די סי איי עי האט באצאלט א פערטעל מיליאן דאלאר קעש געלט פאר אן אל קאידא שפיאן ער זאל טרעפן א כלה פאר'ן אמעריקאנעם געבוירענעם, געווארענער מייסטער טעראריסט ''אנוואר אל אלוואקי''.
ווער איז אלוואקי? ער איז געבוירן אין קאליפארניע, אריבער צו איסלאם, געווארן א פרעדיגער. געוואוינט אין תימן, און ער האט אינספייערט טעראריסטן איבער די וועלט מיט זיינע כאריזמאטשע ווידיאס דורכצופירן טעראר קעגן אמעריקע. ער ווערט פארבינדן צו די אומגעלונגענע "עראפלעין" אטאקע העכער דעטרויט אפאר יאר צוריק, ווען איינער האט געוואלט אויפרייסן דעם פליגער. אויך איז ער דער וואס האט צוגערעדט דעם מוסילמענישן סאלדאט צו דערשיסן 13 קאלעגעס אין פארט הוד טעקסעס עטליכע יאר צוריק.
דער סי איי עי דאפעלטער אגענט איז מארטען סטראם א קאנווערט צו איסלאם, ער דעקט אויף פאר א דענישן צייטונג זיין ראלע אין די סי איי עי פלאט. דער פלאן איז געווען אנצו'שדכ'נען פאר אלאוואקי א "כלה" און אזוי אים לאוקעיטן און הרג'נען...!!
ער האט געטראפן א 32 יעריגער מוסילמענשער פרוי פון זאגרעב קראאטיע וועלכער איז געווען א חסיד פון אלוואקי, און די 2 האבן קאמיוניקירט דורך ווידיע. אויב דער פלאן וואלט געלונגען וואלטן זיי ביידע געהארגעט געווארן (ס'מיינט סיי אלוואקי סיי זיין כלה)
למעשה ווען זי איז אנגעקומען קיין תימן האבן אלוואקי'ס גבאים איר באפוילן איבערצולאזן איר רענצל וועלכער איז - אן איר
וויסן - געווען אנגעפילט מיט סי איי עי אפאראטן...
דער סטארם האט געוויזן פאר יענעם צייטונג די אימעילס טעקסטס וואס די צוויי האבן קאמיוניקעטעט און אויך די רענצעל מיט 100'טער'ס וואס די סי איי עי האט אים באצאלט. ווי געזאגט איז עס נישט געלונגען, און דער שידוך איז צושטאנד געקומען. א יאר צוריק איז אלוואקי דערהארגעט געווארן אין תימן דורך א סי איי עי דראון מיסיל... סטארם זאגט אז דאס דריטע ווייב איז געפערליך גערעגט אויף אמעריקא פארן הארגענען איר מאן. זי פירט יעצט אן זיין טעראריסטין מאגאזין "אינספייער".
דא קען מען זען א ווידיא וואס זיי האבן זיך געשיקט, ווי אויך די נייעס ארטיקל.
-----------------
די נייעס האט געמאכט א שטורעם אין דענמארק, הלמאאי זייער גאווערמענט האט געהאלפן די סי איי עי אין "וועלן" הארגענען א.... טערראריסט. -- וואס קען מען דען ערווארטן פון די סקאנדינעווישע ליבעראלע בהמות?
----------------
אלוואקי'ס דריטער ווייב, א שידוך פון די ... סי איי עי
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
אלוואקי'ס דריטער ווייב, א שידוך פון די ... סי איי עי
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט