איבערקלוגן דעם סיסטעם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

איבערקלוגן דעם סיסטעם

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך בין נישט דער וואס זאל אריינרעדן אין די מחלוקת דא אבער איין נקודה וויל איך פארברייטערן, די סיסטעם איז זייער שווער איבערצוקלוגן, כ'וועל עס מסביר זיין מיט א משל. ס'דא ביי די אמיש צוויי עיקר סעקטעס, די Old Order Amish, און די New Order Amish, איינס פון די גורמים צו די טיילונג איז געוועהן א גרויסע שערוריה וואס האט זיך געטוהן איבער דעיטינג, און די מעשה איז געוועהן ווי פאלגענד.

די אמיש האבן נישט קיין אפיציעלע געביידע וואו מ'קומט זיך צאם דאווענען, נאר יעדן צווייטן זונטאג קומט מען זיך צאם ביי איינעם אינדערהיים, יעדע וואך האט א צווייטע פאמיליע די זכיה. די גאנצע קהילה רוקט זיך אן זונטאג צופריה צום באשטימטן הויז אין די טראדיציאנאלע פריש געביגלטע שבת קליידער, צום באשטימטן צייט גייט דער בעל תפלה צו צום עמוד און רופט אויס "וכן שני כתובים המכחישים זה את זה... יתגדל ויתקדש... הודו להשם קראו בשמו הודיעו בעמים עלילותיו!" (עה, ס'נאר לשבר את האוזן, כ'האב נישט קיין אהנונג וואס זיי דאווענען דארט...) בקיצור, נאכ'ן דאווענען זאגט דער בישאף א ווארט אויף די סדרה מתובל מיט מעשיות פון יאשקע און דברי מוסר, מ'זאגט אנעים זמירות, אפאר קאפיטלעך תהילים, און מ'ראללט ארויס די הערינג און קוגל און דער עולם זעצט זיך צו צום גרויסארטיגן קידוש.

די אמיש קידוש איז אבער נישט סתם א קידוש אויף יוצא צו זיין, די קינדער האבן זיך שוין פונלאנג אויפגעשטעלט און האצקענען ארום אין הויף, אבער דער עולם זיצט נאך און פארברענגט ביים געשמאקן שבת סעודה. ענדליך נאך א 2-3 שעה רופט דער בישאף אויס "רבותי מיר וועלן בענטשן!" און די סעודה איז אפיציעל געשלאסן. די טאטעס גייען אין שטאל צוצוגרייטן די פערד און וועגענער, די מאמעס דרייען זיך ארום אויפזוכן די קינדער, די קינדער ווארפן טענטראמס אז זיי ווילן נאך בלייבן זיך שפילן, און די טיענעידשערס גרייטן זיך צו פאר'ן דעיטינג צערעמאניע...

די מאמעס זענען זיך שוין אויסגעקומען מיט די קינדער, זיי זענען שוין טיעף אויפ'ן bumpy וועג אהיים, איבערגעבליבן זענען נאר א צוויי דריי פרויען וואס שטייען אין קיך און וואשן די געשיר, און די סינגלס זיצן שיין אין שוהל, אויף איין זייט די בחורים, קענגאיבער זיי די מיידלעך (אזא מצוה טאנץ אויסשטעל..) און זינגען צוזאמען שירות ותשבחות פאר'ן הייליגן באשעפער (כנראה הם לא מקפידים על קול באשה)

