דערויף האט א חשובע משתתף מגיב געווען:הרה"צ מהארניסטייפל שליט"א, ער פאקט איין רוב היינטיגע רבי'ס...
האב איך געענטפערט מיט א קורצע דעסקריפציע איבער ווער דאס איז:Wow, I'm all blown away by this.
Where is he, in Flatbush? Is it common for chsidish rabbis to speak English, let alone sing?
דערויף האט איינער אנגעפרעגט וועלכע באקאנטע ניגונים האט ער פארפאסט. האב איך געענטפערט מיטן לינקען א לענגערע ווידיאו פון א קומזיץ וואס דער רבי האט געפראוועט, און אנגעוויזן ווי מען קען הערן צוויי באקאנטע ניגונים זיינע.ניין.. ס'נישט שכיח.. ער איז א ברודער פונעם באקאנטן ראביי דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז"ל. ער וואוינט אין מילוואקי וויסקאנסין, זיין טאטע האט אויפגעשטעלט דארטן זיין קהילה און געשיקט זיינע קינדער שטודירן אין קאלידזש. ער האט נאך א ברודער א גרויסע לויער אין בארא פארק.
דער רבי איז אן רעכטער אייניקל פון דעם קדושת ציון פון באבוב. זיין מאמע איז געווען א טאכטער פונעם קדושת ציון, פון דארטן קומט לכאורה זיין כוח הנגינה, ער פארפאסט גאר אסאך שיינע ניגונים, טייל זענען באקאנט אין די וועלט.
דער רבי איז אויך געווען די שווער פון ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל, ראש ישיבת אור ישראל.
די קומזיץ איז פארגעקומען אין לעיקוואד אפאר יאר צוריק, דאכצעך אין זיין טאכטערס הויז, מרס געלדצעלער.
עס וואלט זיך געפאסט אן עקסטערע אשכול אין שטיבל איבער אים.
זעט אויס אז חברינו היקר האט געקוקט די גאנצע ווידיאו און האט דערויף ווידער מגיב געווען ווי פאלגנד:
אויף די קשיא האב איך אנגעהויבן צו שרייבן א תשובה, און היות עס האט זיך פארצויגן צו א לענגערע ארטיקל האב איך מחליט געווען עס צו שרייבן געהעריג אין אונזער אלעמען באליבטע שטיבל אלס א געהעריגע ארטיקל.Wow
פארוואס האמיר נישט אזאלכע רבי'ס אין ירושלים דאמעריקע?
אזא היימליכע ווארימקייט אזש עס צוגיסט זיך אין די גלידער.
און די מערסטע געפעלט מיך ווי דער רבי האלט די מייק פאר דעם יונגל.
איך טראכט אז לכאורה האט דאס צו טון מיט דעם פאקט אז דער דרך החסידות האט זיך אינגאנצן געטוישט פון וויאזוי עס האט אויסגעקוקט ביים גרינדונג, ס'האט זיך גענצליך געביטן און איז אוועקגעשטעלט געווארן אלס פארטייען, און די רבי איז געווארן די פארטיי פירער.
לאמיר עס צונעמען אביסל. דער בעש"ט האט מחדש געווען א נייע דרך החסידות, וואס איז דאס געווען? אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן צו פארענטפערן די פראגע, און קיינער האט נישט קיין קלארע קורצע תשובה דערויף.
כמעט אלעס וואס מיר טרעפן אין חסידישע ספרים קען מען טרעפן אין פריערדיגע ספרים אויך. איך האב געהערט פון א חשובע דערהויבענע איד וואס האט איינגעבינדן דעם תניא מיטן נפש החיים אין איין באנד, זאגנדיג אז ווער עס איז יורד לעומקן של דבריהם זעט ער איין אז זיי ביידע קומען צו צום זעלבן נקודה ודו"ק. די זאך איז נאר לכאורה דער דגוש וואס מען האט געמאכט אויף געוויסע נקודות אין עבודת השם, וואס אויף דעם האט מען זיך בעיקר געשטעלט.
