ויקהל - פקודי - ס'איז א דבר פשוט...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

ויקהל - פקודי - ס'איז א דבר פשוט...

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די וואך זענען מיר זוכה בסייעתא דשמיא מסיים צו זיין גאנץ ספר שמות, וועלכע שליסט זיך מיט פרשת פקודי, די פרשה אין וועלכע עס ווערט דערמאנט די הקמת המשכן, וואס איז אגב אויך פאָרגעקומען אין די צייט אין יאר, ראש חודש ניסן איז די טאג אין וועלכע די משכן איז געווארן אויפגעשטעלט ווי די תורה דערציילט אונז (מ' י"ז) וַיְהִי בַּחֹדֶשׁ הָרִאשׁוֹן וגו' בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ הוּקַם הַמִּשְׁכָּן.

וואס אגב, ווען מיר וועלן מדייק זיין אינעם לשון הפסוק וועלן מיר באמערקן אז עס שטייט "הוּקַם הַמִשְׁכָּן" די משכן איז געווארן אויפגעשטעלט, וואס איז משמע אז ס'האט ז יך אויפגעשטעלט פון זיך אליינס, ווי רש"י ברענגט טאקע מיט עטליכע פסוקים פריער (ל"ט ל"ג) בשם דער מדרש תנחומא, "שלא היה יכול להקימו שום אדם מחמת כובד הקרשים, שאין כח באדם לזקפן, ומשה העמידו. אמר משה לפני הקב"ה איך אפשר הקמתו על ידי אדם, אמר לו עסוק אתה בידך נראה כמקימו, והוא נזקף וקם מאליו, וזהו שנאמר הוקם המשכן, הוקם מאליו". אז קיינער אין די וועלט האט נישט געקענט אויפשטעלן די משכן צוליב די שווערע ברעטער וואס איז נישט געווען מעגליך אז א מענטש זאל עס אויפהייבן, און ווען משה רבינו האט געפרעגט דעם אייבישטער דערוועגן וויאזוי מ'וועט עס קענען אויפשטעלן, האט דער אייבישטער איהם באפוילן אז ער זאל זיך באשעפטיגן מיט די ברעטער און זיך מאכן כאילו ער הייבט עס אויף, און די איבריגע וועט שוין געשען פון זיך אליינס, און כך הוה, ווי נאר משה רבינו האט צוגעלייגט זיינע הענט צו די ברעטער האט פאסירט די נס פון "הוּקַם הַמִשְׁכָּן" און די משכן איז געווארן אויפגעשטעלט פון זיך אליינס.

וואס לכאורה איז דאס א גרויסע וואונדער, הַיִתָּכֵן עס פאסירט אזא געוואלדיגע נס חוץ לדרך הטבע, און די תורה הקדושה מאכט בכלל נישט קיין עֵסק דערפון, אויסער די צוויי ווערטער "הוּקַם הַמִשְׁכָּן" וואס זענען נישט מער ווי א לייכטע רמז, דערמאנט די תורה אינגאנצן נישט די וואונדערליכע נס וואס האט זיך דא אפגעשפילט, ס'איז געלעגן א גאנצע הויפן שווערע קרשים וואס קיינער קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט זיי, ממש קיינער, "שלא היה יכול להקימו שום אדם" גרויסע שווערע ברעטער וואס מ'קען בשום אופן נישט אויפשטעלן, און פלוצלינג שטעלן זיך אוועק די אלע קרשים אין פלאץ אָן קיין שום ארבעט, זיי אלע גייען אין די רייע און קומען אָן פון זיך אליין וואו זיי באלאנגן, דאס איז דאָך בערך אזא סארט נס ווי קריעת ים סוף... און דארט מאכט די תורה א גאנצע רעש און א טומל איבער די גרויסקייט פונעם נס וויאזוי דער אייבישטער האט געשפאלטן דעם ים און געמאכט די וואסער ווי א מויער פון ביידע זייטן, וְהַמַיִם לָהֶם חוֹמָה מִימִינָם וּמִשְׂמֹאלָם, און די תורה שילדערט באריכות אלעס וואס האט פאסירט, און דא גארנישט? קיין איין
ווארט? וואס באדייט דאס?.

