זמן חורבן בתי מקדשים - עפ"י חז"ל - ולפי חוקרי זמנינו
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך האב אדורכגעליינט דעם מאמר און ס'איז מיר געפעללן וואס דער שרייבער זאגט. איך האב איהם געוואלט געבן א לייק. נאר איך האב באמערקט אז אני הקטן בין דער שרייבער פון די תגובה. און (דערווייל) קענמען נישט געבן א לייק פאר די אייגענע תגובה...! ס'וואלט כדאי געווען אז מ'זאלל קענען געבן א לייק פאר די אייגן געשריבענע תגובה אדער מאמר. נאך א שטיק צייט...!berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: דארט אין מס' פסחים רעדט זיך איבער ענייני הטבע. צי די וועלט דרייטציך ארום די זון אדער די זון דרייט זיך ארום די וועלט. קענמען זיך דינגען ווער ס'איז גערעכט. צי די חז"ל אדער די חכמי אומות העולם. אבער וואו מ'פארציילט כראנאלאגישע פאקטן פון היסטאריע איז נישט שייך זיך צו דינגען. נאר ווער ס'איז אביעקטיוו. און ווער ס'האט א נגיעה צי מכח פחד אדער אנדערע מאטיוון צו פארדרייען די אמת'ע פאקטן. מעגליך אז יאסעפוס פלאוויוס איז געווען געפאנגען ביי די רומיים. און ער האט געמוזט שרייבן די היסטאריע לויט זייער געשמאק. די חז"ל האבן נישט געהאט קיין אגענדא. און זיי האבן פארציילט דעם אמת כמות שהיא...! מכלל הן אתה שומע לאוו...דאס איז געזאגט געווארן פאר די אלע וועלכע פרעטענדירן צו זיין אויפגעקלערטע פילאזאפן. די פסעוודא-אינטעלעקטואלן. וועלכע האבן אפשר אדורכגעליינט אנדערטהאלבן אפיקורס'ישע ביכלעך. און זיי האלטן אז זיי זענען די קלוגסטע אין די וועלט. און די ערשטע זאך וועלכע זיי זענען פוגע איז די באגלייבטקייט פון די דברי חז"ל...!רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט דעם דיון דא, ממה נפשך, אויב גלייבסטו חז"ל, דארפסטו זיי אויך גלייבן אז זיי האבן מודה געווען צו די חכמי אומות העולם אין געוויסע זאכן. און ווען די גמרא ברענגט א טוץ מימרות איבער ענייני הטבע און פרעגט זיי אלע אפ אין פסחים צד., דארפסטו זיי גלייבן אז זיי זענען טאקע אפגעפרעגט. אויב אבער גלייבסטו נישט חז"ל, דאן פארוואס די אנדערע זאכן גלייבסטו יא? וואספארא פארמיולע נוצטו אפצומאכן וואס יא אפצוקויפן און וואס נישט? מ'דארף עפעס א שיטה אויף דעם?! אויב שיטה דארף די אנדער צד א שיטה א הסבר אויף זייערע קרומע מיינונגען.נעגעל וואסער האט געשריבן:איך געדענק זעהן ברענגען פון רבי עזריה מן האדומים אז די חשבונות פון חז"ל מוז נישט זיין אקוראט. כטרעף נישט יעצט די מראי מקום. דאס שטומט זייער גוט לשיטתו אויף זיין כללית'דיגע בליק איבער חז"ל און מדע כמבואר באריכות לאורך הקאווע שטיבל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 69
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:59 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל
מען זעהט דאך אז די גוזמאות פין רבה בר בר חנה מוז מען נישט אננעמען כפשוטו, איז דער שאלה צו אפשר לגבי דער יארן פין דער היסטאריע איז אויך שייך אזוי צו זאגען. ווען איז דער גדר?
עס איז באקאנט דער תשובת הרשב"א וועגען די וואס ווילען האלטען לגבי די מעשיות אין די תורה אז עס מוז נישט האבען געוועהן, עס קומט נאר מרמז זיין אויף העכערע ענינים. ווען מען זעהט ווי אונז היינט האבען רמזים און ענינים אויף יעדעס פרט, איז דער אמת נישט נוגע מער, ווייל די רמזים בלייבען ווייטער.
פארוואס איז באמת א נפק"מ ווען דער חורבן איז געוועהן? אין דער יאר צו אין דער יאר? פונקט ווי אזעלכע וואס זענען מעורר צו די זעקס מיליאן אידען זענען פונקטלעך אדער נישט. וואס איז א חילוק? אויב איז געוועהן זיבען מיליאן, ווען מען צולייגען א טרער? און אויב איז נאר געוועהן איין מיליאן, איז דער חורבן נישט ראוי צו וויינען?