לדוגמא, די ענין פון שמחה ווערט שוין דערמאנט אין תהלים, עבדו את ה' בשמחה. אבער די חסידים זענען געקומען און דאס געמאכט פאר א שטיקל עיקר, עד כדי כך, אז אין די ערשטע יארן פון התפשטות דרך הבעש"ט -פאר מען האט פאר די נייע כת מעמבערס א נאמען געגעבן "חסידים"- האבן די מתנגדים זיי אנגערופן מיטן טיטל 'די פרייליכע', נישט ווייל דער גר"א איז געווען דעפרעסט, און נישט ווייל ר' חיים וואלאז'ינער האט זיך אנגעפיפן אויפן ענין פון שמחה, נאר ווייל ביי די חסידים איז דאס געווען ממש אן עיקר.
אין חב"ד איז נאך פארבליבן דער אלטער מנהג פון מאכן פארברענגענס מיט היבש ביסל משקה, און ביי די ברסלבערס איז נאך פארבליבן די מנהג צו טאנצן נאכן דאווענען, אבער אמאל איז געווען פון די עיקרי החסידות. היינט וואלטן אונז דאס אנגעקוקט אלס אזא הוללות, און דאס איז ווייל אונז זענען שוין היינט צוריק אזוי ווי די אמאליגע מתנגדים. די חסידים זענען געווען די וואס האבן בכלל איינגעפירט דאס זינגען ביים דאווענען, און די אמאליגע מתנגדים האבן דאס אנגעקוקט אלס אן הפקרות און הוללות.
איינע פון די עיקר זאכן וואס די בעש"ט ותלמידיו זענען געווען ביזי מיט, איז געווען דאס אויפלעבן די פשוטע המון עם. כלל ישראל איז דאן באשטאנען -פונקט אזוי ווי היינט- פון צוויי סארטן אידן 1) די בני עליה 2) די פשוטע פראסטע מענטשן. (היינט איז עס אויך גאנץ שטארק איינגעטיילט אין די צוויי קאטעגאריעס, אבער עס איז דא געוויסע חילוקים פון אמאל ביז היינט, ווי מיר וועלן אויסשמועסן)
היינט וואוינען מיר מער ווייניגער אין גרויסע שטעט, אלע סארטן אידן דרייען זיך אלע אויסגעמישט אין די גרויסע בתי מדרשים, יעדער באקומט די זעלבע סארט חינוך, און קיינער איז שוין היינט נישט קיין עם הארץ וואס קען נישט קיין צורת אות. אמאל איז מען אבער געווען גאר שטארק פארשפרייט, מען האט געוואוינט פון רוסלאנד ביז דייטשלאנד ועד בכלל, עס זענען געווען אן א שיעור פון קליינע דערפלעך ווי עס האבן געוואוינט ממש געציילטע אידן, לאו דוקא מיט עקסעס צו גוטע דיינים, מקוואות, חינוך, וכדומה. מענטשן האבן אזוי געוואוינט פאר דורי דורות ווען זייער גאנצע אידישקייט איז באשטאנען פון די פאר זאכן וואס זיי האבן ווייטער געטראגן פון זייער עלטערן, און פארשטייט זיך אז מיט אזא מהלך איז אידישקייט שוואכער געווארן מיט די צייט. קינדער זענען געגאנגען ארבעטן ביי די בר מצוה, זיי האבן קוים געקענט דאווענען אדער לערנען, און זענען געווען ביזי מיטן העלפן די טאטע אינעם פעלד אדער אין די קרעטשמע.
פון די אנדערע זייט איז געווען א באדיינטדע צאל פון העכערע אידן, בני עליה, תלמידי חכמים מופלגים וואס האבן זיך געדרייט ביי זייער רבי, געהארעוועט יומם ולילה אין לערנען, ארויסגעגעבן ספרים און געשטיגן. שפעטער איז געווארן ישיבות, ווי העכערע בחורים זענען געגאנגען טראסקענען אין לערנען יומם ולילה אן קיין אויפהער.
