האדמו"ר ר' ישראל האגער מוויזניץ גייט אסר'ן די בחירות?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 126
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
האדמו"ר ר' ישראל האגער מוויזניץ גייט אסר'ן די בחירות?
ווער ס'האט געמיינט אז די הפתעות מיט ר' ישראלטשע האט זיך שוין געענדיגט האט געלעבט אין א טעות, היינט האב איך געהערט אז ער האט געהייסען זיינע מוסדות אויפהערן נעמען געלט פון די רעגירונג, ממילא בלייבט איבער זיך צו וואונדערן צו ער וועט אויך הייסען אז מ'טאר נישט גיין צו די בחירות, עולם הפוך ראיתי, סאטמאר זיצט אין בג"ץ שוין באלד 10 יאר און וויזניץ אסר'ט די בחירות, אויב אזוי האט דאך דער ברך משה גארנישט אזוי שלעכט געהאנדעלט מיט דעם שידוך מיט וויזניץ, נו אויב אזוי קאן זיך שוין בני יואל פארמאכן און הכל על מקומו יבא בשלום, די גאנצע סומאטאכע מיט ר' אהרן איז ווייל זיין טאטע האט עם משדך געווען מיט וויזניץ ממילא טאר ער דאך נישט זיין קיין רב אין קרית יואל לויט די בני יואל אידן, און די גאנצע פייערדיגע מלחמה מיט אזויפיל אידיש בלוט וואס דאס האט שוין געקאסט איז דאך נאר ווייל זיין פעטער דער סאטמארער רבי איז געווען ברוגז וועגן דעם שידוך, עכ"פ לויט די בני יואל אידן, ממילא קאן ר' זלמן לייב שוין איבערגעבן פאר זיין ברודער דעם כסא אדמורות והרבנות און ס'וועט זיין א בעסערער וועלט און ווייניגער חילול ה' אויף דער וועלט, איי דער בלאט וועט זיך פארמאכן און מ'וועט נישט קאנען ליינען די אלע אינטרעסאנטע אפהאנדלונגען מיט ארטיקלען נאו פראבלעם די אלע שרייבערס וועלן אריבער גיין צום "דער איד,
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
קרן הצלה וועט דען ממלא זיין דעם חסרון פון אזא גרויסע חסידות ווי וויזניץ?
והשנית, ס'נאך אלץ דא דער פלעק פון וויזניץ היות מרכז חסידי וויזניץ נעמנט נאך געלט.
והשלישית בו יאמר, ער איז נישט געקומען רעדן ביים 'דף היומי' ווייל א ציוניסט גייט רעדן, אבער זיך טרעפן הגר"ע יוסף וואס האט א פארטיי, אין ער זעלבסט, דאס דען יא?

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:זעהט אויס אז מ'קען מאכן מער געלט פון סאטמאר ווי פון די רעגירונג.
והיינו טעמא דרחמיסטריווקא
מיט רחמסטריווקא האלט איך נישט אז ביזט גערעכט
דער רבי האט אויפגעהערט נעמען געלט וועגן ערליכקייט
אבער די מוסדות אין קוממיות וועלכע ווערן פאקטיש געפירט דורך נישט סאטמאר געשטימטע
זאגען אפען אז זיי מאכען מער געלט אזוי
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
דולה ומשקה האט געשריבן:קרן הצלה וועט דען ממלא זיין דעם חסרון פון אזא גרויסע חסידות ווי וויזניץ?
והשנית, ס'נאך אלץ דא דער פלעק פון וויזניץ היות מרכז חסידי וויזניץ נעמנט נאך געלט.
והשלישית בו יאמר, ער איז נישט געקומען רעדן ביים 'דף היומי' ווייל א ציוניסט גייט רעדן, אבער זיך טרעפן הגר"ע יוסף וואס האט א פארטיי, אין ער זעלבסט, דאס דען יא?
