הרב אתמר בן גביר
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יאשער קויעך הרב כוואליעס שליט"ע. איהר האט שטארק מהנה געווען דעם עוילעם (גוילעם) אין אלע בעחינעסס. נאר איהר זענט מסתמא געגאנגען אין חעידער אין די מארמאראש. דארט ווי מ'האט געלערנט ספעללינג צו שראבן ןויאח מיט זיבאן גראז'ן. און ווי די רעבע האט אויסגעלערנט אלע תלמידים איוורע צו זאגן נעיהאלטאא באזניך על נעוועיה קאדשעכאה. אויך, וראשעי חאדאשים לאהעם באקאאטאה. ווייל אלע מארמאראשע אידן זאגן די זעלבע גראאז'ן...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
איתמר איז א אינטערסאנטע געשיכטע, אנגעהויבן האט ער ווי די אלע נערי הגבעות וואס מ'זעהט איבעראל אויף די שטחים און גייען אנגעטוהן מיט כיפות סרוגים, אינגערהייט האט ער איבערגעדרייט, פאברענט זאכן, געמאכט מחאות, בקיצור די האול ניין יארדס, פארשטייט זיך אז ער איז געווארן איינגעזעצט און אנגעקלאגט, אפאר מאל.
אבער דא שיינט איתמר ארויס, אנשטאט זיין אזוי ווי אלע אנדערע עקסטרעמע רעכטע, וואס דינען זייער חוב און צבא און נאכדעהם גייען זיי עפענען א פיצי יישוב אויף די שטחים, וואס מ'ווארפט אראפ נאך אפאר יאר, און נאכדעהם וויינט מען אז די לינקע קאנטראלירן די מדינה, האט איתמר געטוהן צום זאך, ער האט דעסיידעד אז ער גייט פייטן די עסטעבלישמענט מיט זייער אייגענע וואפן, ער איז זיך געגענגען לערנען צו זיין א לויער, און דווקא אין חוק שטראהלט ער, ער איז געווארן די לויער בה' הידועה פאר יעדע רעכטע קעיס, די מדינה האט איהם שוין אנגעקלאגט אינגערהייט, און ווייל ער איז אזוי גוט אין זיין דזאב, האט ער שוין צוריק באקומען מיליאנען שקלים פון די מדינה, און אויך פון צענדליגע צייטונג שרייבער וואס האבן געשריבן מיסע ארטיקלען וועגן איהם.
ווי שוין דערמאנט דורך די פותח האשכול איז איתמר א הייסע כהניסט וואס פלעגט האבן א בילד פון ברוך גאלדשטיין אויף זיין וואנט אינדערהיים, און ער פלעגט יארן שרייען מוות לערבים, אבער ביי זיין לעצטע קאמפיין האט ער אראפגענומען די בילד פון זיין וואנט, און ער האט זיך גענומען זינגען א נייע ניגון וואס ער רופט "איתמר החדש" די נייע איתמר.
לויט ווי ער טענה'ט האט ער געטוישט זיינע שיטות, און ער האלט שוין נישט אז מ'דארף הארגענען אלע אראבערס, ער האט עס געטוישט צו מוות למחבלים, (און ער שטופט יעצט א געזעץ וואס זאל מחייב זיין די מדינה צו הארגענען יעדע טעראריסט), וועגן דעהם זענען זייער אסאך עקסטרעמע רעכטע זייער ברוגז אויף איהם, ביי זיין לעצטע קאמפיין איז ער געלאפן אויף אסאך שווערע אישוס וואס רוב פאלאטישענס אין די מדינה האבן מורא צו רעדן, למשל די שרעקליכע קריים רעיטס און אסאך געגענטער, ווי אויך איז ער געוועהן ביזי מיט די "שמור על החיילים שלנו" קאמפיין, די ריזיגע מאפיא וואס גייט אן בתקפו אין די מדינה, ער האט גאר העפטיג קאמפיינט און ער איז ארומגעלאפן מבוקר עד ערב צו יעדע קריים סין און געסטראשעט מיט זיין גאן, געגעבן אינטערוויס פאר ס'האט איהם נאר געוואלט לאזן רעדן, און דאס האט איהם געמאכט גאר פאפולער, און טאקע ביי די עלעקשען איז ער אריינגעקומען גאר שטארק.