און אז מען פרעגט שוין, איז אויך דא גאר א אינטערסאנטע מדרש אנהייב פון פרשת פקודי וואס מען דארף אפלערנען, די מדרש דערציילט אז ווען מ'האט געענדיגט די גאנצע ארבעט פונעם משכן האט משה רבינו זיך אוועקגעזעצט מאכן א חשבון פונקטליך וויפיל געלט ס'איז אריינגעקומען ביי די נדבות פארן משכן און וויפיל געלט ס'האט געקאסט צו בויען די משכן, ווי עס איז מרומז אין די ווערטער אֵלֶּה 'פְקוּדֵי' הַמִּשְׁכָּן, פקודי איז טייטש ציילן, ווייל משה רבינו האט געמאכט א פונקטליכע דין וחשבון פאר כלל ישראל אז זיי זאלן זעהן אז אלעס איז צוגעגאנגען אָרענטליך און ערליך און דאס געלט איז אנגעקומען צום משכן. און ווי רבי חמא דַרש'ענט אינעם המשך המדרש אז משה רבינו האט געהערט ווי די אידן באַרעדן איהם אונטער זיין רוקן און זיי זאגן בלשון זלזול אז ער איז רייך געווארן אויף זייער חשבון, וויבאלד ער איז דאָך געווען ממוּנה אויף די קאסע פון די
נדבות פארן משכן, און מן הסתם האט ער גענומען א חלק פאר זיך ח"ו...

הכלל, משה רבינו רעכנט און רעכנט כדי צו מאכן א קלארע חשבון אז מ'זאל זעהן וואו אהין יעדע דאלער איז געגאנגען, אבער למעשה האט ער פאַרגעסן די חשבון פון זיבעצן-הונדערט און פינף-און-זיבעציג שקלים און ער האט זיך נישט געקענט דערמאנען וואו דאס געלט איז אהינגעקומען, "התחיל יושב ומתמיה, אמר עכשיו ישראל מוצאין ידיהם לאמר משה נטלן, מה עשה, האיר הקב"ה עיניו וראה אותם עשוים וָוִים לעמודים", משה רבינו איז געזעצן און זיך געזארגט וואס וועט דא זיין, כלל ישראל וועט דאָך איהם חושד זיין ח"ו אז ער האט גענומען דאס געלט פאר זיך, ביז השי"ת האט איהם געהאלפן און באלאכטן זיינע אויגן און ער האט זיך דערמאנט אז גענוי די סכום האט מען טאקע גענוצט צו מאכן די 'וָוֵי הָעַמוּדִים' די ספעציעלע זילבערנע העקעלעך וואס זענען געווען אויף די זוילן אינעם חצר המשכן און זיי האבן געהאלטן די 'קְלָעִים' די פורהענג וואס זענען געהאנגן ארום דעם חצר, און ווי עס שטייט טאקע ווייטער אין פסוק "וְאֶת הָאֶלֶף וּשְׁבַע הַמֵאוֹת וַחֲמִשָּׁה וְשִׁבְעִים עָשָׂה וָוִים לָעַמוּדִים" אז טויזענט זיבן הונדערט פינף און זיבעציג שקלים זענען געגאנגען פאר די עמודים, "אותה שעה נתפייסו כל ישראל על מלאכת המשכן, מי גרם לו ע"י שישב ופייסן" דעמאלטס האבן אלע אידן זיך בארואיגט, זיי האבן זיך געלאזט איבער רעדן, און פארוואס טאקע? צוליב דעם וואס משה רבינו איז געזעצן און זיי מפייס געווען, ער האט פראבירט זיי אויפצוּווייזן די ארנטליכקייט און גערעכטיגקייט וואס איז גענוצט געווארן ביים בויען דעם משכן.

