יהודית פלעטשער פון נחמה: חרדים ברויכן עקאנאמישע עמפאווערמענט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
שופטת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 25, 2022 4:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

יהודית פלעטשער פון נחמה: חרדים ברויכן עקאנאמישע עמפאווערמענט

שליחה דורך שופטת »

די פאלגענדע איז א סטעיטמענט געמאכט דורך יהודית פלעטשער פון די טינק-טאנק ארגאניזאציע נחמה, צו די לאנדענע טיימס - פובליצירט לעצטע פרייטאג. פאר די טובה פון די לייענער האב איך עס איבערגעטייטשט צו אידיש.

פרייהייט פאר רעליגיע קען נישט בארעכטיגן א פעלערהאפטיגע חינוך.

אין די מזרח-אייראפע פון בעפארן קריג, פלעגן נאר א קליין פראצענט פון קינדער, וואס זענען פאררעכנט געווארן ספעציעל גוט אין תלמוד, אוועקגעשיקט ווערן צו לערנען אין ישיבות כדי זיי צו ערציען פאר א קאריערע אינערהאלב די רבנישע שיכט. די איצטיגע מצב אין וועלכע יעדע 13 יעריגע חסידישע אינגל מוז לערנען תלמוד אגאנצן טאג, יעדן טאג, במכוון אויסשליסענדיג סיי וועלכער אנדער לימוד, איז נישט געהערט געווארן, און האט קיין שום סמכות נישט, אין אידישע טראדיציע. און דאס האט א גוטע סיבה אויכעט: מערסטנס קינדער וועלן נישט בליען אין אזא מסגרת. אומרעגיסטרירטע, אומרעגולירטע ישיבות זענען נישט גוטע פלעצער פאר חסידי'שע קינדער.

די אומאפהענגיגע אויספארשונג אין סעקסיואלע אביוז פון קינדער (IICSA) האט געזאגט אין א לעצטיגע באריכט אז "נישט די פרייהייט פאר רעליגיע און גלויבונג, אויך נישט די רעכט פון עלטערן אנבאלאנגט די חינוך פון זייערע קינדער קען סיי ווען אימער בארעכטיגן די שלעכטע באהאנדלונג פון קינדער אדער צוריקהאלטן גאווערנמענט אויטאריטעטן פון נעמען מאסנאמען, וויכטיג צו באשיצן קינדער פון שעדיגונג".

די חסרון פון אומאפהענגיגע איבערזיכט און חשבון-געבן האט געפירט צו קאטאסטראפאלע תוצאות און אנדערע רעליגעיזע אינסטיטוציעס [קאטוילישע קירכע], אוואו די השקפה איז ביז דאן געווען אז מדות טובות און גוטע כוונות וועלן פארמיידן אביוז. עס איז פשוט טפשות צו פרובירן אנצושטעלן אז ווען ס'קומט צו חסידי'שע מוסדות, מחמת סיי וואספארא צויבערהאפטע סיבות, אז זיי דארפן נישט אן אומפהענגיגע איבערזיכט כדי צו פארזיכערן אחריות.

דאס בארויבן קינדער פון צוטריט צו די חינוך וואס זיי דארפן כדי צו מאכן באדייטנדע בחירות אין לעבן טוט נישט די קינדער קיין שום טובה און איך שטעל אין פראגע-צייכן א יעדן וואס מאכט אזא קלעים. אויפציענדיג דורות פון קינדער וואס קענען נישט ליינען אדער רעכענען האט געפירט צו א קולטור פון צוגעבינדנקייט און אנגעוויזנקייט, הויפטזעכליך אויף די רעליגיעזע היערארכיע פון די קהילה, וועלכע אין רייע, ערווארטן אז זיי די קהילה מיטגלידער, זאלן זיין אנגעוויזן אויף סטעיט-וועלפעיר כדי צו פיטערן זייערע קינדער.