berlbalaguleh האט געשריבן:יאשער קויעך הרב כוואליעס שליט"ע. איהר האט שטארק מהנה געווען דעם עוילעם (גוילעם) אין אלע בעחינעסס. נאר איהר זענט מסתמא געגאנגען אין חעידער אין די מארמאראש. דארט ווי מ'האט געלערנט ספעללינג צו שראבן ןויאח מיט זיבאן גראז'ן. און ווי די רעבע האט אויסגעלערנט אלע תלמידים איוורע צו זאגן נעיהאלטאא באזניך על נעוועיה קאדשעכאה. אויך, וראשעי חאדאשים לאהעם באקאאטאה. ווייל אלע מארמאראשע אידן זאגן די זעלבע גראאז'ן...!
רעב בערל איך האב דיך זייער ליב, און די געבסט צו א געוואלד דא אין שטיבל, אבער די דארפסט פארשטיין אז נישט יעדער קען אזוי גוט שרייבן ווי דיר, די פותח האשכול איז גאנץ א פרישער דא, און ווען ער שטרענגט זיך אן צו שרייבן אזא לאנגע שיינע ארטיקל האלט איך אז מ'מעג איהם זאגן שכח פאר די ארטיקל און נאכדעהם צושרייבן די הערות וואס מ'האט, נישט סתם זאגן די מאכסט גרייזן, את חטאי אני מזכיר היום, איך בין אויך נישט די בעסטע שרייבער און איך קוק ארויס פאר הערות אויף מיינע תגובות איך וויל ווערן בעסער, אבער ביטע טוט עס אויף א שיינע וועג.
את מה שנראה לעניות דעתי כתבתי, און די מעגסט דיסעגריען, אבער איך מיין אז זאגן שיינערהייט העלפט מער.
אנדערע טענה'ן, אז נאכ'ן זעהן די וואך וואס די עקסטרעם לינקע טוען איבערצודרייען די מדינה, קומט אויס אז בן גביר וחביריו זענען למפרע נישט אזעלעכע צעווילדעוועטע מענטשען...
די לינקע מאכען אָן די זעלבע חורבונות ווען זיי פראטעסטירען, פארשפארן ראודס צום לופטפעלד, זיי פרעדיגן הַאס ווערטער אנקעגען זייערע בר פלוגתא...אלעס ווייל די מדינה ווערט איצט געפירט נישט לויט זייערע אידאלאגיע..
די לינקע מאכען אָן די זעלבע חורבונות ווען זיי פראטעסטירען, פארשפארן ראודס צום לופטפעלד, זיי פרעדיגן הַאס ווערטער אנקעגען זייערע בר פלוגתא...אלעס ווייל די מדינה ווערט איצט געפירט נישט לויט זייערע אידאלאגיע..
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קהל'ס נער: איתמר בן גביר איז נישט געווען א טייל פון די וועלכע האבן געהעצט צו הרגנ'ען יצחק רבין. דער רוצח (בלייבט א רוצח, סיי וואס זיין ציל איז געווען) איז א שוואכער מח. די גרופ צו וועלכע ער האט באלאנגט האבן געהעצט אויף רציחה. ספעציעל דער דאבל עידזשענט אבישי רביב. וועלכער האט איהם אנגערייצט. זאגנדיג..."נראה אותך, גיבור"...לאמיר זעהן וואספארא העלד דו ביסט. דו האסט נישט די גאטס צו הרגנ'ען רבין. האט ער אלס שוואכער בעל מח געוואלט ווייזן אז ער האט יא גאטס...!קהל'ס נער האט געשריבן:די האסט נישט פארשטאנען וואס איך שרייב, אוואדע ווען אראבערס טעראריזירן דארף מען זיי צוריקגעבן מנה אחת אפים אז זיי זאלן ציטערן פונעם ווארט יהודי ווי פונעם טייוול אליין, אבער ווען מען האנדלט מיט א פאליטישע שונא דוגמת יצחק רבין איז די מהלך צו גיין פאליטיש און נישט דורך (העצן אויף) וויילענס, ווייל אויב יא וועט די מדינה אויסזעהן ווי די אראבישע לענדער וואס ווערן חרוב ווייל מען שלאגט זיך אויס די פאליטיק דורך טעראר און נישט אין א הויז פון רעפרעזענטיטיווען.אלע צוזאמען האט געשריבן:מעג איך זיך דינגען, אדער כ'על הייסן א טעראריסט?קהל'ס נער האט געשריבן:
איך בין א שטארקע שטיצער פון בן גביר, אבער העצן אויף וויילענס איז ווראנג אפילו ווען זיין מטרה איז ריכטיג איז עס נישט מקדש די אמצעי, די רציחה פון רבין איז א בושה אויף די רעכטע לאגער, ס'נישטא וואס זיך צי גרויסן מיט דעם.