און טאקע דער מאור עיניים, ווען ער טענה'ט אויף בריאת העולם אז עס איז נישט מדוייק, לויט זיינע חשבונות, וואס איז א חילוק? אויב איינער גלייבט נישט אז בראשית ברא אלקים קומט זאגען עפעס אסאך טיפער און גרעסער ווי דער פשוטע פשט, און דערפאר האט ער א פראבלעם מיט עוואלוציע, איז ער שוין ממילא פארקראכען.

- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: זמן חורבן בתי מקדשים - עפ"י חז"ל - ולפי חוקרי זמנינו
זייער שיין. עס איז אבער דא א חילוק צווישן אגדתא וואס איז מלכתחלה געשריבן געווארן פאעטיש, צו קעניגן און יארן וואס די גמרא לייגט אראפ אלס א פאקט.
אזוי אויך איז עס נישט אינגאנצן דומה צו דברים טבעיים הנזכרים בגמרא וואס איז ס''ה טעאריעס אדער עקספערעמענטן, אבער די קעניגן און יארן וואס די גמרא דערציילט זענען לכאורה א מסורה דור אחר דור, ענדערש ווי א טעאריע.
*
מענין לענין, אויף וויקיפעדיע ערך מגילת אסתר האב איך געזען אז עס איז דא חוקרים וואס טענה'ן אז די מגילה איז ארגינעל געשריבן געווארן אלס א קאמאדי. כ'האב עס איבערגעזאגט פאר איינעם און ער האט זיך גערעגט אז ס'איז כפירה. זאג איך אים: "קוק ווי ווייט די קאמעדי גייט"...

וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
דערמנסט מיר פון וואס כ'האב אמאל געהערט, אז גאר אסאך פון די אלע סיפורי מעשיות וואס מיר האבן אויף די תלמודי בעש"ט, איז פשוטע פאנטאזיעס וואס די משכילים האבן געשריבן אלס א קאמעדי, צו שפעטן וויאזוי די תמימות'דיגע חסידים גלייבן אין האר אויפשטעלנדע פאנטאסטישע מעשיות. זענען געגאנגען די חסידים און נאך אפגעקויפט די אלע מעשיות פאר גוט געלט כאילו ס'איז אלעס תורת אמת...כרם זית האט געשריבן: מענין לענין, אויף וויקיפעדיע ערך מגילת אסתר האב איך געזען אז עס איז דא חוקרים וואס טענה'ן אז די מגילה איז ארגינעל געשריבן געווארן אלס א קאמאדי. כ'האב עס איבערגעזאגט פאר איינעם און ער האט זיך גערעגט אז ס'איז כפירה. זאג איך אים: "קוק ווי ווייט די קאמעדי גייט"...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: זמן חורבן בתי מקדשים - עפ"י חז"ל - ולפי חוקרי זמנינו
דוד אסף שרייבט טאקע אין 'נאחז בסבך' אז די נאמען אלעקסיי אלס בעל עגלה פון דער בעש''ט ווערט די ערשטע דערמאנט אין א סאטירע פון יוסף פערל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
די פרס'ישע תקופה האבן חז"ל נישט געשריבן מיט א מסורה, והא ראי' אז זיי האבן טאקע נישט געוואוסט דעם אמת. נאר עס איז געבויט אויף די פירוש הפסוקים אין דניאל, ווי חיים מיליקובסקי שמועסט עס הערליך אויס אין זיין ביאור אויף סדר עולםכרם זית האט געשריבן:זייער שיין. עס איז אבער דא א חילוק צווישן אגדתא וואס איז מלכתחלה געשריבן געווארן פאעטיש, צו קעניגן און יארן וואס די גמרא לייגט אראפ אלס א פאקט.
אזוי אויך איז עס נישט אינגאנצן דומה צו דברים טבעיים הנזכרים בגמרא וואס איז ס''ה טעאריעס אדער עקספערעמענטן, אבער די קעניגן און יארן וואס די גמרא דערציילט זענען לכאורה א מסורה דור אחר דור, ענדערש ווי א טעאריע.