אזוי זיצן זיי און זינגען איין פיוט נאכ'ן צווייטן, פארשטייט זיך אז א בחור וואס קראשט געפערליך אויף א מיידל מאכט זיכער צו זיצן פונקט קעגנאיבער איר און טוישט אויס מיט איר שעמעוודיגע בליקן פון צייט צו צייט, און ווען ס'קומט צום הויעכן פאל איז ער מסלסל בקולו הויעך מיט פארמאכטע אויגן "פרוייייק יאאאת ענאאאאאך מפיויויויויויויום אאאאאאאאריוותא!" בשעת עכט זענען זיינע אויגן האלבוועגס אפן און מאכן זיכער אז זיין קראש זעהט טאקע ווי שיין ער קען זינגען... מ'פירט ארום פאפיטעס מיט פיצוחים, מ'זינגט נאך א ניגון, אינמיטן דעם באבובן י-ה רבון עלם טוט זיך א שטיקל געפעכט וויאזוי ס'גייט די "עכטע" ניגון, און אזוי גייט פארביי א שעה-צוויי ביז דער עולם איז שוין הייזעריג. מ'שטעלט זיך אויף, מ'לייגט צאם די בענק, און יעצט דארף יעדע בחור אויסוועלן א מיידל אהיימצוטראגן...

די סעקונדע וואס מ'שטעלט זיך אויף דרייט זיך אברומי ארום צו שלומי און זאגט איהם אזוי: "שוין דריי חדשים וואס דו נעמסט אהיים לאה'לע יעדן זונטאג נאכמיטאג און דו ביזט אין ערגעץ נישט אנגעקומען מיט איר, און דו ווייסט אויך אז איך האב אפילו א גרעסערע קראש אויף איר ווי דיר, איז אפשר געבסטו מיר די שאנס איר אהיימצונעמען איין מאל, אפשר אין מיר וועט זי יא זיין אינטערעסירט?" ענטפערט איהם שלוימי: "באמת האב איך שוין לעצטע זונטאג געטראכט אויפצוגעבן, און כ'האב שוין געלייגט מיינע אויגן אויף חני, אבער זי איז שוין געוועהן אזוי צוגעוואוינט אז איך בין דער וואס נעמט איר אלץ אהיים און ס'האט מיר נישט געפאסט אפצוזאגן, אבער יעצט האב איך שוין א תירוץ--- יוי, לאה'לע קומט שוין מיך בעטן איר אהיימצונעמען, גיי שנעל און אפפער איר אהיימצונעמען פאר איך בין נאכאמאל אין פעקל..."

זיצט זיך אזוי אברומי אין זיין וואגן איבערגליקליך און האלט די לייצעס אין די הענט, ער איז טיעף פארוויקלט אין א שמועס מיט לאה'לען וואס קאטשקעט זיך פאר געלעכטער פון א קארני דשאוק וואס ער האט אקוראשט געלאזט פאלן. נאך אפאר מינוט פארן קומט מען שוין ענדליך אן צו לאה'לעס הויז, לאה'לע שטייגט אראפ פונעם וואגן און ווענדט אירע טריט צום טיהר, פלוצלונג דרייט זי זיך אויס און רופט אויס, "אברומי, כ'האב אזוי ענדזשויט מיט דיר צו פארברענגען, אפשר קומסטו ארויף צו מיר אין ציממער פארברענגען נאך אביסל? כ'האב צוגעגרייט זייער געשמאקע ביסקוויטן. כ'ווייס נישט צו דו ווילסט טרינקען א קאווע אזוי שפעט, ס'איז שוין 5 נאכמיטאג, אבער מיין מאמע מאכט זייער גוטע טיי, קום אריין וועסט זיך אנווארעמען אביסל, צובייסן, פארברענגען, דערנאך וועסטו אהיימגיין." אברומי לאזט זיך נישט צופיל בעטן, ער שטייגט אראפ פונעם וואגן, בינדט אויף דעם פערד, פירט איהם אריין אין שטאל, לייגט איהם פאר אביסל שטרוי, און ער גייט מיט לאה'לע אריין אין הויז.