כ'האב שוין געשריבן מיין מיינונג אויף געוואלדטאטן נאך די Jan. 6 פראטעסט, געוואלדטאטן קענען יא זיין בארעכטיגט אמאל.
און ביי טעראריסט'ן אויב די מוסלומענישע טעראריסט עט וויסן אז זיין חברים, משפחה, ווייב, און יא אויך זיינע קינדער, קענען צירוקכאפן פאר דעם וואלט ער אנדערש געטראכט, ווען איך בין געווען אין 'בת עין' האט מיר איינער פון 'די בת עין אנדערגראונד' דאס מסביר געווען, און געוויזן אז ס'ארבעט, 'מושב בת עין' איז פון די איינציגסטע וואס האבן נישט קיין געהעריגע צוים אפצוהאלטן אריינדרינגער'ס, פארוואס ווייל זיי פלעגן צירוקטיילן, טייל אראבער'ס אין די אומגעגנט רופן אן די מושב 'די משוגענע בארג' און זיי ציטערן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
ריכטיג.עמקות המחשבה האט געשריבן:איתמר איז א אינטערסאנטע געשיכטע וכו'.
אבער דא שיינט איתמר ארויס, אנשטאט זיין אזוי ווי אלע אנדערע עקסטרעמע רעכטע, וואס דינען זייער חוב און צבא און נאכדעהם גייען זיי עפענען א פיצי יישוב אויף די שטחים, וואס מ'ווארפט אראפ נאך אפאר יאר, און נאכדעהם וויינט מען אז די לינקע קאנטראלירן די מדינה, האט איתמר געטוהן צום זאך, ער האט דעסיידעד אז ער גייט פייטן די עסטעבלישמענט מיט זייער אייגענע וואפן, ער איז זיך געגענגען לערנען צו זיין א לויער, און דווקא אין חוק שטראהלט ער, ער איז געווארן די לויער בה' הידועה פאר יעדע רעכטע קעיס, די מדינה האט איהם שוין אנגעקלאגט אינגערהייט, און ווייל ער איז אזוי גוט אין זיין דזאב, האט ער שוין צוריק באקומען מיליאנען שקלים פון די מדינה, און אויך פון צענדליגע צייטונג שרייבער וואס האבן געשריבן מיסע ארטיקלען וועגן איהם..
און דאס וואס מ'וואונדערט זיך יעצט, וואונדער איך זיך שוין וועגן עהם א לאנגע צייט. ווי קען עס זיין אז ער אלץ לויער זאל אזוי שטארק מצליח זיין מיט אלע זיינע תיקים - קעיסעס.
ממש איך האב עס נישט געקענט פארשטיין. ווייל כ'ווייס דאך די היסטאריע פון אזויפיל כהניסטן וואס האבן נישט קיין שאנס אנצוקומען ערגעץ ווייל זיי זענען אזוי עקסטרים רעכט, אפגעזען צו זיי זענען גערעכט מיט זייער מהלך צו נישט...
ר' מאיר כהנא וואס האט ווייניג געשפילט פאליטיק, נאר געזאגט ''צופיל די אמת''... איז אויך בדרך נס אנגעקומען איינמאל אין כנסת, און ער האט נישט געוואלט שווערן איינצוהאלטן זייערע געזעצן, בלויז וואס ס'שטייט אין תורה. ער איז טאקע אפגעווישט געווארן, און קיינער פון זיינע נאכפאלגער האבן ביז היינט נישט דערגרייכט קיין בענקל. שוין יארן...
און אז כ'האב געהערט אז ער איז געווארן א שר, איז עס שוין געווען - ווי מ'זאגט - דער עושר האט מזל... אויף עהם קען מען זאגן, יגעת ומצאת! ער האט א קעפל אויפ'ן האלדז אויך. און גייט נישט סתם מיט'ן קאפ אין וואנט אריין.
