יואליש האט געשריבן:פרשת בראשית ד:כ"ו
"אז הוחל לקרוא בשם יהוה."
רש"י אבער זאגט אן אינטערעסאנטער פארקערטע פשט וואס איז לכאורה זייער שווער צו טרעפן אין פסוק, אבער געבויט אויף א מדרשים: לויט דעם איז הוחל איז מלשון חולין. "'אז הוחל, לשון חולין, לקרוא את שמות האדם ואת שמות העצבים בשמו של הקב"ה לעשותן אלילים לקרותן אלהות." דאס הייסט אז בימי אנוש האט מען זיך אפגעקערט פון גאט.
דער ספורנו האט משיג געווען דעם פראבלעם פון אזוי אריינלערנען, קומט ארויף מיט א געניעלען איינפאל. לעולם איז הוחל מלשון התחלה. און פשט אין פסוק איז טאקע אז די "צדיקי הדור" האבן אנגעהויבן פרעדיגען "ברבים" אמונה, אלעס ווייל ע"ז האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן דאן אויף די וועלט. לויטן ספורנו רעדט טאקע די פסוק פון די מאמינים, הוחל לקרוא בשם ה', נאר ער לייגט צו חז"ל'ס הוספה אז ע"ז האט זיך פארשפרייט בדורו און דערפאר האט זיך אויסגעפעלט צו מרבה זיין לקרוא בשם השם.
דער פראבלעם איז לכאורה מיטן פשוט פשט, פארוואס "אז" הוחל לקרוא בשם ה', בשעת וואס מיר זעהן אז קין והבל האבן שוין מקריב געווען קרבנות צו גאט.
דאס איז נישט אזוי שווער: דע נקודה דא איז "לקרוא" און דאס האט נישט פאסירט ביז אנוש. ביי מיר איז אביסאלע מער שווער פון (בראשית ד,א) "והאדם ידע את חוה אשתו ותהר ותלד את קין ותאמר קניתי איש את ה'" (דער איינציקסטער פלאץ אין די תורה, ביז דור אנוש, ווי א מענטש רופט גאט ב"ה "יהוה").
אגב: א געשמאקערער פשט האב איך געטראפען אין פירוש הטור הארוך: "פירש רשב"ם, התחילו להתפלל לה' מתוך צרות שנתחדשו."
נאך א נקודה: רש"י ז"ל האט נישט ליב קיין מיטלגארטעגע כאראקטערס. די תורה הקדושה רעדט נאר פין אדער צדיקים אדער רשעים, לויט רש"י הקדוש (און אפשר אפילו חז"ל). דוק ותשכח!
א דוגמא זע אין רש"י אויף "(בראשית י,ט) הוא היה גבר ציד לפני יהוה על כן יאמר כנמרד גבור ציד לפני יהוה": "גבור ציד - צד דעתן של בריות בפיו והטען למרוד במקום:
לפני ה' - מתכוין להקניטו על פניו:
על כן יאמר - על כל אדם מרשיע בעזות פנים יודע רבונו ומתכוין למרוד בו יאמר זה כנמרוד גבור ציד (ב"ר):"