קרן הצלה וועט אנהייבן גיין נאך געלט אין ווייזניץ
אוודאי וועט מען מאכען מער געלט...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 862
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
דולה ומשקה האט געשריבן:קרן הצלה וועט דען ממלא זיין דעם חסרון פון אזא גרויסע חסידות ווי וויזניץ?
והשנית, ס'נאך אלץ דא דער פלעק פון וויזניץ היות מרכז חסידי וויזניץ נעמנט נאך געלט.
והשלישית בו יאמר, ער איז נישט געקומען רעדן ביים 'דף היומי' ווייל א ציוניסט גייט רעדן, אבער זיך טרעפן הגר"ע יוסף וואס האט א פארטיי, אין ער זעלבסט, דאס דען יא?
וואס האט אדמו'ר ר' ישראל מיט מרכז? זיי באלאנגן צו א באזונדערע רבי.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
גוטזאגער האט געשריבן:איך האלט אז די דארפסט שרייבען אינעם קעפיל "דער איד נעמט אויף פרישע שרייבערס".....
אז דער איד נעמט אויף נייע שרייבערס וועט נאר געשען אויב די ליינערס וועלן מיטגיין.אבער דערווייל, (לאמיר אנהייבן פון אלף). ר' ישראל'טשע וויזניצער האט נאכנישט געאסר'ט די בחירות און די בני יואל זענען נאכנישט מסכים צום שידוך און זיי האבן נאכנישט אנגעהויבן האלטן פון ברך משה. און רז"ל האלט נאכנישט ביים איבערגעבן דאס אדמור"רות פאר'ן ברודער. און דער בלאט פארמאכט זיך נאכנישט. ס'איז עולם כמנהגו נוהג. דרך אגב. די בני יואל וועלן נישט אויפגעבן זייערע רעכטן צו קעמפן פאר אן אייגענע מדינה אפילו דער רבי זי"ע זאל אראפקומען און זאגן סטאפטס
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 163
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל
חלומות נעימות
וויזניצ'ער רבי שליט"א האט נישט גע'אסר'ט גארנישט
סך הכל האט ער געזאגט ביי נעילת החג (פאר די ראשי המדינה) אז אויב מ'וועט זיך נישט אויפעהערן אריין מישן אין דעם חינוך וועט ער טוהן ווי סאטמער, ער וועט אויפהערן נעמען געלט און זיי וועלן אים מער נישט קענען איינטיילן
פאר ווער ס'קען אביסל פאליטיק פארשטייט, אז ער פלאנט גארנישט אויפצוהערן נעמען געלט, נאר דאס איז א סטראשע פאר די מדינה, אז אויב זיי הערן נישט אויף זיך אריין מישן וועט א קהילה גדולה פון 6000 מעמבערס זיך ארויסריקן פון זיי, און פון דעם האט די מדינה מורא, ע"כ וועלן זיי זיך אויפהערן מישן, און ער וועט קענען ווייטער נעמען געלט,
דאס איז וואס ער האט געוואלט אויפטוהן, נאר ס'איז גענוג א שטארקע זאך, אז א אגודית'סט זאל זאגן די ווארט "סאטמאר" ברבים.

יהודי לו "ציוני"
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:03 am
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
וואס איז פונקטליך די סטראשע דא? און פארוואס זאל די מדינה מורא האבען אז?
קען זיין ווייל איך וואוין אין אמעריקא פארשטיי איך נישט וויאזוי מען רעדט צו ראשי המידנה ביי של"ס און קיינער האט נאכנישט דא פורבירט צו רעדן צום פרעזידענט פון א ביהמ"ד חוץ אלטער משה ג"ב.....
קען זיין ווייל איך וואוין אין אמעריקא פארשטיי איך נישט וויאזוי מען רעדט צו ראשי המידנה ביי של"ס און קיינער האט נאכנישט דא פורבירט צו רעדן צום פרעזידענט פון א ביהמ"ד חוץ אלטער משה ג"ב.....