קהילות ברויכן ארבעטן פאר די טובה און בענעפיט פון אלע זייערע מיטגלידער, נישט בלויז פאר די פירערשאפט. די לעזונג איז צו רוקן זיך צו א פון-אונטן-צו-אויבן צוגאנג אין וועלכע געווענליכע קהילה-מיטגלידער קריגן שליטה איבער זייערע אייגענע לעבנס, אנשטאט א [ווי ביז-היינטיגע] פון אויבן-צו-אונטן צוגאנג, דירעקטירט דורך קהילה-פירער וואס זענען אפטמאל נכשל געווארן אדער האבן אפילו שאדן געמאכט זייערע קהלות. לימודי חול איז שליסל ווייל עס גיבט די כח, און צו זיין פונטקליך – עקאנאמישע כח, איבּער, אין די הענט פון געווענליכע און דורכשניטליכע אינגעלייט. עס ערמעגליכט זיי צו טשאלענדזשן און אויפפאדערן זייערע הנהגה אנשטאט זיין פארקנעכטעט צו זיי אויס-פחד פון די קאנסעקווענצן וועלכע זענען אומשטאנד צו שעדיגן זייערע אייגענע לעבנס און די לעבנס פון זייערע משפחות.

עס איז נישט גענוג מסכים צו זיין אז חסידי'שע קינדער ברויכן טאקע האבן צוטריט צו אן עדיוקעישן. מיר דארפן אנערקענען אז נויטיקע טויש 'מוז' פאסירן. קהילה פירער טוהען דאס באקעמפן מיט זייער גאנצער קראפט. זיי טענה'ן אז נאר מענטשן אינעווייניג האבן די רעכט צו דן זיין איבער וואס איז ריכטיג אדער נישט פאר חסידי'שע קינדער, אבער זיי טוען אין די זעלבע צייט באשולדיגן סיי וועלכער אינעווענדיגסטער, וואס ערלויבט זיך צו פאדערן און רופן פאר טויש הויך אויפ'ן קול, אלס א "דרויסנדיגער", בלויז צוליב דאס אייניגע רצון פאר טויש. מען קען נישט טאנצן אויף צוויי חתונות, לויטעט די אידישע שפריכווארט.

די נכשל'דיגע פלענער אין חלק 3 און 4 פון די סקולס בילל וואלט געגאנגען א שפאן אין ריכטונג פון באשטעטיגן אז ישיבות זענען טאקע סקולס [ערלויבנדיג צו אינפארסירן די רעגולאציע בנוגע ווי אזוי סקולס דארפן זיך פירן]. זיי וואלטן געווארן רעגירסטרירבאר און אינספעקטירבאר. די אויסגעלאזטע סעיפים וואלטן פארשטארקערט אפסטעד'ס כח צו איינזאמלען באווייזן אין פארדעכטיגטע, אומרעגיסטריטע חדרים און שולעס און וואלטן געשאפן א רעגיסטרירונג פון קינדער וואס ווערן "אפיציעל" געלערנט אינדערהיים.. דאס וואלט געווען א גוטע אנהויב בנוגע האלטן די קהילה צו אחריות פאר די ביז-היינטיגע, געהיימניספולע חינוך פון אירע קינדער.. קוקענדיג פאראויס ברויך די דעפארטמענט אף עדיוקעישן ארבעטן ביינאזאם מיט אינגע ניי-שפראצנדע פירער אינערהאלב די קהילות, וואס לאזן זיך נישט פון אפשרעקונג און קענגערשאפט. דאס אויפנעמען פון א ספעציעלע קאמיסאר פאר דעם צוועק איז מעגליך א באדארף כדי צו אדרעסירן אלע פרטים.

עס איז א טראגעדיע אז מען האט צוגעלאזט דער פראבלעם צו אייטערן זיך. מיט די פובליק פּאקעט נאר ארימער ווי סיי ווען, טוט די חסידישע קהילה ריזיקירן ארעמקייט, פעהלונג און [עווענטועל] צעזאמענפאל. עס איז צו טייער צו דערלאזן דאס זאל פאסירן.

יהודית פלעטשער איז געבוירן צו אן אלטרא-ארטאדאקס משפחה. זי איז די קא-גרינדערין פון נחמה, א קבוצת-דיון וואס זוכט צו באקעמפן עקסטרעמיזם אינערהאלב די אידישע קהילה.
שלום אהן אמת איז קיין שלום נישט. פעלשן ליבע איז ערגער ווי כפירה בה'. עדיף להיות לבד מלהיות עם אנשים כאלה.
פארשפארט