אזוי איז צעביסלעך געווארן אזא שפאלט אין כלל ישראל, עס זענען געווארן צוויי אנדערע סארטן אידן.
די שטייגער איז געווען אז די בני תורה האבן זיך געהאלטן מיט א קאפ העכער די פשוטע פראסטע עם הארצים, און מיט רעכט. אין די צייט וואס זיי האבן אויסגענוצט זייער לעבן מיט עבודת השם זענען די פשוטע מאשקעס געווען ביזי מיט אנטרינקען גויאישע, דארשטיגע איוואנס. פארשטייט זיך אז די פראסטע אידן האבן זיך זעלבסט אנגעקוקט ווי די פארלאזטע אידן וועמען די באשאפער קימערט זיך נישט צופיל איבער זיי און שענקט זיי נישט קיין ספעציעלע אויפמערקזאמקייט, ער איז דאך צו ביזי שעפן נחת פון די אויסגעהארעוועטע עלויאישע קעפ וואס זענען אויף גאנצעטע נעכט שפאלטנדיג א האר חילוק אין א קצות, ער קוקט זיך לאו דוקא אום אויף די גראבע פויערן צי זיי לייגן תפילין צי נישט, צי זיי עסן אמאל טריפות א.א.וו. דאס האט פארשטייט זיך נאכמער צוגעגעבן, אז די שפל המצב ביים המון עם זאל נאר פארערגערט ווערן.
עד שבא הבעש"ט און אנגעהויבן צו האמערן א נייע דערהער. די באשעפער האט לאו דוקא מער הנאה פון דער אויסגעבאקענעם עלוי, אמאל קען דער פשוט'ע דארפסמאן שטיין אסאך העכער ווי די גרעסטע פרוש ומובדל. כי לא מחשבותי מחשבותיכם אמר ה'... די דרויסנדיגע אימעדזש איז בכלל נישט קיין מכריע. דער עלוי איז דאך באשאפן געווארן מיט א גוטע קאפ, א חשק און געשמאק צו לערנען, און איז אזוי אויפגעוואקסן אין א מצב אז ער וועט אוועקגעבן זיין לעבן צו "עבודת השם", אבער דאס איז לאו דווקא וואס גאט וויל פון אים בכלל. זיין דערהויבענע לערנען און דאווענען איז פשוט מן הנימוס, זיין נסיון שטעקט גאר אין דעם צו ער וועט האבן גוטע מידות, נישט נכשל צו ווערן אין גאווה והתנשאות, זיך אראפלאזן צו פשוטע מענטשן, צו זיין ווייב און קינדער, טון חסד וכדומה. פונדרויסן קען אויסזען ווי גאט לעקט אפ די שמאלץ פון זיין לאנגע דערהויבענע דאווענען, אבער אינ'אמת'ן קען גאט נישט דערליידן זיין גאווה און שלעכטקייט.
ווידעראום דעם דארפישע מאשקע איז דאך געבוירן געווארן אין זיין מצב, גאט האט אים אריינגעלייגט אין דעם פארווארפענעם דערפל ווי ער געפינט זיך. זיין פשוטע שנעלע מנחה, מיט א לב נשבר צום באשעפער איז אסאך מער ווערד ווי דער פיר שעה רצופות פונעם בא'גדול'טע למדן. ווען ער האלט זיך איין פון עסן נישט כשר, מאכט דאס אסאך א גרעסערע רעש אין הימל ווי ווען דער באזאלצענעם גאון זאגט א שפיזיגן פלפול און יעדער ווערט פארגאפט און דערנאך גייט ער אהיים שרייען אויפן רביצין פארוואס די נאכטמאל איז צוגעברענט. דער באשעפער האט אנגעטון גאנץ אנאנדערן סארט ברילן, ער זעט די גאנצע פולע פיקטשער. ער ווערט בכלל נישט אפגעקויפט פון קיין שאקלדיגע, טלית איבערגעדעקטע, קולות מאכנדע עובד, און ער ווערט אויך נישט אינטימעדעיטעט פון קיין פויערישע קליידער און פראסטע אמעראצעס.