איך פארשטיי נישט בכלל די התפעלות וואס דו כאפסט אזוי פון איתמר בן גביר. ער איז געווען א גרויסער מטורף און היינט האט ער זיך עטוואס בארואיגט, געלאפן אויף א טיקעט פון סעקיוריטי און געוואונען. עס איז נישט אזוי קאמפליצירט ווי דו מאכסט עס, און ער איז גארנישט אזא העלד ווי דו מיינסט. אויב וואלט ער זיך געהאלטן צו זיינע ארגינעלע אידעאלאגיעס וואלט עס געווען א וואונדער, ער האט אבער פשוט אפגעלאזט וואס ער האט געהאלטן אמאל, און ער האט פארלוירן זיינע נענטסטע חברים ווי מיכאל בן ארי, מרזל, און גופשטיין.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
און וואס ענטפערסטו אז ער האט אלץ עורך דין געוואונען אלע זיינע קעיסעס?יהורם האט געשריבן:איך פארשטיי נישט בכלל די התפעלות וואס דו כאפסט אזוי פון איתמר בן גביר. ער איז געווען א גרויסער מטורף און היינט האט ער זיך עטוואס בארואיגט, געלאפן אויף א טיקעט פון סעקיוריטי און געוואונען. עס איז נישט אזוי קאמפליצירט ווי דו מאכסט עס, און ער איז גארנישט אזא העלד ווי דו מיינסט. אויב וואלט ער זיך געהאלטן צו זיינע ארגינעלע אידעאלאגיעס וואלט עס געווען א וואונדער, ער האט אבער פשוט אפגעלאזט וואס ער האט געהאלטן אמאל, און ער האט פארלוירן זיינע נענטסטע חברים ווי מיכאל בן ארי, מרזל, און גופשטיין.
ער איז געווען 'דער' עורך דין פון די נערי הגבעות - מיט אלע זייערע שטיק און קאפריזן, און ער האט פאר זיי אלץ געוואונען.
אט דאס וואונדערט מיר, וואס דאס איז טאקע ווי דו זאגסט, אז פונקט ער? פארוואס האבן די שופטים אים רעכט געגעבן שטענדיג ביי זיינע קאלעגן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 322
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
- האט שוין געלייקט: 178 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל
זיי האבן געהאט א גוטע רבי.קרן זוית האט געשריבן:אנדערע טענה'ן, אז נאכ'ן זעהן די וואך וואס די עקסטרעם לינקע טוען איבערצודרייען די מדינה, קומט אויס אז בן גביר וחביריו זענען למפרע נישט אזעלעכע צעווילדעוועטע מענטשען...
די לינקע מאכען אָן די זעלבע חורבונות ווען זיי פראטעסטירען, פארשפארן ראודס צום לופטפעלד, זיי פרעדיגן הַאס ווערטער אנקעגען זייערע בר פלוגתא...אלעס ווייל די מדינה ווערט איצט געפירט נישט לויט זייערע אידאלאגיע..
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
ווער זייער רבי איז ווייסעך נישט, בעיקר וואס זיי האבן איז די מידיא.מצפצף האט געשריבן:זיי האבן געהאט א גוטע רבי.קרן זוית האט געשריבן:אנדערע טענה'ן, אז נאכ'ן זעהן די וואך וואס די עקסטרעם לינקע טוען איבערצודרייען די מדינה, קומט אויס אז בן גביר וחביריו זענען למפרע נישט אזעלעכע צעווילדעוועטע מענטשען...
די לינקע מאכען אָן די זעלבע חורבונות ווען זיי פראטעסטירען, פארשפארן ראודס צום לופטפעלד, זיי פרעדיגן הַאס ווערטער אנקעגען זייערע בר פלוגתא...אלעס ווייל די מדינה ווערט איצט געפירט נישט לויט זייערע אידאלאגיע..
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
זייער רבי איז הרב הצדיק ר' אהרון ברק. דער געוועזענער הויפט ריכטער פון בג"ץ. ער האט די ערשטער געזאגט דעם פראזע..."הכל שפיט". אלעס קען געמשפ'ט ווערן. פי' אז דער בג"ץ קען אריינרעדן און זאגן א דיעה איבער א יעדן עניין. איי די תורה האט געזאגט. דער בג"ץ זאגט אנדערש...די תורה האט געזאגט אז א איד זאל נישט עסן קיין חמץ אום פסח. דער בג"ץ זאגט אז א יעדער שמויגער האט יא א רעכט צו עסן חמץ בפסח...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
די לינקע. BLM ראיאטירער און פריער די 'אקופיר וואל סטריט' אנארכיסטן אין 'אמעריקע', זענען געווען גוטע רבי'ס.מתבודד האט געשריבן:ר' בערל, @מצפצף האט געמיינט 'רבי' כלפי די אופן פון זייער פראטעסטירן. (כאי' זיי קענען נישט אליינס אן קיין רבי...)