לאה'לעס טאטע, זיצט אויפ'ן בענקל און פאררייכערט א ציגאר, מיטאמאל גיבט זיך די טיר א פראל אויף און לאה'לע שפאנט אריין מיט א בחור אינעם האלב פארטונקלטן ציממער, "שוין ווייטער דעם צודרייטן שלומי!" - מורמעלט ער זיך שטיל אונטער "ווען וועט ער שוין אפלאזן מיין לאה'לען איין מאל פאר אלעמאל, נישט נאר א ליידיגגייער, ער כאפט ניטאמאל אז לאה'לע איז ניטאמאל אינטערסירט אין איהם---" "שלום עליכם הרב מיללער!" - הערט ער אן אומבאקאנט קול. ער שטעלט זיך אויף און גייט אפאר טריט נענטער צום טיר, "אה אברומי! עליכם שלום! איך פריי מיך אזוי שטארק דיר צו זעהן, כ'האב געזעהן צופריה ווי שיין דו האסט געדאווענט (און כ'האב מיך געטראכט הלוואי קען איך האבן דעם בחור פאר אן איידעם...), עעעםםם, שוין, זעהט אויס איך בין אביסעלע מיד, כ'גיי מיך צולייגן"...

לאה'לע גייט אריין אין קיך און גרייט צו צוויי גלעזער טיי פון איר מאמע'ס ספעציעלע טיי מיקס, שארט ארויס א הויפן ביסקוויטן פונעם קוקי דזשאר, לייגט אלעס ארויף אויף א שיינעם טאץ, און צוזאמען מיט אברומי שפאנט זי אריין אין איר ציממער. לאה'לע לייגט אראפ דעם טאץ אויף איר נאכט קעסטל, זעצט זיך אראפ אויף איר בעט דערנעבן, אברומי זעצט זיך אראפ אויפ'ן ראקינג טשעיר קעגנאיבער (ער זעצט זיך חס ושלום נישט אויף לאה'לעס בעט, ווי די אמיש הלכה פארלאנגט), די טיי און ביסקוויטן זענען שוין פונלאנג פארענדיגט אבער לאה'לע און אברומי זענען טיעף פארזינקען אין א געשמאקן שמועס. אזוי פליעט פארביי א שעה צוויי, ווען מיטאמאל גיבט אברומי א קוק ארויס פון פענסטער און ס'ווערט איהם שווארץ פאר די אויגן, די זוהן איז שוין אונטערגעגאנגען! שנעל גיבט ער זיך א הייב אויף, גיבט א כאפ די הוט און רעקל, באדאנקט זיך פאר לאה'לען, און יאגט זיך אהיים פאר ס'ווערט צו טונקל. קוים די לעצטע מינוט קומט אברומי אן אהיים, שפארט צו דעם פערד אין שטאל, און שלייכט זיך אריין אין הויז אויף די שפיץ פינגער. די הויז איז שא שטיל, אלע שלאפן שוין, אברומי גייט שטיל אריין אין זיין ציממער, זיין הויכע געניץ האט שיעור נישט אויפגעוועקט דעם בעיבי, ער פאלט אריין אין א זיסן שלאף, און אזוי האט זיך געשלאסן נאך א זיסע אמיש זונטאג. דער טאטע, דער זוהן, און די הייליגע גייסט קוקן אראפ פון אויבן און שעפן א נחת רוח פון זיין הייפעלע ניו-טעסטעמענט טרייע אמיש אשר לו כרעו און ווייזן מיט'ן פינגער וגו'

