הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן
הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן
אין א דראמאטישע אינטערוויו איז דער בן זקונים פון אדמו''ר מוהרא''ש מברסלב ארויסגעקומען קעגן זיין אייגענעם טאטן, אויפדעקענדיג ווי אזוי ער האט זיך אויפגעפירט אונטער פארמאכטע טירן און צו אים אליין.
https://www.israelhayom.co.il/magazine/ ... e/13783229
https://www.israelhayom.co.il/magazine/ ... e/13783229
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:
כבין דא צו זאגן מיין מיינונג, כבין נישט דא אויסצופאקן ברבים וואס כווייס אבער אז די פרעגסט פרטים גיב כדיר איין מראה מקוםששון ושמחה האט געשריבן:הייסט די שיסט דיין סטעיטמענט, און יעצט דארף איך טוהן האומווארק צו פארשטיין דיינע ווערטער?כלבאשבוע האט געשריבן:פרעג זיך נאך ביי ר׳ יהושע לייפער
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
עפעס גייט פאר אין ברסלב, יעדן צווייטן טאג א צווייטער, ממש א אונטערגאנג... יעדע משפיע טוט הטרדה מינית... די אייגענע קינדער באשולדיגן, איך זע דא פעטערן, דאס איז די דריטע ברסלבע משפיע וואס די קינדער באשולדיגן מיטן ערגסטן, קען זיין ס'איז דא נאך, אבער דריי ליגט מיר אין קאפ, אדער קען זיין עפעס טויג נישט ביי זיי אדער קען זיין אז דאס מסר'ן עלטערן איז א משוגעת וואס די ברסלב'ע האבן זיך לעצטנס אויסגעלערנט און מ'טוט זיך נאך איינע דעם צווייטן, און דאס מיינט אז מיט די צייט וועט זיך עס אריינכאפן ביי אנדערע חסידות'ן אויך, די דריטע מעגליכקייט וואס קען זיין איז וואס איך האלט אז דאס מאכט די מערסטע סענס איז אז ברסלב איז פשוט א גוטע פלאץ פאר קראנקע מוחות גרויס צו ווערן און אויסנוצן זייער שלעכטע נייגונגען, און דאס נעמט אבער נישט אוועק פון די חסידות כשלעצמה און פאר אלע זייערע וואוילע אידן וואס שיצן זיך אונטער אירע פליגלען.
מושי שיק האט זיך איינגערעדט אז ער גייט ירש׳ענען די מיליאנען פון זיין טאטן, און למעשה האט ער געזען אז ער וועט נישט. ער איז שוין געווען צעהארגעט מיט זיין פאטער בחייו, און אצינד האט ער מחליט געווען ארויסצוגעבן א טעלעוויזיע סעריע צו דעמעזשן פאר די יבניאל קהילה קאסע. דער ארטיקל איז נאר אן אדווערטייזמענט פאר די סעריע וואס וועט נאכפאלגן אויף כאן 11.
מוהרא״ש איז געווען א שווערע מענטש, אלע ווייסן עס. אבער די אלע בול-קרעפ פון הטרדות האט מושי יעצט ׳אויפגעדעקט׳ כדי די פרשה זאל קריגן פליגלען...
ווי האט יענער געזאגט? מושי זאגט אינעם אינטערוויו אז ער האט געזאגט פאר זיין טאטן אויפן קראנקן בעט אז ער איז אים נישט מוחל. דער וואס קען משפחת שיק ווייסט אז דאס איז די שפראך דארטן, זיי זענען זייער הארטנעקיגע לייט, ס׳מיינט גארנישט מער ווי א גוט מארגן און א גוטע נאכט. מוהרא״ש האט זיך נישט געקראצט דערפון, און מושי האט עס נישט געמיינט אזוי דראמאטיש. ס״ה נאך א קהילה שמוץ וועש וואס גייט יעצט הענגען און שטינקען.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ווי ס'זעהט אויס האט הרב מוישי שיק בלי שום ספק אן אגענדא. אבער בתוך הדברים זאגט ער עפעס אמת.
ער באשולדיגט דאך נישט זיין טאטע דעם צדיק אין הטרדה מינית. זיין טענה איז נאר אז זיין טאטע האט גארנישט געטון מעניש צו זיין דעם וואס האט איהם מאלעסטעד. ער האט עס נאר געטרייט צו פארדעקן.
די איבעריגע זאכן זענען אלעס לופטיגע טענות. אבי גערעדט.

- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
אדער איז פשוט ברסלב די איינציגסטע פלאץ ווי ס'דא פלאץ פאר א פשוט'ע מענטש גרויס צו ווערן. אין אנדערע פלעצער הרג'עט מען אפ א מענטש די רגע ער פאנגט אן ווערן גרויס.תרמב האט געשריבן: אז ברסלב איז פשוט א גוטע פלאץ פאר קראנקע מוחות גרויס צו ווערן און אויסנוצן זייער שלעכטע נייגונגען, און דאס נעמט אבער נישט אוועק פון די חסידות כשלעצמה און פאר אלע זייערע וואוילע אידן וואס שיצן זיך אונטער אירע פליגלען.