און ס'האט זיך נישט אנגעהויבן ביי 'וואל סטריט', ווער ס'קען היסטאריע ווייסט אז די לינקע האבן אייביג גענוצט ראיאטן און געוואלדטאטן צו דורכשטיפן זייער אגענדע, עיין ב'מוסעליני' אין 'איטאליע', 'היטלער ימ''ש אין נאצי דייטשלאנד', אדער 'לענין ימ''ש אין רוסיע'.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 322
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
- האט שוין געלייקט: 178 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל
צוויי פון די דריי פון דיינע משלים זענען רעכטע.אלע צוזאמען האט געשריבן:די לינקע. BLM ראיאטירער און פריער די 'אקופיר וואל סטריט' אנארכיסטן אין 'אמעריקע', זענען געווען גוטע רבי'ס.מתבודד האט געשריבן:ר' בערל, @מצפצף האט געמיינט 'רבי' כלפי די אופן פון זייער פראטעסטירן. (כאי' זיי קענען נישט אליינס אן קיין רבי...)
און ס'האט זיך נישט אנגעהויבן ביי 'וואל סטריט', ווער ס'קען היסטאריע ווייסט אז די לינקע האבן אייביג גענוצט ראיאטן און געוואלדטאטן צו דורכשטיפן זייער אגענדע, עיין ב'מוסעליני' אין 'איטאליע', 'היטלער ימ''ש אין נאצי דייטשלאנד', אדער 'לענין ימ''ש אין רוסיע'.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
ער האט נישט געוואונען אלע זיינע קעיסעס, עמירם בן אוליאל, לדוגמא, שמאכט נאך אין טורמע.ליימדארפער האט געשריבן:און וואס ענטפערסטו אז ער האט אלץ עורך דין געוואונען אלע זיינע קעיסעס?יהורם האט געשריבן:איך פארשטיי נישט בכלל די התפעלות וואס דו כאפסט אזוי פון איתמר בן גביר. ער איז געווען א גרויסער מטורף און היינט האט ער זיך עטוואס בארואיגט, געלאפן אויף א טיקעט פון סעקיוריטי און געוואונען. עס איז נישט אזוי קאמפליצירט ווי דו מאכסט עס, און ער איז גארנישט אזא העלד ווי דו מיינסט. אויב וואלט ער זיך געהאלטן צו זיינע ארגינעלע אידעאלאגיעס וואלט עס געווען א וואונדער, ער האט אבער פשוט אפגעלאזט וואס ער האט געהאלטן אמאל, און ער האט פארלוירן זיינע נענטסטע חברים ווי מיכאל בן ארי, מרזל, און גופשטיין.
ער איז געווען 'דער' עורך דין פון די נערי הגבעות - מיט אלע זייערע שטיק און קאפריזן, און ער האט פאר זיי אלץ געוואונען.
אט דאס וואונדערט מיר, וואס דאס איז טאקע ווי דו זאגסט, אז פונקט ער? פארוואס האבן די שופטים אים רעכט געגעבן שטענדיג ביי זיינע קאלעגן.
אליעזר בערלאנד האט ער אויך נישט געקענט ארויסזען פון דארט. ער איז געווען זיין אדוואקאט א לאנגע צייט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
בין איך דער איינציגסטער וואס קען נישט פארשטיין די גרויסע מעלות פון - און די שבחים אויף - עמיצער וואס אזוי געטריי דעם שבט אז ער וועט גרייט זיין צו הרג'ענען יעדער פרעמדער וואס דוכט זיך נאר אז ער שטעלט פאר א טרעט?
דאס איז פלעין אינסטינקט. מיך קומט א מי-שבירך אז איך האב נישט פארלוירן די מעגליכקייט פון עסן, שלאפן, קאקן און מאכן קינדער?
