ווער זענט איר משפחת באב"ד?

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
אינטיליגענטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 17, 2023 12:54 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

ווער זענט איר משפחת באב"ד?

שליחה דורך אינטיליגענטער »

איך ווינדער מיר שוין לאנג ווער זענט איר משפחת באב"ד?
איך האב אסאך קשיות איבער זיי

קודם אביסל וואס איך ווייס:
א משפחה וואס קיינער קען נישט עכט אנדייטן ווי זיי באלאנגען נישט סאטמאר נישט וויזניץ עפעס אמאל געהאט מיט בעלזא פארט פארנעמען זיי גאר א גרויסע טייל אין אונזער טאגטעגליכע לעבן
זיי זענען באקאנט אלץ ריזיגע עשירים וואס זענען מקפיד אויצוזען ווי א באנדע שלעפערס בטלניש און מאדנע רוב פון זיי האבן נישט קיין גראדע און גאנצע ציינער
אבער דאך קעניגען זיי אויף די כשרות וועלט מיט א אייזענע פויסט גאר אסאך רעסטוראנטס טעיקאוטס גראסערייען סופערמארקעטס עסנווארג זענען אונטער זייער השגחה

זייער קעניגרייך געוועלטיגט אויך אויף די בתי דינים:
ווער עס האט נאר אמאל געהאט א דין תורה האט זיך באקענט אביסל מיט זייער כח
די משפחה באב"ד היינט (ווי אלע אלע רעבישע און רבנישע משפחות) זענען צופליקט צווישן זיך יעדער מיט זיין אייגענע מלוכה דאך אבער זענען אלע זענען פעסט אין ביזנעס און זיי זענען באקאנט פאר גרויסע עשירים בראשם זייער ברודער ר' חיים יושע באב"ד א באקאנטער פיגור וועלכע איך האב נאכנישט געקענט אויספיגערען כאטש איך שטיי אסאך מאל לעבן אים אין מונקאטש 12 אזייגער מיטאג ביי שחרית

עס איז מיר א מדרש פליאה ווער זענט איר משפחת באב"ד?

ווי אזוי האט איין פאמיליע פון אפאר ברודערס באוויזן איבער צו נעמען קאנטראל אויף די השגחות אינדרוסטיע און היבש קאנטראל אויף די בתי דינים?

ווי אזוי האט זיך דאס אנגעהויבן?

קודם האב איך געליינט וואס וויקיפעדיע דערציילט איבער זייער פאטער:
רבי אלכסנדר אשר באב"ד (ה'תר"ע, 1910 - ז׳ טבת, ה'תשמ"ו, 1985) איז געווען א חסידישער אמעריקאנער רב פון גאליציע. איידער דעם חורבן איז ער געווען אַ רב אין אונגארן און נאך זיין אימיגרירן אין די פאַראייניקטע שטאַטן, האט עד געדינט אלס ראש ישיבה אין ישיבת רבנו שלמה קלוגער און אב בית דין פון "קהל מנחת חינוך טרטיקוב" אין ניו יורק.

ביאגראפיע
רבי באב״ד איז געבוירן געווארן אין טארטאקאוו, גאליציע (היינט פוילן), צום רב פון דער שטאָט, רבי יצחק באַב"ד, אן אייניקל צו די רבנים פון משפחת באַבַ"ד. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט מיט זיין פאטער און זיין פעטער, רבי דוד מנחם מאַניש באַב"ד פון טארנאָפּאל, מחבר פון ספר "חבצלת השרון". אין יאר 1931, האט ער באקומען סמיכה דורך זיין פעטער און פון רבי אברהם יעקב הורוויץ, אב"ד פראבוזשנע, אין מחבר ספר שו"ת "צור יעקב".

ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי אהרן טייטלבוים, רב אין שטאט וואלאווע-נירבאטור. נאָך זיין חתונה האט ער געדינט ווי שטאט׳ס רב אין וואלאווע. זיין פרוי איז געווארן געהרגעט אין דעם חורבן.

נאָך דעם חורבן, האט ער נאך אמאל חתונה געהאט צו פּערל פייגא, א טאכטער פון רבי יחיאל גרינצווייג, רב אין שטאט דולהאז אין טשעכאסלאוואקיי.

נאָך דעם חורבן האט ער געדינט ווי דער הויפּט פון דעם טריבונאַל אין בודאַפּעסט און איז געווען אַ מיטגליד אין דער ספּעציעל רעגולירן עגונות אין אונגארן. שפּעטער האט ער אימיגרירט אין די פאַרייניקטע שטאַטן און האט זיך באזעצט אין ניו יארק. ער האט געדינט ווי ראש ישיבה פון דער שלמה קלוגער ישיבה און אלס רב אין רישא-קארטשין. ער איז געווארן באַרימט מערסטנס אלץ צו זיין אב"ד טארטיקוב.

