אינטערסאנטע שאלה. וואס גיבט איר די 'מאראלע' רעכט צו צודרייט מאכן א קאמיוניטי? לויט ווי זי האלט (נאכן עס דורכלעבן אויף די אייגענע הויט) איז דאך די גאנצע קאמיוניטי צודרייט. מען האלט זיך צו מאדנע טראדיציעס און איסורים, און מען טראגט מאדנע קליידער. און צו דער זייט פארלעצט מען פרויען רעכטן און מען ערציט נישט די קינדער ריכטיג. פארוואס זאל זי נישט פראבירן צו פייטן אז די קאמיוניטי זאל ווערן נארמאל? אויב זי האט די אפציע ארויסצונעמען אירע קינדער פון די מוסדות, קען מען הערן דיין טענה, אבער אז זיי זענען סטאק דארטן, וואס וואלסטו געטון ווען דיינע קינדער זענען סטאק ביי לב טהור? וואלסטו נישט געטרייט צו פראבירן בעסער צו מאכן זייער לעבן דורך גאווערמענט אינטערווענשן?יעקב מענטש האט געשריבן:בקיצור ביזטו מסכים, זי האט א פערזענליכע פראבלעם ארויסצונעמען די קינדער.עצי שטים האט געשריבן:אם סארי פאר די קיתון של שופכים, ס'האט אויסגעזען פון דיין שאלה אז די וויסלסט נישט סתם וויסן נאר די ווילסט איר אויך באשולדיגן פארן "משוגה מאכן", אזוי ווי די ביסט דיך טאקע בעסער מסביר אין דיין תגובה דא.יעקב מענטש האט געשריבן: איך האב געפרעגט אן אומשולדיגע קשיא, און דו האסט געהאט גרייט א קיתון של שופכים, איך האב גארנישט געמיינט, נאר געוואלט וויסן פון וועם מ'רעדט דא.
יעצט צו ענטפערן דיין שאלה, איך באהאלט נישט מיין מיינונג אין דעם ענין.
לפי דעתי זאל זי ארויסנעמן אירע קינדער און זיי איינשרייבן אין סיי וועלכע שולע איר שמעקט, אבער למען השם וואס דרייסטו איבער א נאאיווע סאסייעטי וואס גלייכט נאאיווע דומע דורות, לאז זיי לעבן וויאזוי זיי ווילן און פוץ אפ. אויב האסטו טעכנישע פראבלעמען זיי ארויסצונעמען צוליב מערידזש וכו', איז קיינער נישט שולדיג.
אשאד איבערצוקייען די נושא צו חרידיזים ארבעט יא צו נישט, צו דער עולם איז צופרידן צו נישט.
מענטשען האבן א רעכט צו ערציען זייערע קינדער וויאזוי זיי שמעקט, און אמעריקע יו העוו עי רייט טו בי סטופיט
עכ'פ אויב מיליאנען גוים האבן א רעכט צו שיקן אין פאבליק סקולס וואס האבן א גראדואציע ראטע נאענט צו נול, און הויעכע שאנס אז זיי זאלן אויסוואקסן גאסן קרימינאלן, האבן אונז א רעכט צו שיקן אין שולעס ווי זיי גייען אויסוואקסן לייטישע - כאטש דומע - פאמיליע לייט וואס פיהרן א נארמאלע שטוב
וואס הייסט זי זאל ארויסנעמען אירע קינדער? זי קען דאך נישט, זיי זענען נישט ביי איר און זענען נעבעך פארכאפט און ברעינוואשט (לדעתה) ביי די חסידים. אז עס איז דא טעכנישע פראבלעמען זיכט זי דאס צו סאלוון, זייער סימפל.
און די ביסט נישט גערעכט מיט דעם אז אין אמעריקע האט מען א רעכט צו זיין סטופיד.. כ'מיין ליטערלי ביסטו יא גערעכט, מען מעג זיין משוגה, אבער גיבן די בעיסיק עדוקעישן פאר קינדער איז א אמעריקאנע געזעץ. האסט נישט קיין רעכט צו זאגן אז איך גיב מיין קינד אן אייגענע סארט עדוקעישן וואס קומט נישט נאך די פארשריפטן פון די שטאט. און אז די מוסד וואו אירע קינדער לערנען קומען נישט נאך די פארשריפטן האט זי אלע רעכטן צו פארלאנגען אז אירע קינדער זאלן יא באקומען די פארלאנגטע עדוקעישן.