יארן גייען פארביי, אברומי און לאה'לע זענען שוין פארהייראט און האבן שוין אפאר לעכטיגע קינדערלעך. אין איין גורל'דיגן טאג שלעפט א חבר אברומי צו א כינוס התאוררות און מ'הערט א דרשה איבער די פרצות הדור, אברומי גייט אריין א א הייסע גוסטע און פאנגט אן טראכן מיט וואסערע פירצה ער קען אויפקומען, ער טראכט און טראכט א גאנצע נאכט... מיטאמאל דערמאנט ער זיך... די שטילע רואיגע זיסע זונטאג נאכמיטאגס מיט לאה'לע... נישט אלץ האט זיך עס געענדיגט אזוי שטיל און רואיג... צומאל האט זיך עס געקענט ענדיגן זייער הייס... און די שילוש הקדוש האט טאקע געוויזן מיט'ן אצבע משולשת... וואס הייסט הייס? אן איסור דאורייתא! וויי געוואלד! fornication אין נצרות איז אסאך הארבער ווי אין יהדות, אין אידישקייט ווייסט מען ניטאמאל אויף זיכער צו ס'איז א תקנה פון די בי"ד פון די חשמונאים צו פון די בי"ד פון דוד המלך... טוט זיך שוין אין גמרא אויף דעם. אבער אין נצרות איז עס א בפירוש'ע פסוק! הכלל, מ'נעמט צאם אפאר עסקנים, מ'גייט ארום צו די גדולי הדור שאפן חתימות צו ענדיגן דעם טראדיציאנאלן אופן פון דעיטינג! מסורה איז טאקע זייער וויכטיג, אבער א חשש איסור דאורייתא? היל"ת!

אבער... די וויליאמסבורגע רבנים האבן געשטעלט א העפטיגן ווידערשטאנד... וואס הייסט, משנה זיין פון די מסורה? אויף קיין פאל נישט! אויב ס'געוועהן גוט פאר אונזערע עלטערן וועט עס מוזן זיין גוט פאר אונז אויך, איי מ'קומט צו צו מכשולות? ס'טאקע א פראבלעם וואס "מ'דארף הענדלען" (איינער ווייסט וויאזוי? נעה, מ'הענדלט דערמיט פונקט ווי מ'הענדלט מיט מאלעסטערס...), אבער אויף קיין פאל וועט מען נישט טוישן די מסורה!

אזוי האבן זיך זאכן דערקייקלט ווייטער און ווייטער ביז איין טאג איז געקומען א טיילונג, די Old Order Amish האבן זיך געהאלטן צום מסורה'דיגן וועג פון שידוכים טראץ די מכשולות וואס דאס ברענגט מיט זיך, און די New Order Amish האבן מבטל געוועהן דאס גאנצע בחורים אהיימנעמען מיידלעך, פון היינט און ווייטער וועלן די טאטעס צוריקקומען אהיימנעמען די מיידלעך און פערטיג!

דאס איז די מעשה וואס איז נוגע די אמיש, וויאזוי איז דיעס מעשה נוגע צום היימישן סיסטעם? דארף מען אביסל אריינגיין אינעם קאפ פון די אלטע געווארדיע אמיש, פארוואס למעשה גייען זיי מיט'ן קאפ אין וואנט ווען ס'גרעניצט זיך מיט אן איסור דאורייתא? עטץ כאפטס וואס גייט דא פאר? די מסורה'דיגע אמיש שידוכים פראסעס איז דאך אזוי fine tuned עד להפליא! קודם ווייסט מען אז א בחור וויל באקומען א מיידל מוז ער קומען אין שוהל און געהעריג מיטהאלטן די גאנצע טאג פון תפילות, דרשות, קידוש, זמירות, פיוטים. נאכמער, די קינדער'ס גאנצע עקספיריענס פון ליעבע און ראמאנס איז געקניפט און געבינדן מיט די רעליגיע, זיי ווערן אזוי primed דערצו אז אפילו יארן שפעטער טוט יעדע קאננעקשן צווישן מאן און ווייב אויפוועקן די טיעפע רעליגיעזע עקספיריענס פון זייערע טיענעידש יארן און דאס האלט זיי. נו, האבן זיי געשלאפן צוזאמען פאר'ן חתונה, די סיסטעם וועט עס פארקוקן פאר די גרעסערע בענעפיט.