וואס אגב, די גאנצע געשעעניש איז א פליאה עצומה און א מוסר השכל פאר זיך, כלל ישראל האט נישט בעסער וואס צו טוהן נאר חושד צו זיין משה רבינו? זייער גרויסע רבי וואס האט זיי ארויסגענומען פון מצרים, באוויזן נסים ונפלאות, געשפאלטן דעם ים, זיי געברענגט די תורה, און דא קומט מען מיט טענות און חשדות אז ער האט גענומען געלט פונעם משכן פאר זיך כדי רייך צו ווערן? רחמנא ליצלן! און נאך מער, וואס איז די רעאקציע פון משה רבינו, יא דער גרויסער רבי פון כלל ישראל זיצט און איז מפייס כלל ישראל, ער קוקט נישט אויף זיין כבוד און ער לויפט נישט אוועק, נאר ער לאזט זיך אראפ צו מאכן די פונקטליכע חשבונות אויף יעדע פרוטה, ער איז פארנומען זיך צו פארענטפערן און ריינוואשן אין זייערע אויגן, און איז משתדל זיי מפייס צו זיין און בארואיגן ביז זיי לאזן זיך איבערבעטן.

אבער דא קען מען אויך פרעגן די זעלבע קושיא, פארוואס ווערט די גאנצע השתלשלות נישט דערמאנט אין די תורה, דאס אלעס איז מרומז גאר באהאלטן אין די ווערטער אֵלֶּה 'פְקוּדֵי' הַמִּשְׁכָּן, אז מ'האט געציילט און געמאכט א חשבון, מער פון דעם שטייט נישט קיין ווארט. לכאורה וואלט דאס געקענט ווערן ברייט אויסגעשמועסט, פונקט ווי די תורה הקדושה דערציילט אונז ביי אנדערע פעלער ווען די אידן זענען געקומען מיט טענות און תרעומות אויף משה און אהרן, פארוואס ווערט די גאנצע פרשה נישט דערמאנט אין די תורה.

איידער מיר וועלן זיך מתבונן זיין אין דעם לימוד וואס מיר לערנען זיך דא אפ, הערט א ווארט: א איד א גרויסער עסקן און בעל חסד איז אמאל אריין צו זיין רבי'ן כדי צו דערציילן איבער א גרויסע און חשוב'ע פראיעקט וואס ער נעמט אונטער, ער האלט ביים עפענען א וויכטיגע חסד ארגענעזאציע וואס וועט אויפטוהן גדולות ונצורות. דער רבי הערט איהם אויס מיט אן ערנסקייט ווען ער רעכנט אויס די דעטאלן פון זיין אונטערנעמונג, און ווען ער ענדיגט, פרעגט איהם דער רבי "דו ביסט שוין גרייט?", זאגט ער, יא רבי ב"ה מיר זענען שוין פולקאם גרייט, מיר האבן מסדר געווען אלעס פון פאָראויס און האפנטליך וועט אלעס קלאפן על צד היותר טוב אי"ה. אבער דער רבי פרעגט איהם ווייטער "דו ביסט שוין גרייט?", דער עסקן האט געמיינט אז ער האט עפעס אויסגעלאזט, און ער הייבט אָן אויסצורעכענען פון דאסניי אז מ'האט שוין געדינגן א אפיס, די נויטיגע צוגעהערן, א לאקאל, ארבייטער, און אלעס וואס די ארגענעזאציע קען נאר אמאל דארפן, און אצינד דארף מען נאר א ברכה אויף הצלחה און סייעתא דשמיא. אבער דער רבי לאזט נישט נאך, און ער פרעגט ווידער "דו ביסט שוין גרייט?!"...