מ'פארציילט אז עמיצער האט אמאל געפרעגט ר' גדליה נדל אויף געוויסע זאכן אין מגילת אסתר וואס שטימען נישט, האט ער גענטפערט "עס איז א פורימ'דיגע מעשה" ודפח"ח (ניבא ולא ידע מה ניבא?)כרם זית האט געשריבן:מענין לענין, אויף וויקיפעדיע ערך מגילת אסתר האב איך געזען אז עס איז דא חוקרים וואס טענה'ן אז די מגילה איז ארגינעל געשריבן געווארן אלס א קאמאדי. כ'האב עס איבערגעזאגט פאר איינעם און ער האט זיך גערעגט אז ס'איז כפירה. זאג איך אים: "קוק ווי ווייט די קאמעדי גייט"...
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: זמן חורבן בתי מקדשים - עפ"י חז"ל - ולפי חוקרי זמנינו
יישר כח. מסתבר אַז ר'גדליה האט געוויסט וואס ער איז מתנבא.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 69
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:59 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 69
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:59 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל
די משכילים האבן דאס געטוהן מיט דער גר"א אויך. אינווענטירט גאנצע מעשה'לעך, וואס מען פארציילט זיי היינט נאך מיט א יראת הכבוד.כרם זית האט געשריבן:דוד אסף שרייבט טאקע אין 'נאחז בסבך' אז די נאמען אלעקסיי אלס בעל עגלה פון דער בעש''ט ווערט די ערשטע דערמאנט אין א סאטירע פון יוסף פערל.
די משכילים האבן געמאכט אזעלכע גוטע מעשה'ס אז עס איז נישט געוועהן קיין סיבה עס נישט אנצונעמן פאר "עכט".
אבער דאך זעהט נישט אויס אז דאס זאל האבן געשעהן מיט חורבן הבית.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: זמן חורבן בתי מקדשים - עפ"י חז"ל - ולפי חוקרי זמנינו
@פנחסבןאלעזר, אפשר ביסטו מפרט די מעשה פון די גר''א? מיינסט די מעשה פון שלמה מיימון?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 69
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:59 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל
יא. דער מעשה האב איך געזעהן א לאנגע בירור אז דער מעשה האבן געשריבן משכילים זעלבסט אויף אפצוחוזק'ן דער מהלך המחשבה. דער מעשה ברענגט ארויס דער רוח הקודש פין דער גר"א, און ווי ער האט געהייסן געבן מלקות ווייל ער האט זיך געוואגט צו זאגן אז דרש איז נישט פשט. דער מעשה האט געשלאגן ווארצלן ביז דער לעצטיגע מערכה מיט דער פשוטו של מקרא חומש, שלא ביודעים, איך האב נישט געזעהן איינער זאל אנווייזן דער מעשה אויף דעם. אבער ביי מיר איז א דבר פשוט אז די משכילים זענען שולדיג מיט זייער חוזק, אויף אסאך פין אונזערע חמורות. ווען זיי זאלן וויסן אז זייער חוזק גייט ווערען ערענסט, וואלטן זיי עס אפשר נישט געטוהן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
קענסט צוצייכענען צו דעם בירור?פנחסבןאלעזר האט געשריבן:יא. דער מעשה האב איך געזעהן א לאנגע בירור אז דער מעשה האבן געשריבן משכילים זעלבסט אויף אפצוחוזק'ן דער מהלך המחשבה. דער מעשה ברענגט ארויס דער רוח הקודש פין דער גר"א, און ווי ער האט געהייסן געבן מלקות ווייל ער האט זיך געוואגט צו זאגן אז דרש איז נישט פשט. דער מעשה האט געשלאגן ווארצלן ביז דער לעצטיגע מערכה מיט דער פשוטו של מקרא חומש, שלא ביודעים, איך האב נישט געזעהן איינער זאל אנווייזן דער מעשה אויף דעם. אבער ביי מיר איז א דבר פשוט אז די משכילים זענען שולדיג מיט זייער חוזק, אויף אסאך פין אונזערע חמורות. ווען זיי זאלן וויסן אז זייער חוזק גייט ווערען ערענסט, וואלטן זיי עס אפשר נישט געטוהן.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: זמן חורבן בתי מקדשים - עפ"י חז"ל - ולפי חוקרי זמנינו
לויט ווי איך ווייס איז די מעשה געווען פינקט פארקערט. ר'הערשל לעווין האט געדרוקט די מעשה אין 'עליות אליהו' און די משכילים האבן עס אפגעלייקנט. בכלל איז נישט מסתבר אַז די משכילים זאלן פארקויפן אזאלכע מעשיות אויף דער גר''א, וויבאלד זיי האבן אים געהאלטן אלס זייעריגער.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.