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 126
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
דברים שנאמרו מפי ממלל רברבן אדמו"ר מהר"י מוויזניץ ארה"ק
הפתעה ב': מורי ורבותי אזוי מיר האלטן נאך די ימים טובים וואס יעדער איד האט זיך אודאי מיט גענומען גאנצע הויפענס מיט חיזוק אין עבודת ה,' ס'איז נאך מרחשין שפתותיה די תפילות פון די הייליגע טעג ביי יעדן איד, וואלט איך געוואלט זאגען היות די ממשלה מאכט צרות אויף יעדן וועג וואס זיי קענען נאר כ'האב שוין געזאגט ביי א פריגערדיגע געלעגנהייט אז א מיר זענען מוחל טובות, מיר וועלן אפהאקן מיט זיי מיר וועלן אויפהערן נעמען געלט פון זיי אויב זיי וועלן נאך אנגיין אזוי און פרובירן אונז צו זאגן דיעות, און איצט זאג נאך עפעס אז מיר וועלן זיך אויפהערן משתתף זיי אין די בחירות אויב ס'וועט זיך אויספעלן, מיר דארפן זאגן פאר זיי אפן און קלארן דברים שלא משתמע לתרי אנפין אז מיר זענען ביכולת אינגאנצן אפצוהאקן מיט זיי פונקט אזוי ווי סאטמאר האט מיט זיי גארנישט און זיי עקזיסטירן ב"ה, ס'פעלט זיי גארנישט דאס האב איך געוואלט קלאר שטעלן אז מ'זאל זיי גרייט לדורן לתפילה ולמלחמה.
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 163
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל
איך זאג דיר האט געשריבן:הפתעה ב': מורי ורבותי אזוי מיר האלטן נאך די ימים טובים וואס יעדער איד האט זיך אודאי מיט גענומען גאנצע הויפענס מיט חיזוק אין עבודת ה,' ס'איז נאך מרחשין שפתותיה די תפילות פון די הייליגע טעג ביי יעדן איד, וואלט איך געוואלט זאגען היות די ממשלה מאכט צרות אויף יעדן וועג וואס זיי קענען נאר כ'האב שוין געזאגט ביי א פריגערדיגע געלעגנהייט אז א מיר זענען מוחל טובות, מיר וועלן אפהאקן מיט זיי מיר וועלן אויפהערן נעמען געלט פון זיי אויב זיי וועלן נאך אנגיין אזוי און פרובירן אונז צו זאגן דיעות, און איצט זאג נאך עפעס אז מיר וועלן זיך אויפהערן משתתף זיי אין די בחירות אויב ס'וועט זיך אויספעלן, מיר דארפן זאגן פאר זיי אפן און קלארן דברים שלא משתמע לתרי אנפין אז מיר זענען ביכולת אינגאנצן אפצוהאקן מיט זיי פונקט אזוי ווי סאטמאר האט מיט זיי גארנישט און זיי עקזיסטירן ב"ה, ס'פעלט זיי גארנישט דאס האב איך געוואלט קלאר שטעלן אז מ'זאל זיי גרייט לדורן לתפילה ולמלחמה.
דאס איז טאקע וואס ער האט געוואלט ארויסברענגען.
פאר גוט זאגער
אין די צודרייטע מדינה ארבעט אזוי ווי אין חדר, מ'קען רעדן ביי ש"ס (ואס פארשטייט זיך אז דאס איז נאך יענעם מוצאי ש"ק ארום געפארן אין די גאנצע לאנד) און גלייך זענען אלע אנשי התקשורת ווארים דערצו, און מאכן דערפון מטעמים, מ'צולייגט יעדע ווארט, און "יעדער" וואס דארף דאס הערן און פארשטיין קומט צו דערצו.
יהודי לו "ציוני"
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 42
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
די בעקערס דא באקן גאנץ פיינע געבעעקטס און דער עולם גולם קויפט עס...
הערט אויף חלומן, ויזניץ וועט ווייטער נעמען געלט פון די מדינה (ווי אויך וועלן זיי קומען שנארן קיין אמעריקע ווי זיי וועלן שנארן אויך ביי סאטמארע חסידים) און וועט ווייטער גיין צו די בחירות! וויזניץ וועט נאר אויפהערן נעמען געלט אויב וועט די מדינה פאדערען פון מוסדות ויזניץ צו לערנען ליב״ה וכו׳ וואס לדעת רוב מבינים בדבר וועט דאס נישט פאסירם...