אצינד האט שוין דער איד פארשטאנען אז דער רבי מיינט איהם עפעס מרמז צו זיין, און ער בלייבט שטיין שטיל גרייט צו הערן וואס דער רבי וועט איהם זאגן. און דער רבי ערקלערט איהם מיט א שמייכל, איך האב געמיינט צו פרעגן אויב דו ביסט אויך גרייט אויף די בזיונות און עגמת נפש וואס דו גייסט באקומען פון מענטשן... ווייל דאס איז א מציאות פון וואס מ'קען נישט אנטלויפן, דאס איז א פאַקט וואס לויפט אונז שוין נאך זינט בריאת העולם, ווען אימער איינער שטייט און טוט פארן ציבור, ער טוט טובות פאר אנדערע, ער איז א גומל חסד, איז נישט מעגלך אז ער גייט נישט באקומען קיין רדיפות, בזיונות, טשעפערייען, מענטשן וועלן איהם בארעדן און האבן טענות ומענות, ווייל אזוי גייט עס... און נאר איינמאל מ'ווייסט דאס פון פריער און מ'פארשטייט אז דאס איז אוממעגליך צו פארמיידן, און מ'חַזר'ט זיך גוט איין אז ס'האט גארנישט מיט'ן אמת, עס איז בלויז נאטורליכע קנאה און שנאה וואס קומט מחמת די שוואכקייט פון מענטשן, נאר דעמאלטס איז מען שוין גרייט זיך צו רוקן פאָראויס.

וואס דארפן מיר מער פונעם פסוק וואס דער מדרש ברענגט טאקע אין אונזער פרשה, "וִהְיִיתֶם נְקִיִּם מֵה' וּמִיִּשְׂרָאֵל", מיר אידן האבן א שווערע עבודה צו בלייבן ריין און אויסגעהאלטן אין די אויגן פון השי"ת און אין די אויגן פון כלל ישראל, מיר מוזן זעהן אז מ'זאל אונז נישט חושד זיין און באַרעדן. און ווי עס שרייבט דער הייליגער חתם סופר זי"ע אין א תשובה (ח"ו ליקוטים, סימן נ"ט) צו א תלמיד זיינער וואס האט געליטן רדיפות אין זיין שטאט, "ויותר אפשרי לצאת ידי החוב הראשון, היינו ידי שמים, יותר הרבה ויותר מלצאת ידי הבריות כי הם חושבים מחשבות זרות"... עס איז גרינגער יוצא צו זיין די ערשטע חלק פונעם פסוק, דעם וִהְיִיתֶם נְקִיִּם מֵה', ווייל דער אייבישטער ווייסט דאָך דעם אמת, און אויב א איד פירט זיך ערליך איז ער ריין און אויסגעהאלטן ביים אייבישטער, אבער די צווייטע חלק "וּמִיִּשְׂרָאֵל" דאס איז שוין אסאך שווערער, ווייל דאס איז די טבע פון מענטשן, זיי קומען אויף מיט אלע סארטן מאָדנע מחשבות און חשבונות און זיי האבן ליב צו באַרעדן יענעם פאר גארנישט (ווי דער חת"ס איז מאריך אין די המשך התשובה) און ער שרייבט ווייטער א לשון נורא, "ואני הרהרתי כמה פעמים אם אפשר שקיים אדם בעולם מקרא זה על מתכונתו" איך האב שוין אסאך מאל געקלערט צו זיך אויב ס'איז שוין אמאל געווען א מענטש אויף די וועלט וואס האט געקענט מקיים זיין די פסוק ווי עס דארף צו זיין!, דאס הייסט צו קענען ארויסגיין אינגאנצן ריין ביי מענטשן אין די אויגן, אָנדעם וואס מ'זאל איהם חושד זיין און באַרעדן איז א זאך וואס לויט'ן חתם סופר האט נאך קיינער נישט באוויזן געהעריג...

און די מדרש זאגט טאקע אין אונזער פרשה אז דאס איז געווען די סיבה פארוואס משה רבינו האט געדארפט אפגעבן א דין וחשבון פאר כלל ישראל איבער די געלט פונעם משכן, ווייל עס איז פארהאן דער חיוב פון והייתם נקיים, און משה רבינו האט געוואלט ארויסגיין ריין אין זייערע אויגן.

