ק"מ פורים אפטיילונג: "האריגע שארטקאט" דורך ארי' אבראמאוויטש

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

ק"מ פורים אפטיילונג: "האריגע שארטקאט" דורך ארי' אבראמאוויטש

שליחה דורך דיכטער »

דאס גייט זיין דאס ערטשע מאל וואס איך שרייב דא אין דעם קאווע שטיבל, (האפענטליך איינס פון פילע) ממילא בעט איך אנטשולדיגונג טאמער מיינע ווערטער ציטערן עטוואס פון התרגשות.
און יעצט צום פינטל. איך ווייס נישט טאמער עס איז דא נאך אן אשכול וועלכע דיסקוסירט דעם פורים אפטיילונג אויף קול מבשר אבער איך וויל דא רעאגירן צו דער "האריגע שארטקאט" דורך ארי' אבראמאוויטש.
קודם כל איז עס לעניית דעתי דער בעסטער פון אלע טרעקס דאס יאר, נאך בעסער פון פעלדזאם וואס האט שוין געזען בעסערס... ס'דאך אזאנס גוט אז ס'גייט א רויך.
הערענדיג עס אויס האב איך ערוואבן וויאזוי עס האט זיך אויסגעלאזט מיט דעם ביטערן מענטאל-געבינדענער, מענדל. אט הערט.
ער קוקט זיך אים, אין די אויגן פון זיין פארכאפער דערזעט זיך נישט דאס מינדערסטע מיטלייד. יענער גייט זיך אנטון זיין שיינע נייע בעקיטשע און ער כאפט זיך אז ער איז אן איבעריגע שטיקל פלייש דא.
ער שפאנט צום טיהר עפענט איר אויפן נאכן זיך פארהאנקענן אויפן הענטל פאר עטליכע מיליסקונדן וועלכע האבן אויסגעקוקט ווי אן אייביגקיייט, ווי נאר ער טרעפט זיך אינדרויסן פון דעם שטוב נעמט ער זיך אראפלויפן די שטיגן ביז ער גרייכט אינטען און דאן נעמט ער זיך לויפן אהיים מיט איין אטעם אדורך די געסערליך. ער קוקט נישט ארום, ער וויל נישט כאפן די בליקן פון די וואס קוקן איהם אן מיט פארוואנדערטע פענימער, ביז ער קומט אן אהיים א פארפלעפטע און צעיאזשעשעטע. ער געבט האסטיגע קלאפעס אויפן טיר און נאך איידער ער נעמט אראפ זיין פויסט פון דער טיהר, צעעפענט זיך די טיר פילערהייט און זיין בני בית ערשטיינט דארט שרייענדיג אויף איהם פון דא ביז האנאלאלא מיט אזעלעכע קולות און יללות אז אי אפשר להעלותם על הכתב ווייל ס'וואלט נאך געקענט טויב מאכן די לייענער...
ביז האלבע נאכט האט איהם גענומען צו סארטן זיין שלום בית און הערשט דאן האט ער זיך א פארסאפטעוועטע געוואשן און געגעסן ווי א קריגס געשלאגענע צו דער זעט. נישטא קיין זמירות, קיין ניגונים, די לעקטערס זענען שוין פארלאשן. פארכמארעט און פאר'מרה-שחורה'ט האט ער זיך געלייגט שלאפן. די האר האבן איהם געקיצלט און געגרידזשעט דעם גענצן צווייטער האלב נאכט און ערשט אין די פריער פארטאגס שטונדן איז ער איינגעשלאפן אויפן אפגעשוירענעם זייט קאפ, אין א טיפן שלאף.
האלב נאך צען האט ער זיך אויפגעכאפט און זויפארט זיך אויסגעדרייט אויפן צווייטן זייט. שלאפן האט ער שוין נישט געהאט קיין אפעטיט, אבער זייענדיג דעפרעסט און אנגעזעצט אויף זיין ביטערע לאגע האט ער זיך נישט געקענט נעמען זיך ארויס צושלעפן פון בעט.
ערשט שפעטער ווען זיינע ברירות זענען אויסגעלאפן, האט ער זיך ארויס געדראפעוועט פון בעט און דאן געדאווענט ביחידות, אינעם ליידיגן קאמער, צווישן דער שפיל צימער און דער באדע צימער. ער האט אפגעכיפערט א דאווענען, אפגעשאקלט מיט ליידיגקייט די נענועים, און ביי די הושענות האט ער זיך ארום געדרייט ארום דער וועקיום קלינער וואס איז געלעגן אינמיטן צימער, ארויפשלעפענדיג זיין עטרה יעדער עטליכע סעקונדעס איבער דעם האלב-האריגע קאפ.
אן קיין מוט האט ער קידוש געמאכט און אפגעגסן אן אבל'דיגן סעודה פלאצענדיג יעדער עטליכע מינוט און מילדע כעס אויסברויכן אויף יעדער קליינע נארישקייט.
צונאכטס נאכן אפדאווענען א פארזעצטע מעריב האט ער באשלאסן אז גענוג געווען, ער האלט עס מער נישט אויס, ער דערליידט עס שוין נישט מער. ער האט אריבער געשיקט זיין זון וועלכע האט מיט געמישטע געפילן מיטגעהאלטן דער גאנצע זאך פון דערנאנט, צום דיין, (יא יא, דער זעלבע דיין ואס ער האט באגעגנט דעמאלס ערב יו"ט...) און ער האט איהם אנגעזאגט אז ער זאל פארלייגן פארן דיין דער גאנצע געשיכטע און מסביר זיין אז עס איז אומאויסהאלטבאר. אפשר וועט דער דיין טרעפן עפעס א היתר, איך ווייס, יו"ט שני, כבוד הבריות, ער זאל זיך קענען שערן דורך א גוי, מיט א שינוי.
דער דיין, נאכן דורך טוהן דער סוגיא, האט ווירקליך מורה היתר געווען ער זאל זיך קענען שערן דורך א גוי אפילו אן א שינוי.
דער זון איז א צופרידענע אהיים געשפרונגען און זויפארט האט מען געשאפט א שבת גוי וואס האט איהם געשוירן און דאן האט ער זיך אפגעוואשן דאס קאפ און ארויסגעקומען איז ער פון מקווה אן אנדערע מענטש.
די סעודה דער צווייטע טאג האט שוין געהאט אן אנדערע פנים. ער האט זיך צוביסליך אנגעהויבן ארויס זען פון דעם ביטערן קאשמאר און מען האט מיט א פרייליכע שטימונג געגעסן די יו"ט'דיגע מאכלים.
ערשט צומארגנס אינדערפרי, שטייענדיג ביי זיין פלאץ אין בית מדרש, מיטן טלית איבערגעדעקט איבערן קאפ, ווען דער גאנצע עולם שטייט אוון זאגט הלל מיט גרויס התלהבות, האט ער פריי געלאזט זיינע זידיגע טרערן וועלכע זענען זיך צעפלאסן ווי א קוואל אראפ זיינע באקן, באוואשענדיג זיין געזוכט, אן אויפהער.
פארשפארט