ס'דא אינגעלייט וואס מיינען אז זיי נוצן זייער פאון שבת האבן זיי איבערגעקלוגט די סיסטעם, למעשה אפילו אז דו וועסט עסן יום כיפור וועט דיך די סיסטעם מוחל זיין, ווילאנג דיינע קינדער ווייסן נישט דערפון און דו שיקסט זיי ווייטער ערליך אין די מוסדות. זיי פרייען זיך אז דו ביזט פארנומען איבערצוקלוגן די סיסטעם מיט קלייניגקייטן און דו פארזעהט די גרויסע פיקטשער. האסטו געשריבן עפעס א לצנות איבער די השומרים קארדס, מהיכי תיתי, האסטו נישט געדאווענט משבת לשבת, הו קערס, אבער דעם בארד זאלסטו חס ושלום נישט שניידן ווייל דאס איז נוגע בציפור נפשו של הסיסטעם.

נ.ב. די אילוסטראציע פון די אמיש זונטאג האב איך גענומען פון דא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: איבערקלוגן דעם סיסטעם

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

דאס מיינט צום פינטל!
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: איבערקלוגן דעם סיסטעם

שליחה דורך כרם זית »

אגב, די נאו טעסטעמעיט איז פון די זעלבע תקופה ווי גזירות החשמנאים, ממילא זענען ביידע לכאורה די זעלבע איסור.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

:lol: :lol: :lol:
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

רביה"ק איז א ריזען חכם אבער ער איז נישט קיין תלמיד חכם של נוצרית. ווייל קיין בפירושע פסוק איז עס נישט. מ'דארף האבן נוצרישע תורה שבעל פה איינצוזעצען די פסוק אין Hebrews 13:4 אז ס'קאווערט אויך די דייטינג scene ער אילאסטערירט אזוי שיין.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פנחסבןאלעזר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:59 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך פנחסבןאלעזר »

מורא'דיג שיין אראפגלייגט, און א הפלא'דיגע נקודה.

אויף אויסצוקלארען, וואס זענען די עשרת הדברות ביי אונז?
פנחסבןאלעזר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:59 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך פנחסבןאלעזר »

רביה"ק. דו שרייבסט
אזוי האבן זיך זאכן דערקייקלט ווייטער און ווייטער ביז איין טאג איז געקומען א טיילונג, די Old Order Amish האבן זיך געהאלטן צום מסורה'דיגן וועג פון שידוכים טראץ די מכשולות וואס דאס ברענגט מיט זיך, און די New Order Amish האבן מבטל געוועהן דאס גאנצע בחורים אהיימנעמען מיידלעך, פון היינט און ווייטער וועלן די טאטעס צוריקקומען אהיימנעמען די מיידלעך און פערטיג!
ווי נעמט איר דאס?
איך זעה אין וויקי אז דער נייע האט געאסר'ט bundling וואס דאס מיינט דער אלטער מנהג פין צובינדען דער חתן אין ליל החופה, ער זאל נישט קענען מקיים זיין דער מצוה, און דער אלטע אמיש טוהן דאס דער בחור אין דער מיידל פאר דער חתונה, כדי צו וויסען אויב מען איז אטרעקטיד איינער צו דער אנדערע. דער נייע אסר'ן דאס. און בכלל איז דער נייע אמיש מיט פארשידענע זאכען מער מקיל ווי דער אלטע, עס איז דא א פראקציע פין די נייע וואס זענען מתיר עלעקטריק. עס זעהט אויס אז דער עיקר חילוק איז, דער אלטע האלטען זיך צו מסורה מיט "אלעס", און די נייע זענען מער אויבער חכמים וואס זענען מתיר און אסר'ן זאכען לפי צורך השעה.