חוץ מזה איז פשוט דא אין ברסלב 50 משפיעים מילא העט אייביג זיין דארט מער משוגע'נע מעשיות אויף די משפיעים...
אבער ס'ליגט טאקע א שטיקל אמת אין דעם אז וויבאלד יעדער קען ווערן גרויס אין ברסלב ווערן טאקע מענטשן משפיעים כאטש זיי זענען נישט ראוי (גראדע האלט איך נישט אז דאס איז די קעיס מיט מוהרא"ש זצ"ל), אבער כנ"ל איז דאס נאר וויבאלד מ'האט דארט בכלל די מעגליכקייט גרויס צו ווערן, און די ליכטיגע זייט דערפון איז פי כמה גרעסער ווי די טונקעלע. שטעל דיר נאר פאר הרה"צ רי"מ שכטר זאל ווען זיין א בעלזער, וואלט ער געווען עפעס אן אלטער מגי"ש אין ישיבה וואס וואלט איבערגעזאגט די תורות פונעם רבי'ן פרייטאג צונאכטס נאכן טיש פאר א קופקע שוואנצאנים... אדער הרה"צ רי"מ מורגנשטערן אלס א סאטמארער חסיד וואלט געווען עפעס אן אפגעריסענע משפיע אין קווינס וועם קיינער וואלט נישט אנגעקוקט...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
און די וועלט וואלט אסאך שענער אויסגעקוקט אזוי.מתבודד האט געשריבן:שטעל דיר נאר פאר הרה"צ רי"מ שכטר זאל ווען זיין א בעלזער, וואלט ער געווען עפעס אן אלטער מגי"ש אין ישיבה וואס וואלט איבערגעזאגט די תורות פונעם רבי'ן פרייטאג צונאכטס נאכן טיש פאר א קופקע שוואנצאנים... אדער הרה"צ רי"מ מורגנשטערן אלס א סאטמארער חסיד וואלט געווען עפעס אן אפגעריסענע משפיע אין קווינס וועם קיינער וואלט נישט אנגעקוקט...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
דאס איז נישט מער ווי נארמאל.ליימדארפער האט געשריבן:די מציאות פון היסטאריע איז.
קיין איין ברעסלעווע משפיע צו פירער, האט נישט מצליח געווען אז זיינע קינדער זאלן ממשיך זיין פון אים.
קוקט נאך איינס ביי איינס. אנגעהויבן ביים ערשטן - ביז היינט.
לאמיר זאגן ברסלב האט טויזענט אנהענגער. א משפיע שטארבט, וואס זענען די שאנסן אז זיין זון זאל זיין די מערסטע ראוי צו איבערנעמען? איינס אין טויזענט. טא, פארוואס וואלסטי עקספעקטעט אז ס'זאל אויסקומען אז פונקט זיין זון זאל איבערנעמען?
דאס וואס עס פאסירט אזוי אין אנדערע פלעצער, איז צוליב א ספעציעלע וואונדערליכע השגחה פרטית.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
אַקין העלל! שטארקע אנטדעקונג און קודאס צו מושי פאר'ן שערן. כמעט יעדע פאראגראף זאגט עפעס פראָפאונד און לאזט איבער א שטארקען רושם. כ'קען נישט ווארטן פאר די סדרה.
שכוח ששון פאר'ן שערן.
מוישי: "יומיים לאחר פטירת אבי קיבלתי טלפון מאחד ממקורביו, שאמר לי 'יש לי הקלטה שבה שומעים את אביך מדבר נגדך. או שההקלטה תתפרסם - או שתיקח מיליון דולר ותעזוב'. אמרתי לו 'שכחת עם מי אתה מדבר. שם המשפחה שלי הוא שיק, ועל שיק לא מאיימים. תצטרך להרוג אותי'.
המטרה העיקרית בחיים שלי, כרגע, היא להוציא לאור את האמת. לספר מה בדיוק קרה ולטהר את שמי. אני לא אעצור גם אם אצטרך לעשות זאת בזחילה על הרצפה. האמת תנצח".
שכוח ששון פאר'ן שערן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
"איינס אין טויזנט", ס'קען אפילו זיין נאכווייניגער, אויב צווישן די אנהענגער זענען אין אמת'ן אריין דא אפאר אירע וואס זענען אלעמאל געווען אפי' מער ראוי פונעם טאטן.. דאן איז הרב שיק אליינס אן איינס פון טויזנט אויך נישט געווען.שמעון וואלף האט געשריבן:דאס איז נישט מער ווי נארמאל.ליימדארפער האט געשריבן:די מציאות פון היסטאריע איז.
קיין איין ברעסלעווע משפיע צו פירער, האט נישט מצליח געווען אז זיינע קינדער זאלן ממשיך זיין פון אים.
קוקט נאך איינס ביי איינס. אנגעהויבן ביים ערשטן - ביז היינט.