היוצא לנו, דאס איז אמאל זיכער אז ווען מ'האנדלט מיט א ציבור איז דאס אַן עבודה קשה עד מאוד, און ווי דער חתם סופר זאגט - כמעט אוממעגליך, צו געפעלן פאר יעדעם. אלס וועט זיך מאכן מענטשן מיט ביטערניש, מיט תרעומות, מיט טענות, און חשדות. און וואס דארפן מיר מער פון דעם אז טאקע משה רבינו דער רבן של ישראל, דער צדיק הדור וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר זיי און געשריגן נאכן חטא העגל "וְאִם אַיִן מְחֵנִי נָא מִסִּפְרְךָ" אויב דו ביסט נישט מוחל פאר די אידן דאן מעק אויס מיין נאמען פון די תורה, איז אויך געקומען אונטער פארדאכט פון כלל ישראל, מענטשן האבן אָן קיין בושה גערעדט שלעכטס אז ער האלט געלט פונעם משכן פאר זיך... זעהט מען דאָך קלאר אז נישט קיין חילוק ווי גרויס און ווי הייליג מען איז, די מענטשן ארום פירן זיך אלעמאל אויף די זעלבע.

אבער ווי מיר האבן שוין פריער דערמאנט, די עצה צו דעם איז אויב א מענטש ווייסט דאס פון פאָראויס, ער ווייסט אז עס האט גארנישט פערזענליך מיט איהם, נאר דאס איז א
חלק פון די טבע הבריאה אז יעדע גוטע זאך קומט מיט נסיונות און מניעות וואס נעמען עס ארום פון אלע זייטן, ער ווייסט אז ס'איז א מילתא דפשיטא אז עס גייט קומען און מען דארף זיין גרייט דערפאר! ס'איז א 'פעקעדזש דִיעל' וואס קומט מיט צוזאמען מיט א דבר טוב, אויב אזוי ווערט ער נישט דערשראקן ווען עס באפאלט איהם, ער ווייסט אז אזוי גייט עס, און דאס אלעס איז א חלק פון זיין עבודת הקודש.

עס קען גאר זיין אז טאקע דערפאר איז די תורה בכלל נישט מאריך אונז צו דערציילן די תרעומות און חשדות וואס כלל ישראל האט דא געהאט קעגן משה רבינו אז ער נעמט געלט פאר זיך. ווייל ממילא אלע אנדערע פלעצער וואו אידן האבן געהאט טענות צוליב וואסער, פלייש, מרגלים, וכדומה, דארט איז פאָרגעקומען א געוויסע חידוש וואס איז אריין אין די דברי הימים פון כלל ישראל, א חלק פון אונזער היסטאריע, און עס ענהאלט אודאי וויכטיגע לימודים וואס מיר דארפן אפלערנען דערפון. אבער דא ביים בויען די משכן, דא איז עס א דבר פשוט מאוד אז עס גייען קומען תרעומות, דאס איז נישט קיין נייע מעשה, דאס איז נישט קיין חידוש, און אינגאנצן נישט אומערווארטעט! עס איז אזוי פשוט אז ס'גייען קומען טענות ומענות, אז די תורה לערנט אונז דאס גאר דורכ'ן נישט שרייבן גארנישט! די תורה הק' וויל אונז אוועקשטעלן א לימוד לדורות אז מיר זאלן דאס וויסן און פארשטיין אז ביי יעדע דבר טוב וועלן זיך מאכן די סארט מניעות און שטערונגען, און דעריבער זאל א מענטש נישט כאפן קיין התפעלות דערפון און נישט ווערן צובראכן, פונקט ווי ביים אויפבויען די משכן איז געווען אזוי זעלבסטפארשטענדליך אז די אידן וועלן האבן טענות קעגן משה רבינו, אויף אזוי ווייט אז די תורה רעדט אפילו נישט דערפון און דערמאנט עס בכלל נישט, און דאס איז פאר אונז די גרעסטע חיזוק אלעמאל אז ווען מיר זענען עוסק אין אונזער אייגענע הקמת המשכן, ווען מיר ווילן אויפטוהן עפעס א הייליגע זאך, ווען מיר ווילן טוהן א פעולה טובה, איז פשוט אז די בעלי מחלוקת און בעלי קנאה וועלן קומען צו לויפן.

