אלעס אין איין טאג - כ"ו אב

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זרעלע איך וואלט דיך געענפערט אבער ליידער ליידסטו פון א גאר שטארקע קעיס פון "אלעס אין די וועלט דרייט זיך ארום די סאטמערע חאזערייען" סינדרום און די וועסט ממילא נישא אנהייבן צו פארשטיין.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך לייד דערפון?
ביי דיר אין קאפ דרייט זיך "סאטמאר" א גאנצו טאג, יעדן טאג פון יאר!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

איך אויך האט געשריבן:מר. זאלץ שרייבט געוועליך פיין נאר מיר דערמאנט דאס וואס מען שרייבט אויף דער הילילא פון רשב"י אין מירון.

די סאטמורים זענן נישט צופרידן מיט דעם אז מען האט יעדע מעשה,מופת,גוט ווארט, תורה, טשעפע ,פליק פון צדיקי כל הדורות ארויפגעשמירט אויפן רביזיכרוינעליברוכע ולא נתקררה דעתם ביז מען האט זיך גענומן צו די שוכני עפר, אנפאנג איז דער רבי געווען דער צאנזר רב בדורינו שפעטר איז ער געוורן דער בעש"ט בדורינו (כאטשיק נשתכח תורת הבש"ט) וכל זה אינינו שוה להם ביז מען האט עם געמאכט פאר רשב"י בדורינו! (איך זעה טאקע אויף איינע פון די בילדער זיצט א יוד נאך געלט און אונטער עם א סיין בזכות התנא האלוקי רשב"י) קודם האט מען זיך נאר געוואגט צו זאגן אינערליך אין סאטמאר און ווען קיינער האט נישט מוחה געווען האלט מען היינט אז די סאטמערע פראפאגאנדע צייטונגן שרייבן בריוון (ליין: די רעדאקציע) אז ווער עס קען נישט/וויל נישט פארן קיין מירון קען פארן צום ציון ווייל דער רבי מיט רשב"י איז איינס!

דאכט זיך אז בעלזר רב ז"ל צו דער אוה"ח הק' האבן גארנישט קיין קלענערע עולם ביי זייערע יארצייטן האט איר שוין אמאל געזעהן א בעלזר חסיד צו א אוה"ח פארערער זאל שרייבן אזעלכע בלעדע שטותים?

ווען וועלן די בהמות שוין פארשטיין אז דער רבי ז"ל איז געווען וואס ער איז געווען און די אלע פראפאגאנדע ברענגט נאר עקל און אפשיי.


שקר. איך האב אין ערגעץ נישט געזען סאטמאר שרייבן אז רביה"ק זי"ע איז איינס,
שרייבן אז בדורינו איז ער אזוי, איז זייער נארמאל, די גמרא זאגט שוין יפתח בדורו כשמואל בדורו

לגבי אנדערע חסידות, אמת זיי האבן נישט קיין אינטערעס גרויס צו מאכן זייערע געוועזענע רביים, אבער די לעבעדיגע פארגעטערט מען לכה"פ ביז צום בעש"ט
מיר האט א באיאנער חסיד א ת"ח עצום געזאגט אז זיין רבי איז אזוי ווי דער הייליגער ריזשינער זצ"ל (אן בדורינו)
דאס זעלבע זאגן די סקווערער, בעלזער, וכדומה.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דארטן זענען דא צוועקן א שרעק! נעכטן איז א איד געזיצן דארט נאך געלט און געשריגן "אומאן ראש השנה".
זאגט מיר איינער, אז דאס יאר וועט אן איזרעילי פארן קיין אומאן און דארט גיין נאך געלט צו קענען פארן קיין אמעריקע פאר די צווייטע טעג יו"ט..
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

אדער קיין קרית יואל כ״ו אב
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארוואס דארף יעדע צווייטע אשכול פארפארן זיך צו טענה'ן איבער סאטמאר.
ביטע!!
וירח ה' את ריח הניחוח
זאלץוואסער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 11:38 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך זאלץוואסער »

א גוטן אייך מיינע טייערע פריינט.

איך שפיר פאר א פליכט צו ענטפערן אויף אסאך פון די אויסגעגאסענע טינט אין דעם אשכול.

פאר אלעם וויל איך זיך באדאנקען פארן ברענגען מיינע ווערטער מיט די קרעדיט'ס.

אבער אויף די פראגן איבער דאס גרויסקייט פון כ"ו אב ביים ציון הק' און צו עס איז פארהאנען גרעסערע פארערייען דא אדער דארט, אין מיין האמבל אפיניאן און נאכן זיין אויף פארשידענע גרויסע ציונים, איז דאס וואס מ'זעהט כ"ו אב אין קר"י א אינו בדומה. (איך רעד נישט פון מירון ווי פארשטענדליך)

און אויף די פראגע פארוואס יעדע אשכול דארף צו פארן איבער סאטמאר מר' שמעקעדיג וואלט איך דיר געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז א אשכול איבער כ"ו אב איז בעצם א אשכול איבער סאטמאר, סאו איך פארשטיי נישט די פראגע (איך ווייס האסט מיך עס נישט געפרעגט אבער איך שפיר זיך היימיש נאכן זיין דער שרייבער פונעם אריגינעלן אשכול)