און דאס איז טאקע אריינגעבאקן געווארן דורך דעם וואס די בעש"ט מיט די ערשטע דור תלמידים זענען ארומגעגאנגען אין די פארשטיפטע דערפלעך, און מחזק געווען די עצמות יבשות, זיי האבן פארציילט מעשה'לעך, טייל וואס מיר קענען נאך היינט גאר גוט, א שטייגער ווי דער דארפישע קינד וואס האט געבלאזן מיטן פייפערל אום יום כיפור, און נאר ער האט געקענט אדורכברעכן די שווארצע גזירות. אדער די מעשה פונעם תלמיד האר"י וואס האט געברענגט אויף זיך א גרויסע קטרוג, נאך וואס ער האט געטראפן אן מן הארץ וואס האט איינגעבינדן א סידור, תהילים, מחזורים א.א.וו אין איין גרויסע באנד און יעדן טאג געדאווענט אביסל, איז געקומען דער תלמיד און מסביר געווען אז נישט אזוי דאווענט מען, און ער האט געוויזן וויאזוי 'דער באשעפער' וויל אז מען זאל דאווענען, אבער למעשה האט עס דעם עם הארץ פארגעסן, האט ער גענצליך אויפגעהערט צו דאווענען היות יענע 'גאון' האט אים געזאגט אז ס'טויג נישט... און דערמיט האט ער אוועקגענומען א גרויסע תענוג פונעם באשעפער. וכהנה וכהנה איך מיין אז יעדער קען פון זיין יוגנט גענוג מעשיות ווי די תלמידי בעש"ט האבן ארויסגעהויבן ווי חשוב יעדע זאך איז נאר ביים באשעפער, און די גרויסע תענוג וואס די באשעפער האט פון א פשוטע ריינע ערליכע תמימות. און פון די אנדערע זייט האבן זיי פאר'מיאוס'ט יחסנים און לומדים וואס דרייען זיך ארום מיט א קאפ העכער פון יעדעם, און זענען אנגעפיקעוועט מיט גיאות.
דאס האט געברענגט אז מיט די צייט זענען די דארפישע אידן געווארן צוגעצויגן צו די נייע דרך, און אנגעהויבן צו טון ווי מער פארן באשעפער. עס איז אדורך א שטיק צייט, און דער איד האט געפילט ווי ער דארף נאך א דאזע פון חיזוק, האט ער איינגעשפאנט דעם פערד, און זיך ארויסגעלאזט אויף א רייזע צום רבין. ער האט פארברענגט דארטן שבתים און ימים טובים, און געשעפט חיות אויף א גאנץ יאר.