לאמיר זאגן ברסלב האט טויזענט אנהענגער. א משפיע שטארבט, וואס זענען די שאנסן אז זיין זון זאל זיין די מערסטע ראוי צו איבערנעמען? איינס אין טויזענט. טא, פארוואס וואלסטי עקספעקטעט אז ס'זאל אויסקומען אז פונקט זיין זון זאל איבערנעמען?
דאס וואס עס פאסירט אזוי אין אנדערע פלעצער, איז צוליב א ספעציעלע וואונדערליכע השגחה פרטית.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
@טאמבל סאס איך בין דיר מציע נישט צו טאנצן צו קיין מסקנות אזוי ווי ביי הרב טאו...
דא גייט גארנישט קומען אויסטערליש. איך קען דיר פאראויסשרייבן די גאנצע סקריפט פונעם סדרה. אפאר אפגעפארענע מיידלעך און בחורים וועלן באשולדיגן אז זיי קענען נישט צו זיך קומען פון די ניצולים וואס זיי זענען אריבערגעגאנגען, עפעס א מומחה לעניני בולתא דשיטא גייט מסביר זיין אז מוהרא"ש איז געווען אן אקסיאנשאטראפיל און האט געליטן אויף כעסיאנע סינדראם, און מושי גייט זיך לכאורה צעוויינען ביים לעצטן עפיזאד.
דאס איז סתם א קהילה פאליטיק, נישטא וואס צו ווערן עמאציאנאל. (איך גיי נישט קיין יבניאל געבן געלט און איך לאך פון ברסלב, דאך אבער).

עס גייט מיר טאקע נישט אריין אין קאפ פארוואס ס'איז דא אידען וואס פארשטייען אז עס איז פארשטענדליך אויפצונעמען א קינד אלס א מנהיג רוחני בלויז ווייל זיין טאטע/זיידע איז געווען א מנהיג רוחני און א איש על העדה?? אפילו דער אייניקל איז זייער ווייט אפי' פון צו זיין א מלמד פאר קינדערגארטן קינדער!!! בו בעת וואס די זעלבע מענטשן וועלן נישט פארשטיין פארוואס אידען אין די מדבר האבן געוואלט אויפנעמען א "עגל" אלס א מנהיג רוחני?!?! גיי פארשטיי...שמעון וואלף האט געשריבן:דאס איז נישט מער ווי נארמאל.ליימדארפער האט געשריבן:די מציאות פון היסטאריע איז.
קיין איין ברעסלעווע משפיע צו פירער, האט נישט מצליח געווען אז זיינע קינדער זאלן ממשיך זיין פון אים.
קוקט נאך איינס ביי איינס. אנגעהויבן ביים ערשטן - ביז היינט.
לאמיר זאגן ברסלב האט טויזענט אנהענגער. א משפיע שטארבט, וואס זענען די שאנסן אז זיין זון זאל זיין די מערסטע ראוי צו איבערנעמען? איינס אין טויזענט. טא, פארוואס וואלסטי עקספעקטעט אז ס'זאל אויסקומען אז פונקט זיין זון זאל איבערנעמען?
דאס וואס עס פאסירט אזוי אין אנדערע פלעצער, איז צוליב א ספעציעלע וואונדערליכע השגחה פרטית.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך קען דיר העלפן עס אריינשטופן אין קאפ, די נקודת המחלוקת איז אלץ וואס איז די ציהל פונם אזויגערופענעם מנהיג. אויב די ציהל פון א מנהיג איז צו ציען דעם יוגנט צו עקסטרעמיזם, self-denial, און מזוכיזם דאן ביזטו גערעכט, זאל מען אויסוועלן אזא איינעם וואס טונקט זיך אין סיגופים און נזירות ביז איבער'ן נאז און האט נאך קיין גוטן גשמיות'דיגן טאג אין זיין לעבן געזעהן, אזא איינער וואס האט אזוי פיינט דאס מענטשליכן מין אז ער ווערט טריגערט פון א פשוט'ן שטיקל סטעיק, און ער זאל פירן די גאנצע סטאדע אין תהום אריין. אויב אבער איז די ציהל פון א "מנהיג" פשוט צאמצוהאלטן די קהילה און עס פארטרעטן ביי ציבורישע מעמדים א.א.וו. דאן איז נישט מער ווי רעכט אויסצואוועלן אזא איינעם וואס האט די מערסטע אינסענטיוו זיכער צו מאכן אז ער גיבט עס ווייטער איבער פאר'ן נעקסטן דור אין כאטש נישט אין אן ערגערן צושטאנד ווי ווען ער האט עס באקומען, דערפאר וועלט מען אויס איינער וואס אין די קהילה שטעקט דעם גוטן נאמען פון זיין טאטע און זיידע, ער מאכט א גרויס טייל פון זיין פרנסה פון די ריעל עסטעיט פון די קהילה, זיינע קינדער און איידעמער זענען אלע איינגעשטעלט אין די קהילה, און אין די קהילה זעהט ער די פינאנציעלע עתיד פון זיינע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות.