע מאמין וואס קען אמאל אויך אפזיצן דריי שעה, זיך צוקוקן ווי מארגנשטערן לייענט פרשת ואתחנן..) און וויל אזוי זיך צוקוקן צו אונזערע לעבנס שטייגער, וואלט מען אים איגנארירט אין בעסטן פאל און איינגעמאלדן דאס איז נישט זיין פלאץ, פונקט אזוי ווי 30 יאר צוריק, פונקט אזוי ווי אין בני ברק (אגב כ'האב געגליכן דעם חילוק וואס ער מאכט - נאר א שאד ער האט נישט מדגיש געווען אז די בני-ברק סטייל איז די פיוטשער און ירושלים איז נאר א רעמענענט פון דעם אלטן דור) און אפשר נאך ערגער, אין ערגסטן פאל.

זאת ועוד, די גערער יוכיחו. זיי ברויכן נישט צוקומען צו זיינע פראפעגאנדע, הן לטב והן למוטב במילא האבן זיי נישט קיין פראבלעם אים אנצורייסן די ביינער און ארויסשטויסן ביי די מחילה. זיי האבן די שליטה אין די בעק-פאקעט סיי ווי סיי אדער וועלן זיך נישט צעקראצן פון זיינע קריטיקירונגען. די אנדערע קליינע, און גערודפטע חסידותלעך, פרובן אי זיך אראפצומאלן שענער כלפי די גערע, אי ברויכן צוקומען צו נוצן אזעלכע קליינע שפילער ווי טענענבוים זיך שיין מאכן פאר מענטשן אינדרויסן.

עס האט מיך דערמאנט פון מיכאל'ס רעקארדינג וועגן שיינע בחורים וואס זאלן גיין אין פובליק סקול כדי מען זאל זיי מקרב זיין, וואס איינער האט לעצטנס געפאוסט דא. ער האט נאך די העזה חוזק צו מאכן פון אזעלכע (די וואס וועלן קריטיקירן זיין ביכל אלס צו שטארק פאזעטיוו) וואס כאטש האבן א געהעריגע דעילי דזשאב אויכעט אחוץ זיצן און שרייבן טרונקען וויין און עסן פאפיטעס מיט די פארויכערטע סאברעס אין קאפטענעס אויף רחוב יהודה הלוי. צו קלארמאכן, איך בין נישט קיין חסיד פון באשמוצן חרדים אלס א סינגל ענטיטי אין די אויגן פון דרויסענדיגע פונקט ווי איך בין נישט קיין חסיד פון זיי באשיינען און אויטענטיפיקירן אלס עפעס יוניק, אלס א הפיכיות און אלטערנאטיוו צו סעקולעריזם, פשוט א דיפערענט מהלך, אין די אויגן פון די המון עם.

נארוואדען, זיין ביכל און זיינע אינטערוויאוס וועלן זיכער גורם זיין אז סיי די נארמאלע צווישן אונז, וואס זענען זעכער, איך בין מודה, א רוב - נאר האבן מורא זיך עפענען דאס מויל, וועלן מער קוראזש באקומען. און אויך סיי די וואס האבן ליידער שוין געטוהן ווילדע מעשים אין די עבר מחמת חוסר ידיעתם וועלן מוחל זיין, וועלן מער טאלעראנט און פארשטאנדיג ווערן אז מענטשן אינדרויסן האבן אונז לאו דוקא פיינט אלעמאל און זענען נישט אלעמאל אויסן צו פארלייגן זיך אויף אונז. די זעלבע וועט עס האבן א גוטע השפעה אויף דרויסענדיגע צו טוישן זייער בליק אויף חרדים למוטב וכו'.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: אנעקדאטן פון מיין ישראלי'שן נאטיץ-ביכל

שליחה דורך שערי יושר »

איינער ווייסט ווען מוועט קענען קויפן דאס ביכל אויף ענגליש?
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

שאלתיאל האט געשריבן:א ניק הי"ו האט זיך אנגעפרעגט ביי מיר איבער בוקסטורס אין ירושלים. איך לייג ארויס פובליק מיין ענטפער זאלן נאך האבן תועלת.

ס'דא עטליכע גוטע בוקסטורס אין ירושלים וואס איך קען (רוב פון זיי געפינען אין זעלבן געגנט):

הולצר בוקס,יפו. - א קליין געשעפטל אויף יפו, זיי האבן גאנץ א גרויסע אויסוואל, אין אסאך שפראכן, בעיקר פון סעקענד הענד בוקס פאר זייער ביליגע פרייזן. ביכער קומען און גייען און די אויסוואל טוישט זיך נאנכאנד. ס'איז א באקאנטע, האלב-מיטאלאגישע געשעפט אין ירושלים וואס דינט ווי א שטיקל קולטור צענטער. דער בעלעבאס ליאור איז אַן אינטעראנסטע פיגור און ארגאניזירט טעגליכע פרי לעקטשערס איבער פילאזאפיע און היסטאריע אויף דער אויבערשטע שטאק.

דני ספרים, אבן ישראל.- זיי האבן א ריזיגע אויסוואל, אלע נייע ביכער אבער אויך אסאך סעקענד הענד, די נייע איז נארמאלע פרייזן און די סעקענד הענד ביליגע פרייזן.

הגלרייה לספרות, ש"ץ.- אויך אַ טשיקאווע געשעפט, זיי האבן א ריזיגע אויסוואל פון אלע סארטן ביכער און שפראכן, בעיקר סעקענד האנד. פאר זייער גוטע פרייזן. מ'קען דארט טרעפן אוצרות פון אלטע ביכער און צייטונגען.

סיפור חוזר שמואל הנגיד.- א ברענטש פון א נאצינאלע סאושעל בוקסטורס נעץ. אלע ביכער קאסטן 25 שקל ( אויב מ'ברענגט צוריק באקומעט מען צוריק האלב פרייז מיין איך). זיי האבן בעיקר ראמאנען און נאוועלס.

בוקסטור מרכז כלל יפו.- א מישמאש פון נייע ביכער מיט גאר אלטע ביכער.

תרשישה ספרים בן סירא.- דאס איז מער אַן עליטיסטישע בוך געשעפט מיט א געקליבענע אויסוואל פון אינטיליגענטע ביכער וואס מ'טרעפט נישט אזוי ביי אנדערע. בעיקר פון Humanities אפטיילונג. די פרייזן זענען היבש טייער.

שפעטער האסטו האסטו די שטאטישע לייברערי 'בית העם' אויף בצלאל, דארט האסט וואס דו ווילסט נישט נאר אבער מ'דארף זיין רעגיסטרירט.
נאך:

שטיין ספרים - המלך גור'ג. פון די בעסטע, אויב נישט 'דער' בעסטע בוך געשעפט וואס כ'האב געטראפען אין ירושלים. א ריזיגע און גוטע אויסוואל פון ביכער, ניייע און סעקענד הענד, אין עברית און אין ענגליש. היבש גוטע פרייזן + דער באלעבאס איז זייער פריינטליך.

הנסיך הקטן - יפו. א קאפע און באר וואס איז אויך א בוך געשעפט, בעיקר פון סעקענד הענד פאר ביליגע פרייזן. א גוטע אטמאספער. קומט דארט פאר קולטור עווענטס פון צייט צו צייט.

די פאלגענדע צוויי האבן בדר"כ רעגולער פרייזן אבער זייער א גוטע און אינטילגענטע אויסוואל
אדרבה- שדרות מיימון אין רחביה.

צומת ספרים- בן הלל. (נייע לאקעישען).
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
פארשפארט