מיט די יארן האבן די חסידות'ן אנגעהויבן צו ווערן פארטייען, די רבי איז געווארן א צענטראלע פירער, עס איז געווארן אזא מצב אז די רביסטעווע גייט אריבער צו די קינדער צי ער איז יא גענוג ערליך צי נישט, און גאר שטייטלעך איז דערפון געווארן א פעסטונג ווי מען זוכט פשוט צו בויען די פארטיי און פירערשאפט. פארשטייט זיך אז אונטער אלעם איז נאך דא עפעס א שלייער פון שעפן יראת שמים, גיין צום רבין, וכדומה, אבער ס'איז שוין גאר עפעס אנדערש פון וואס עס איז געווען אמאל. בפרט נאכן קריג ווי די חסידות'ן האבן פשוט אנגעפאנגען צו זיין א 'אידישקייט סערוויס' ווי זיי שטעלן דיר צו מוסדות, בתי מדרשים, מקוואות, פלייש געשעפטן, מצה בעקערייען און אלעס וואס א איד דארף נאר צו האבן, און זיי שטעלן אויך צי איינער בראש וואס זאל דינען אלס א סנדק, אנפירן די אפשערן, לייגן תפילין, זיין מסדר קידושין, און אפשר זאגן אפאר שיינע ווערטער ביים לוויה אויך. פארשטייט זיך אז עס ווערט אסאך מאל א געוויסע קאנפליקט, פון איין זייט דארף מען זיין ריין, ערליך, פרייליך און צוגעלאזן, אבער אז מען בויעט דא א פארטיי ווערט עס גאר שנעל אריינגעפירט אין מחלוקת'ן, מען פארגינט נישט ווען א צווייטער 'נעמט צו' פונעם עולם, פון די בילדינגס, די נאמען פון די חסידות, אדער אנדערע שטותים וואס די גדולים זענען ליידער געשלאגן דערין. דאס האט אפשר סאטמאר רב געמיינט מיטן באקאנטן פתגם, 'ודרך החסידות נשתכח לגמרי מן העולם' ס'איז שוין בכלל נישטא קיין חסידות מער, סך הכל איז דא פארטייען מיט הויפטן וואס מיינען געלט, כבוד, און שררה. דער אמת איז, וואס פארשטיי איך צו אזעלכע שווערע תאוות.. גיב מיר אפאר טויזנט חסידים, אפאר מיליאנען אין ריעל עסטעיט, און לאמיר זען אויב איך וועל בלייבן אזא איידעלע, אמת'ע וואוילע אידל...
די היינטיגע חסידים זענען אין א געוויסע זין גאר ענליך צו די אמאליגע מתנגדים. פארשטייט זיך אז זינגען ביים דאווענען, דאווענען נוסח ספרד, פירן זינגעדיגע שלש סעודות'ן א.ד.ג. איז שוין היינט די נארמע, אבער דאך איז כלל ישראל גאנץ שטארק איינגעטיילט אין צוויי. עס איז דא די עובדים, די אנטי סמארטפאניסטן, די פראו השומרים קארדס, די קיצונים, די 'הייליגע', און דערנאך איז דא די פשוטע המון עם, די ארבעטארערס, דער געווענליכע איד. דער הייליגע עובד קוקט אראפ דעם אינגערמאן מיטן בלויען העמד, ער דאווענט אסאך מאל מנחה אזוי אן א הוט... ער האט ליידער א טמא'נע כלי... רח"ל. ווידער ער האלט זיך גאר בא'גדול'ט, ער איז געזעצן און געקוועטשט א באנק 5 יאר אין כולל, ער שאקלט זיך גאר שטארק ביים דאווענען אזש זיין נאז האקט זיך כמעט אריין אינעם טיש, ער מיינט אז ווען ער שאקלט זיך זייער שטארק, קען די באשעפער נישט מיטהאלטן זיינע מחשבות זרות, דער באשעפער באמערקט נישט אז ער טראכט יעצט פון זיין שכן'ס ווייב אינמיטן ברך עלינו -נאך וואס ער האלט זיך יעצט אינמיטן פורש זיין פונעם ווייב ווארום ער איז דאך א משבת לשבת איד- אבער צו דער זעלבער צייט קוקט ער אראפ דעם בעל הבית וואס איז אויפגעשטאנען צוויי שעה פריער ווי אים, האט טאקע נישט אנגעיאגט צו גיין אין מקוה ווייל ער איז שוין שפעט צו דער ארבעט, ער איז א נהנה מיגיע כפו, ער איז מקיים דעם 'פשוט נבילה בשוק ואל תצטרך לבריות' אפילו 'עס פאסט נישט', אבער ער דאווענט מיט זיין פשוטע תפילה בכוונה סידור און פראבירט דאס בעסטע לויט זיין שטייגער זיך אויסצוגיסן זיין צובראכן הארץ פארן הייליגן באשעפער.