דאס איז פלעין אינסטינקט. מיך קומט א מי-שבירך אז איך האב נישט פארלוירן די מעגליכקייט פון עסן, שלאפן, קאקן און מאכן קינדער?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
כ'וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, איז אויב וויל מען קען מען עפענען א פרישע שמועס.מצפצף האט געשריבן:צוויי פון די דריי פון דיינע משלים זענען רעכטע.אלע צוזאמען האט געשריבן:די לינקע. BLM ראיאטירער און פריער די 'אקופיר וואל סטריט' אנארכיסטן אין 'אמעריקע', זענען געווען גוטע רבי'ס.מתבודד האט געשריבן:ר' בערל, @מצפצף האט געמיינט 'רבי' כלפי די אופן פון זייער פראטעסטירן. (כאי' זיי קענען נישט אליינס אן קיין רבי...)
און ס'האט זיך נישט אנגעהויבן ביי 'וואל סטריט', ווער ס'קען היסטאריע ווייסט אז די לינקע האבן אייביג גענוצט ראיאטן און געוואלדטאטן צו דורכשטיפן זייער אגענדע, עיין ב'מוסעליני' אין 'איטאליע', 'היטלער ימ''ש אין נאצי דייטשלאנד', אדער 'לענין ימ''ש אין רוסיע'.
אבער ניין נישט 'מוסעליני' און נישט די נאצי'ס, זענען געווען רעכטע, ליין דורך 'די דאקטרינע פון פאשיזים' געשריבן דורך דער טאטע פון די איידיע 'בעניטא מוסעליני', און נאכדעם קען מען רעדן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
די סיבה פארוואס מענטשען גלייכן איהם אזוי שטארק, איז לענ"ד ווייל ער ברענגט צום טיש א געוויסע ענערדשי פאר טויש און אינגע בלוט, אביסל אזוי ווי טראמפ אין 2016, ער איז קיינמאל נישט געוועהן קיין פאליטישן, ער רעדט אונזער פשוטע שפראך אן קיין הויעך באשפריצטע ווערטער, און מענטשען גלייכן דאס זייער שטארק.טאמבל סאס האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס קען נישט פארשטיין די גרויסע מעלות פון - און די שבחים אויף - עמיצער וואס אזוי געטריי דעם שבט אז ער וועט גרייט זיין צו הרגענען יעדער פרעמדער וואס דוכט זיך נאר אז ער שטעלט פאר א טרעט?
דאס איז פלעין אינסטינקט. מיך קומט א מי-שבירך אז איך האב נישט פארלוירן די מעגליכקייט פון עסן, שלאפן, קאקן און מאכן קינדער?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל
אינטערעסאנטע קאמפיין רעקלאמעס פון אתמר
https://youtu.be/JXADWCB3eoQhttps://you ... mMbJ1-hcUY
https://youtu.be/019XKFhujRc
https://youtu.be/I1CeUs68vqg
https://youtu.be/VGMMj8WmGGg
אתמר אויף א מסירות נפש אקט:https://youtu.be/gOkIm8trIz0
אויפן הר הביתhttps://youtu.be/SypQrNfgbj8
ואידך זיל גמור על היוטיוב טשענאל שלו
https://youtu.be/JXADWCB3eoQhttps://you ... mMbJ1-hcUY
https://youtu.be/019XKFhujRc
https://youtu.be/I1CeUs68vqg
https://youtu.be/VGMMj8WmGGg
אתמר אויף א מסירות נפש אקט:https://youtu.be/gOkIm8trIz0
אויפן הר הביתhttps://youtu.be/SypQrNfgbj8
ואידך זיל גמור על היוטיוב טשענאל שלו
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
זאג עס אין איין ווארט.עמקות המחשבה האט געשריבן:די סיבה פארוואס מענטשען גלייכן איהם אזוי שטארק, איז לענ"ד ווייל ער ברענגט צום טיש א געוויסע ענערדשי פאר טויש און אינגע בלוט, אביסל אזוי ווי טראמפ אין 2016, ער איז קיינמאל נישט געוועהן קיין פאליטישן, ער רעדט אונזער פשוטע שפראך אן קיין הויעך באשפריצטע ווערטער, און מענטשען גלייכן דאס זייער שטארק.טאמבל סאס האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס קען נישט פארשטיין די גרויסע מעלות פון - און די שבחים אויף - עמיצער וואס אזוי געטריי דעם שבט אז ער וועט גרייט זיין צו הרגענען יעדער פרעמדער וואס דוכט זיך נאר אז ער שטעלט פאר א טרעט?
דאס איז פלעין אינסטינקט. מיך קומט א מי-שבירך אז איך האב נישט פארלוירן די מעגליכקייט פון עסן, שלאפן, קאקן און מאכן קינדער?
ער רעדט און טוהט צום זאך