און בדרך צחות קען מען צולייגן מער, די תורה שרייבט גארנישט, אונז מרמז צו זיין, מאך נישט קיין גאנצע פרשה דערפון, מאך נישט קיין פסוק, רעד נישט דערפון און מאך זיך נישט וויסענדיג, ס'איז אינגאנצן נישט כדאי צו נעמען צום הארצן, עס איז א דבר פשוט און מ'טאר נישט ווערן צוטראגן פון דעם. אט דאס באדייט די 'נישט שרייבן' פון די תורה, אונז צו ווייזן אז פון דעם מאכט מען נישט קיין גאנצע געשעפט.

און גייענדיג מיט דעם מהלך, קענען מיר דערמיט אויך פארענטפערן די ערשטע קושיא מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן, לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס די תורה הקדושה דערמאנט נישט די גרויסע נס וואס האט פאסירט בשעת הקמת המשכן אז די קרשים זענען געווען אוממעגליך אויפצוהייבן, און צום סוף האבן זיי זיך אויפגעשטעלט פון זיך אליינס, און מיט וואס איז דער נס אנדערש פון אלע אנדערע נסים וואס ווערן דערמאנט אין ספר שמות ווי קריעת ים סוף וכדומה. אבער לויט ווי מיר שמועסן ווערט דאס
פארענטפערט הערליך:

ווען א איד טוט א דבר טוב, דארף עס זיין אזוי פשוט אין זיינע אויגן אז נישט ער איז דער וואס טוט, ס'איז נישט כוחי ועוצם יד, ווייל א בשר ודם קען בעצם גארנישט, מיר זענען נישט אומשטאנד אויסצופירן קיין שום זאך אליינס, אלעס איז נאר דער אייבישטער, דער כוח השי"ת וואס באגלייט אונז און טוט פאר אונז, און אָן זיין הילף קען גארנישט פאסירן. און מיר דארפן זיך טאקע נישט זארגן ווען ס'קומט אויסצופירן די גוטע זאך, ווען מ'זעהט אז ס'איז אסאך גרעסער און שווערער ווי מ'האט געמיינט לכתחילה, ווייל דער אייבישטער קען דאָך אלעס! ווען עס וואלט געווען 'מיין' דאגה און 'מיין' פראבלעם צו קענען אויספירן די זאך מיט די אייגענע כוחות, דאן וואלט איך טאקע געווען אויף צרות נישט קענענדיג ענדיגן דאס וואס איך האב אנגעהויבן, אבער ווען מ'ווייסט און מ'פארשטייט אז דער אייבישטער טוט אלעס און ער פירט אלעס אויס, דעמאלטס העלפט טאקע השי"ת און ענדיגט צו פאר אונז דאס וואס דארף געטוהן ווערן.