איך האב שטארק רחמנות אויף איר, אבער פארוואס גיבט דאס איר די 'מאראלע' רעכט צו צודרייט מאכן א גאנצע קאמיוניטי
וואס אנבאלאנגט די טעכנישע געזעץ קענען מיר זיך טענה'ן פון יעצט ביז קאנארסי, אבער ס'איז נישט רעלעוואנט אויף די 'מאראל ארגומענט'
הארצרייסנדע בריוו לכבוד די טאכטער'ס יום החופה פון יפד מנהלת
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
היסטאריע האט געשריבן:הייסט זי האט מסכים געווען אויף א חסידישע חינוך, נאר געוואלט א מוסד וואס לערנט לימודי חול?
עפעס שמעקט פין א גימיק, אז איינמאל מען איז מסכים צו טוישן מוסדות קען זי שוין פארלאנגן גאר מאדערנער מוסדות.
אדער איינמאל מען שטעלט רעגיולאציעס און זיי ווערן נישט אויסגעפאלגט, קען זי זיי לעגאל לייגן ווי זי וויל.
.I got voices in my head.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
איך האב א אנדערע פראבלעם
איך האב אפגעמאכט יארן צוריק אז איך האב מער גארנישט מיט די סיסטעם אבער קיינער האט דאס נישט עקסעפטעד
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
דאס איז שוין נאכדעם וואס איך בין דורך א פרשה פון א גט ווייל איך האב אויסגעדרוקט ווערטער פון ליבשאפט וואס מיין עקס האט אפגעמאכט אז זי קען נישט אויפשטעלן קיין אידישע שטוב וכ'ו וכ'ו.....דוד שריפטליך האט געשריבן:איך האב אפגעמאכט יארן צוריק אז איך האב מער גארנישט מיט די סיסטעם אבער קיינער האט דאס נישט עקסעפטעד
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
די פראבלעם אן א לעזונג
די פראבלעם איז פיל ערגער און טיפער ווי איך האב מיר פארגעשטעלט, איך האב דערציילט מיין געשיכטע פאר די חברים אין די שול וואו איך האב געדאוונט שמחת תורה למשל שוין מער אזוי גערופענע אויפגעקלערטע אינגעלייט, האט מיר איינער נאכדעם אריינגעגעבן אז איך האב עס נישט געטארט זאגן הויעך ווייל עס איז געזיצן דארט א בחור (וואס פארמאגט עקסעס און ווייסט פיל זאכן וואס אסאך עלטערע אינגעלייט ווייסן נישט וכו' וכו'.......) אוי האט ער באקומען פון מיר.... איך וויל עס שוין זאגן פון לאנג אבער קיינער איז נישט געווען אינטרעסירט עס צו הערן, אפילו די אזוי גערופענע טערעפיסטן עסקנים פיסיכלאגן פיסיכיאטער סערקאלעדזשיסט האבן מיר נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, ביז איך בין אנגעקומען צו א פראמאשן ווידיא מקום ארגעניזאציע און איך האב פארשטאנען פון די ווארטזאגער וואס האט גערעדט דארט אז זי קומט אויך פון א חסידישע בעקגראנד און זי איז דורך א פרשה א גט,
למעשה דערציילט זי אז זי האט חתונה געהאט צו א בעל תשובה און וואוינט היינט אין איינע פון די ערליכע מאדערן ארטאדאקס געגנטער.... איין זאך האט מיר געבאדערט מיט וואס זי האט פארגעשטעלט די חסידישע געמיינדע, זי זאגט אזוי the CHESED and the love is incredible
קלער איך צו מיר אזוי, מילא די חסד איז זי גערעכט, אבער לאוו??.......(!)...... מאן דכר שמיה....
