ניין! מי ימצא, ס'נישט דיין שילד. בלעים זיך נישט פאר די פראבלעמען פון אנדערע מענטשן.מי ימצא האט געשריבן:רבותיי!
איך מיין אז איך וועל מיך ארויסציען פון שטיבעל. צופיל קאפי געטרינקען דעי וואך דא.
@yesiknow, איז קלאר נישט קיין טראלל. איך האב מיך אויסגעשמועסט מיט אים אין פריוואטע קאפי צימער, און סאיז ארויסגעקומען, אז פרויען נעמען פלעין זאכן, נישט אין פראפארציע. ער איז א פיינע ניק. רייסט אים ביטע נישט אראפ.
איך נעם די שולד אויף מיך, ווייל איך זעה, אז שוין די צווייטע מאל, וואס מען באשולדיגט א ניק, איז עס נאך, וואס איך האב געשריבן עפעס, מיט צופיל געפילן. ( פרויען באלאנגען טאקע נישט דא )
לחיים, לאמיר טרינקען קאווע צוזאמען. און נישט פארגעסן, אז אונטער יעדע ניק, קלאפט א עכטע הארץ, וואס שרייבט די ווערטער.
ס'זענען דא מענטשן וואס ווייסן נישט וויאזוי צו האבן א רעספעקטפולער מיינונגס פארשינדהייט, און אויב הערן זיי עפעס וואס געפעלט זיי נישט, און זיי האבן נישט קיין זאכליכע סברה צו פארטיידיגן זייער מהלך, וועלן זיי גלייך גיין טראללן. איך געדענק טאקע נישט דעם 'יא איך ווייס' אלץ א טראלל, אבער לעצטנס דרייט ער זיך ארום אין אלע אשכולות און טראללט. אמאל אין א פארקראכטע ענגליש און אמאל אין א צו'מזיק'טן לשון קודש.
איך פראביר נאר צו טראכטן אז ס'איז א שובבי"ם משבר, און ס'וועט האפנטליך אריבערגיין...
דיין שילד איז עס אבער נישט.
די אנדערע פאל, איז אויך נישט געווען דיין שילד. יענעמס תגובה איז בכלל נישט געווען אין פלאץ.