איז דורכאויס ספר שמות ווען כלל ישראל איז געווען אין מצרים, זיי האבן זיך געפונען אונטער די קליפה פון פרעה מיט די מצריים וואס זענען איין שטיק "אני ואפסי" זיי גלייבן אין זיך און האלטן זיך גרויס אז זיי קענען אלעס, דאן האט נאך אויסגעפעלט צו מאכן א עֵסק פון די נסים ונפלאות וואס השי"ת באווייזט, כדי אויסצולערנען פאר כלל ישראל ווער עס איז דער אמת'ער בעל הבית אויף די וועלט, ווער איז דער מסבב כל הסיבות וואס פירט די גאנצע בריאה און קען איבערדרייען אלע סדרי הטבע אין איין רגע ווען ער וויל, און ווי מיר געפונען טאקע ביי קריעת ים סוף וואו די נסים ווערן אויסגעשמועסט באריכות, ווייל דארט האט מען נאך געדארפט אויפבויען די אמונה פון כלל ישראל וואס איז נארוואס באפרייט געווארן פון טומאת מצרים, אז זיי זאלן צוקומען צו די ריכטיגע וַיַּאֲמִינוּ בַּה' וּבְמֹשֶׁה עַבְדּוֹ. אבער דא ווען מען האלט שוין ביים שלוס פון ספר שמות, ווען כלל ישראל האלט שוין נאך מתן תורה און זיי גייען זוכה זיין צו השראת השכינה אינעם משכן, דא דארף עס שוין זיין א דבר פשוט אז דער אייבישטער איז דער וואס טוט אלעס און פירט אלעס, עס דארף זיין איינגעבאקן און איינגעקריצט אין אונז אז מיר אליינס קענען גארנישט, און קיין שום זאך ווערט נישט געטוהן דורך אונז אליינס. און דערפאר ווערט טאקע נישט דערמאנט בפירוש די נס פון "הוּקַם הַמִשְׁכָּן", ווייל כלל ישראל האלט שוין דא ביי די דרגא וואו זיי ווייסן און אנערקענען דאס מיט א פשטות אז אלעס וואס געשעט, אפילו ווען עס פאסירט בדרך הטבע, איז אויך נאר מיט'ן כוח פון השי"ת וואס ער טוט און מאכט אלעס, אזוי אז מען דארף דאס אפילו נישט מפרש זיין אין פסוק.

און דאס איז די תורה הקדושה דא קוֹבֵעַ אלס א לימוד לדורות, דייקא דורכ'ן נישט שרייבן און נישט מאריך זיין, אז סיי ווען מיר וועלן נאר אמאל וועלן אויספירן א זאך, דארפן מיר דאס וויסן אזוי קלאר און זיכער אז אלעס איז נאר די כוח פונעם אייבישטער וואס ער טוט אלעס און מאכט אלעס; אונז פון אונזער זייט קענען בלויז מאכן השתדלות, מיר קענען זיך גרייטן, מיר קענען פראבירן, מיר קענען אנהייבן (אויך נאר מיט'ן אייבישטער'ס הילף פארשטייט זיך) אבער אויספירן למעשה און צוברענגן צום שלימות, דאס אלעס ווערט געטוהן אויף א אופן פון "הוּקַם הַמִשְׁכָּן" עס פאסירט ווי פון זיך אליינס דורך הימלישע כוחות, מיר ארבעטן נאר ארום און באשעפטיגן זיך מיט די הענט און עס זעהט אויס כאילו מיר טוען, אבער באמת טוט דער אייבישטער.

קומט אויס אז מיר לערנען צוויי גאר וויכטיגע און יסודות'דיגע זאכן אין לעבן, און ביידע זענען כמעט ווי פארבינדן איינס מיט די אנדערע, אז אלעמאל ווען א איד פלאנט זיך אונטערצונעמען א דבר טוב, ער גרייט זיך אהערצושטעלן א קליינע משכן פארן אייבישטער, ער וויל ברענגן השראת השכינה, דארף ער אבער וויסן צוויי זאכן: איינס אז ס'וועט נישט אדורכגיין גלאט, עס וועלן קומען פארשידענע סארטן מניעות און שטערונגען מצד געוויסע מענטשן וואס וועלן איהם עֶנג מאכן און שטיין אין וועג. און די צווייטע זאך דארף ער וויסן אז 'ער' איז נישט דער וואס טוט, דער אייבישטער איז דער וואס טוט, אָן די נויטיגע סייעתא דשמיא און הילף פון אויבן קען מען גארנישט באווייזן.