דא איז דער וויקי. וויכטיג צו באטאנען דער פאלגענדע
In the seventeenth century, Jewish society encouraged affection before marriage similar to the practice of allowing engaged couples to spend time in bed together before their wedding. This suggests similarities to bundling practices in early modern France and North America. Bundling within Jewish courtship practices involved some sexual contact short of intercourse. Seventeenth century moralist Isaiah Horowitz denounced this practice, as he was concerned with the sexual transgressions that may occur from romantic affection before the wedding. In the eighteenth century, another moralist Ezekiel Landau reported a case where "Jewish bundling" led to intercourse.[15]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פנחסבןאלעזר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

פנחסבןאלעזר האט געשריבן:רביה"ק. דו שרייבסט
אזוי האבן זיך זאכן דערקייקלט ווייטער און ווייטער ביז איין טאג איז געקומען א טיילונג, די Old Order Amish האבן זיך געהאלטן צום מסורה'דיגן וועג פון שידוכים טראץ די מכשולות וואס דאס ברענגט מיט זיך, און די New Order Amish האבן מבטל געוועהן דאס גאנצע בחורים אהיימנעמען מיידלעך, פון היינט און ווייטער וועלן די טאטעס צוריקקומען אהיימנעמען די מיידלעך און פערטיג!
ווי נעמט איר דאס?
איך זעה אין וויקי אז דער נייע האט געאסר'ט bundling וואס דאס מיינט דער אלטער מנהג פין צובינדען דער חתן אין ליל החופה, ער זאל נישט קענען מקיים זיין דער מצוה, און דער אלטע אמיש טוהן דאס דער בחור אין דער מיידל פאר דער חתונה, כדי צו וויסען אויב מען איז אטרעקטיד איינער צו דער אנדערע. דער נייע אסר'ן דאס. און בכלל איז דער נייע אמיש מיט פארשידענע זאכען מער מקיל ווי דער אלטע, עס איז דא א פראקציע פין די נייע וואס זענען מתיר עלעקטריק. עס זעהט אויס אז דער עיקר חילוק איז, דער אלטע האלטען זיך צו מסורה מיט "אלעס", און די נייע זענען מער אויבער חכמים וואס זענען מתיר און אסר'ן זאכען לפי צורך השעה.
The New Order Amish are a subgroup of Amish that split away from the Old Order Amish in the 1960s for a variety of reasons, which included a desire for "clean" youth courting standards, meaning they do not condone the practice of bundling, or non-******** lying in bed together, during courtship
און לגבי Bundling
*** Periods of popularity for the practice of Bundling often align with eras of enhanced social position for women, as this custom afforded a high level of protection against premarital
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

בבחינת.
די אלטע ארדענונג זענען די צדוקים, וואס ס'שטייט אין פסוק אזוי טיט מען, פינטל.
די נייע ארדענונג זענען די פרושים/רבנים, וואס מען טוישט ארום הלכות און מען זאגט דאס....דאס....דאס.... מיינט דעם פסוק.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פאר די אלע אנטראפאלאגיע נערדס וואס ווילן ארויסהאבן דעם משל האב איך געטראפן א קליפ פון א מיטגלידער פון די שווארצענטרובער אמיש* וואו ער דעמאנסטרירט לעבעדיג די אפיציעלע בעשאו פראצעס און די אומאפיציעלע מכשולות וואס קומען דערפון ארויס, פון די וועג ווי ער לייגט עס אראפ זעהט אויס ווי גאר א גרויסע פראצענט פאלט אדורך מיט זרע לבטלה... כ'מיין fornication... אבער מ'איז זיך מחזק מיט די שובבי"ם תורות און תיקון הכללי... ס'נאר אינטערעסאנט אז א שווארצענטרובער זאל זיך אזוי אפכאפן אויף ווידיאו, מעגליך אז היינט איז ער שוין טאקע מער נישט א טייל פון די שווארצענטרובער, אפשר איז ער היינט א ביעטשי אמיש (די עירמאנט סטייל אמיש), אדער איז ער גאר פון די קאוועשטיבל סארט אמיש וואס רעדט זיך איין אז ער טוט איבערקליגן דעם סיסטעם... ענדיוועיס, דאס איז די קליפ, זייער אינפארמאטיוו. אבער די עיקר איז אז מ'זאל דעם נמשל גוט ארויסהאבן.