אנשטאט די רביס, מ'כלומר'שטע נאכפאלגער פונעם דרך הבעש"ט, זאלן פראבירן אויפצוהייבן די פשוטע אידן וואס זוכן צו זיין ערליך, זענען זיי גאר ביזי זיי אראפקלאפן און מאכן גזירות משונות שאין הדעת סובלתן. זיי זענען אינגאנצן דא צו סערוויסן פאר די קיצונים, די 'הייליגע'. דער פשוט'ער עמך איד איז שולדיג אין אלע טראגעדיעס, זיין גע'כשר'טע סמארטפאון ברענגט אלע צרות אויפן וועלט, זיין ווייב'ס שייטל האלט צוריק פרנסות פון אידן, מען האלט אינאיין קלאפן און קלאפן אויפן 'פלעינע מענטש' אבער קיינער פאלט נישט איין אז אפשר די מחלוקת'ן, עיוות הדין, גאווה, און שלעכטע מידות פון די ראשי העדה איז וואס עס ברענגט באמת די אלע צרות אויפן וועלט. כמעט וואס מער הערט נישט קיין ווארט פון חיזוק פאר די המון עם, ווען האט מען לעצטנס געהערט אז מען פאררופט א פשוטע 'אסיפת חיזוק'? איך רעד נישט פון אן אסיפה זיך מחזק צו זיין איבער וואס מען טאר 'נישט' טון, פון דעם האבן מיר גענוג און נאך. איך רעד פון אן אסיפה וואס מען וועט פשוט ארויסברענגען ווי חשוב יעדע פעולה לטובה איז, מען וועט פארציילן אז חוץ פון א גיהנם איז אויך דא א גן עדן!.. נעע, אז עפעס א ראטה טוט אזא זאך ווערט ער שוין א יוצא דופן פאר דעם סיבה אליינס.
אבער... א גרויסע אבער... לא אלמן ישראל! עס זענען נאך פארהאנען אפאר איבערגעבליבענע ערליכע תלמידי בעש"ט. אמאל זענען זיי פשוט רעכטע ערליכע אידן וואס אפילו זיי האבן גרויסע מוסדות'ן און חסידים אינטערסירט זיי בלויז דאס אמת און ישרות, אבער בעיקר זעט מען עס ביי די רבנים וואס פירן נישט קיין גרויסע הו הא, זיי דרייען זיך מיט א פשטות פונקט ווי ר' וואלף קיצעס און ר' דוד לייקעס, דער עולם ווייסט קוים צו זאגן פון זיי, זיי קענען האלטן מייקס פאר קינדער, און קענען זיך אויפפירן ווי 'נארמאלע מענטשן'. זיי זענען נישט אנדערש פון ר' משה לייב סאסובער און ר' לייב שרה'ס וואס זענען שטילערהייט געגאנגען אויפטון פאר אידישקייט. און פון די געציילטע פארבליבענע אמת'ע דערהויבענע ערליכע רבי'ס שבדורינו איז טאקע הרה"צ ר' מיכל טווערסקי מהארניסטייפל, וואס זיצט אינעם ווייטן מילוואקי וויסקאנסין און האט אויפגעבויט א גאנצע אמעריקאנע קהילה, וואס ער פירט נאך לשם ולתפארת עד היום הזה.
בעצם וואלט זיך געפאדערט א באזונדערע אשכול צו באשרייבן אט דעם דערהויבענע פערזענליכקייט, און זיינע געוואלדיגע פעולות וואס ער האט דארט אלץ אויפגעטון. אבער דאס וועט מען שוין מוזן לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט. אפשר זאל עס ענדערש באשרייבן איינער וואס קען דעם רבי'ן פון דער נאנט. איך האב נאר געהערט פון דא און פון דארט פון אידן וואס דרייען זיך און קענען די רבי שליט"א שוין אסאך יארן צום גוטן.