האב איך מיר נישט געפוילט און זיך פארבינדן מיט איר (עס זאגט זיך גרינג, אבער דאס איז גארנישט אזוי סימפל ווייל איז שוין היינטיגע צייטן גאר א פארנומענע מענטש וואס גיבט קאטשינגס און פירט אן פראיעקטן און אזוי ווייטער...) למעשה איך האב איר דערציילט מיין סטארי מיט אלע איינצלהייטן, און ווי אויך האב איך איר געפרעגט פארוואס זי זאגט אזא זאך, און וואונדער איבער וואונדער, זי האט זיך מודה געווען אז זי האט זיך טאקע גע'גט פאר די זעלבע סיבה ווי מיר, און נאך מער איר געוועזענע האט געהערט צו א געוויסע חסידות וואס האט איר געווארנט אז נאך איינמאל זי וועט אפילו אויפברענגן די טעמע גיבט ער איר א גט, איז געווען מיין שאלה פארוואס דערציילסטו דאס נישט?????? .............
איך ווארט נאך פאר א תשובה...

למעשה דערציילט זי אז זי האט חתונה געהאט צו א בעל תשובה און וואוינט היינט אין איינע פון די ערליכע מאדערן ארטאדאקס געגנטער.... איין זאך האט מיר געבאדערט מיט וואס זי האט פארגעשטעלט די חסידישע געמיינדע, זי זאגט אזוי the CHESED and the love is incredible
קלער איך צו מיר אזוי, מילא די חסד איז זי גערעכט, אבער לאוו??.......(!)...... מאן דכר שמיה....
האב איך מיר נישט געפוילט און זיך פארבינדן מיט איר (עס זאגט זיך גרינג, אבער דאס איז גארנישט אזוי סימפל ווייל איז שוין היינטיגע צייטן גאר א פארנומענע מענטש וואס גיבט קאטשינגס און פירט אן פראיעקטן און אזוי ווייטער...) למעשה איך האב איר דערציילט מיין סטארי מיט אלע איינצלהייטן, און ווי אויך האב איך איר געפרעגט פארוואס זי זאגט אזא זאך, און וואונדער איבער וואונדער, זי האט זיך מודה געווען אז זי האט זיך טאקע גע'גט פאר די זעלבע סיבה ווי מיר, און נאך מער איר געוועזענע האט געהערט צו א געוויסע חסידות וואס האט איר געווארנט אז נאך איינמאל זי וועט אפילו אויפברענגן די טעמע גיבט ער איר א גט, איז געווען מיין שאלה פארוואס דערציילסטו דאס נישט?????? .............
איך ווארט נאך פאר א תשובה...




- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
מיט "לאוו" האט זי לכאורה געמיינט צו זאגן "systemic love"'. אזויווי ס'דא די ענין פון systemic racism, ד.ה. אז די סיסטעם איז אזוי אויסגעשטעלט אז שווארצע צ.ב. זאלן שווערער קענען באקומען א דשאב אדער מארטגעדש, כאשט וואס די מארטגעדש און ארבעטסגעבער האבן לאו דווקא עפעס קעגן זיי נאר ס'האט זיך פערצופאל אזוי אויסגעשטעלט, ד.ה. אז די סיסטעם as a whole איז אויסגעשטעלט צו באקריוודען שווארצע, און דערפאר "ראסיסטיש". אן ענליכע בחינה קען מען זאגן איבער חרדים אז די סיסטעם איז אזוי אויסגעשטעלט אז (כמעט) יעדעמ'ס גשמיות'דיגע באדערפענישן ווערן געדעקט כאטש וואס ס'קומט לאו דווקא פון ליעבע (ווען ס'וואלט געקומען פון ליעבע וואלט מען זיך געזארגט פאר די זעלישע באדערפענישן פונקט אזוי...), ד.ה. אז די סיסטעם as a whole ליעבט דיך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 103
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
- האט שוין געלייקט: 150 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
על אלה אני בוכיה
https://youtu.be/iP6f80BatMQ (דו קענסט אנשטעלן צו זעהן סובטייטלס, דורך קליקן אויף cc)
דא איז א שטיקל הסבר:
https://youtu.be/vGjscMPPjNQ
https://youtu.be/iP6f80BatMQ (דו קענסט אנשטעלן צו זעהן סובטייטלס, דורך קליקן אויף cc)
דא איז א שטיקל הסבר:
https://youtu.be/vGjscMPPjNQ