הערט אויף חלומן, ויזניץ וועט ווייטער נעמען געלט פון די מדינה (ווי אויך וועלן זיי קומען שנארן קיין אמעריקע ווי זיי וועלן שנארן אויך ביי סאטמארע חסידים) און וועט ווייטער גיין צו די בחירות! וויזניץ וועט נאר אויפהערן נעמען געלט אויב וועט די מדינה פאדערען פון מוסדות ויזניץ צו לערנען ליב״ה וכו׳ וואס לדעת רוב מבינים בדבר וועט דאס נישט פאסירם...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 126
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
וואס ציטערט איר אזוי שטארק הרב אלדד ? די וועלט וועט בלייבן שטיין אפילו נאך וואס וויזניץ וועט אויפהערן נעמן געלט ס'וועט גארנישט פאסירן, אפשר פאר די וויזניץ'ער מוסדות יא זיי וועלן אפשר נישט קענען עקזיסטירן, אבער פאר אייך וואס באדערט אייך אהובי ידידי עפעס קוועטשט אייך אז איר שפרינגט אזוי ארויס פון די האלע באלעס איר זאלט מיר אנטשולדיגן, און לויט ווי איך הער האט דער בעלזער רבי אויך געלאזט הערן ענדליכע דבורים פאר זיינע נאנטע אז מ'דארף איינשפאנען דעם בעלזער עולם און חו"ל זיך צו נעמען צו די עבודה פון מגייס זיי כספים פאר די מוסדות אין ארץ ישראל פאר מ'הייבט אן די ריכטיגע מלחמה און מהערט אויף צו נעמען געלט פון די ממשלה, די וועלט וועט נישט אונטער גיין האט נישט קיין מורא בעלז האט אסאך עיצות ווי אזוי אויפצוהאלטן זייערע מוסדות, דער בעלזער רבי האט א חזקה אז וואס ער וויל פירט ער אויס און די ריזיגע קאפלעקס פון מרכז בעלזע העולמי אין קרית בעלזא וואס דאס האט אפגעקאסט מיליאנען דאלארן יוכיח, מ'קען עס פארקויפען און אויסנאלטן די מוסדות לכה"פ פאר די נעקסטע דריי יאראלדד האט געשריבן:די בעקערס דא באקן גאנץ פיינע געבעעקטס און דער עולם גולם קויפט עס...
הערט אויף חלומן, ויזניץ וועט ווייטער נעמען געלט פון די מדינה (ווי אויך וועלן זיי קומען שנארן קיין אמעריקע ווי זיי וועלן שנארן אויך ביי סאטמארע חסידים) און וועט ווייטער גיין צו די בחירות! וויזניץ וועט נאר אויפהערן נעמען געלט אויב וועט די מדינה פאדערען פון מוסדות ויזניץ צו לערנען ליב״ה וכו׳ וואס לדעת רוב מבינים בדבר וועט דאס נישט פאסירם...
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 126
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
כ'האב געהערט פון א קאנטראקטער וואס איז באהאווענט אין בויעריי וכל המסתעף, אז דער שטח אויף וואס די בעלזער ביהמ"ד אין קרית בעלזע שטייט איז עפעס גיזמא'דיג גרויס, און כ'האלט אז איך וואלט נישט עובר געווען אויף יעצנו רע אויב איך וואלט געגעבן פאר'ן בעלזער רבי'ן די עצה פון פארקויפען אדער לכה"פ פארדינגען טייל פון קאמפלעקס, מ'וועט זיך טאקע דארפן מוטשענען אבער ס'איז כדאי והגון אזוי צו טון אלעס אז די פושעים די ראשי השלטון זאלן זיך נישט קענען אריינמישן ווי אזוי מיר זאלן מחנך אונזערע קינדער
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,