וואס די ביידע זאכן זענען א געוואלדיגע חיזוק פאר א איד, ווען מ'ווייסט אז די שטערונגען און שטרויכלונגען זענען א זאך וואס קומען אלעמאל, ס'איז שטענדיג דא א התנגדות
צו יעדער טוב, אפילו ביי משה רבינו דער רבי פון כלל ישראל, העלפט דאס אז מ'זאל נישט ווערן צובראכן און וועלן אויפגעבן אינדערמיט. און בפרט אז מ'ווייסט די צווייטע טייל, אז ס'איז נישט 'מיין' אחריות און אויפגאבע צו קענען ענדיגן און אויספירן למעשה, איך דארף נאר טוהן השתדלות און דער רבונו של עולם ער וועט שוין קומען און ענדיגן פאר מיר, ווייל נאר ער קען באמת טוהן, דעמאלטס ווערט דער איד נישט מיואש און צובראכן פון זיינע גרויסע שאיפות און אונטערנעמונגען, ווייל ער ווייסט אז נישט מיט זיינע כוחות וועט ער אנקומען צום ציל, נאר דורך השי"ת וואס טוט אלעס און פירט אלעס אויס, ווי דוד המלך ע"ה זאגט אין תהלים (קל"ח ח') "ה' יִגְמֹר בַּעֲדִי" דער אייבישטער וועט צוענדיגן פאר מיר.

און ווי פאסיג איז דאס מיט'ן מאמר פונעם תנא רבי טרפון אין די משנה אין פרקי אבות (פרק ב' משנה ט"ז) "הוּא הָיָה אוֹמֵר, לֹא עָלֶיךָ הַמְּלָאכָה לִגְמוֹר, וְלֹא אַתָּה בֶן חוֹרִין לִבָּטֵל מִמֶּנָּה", א איד דארף וויסן אז ס'איז נישט זיין ארבעט צו ענדיגן אינגאנצן, ער דארף זיך נישט זארגן וויאזוי ער וועט קענען אויספירן, אבער פון די צווייטע זייט טאר מען זיך נישט ארויסדרייען פון תורה ומצוות, מיר מוזן טוהן אלעס וואס מיר קענען. וואס לענינינו איז דאס מרמז אויף די צוויי יסודות, פון איין זייט קען מען זיין רואיג אז מיר אליינס פירן גארנישט אויס נאר השי"ת וועט העלפן און צוענדיגן דאס וואס דארף געטוהן ווערן, ווי אויך טארן מיר זיך נישט דערשרעקן ווען מיר הייבן אָן צו באגעגענען די מניעות, ווען מיר הערן די קריטיק און די חוזק פון אנדערע מענטשן, מיר דארפן וויסן אז 'עס קומט אזוי' און אז 'עס איז א דבר פשוט' וואס וועט אייביג זיין, און ממילא "לֹא אַתָּה בֶן חוֹרִין לִבָּטֵל מִמֶּנָּה" דו טארסט נישט שוואך ווערן און אויפגעבן, נאר מאך זיך נישט צו טוהן פון די אלע שטערונגען, דו טוה ווייטער אלעס וואס דו קענסט און ווי ווייט דו קענסט, און אפילו דו ביסט נישט מסוגל צו דערגרייכן צו שלימות וואס דו האסט ערווארטעט, פון דארט און ווייטער וועט שוין זיין ה' יִגְמֹר בַּעֲדִי און עס וועלן שוין אונטערקומען די נסים ונפלאות וואס פעלן זיך אויס אז דיינע גוטע פלענער זאלן צושטאנד קומען בעזהשי"ת.

לסיכום געדענק:
• עס איז א דבר פשוט אז יעדע גוטע זאך קומט מיט מניעות, פראבלעמען, רדיפות, בזיונות, טשעפערייען, און טענות ומענות, ווייל דאס איז די מציאות העולם.
• אז מ'ווייסט דאס פאָראויס און מ'פארשטייט אז אזוי קומט עס, ווערט מען נישט אפגעשוואכט און צובראכן דערפון.
• א איד ווייסט אויך אז לֹא עָלֶיךָ הַמְּלָאכָה לִגְמוֹר, דו מוזט נישט און דו קענסט נישט ענדיגן אליינס, דו טוה דיין חלק און השי"ת וועט צוענדיגן די איבריגע.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך א שעפעלע »

פארשפארט