ווי אויך איז כדאי צו באטאנען אז פארצייטנס, פאר די עפאכע פון ב"ק, איז **bundling געוועהן די ווייטסטע וואס מ'האט געקענט גיין אן פראדוצירן קינדער פאר מ'איז גרייט געוועהן צו לעבן צוזאמען און זיי אויפהאדעווען צוזאמען, היינטיגע צייטן ווען גאט האט אונז באשאנקען מיט אזא זיסע מתנה וואס רופט זיך ב"ק פעלט עס שוין טאקע נישט אויס און ס'איז מער ווייניגער ארויסגעפאלן פון באנוץ, ס'נאר איבערגעבליבן ביי די ברכיים וואס קלעבן צום גלאררייכן אמאל וואס האט קיינמאל עקזיסטירט.

*דאס איז די פון די הייפעלע פון די הייפעלע פון די אלטע-ארדענונג אמיש. ס'איז אבער נישט קלאר צו זיי זענען טאקע געוועהן אנהענגער פון דעם מיסטער שווארצענטרובער, צו זיי זענען גאר געוועהן אנהענגער פון זיין רעביצין און זיי האבן געפייניגט מיסטער שווארצענטרובער און זיינע טעכטער, צו זיי הייסן אזוי ווייל ס'טייטשט פשוט זייער גוט אפ וואס זיי זענען, פשוט יואליס, כ'מיין שווארצענטרובערס...

**the practice of sleeping fully clothed with another person, as a former local custom during courtship.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

בכלל איז זייער אינטערעסאנט די קאממענטארן אויף די שווארצענטרובער אמיש דעיטינג קליפ, איין קאממענטאר וואס איז שטארק אויף מיין גאנג גייט אזוי, איינער פרעגט דארט אזוי:
In her book "Bonnet Strings" Saloma Miller Furlong describes her experiences with Bed courtship. As a person who grew up in a conservative Church group I find it hard to understand why this custom would ever be allowed but in groups like the Amish Tradition often overrides common sense.

ענטפערט יענעם א צווייטער אזוי, און הארכט אייך גוט גוט איין:
The Amish are not only a religious group, but a culture. A lot of this culture comes from the broader one of the place where they come from, Europe, and isn't specific to the Amish at all. It now seems so because the old ways died out everywhere except among the Amish. The more the Amish are conservative, the more they conserve this culture, instead of focusing only on biblical things like more progressive Amish.

והנמשל מובן מאליו...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין נישט דער וואס זאל אריינרעדן אין די מחלוקת דא אבער איין נקודה וויל איך פארברייטערן, די סיסטעם איז זייער שווער איבערצוקלוגן, כ'וועל עס מסביר זיין מיט א משל. ס'דא ביי די אמיש צוויי עיקר סעקטעס, די Old Order Amish, און די New Order Amish, איינס פון די גורמים צו די טיילונג איז געוועהן א גרויסע שערוריה וואס האט זיך געטוהן איבער דעיטינג, און די מעשה איז געוועהן ווי פאלגענד.

.......

נ.ב. די אילוסטראציע פון די אמיש זונטאג האב איך גענומען פון דא
צו זאגן אז דו שרייבסט אייזן איז א געוואלדיגע אנדערסטעיטמענט.
איך גלייב אז דיין פוינט איז 100% ריכטיג
אדוני המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 1:37 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך אדוני המלך »

ווואאאווו שוין לאנג נישט געליינט אזא זאפטיגע ארטיקל! שכך! דאס איז גוט
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אין אן אנדערן אשכול האט מען גערעדט וועגן בחורים זיך טרעפן מיט מיידלעך האב איך מיך דערמאנט אין דעם קליפ https://youtu.be/9djWTOdC0nQ
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
פארשפארט