און פאר מר. איךאויך נ"י וויל איך נאר מגיב זיין א ווארט: ווען עס איז דא א קהילה מיט קיעיה"ר אזויפיל אידן מאכט זיך אלס א משיגענער וואס וועט רעדן שטותים און זיך אויסדרוקן אומריכטיג, עס איז מורא'דיג קלאר אין סאטמאר און איבער די וועלט וואס מיר האלטן פון רבי'ן און קיינער מיינט נישט אז ער איז געווען דער דברי חיים אדער דער בעש"ט אדער משה רבינו, דאס איז אלעס אויסגעבלאזענע שטותים, וואס מ'כאפט זיך ארויף אויף א ווארט דא אדער דארט וואס קטני דעת דרוקן זיך אויס אמאל. די ווייסט גאנץ גוט אז דאס איז נישט די סאטמארע ווערסיע פון א רבי.

איי וועסטו מיר שוין ברענגען ראיות ברורות פון צייטונג שרייבער וואס האבן געשריבן כהנה וכהנה, וועל איך דיר בעטן זיי דיך נישט מטריח ווייל אויב אויף צייטונג שרייבער'ס וועל איך דיר ברענגען א הויפן שטותים פון דעם מחנה חרדי (איך מיין נישט פרעזענליך בעלזא, עס איז פונקט אזוי איבעראל.. [מיין פארענטפערן קומט פון דעם אינערליכן ציטער וואס איך האב נאך פון ועון איך שרייב אויף אייוועלט ווי עס וואלט שוין לאנג געווארן צענזורירט ממילא פארענטפער איך מיך אזוי... ז"וו]) און פון אנדערע קהלות איינס ביי איינס ווי מ'שרייבט זאכן איבער א רבי'ן וואס פארשאטנט אונזער פלאנעט מיט וואלקענעס פון שטותים. מילא איז ראטזאם בעסער נישט אנצוהייבן.

און דאס וואס מ'שרייבט מופתים און פון דארט טרייבט מען אמאל מיט א שמיטשיקעל אריבער דאס איז א געהעריגע יומען נעטשור אז מ'גיט זיך א צומגזים ווען מ'איז אביסל נלהב.... עס איז בכלל נישט ווייט פון נארמאל, און עס איז דא גענוג און נאך צו שרייבן אן קיין גוזמאות נאר דאס איז דער סדר המענטשהייט.

אלנספאלס בין איך דא א גאס אויף א וויילע, און איך זוך נישט צו מאכן גערודער, אבער דאס האב איך נאר מוסיף געווען צום פארשטיין

און די וואס זענען נאכנישט געווען כ"ו אב אין קר"י זענען געלאדנט צו קומען און זעהן מיט די אייגענע אויגן וואס עס איז שווער מסביר צו זיין....

דאנקע שעהן
זאלץוואסער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 11:38 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך זאלץוואסער »

לעמיל האט געשריבן:ער שרייבט זייער גוט ער האט א גוטע סענס אוף הומאר

ישר כח ר' לעמיל
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

זאלץוואסער איז דא??? איךהאב געמיינט אז איך האב אוועקגעבלאנדזשעט... וועלקאם צום שטיבל!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
זאלץוואסער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 11:38 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך זאלץוואסער »

ראשעקאל האט געשריבן:א הערליכע ארטיקעל זאלץ וואסער!!!
איך וויל דיר דאך געבען א לייק. קים ביטע שרייבען דא וועל איך דיר געבן א באנטש לייק׳ס!!!

דא בין איך!!!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זר זהב האט געשריבן:זאלץוואסער איז דא??? איךהאב געמיינט אז איך האב אוועקגעבלאנדזשעט... וועלקאם צום שטיבל!


איך קען נישט באהאלטן מיין אינערליכע פרייד צו זעהן זאלץוואסער זיך דרייען דא אזוי היימיש.
ס'איז אונזער כבוד. יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן השטיבל.
ס'טוט מיר נאר וויי אז ער שרייבט אז ער איז נאר דא אגאסט אויף א קורצע וויילע.

שאלה איז, ווילאנג ער בלייבט דא וועט ער נאר מאכן קאט-און-פעיסט פון אייוועלט, אדער וועט ער אויסגיסן פרישע ווארע.....

למעשה איז ווינטער אינדרויסן, ס'שמעקט פון חנוכה, און איך טרעף זיך ליינען פון כ"ו אב.
וירח ה' את ריח הניחוח
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

עס איז נענטער צון כ"ו אב ווי חנוכה, (צא וחשוב)
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

ארויף געברענגט לכבוד די הילולא
באניצער אוואטאר
מ. גליקמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 25, 2013 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך מ. גליקמאן »

וואס איז נייעס האט ארויפגעלייגט אן ארטיקל איבער כ'ו אב און איבער די בעל הילולא זי'ע.
http://www.vosizneias.com/wp/137705/201 ... ospective/
.Sometimes the heart sees what is invisible to the eye
פארשפארט