ער איז געווען אַקטיוו אין דעם ציבור פעלד, פֿאַר די פּליטים פון די חורבן, און איז געווען אַ מיטגליד אין דער וועד הצלה, אין דער הסתדרות רבנים פון אמעריקע, און אינעם וועד פון אגודת ישראל.
ביז אהער דערציילט וויקיפעדיע

זיינע קינדער (וויפיל איך ווייס):
הרב יחיאל באבד רופט זיך טארטיקובער רב און האט דעם הכשר און בית דין מנחת חינוך טארטיקוב
הרב חיים יושע באבד רופט זיך אויף טארטיקובער רב און פארמאגט די כולל און בית דין און ער אליינס איז א מולטי ביליאנער און רעדט שטארק אז מען זאל גיין זיידענע בעקישעס און טיילט פאר בעלזא גרויסע הלוואות וועלכע ער נעמט צוריק מיט א עמוד אין בית המדרש הגדול אין ירושלים, ער דאוונט יעדן טאג אין מונקאטש זיין פנים מאכט די וואונדער נאכמער ווי קען אזא בטלנישע בחור מאכן אזויפיל געלט?
הרב נפתלי מאיר באבד געמאכט שבת אליינס נאך א געפעכט מיט די ברודער ער רופט זיך טארנעפאלער רב און האט זיך זיין אייגענע הכשר און בית דין
הרב מרדכי באבד פון די הויפט דיינים אין מכון להוראה און מאנסי א פנים ווי א תם אבער די וואס זעען געזיצט ביי זיינע דיני תורה זאגן אז ער שטויסט ווי א מועד
זייער איידעם הרב אברהם האלברשטאם רופט זיך אויך טארטיקוב
האט ער נאך קינדער?

מיר האבן אפאר עלטערע פארביטערטע אידן דערציילט גרויסע מעשיות אויף זייער טאטע דער אלטער טארטיקאווער געוויסע זאגן אז ער איז געווען דער גרינדער פון די צופארענע בית דין סיסטעם דאהי מיט די דין תורה געלטער און קאראפשן
איז עס אמת?

איר קענט ממשיך זיין וואס פעלט
אינטיליגענטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 17, 2023 12:54 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

די משפחה

שליחה דורך אינטיליגענטער »

יעצט זע איך אז די העברעאישע וויקיפעדיע רעכנט אויס די נעמען זייערע:
בנו הרב יצחק, אב"ד טארטיקוב (לונדון)
פלעגט ער אויך געבן הכשרים און פירן דין תורהס?
בנו הרב יחיאל, אב"ד טארטיקוב (ברוקלין).
יא יא גוט באקאנט
בנו הרב חיים יהושע, רב ביהמ"ד טארטיקוב בורו פארק.
מיין שכן אין מונקאנטש ביי חצות היום
בנו הרב מרדכי, ראב"ד מכון להוראה.
בנו הרב נפתלי מאיר, אב"ד טארנאפאל.
אחיו רבי יהושע העשיל כיהן אף הוא כאב"ד טארטיקוב.
ווער איז דאס?
פנחסבןאלעזר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:59 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך פנחסבןאלעזר »

פארוואס אזוי נעגאטיוו?

דא איז א שיעור פין דער נעקסטע דור.

געלונגענע חברה. ר' חיים יהושע איז נישט א ביליאנער. אפשר א מיליאנער, מלא טעם.
אינטיליגענטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 17, 2023 12:54 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך אינטיליגענטער »

פנחסבןאלעזר האט געשריבן:פארוואס אזוי נעגאטיוו?

דא איז א שיעור פין דער נעקסטע דור.

געלונגענע חברה. ר' חיים יהושע איז נישט א ביליאנער. אפשר א מיליאנער, מלא טעם.
דאס איז זייער פאזעטיוו
איך האט געהאט א נאכט דזשאב אין א גראסערי און איך קען זיי אביסל :lol:
אינטיליגענטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 17, 2023 12:54 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך אינטיליגענטער »

פנחסבןאלעזר האט געשריבן:פארוואס אזוי נעגאטיוו?

דא איז א שיעור פין דער נעקסטע דור.

געלונגענע חברה. ר' חיים יהושע איז נישט א ביליאנער. אפשר א מיליאנער, מלא טעם.
אלץ ווענדט זיך אין דעם מלאך המוות
וואס מער פון זיינע פאלעסיס שטארבן אלץ בעסער איז אים
ווי לענגער זיינע פאלעסיס לעבן אלץ מער קאסט עס אים
אויך א רבנות פאסטן פון דאווענען אז דער עולם זאל שטארבן :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אינטליגינטר: ייש"כ. זייער שיין אראפגעלייגט (בשם וויקיפידיע). עטליכע פון די ברודער קען איך פערזענליך. אויך דעם טאטן געקענט. א ביסל. אויסער זייער פראבלעם מיט די ציין (וואס זיי פוצן נישט. קיינמאל נישט באמערקט) האביך נישט באמערקט קיין שום צופארנקייט אין זייער תלבושת.

מיין אימפרעשן פון דעם טאטן און די ברידער וואס איך קען איז אלס פיינע, וואוילע אידן און אנשטענדיגע מענטשן. זייער קארעקט אין ביזנעס.

איין קליינע הערה: מ'קען נישט ארויפלייגן די שולד אויף דעם אלטן טארטיקוב'ער רב פאר קאראפשן און דאס צופארנקייט. (און זאגאר, חילול ה') פון דעם מצב פון דיני תורות. ווייל די קרוקס וועלכע זענען יושב על מדין אויף 85 דיוויזשן עוו. אין די עיר הקדשה וויליאמ-פעסט דארפן זיך נישט לערנען קיין גניבה און קרימינאלע שטיק פון קיינעם.'

נאך א הערה: דער ברודער וואס האט היינט צו טאג דעם בי"ד און דעם כולל האט די בעסטע השגחה.בעיניי ראיתי. איך בין אמאל געווען אין מילכיגן רעסטאוראנט וואו דער רב געט השגחה. ווען ער איז אריינגעקומען אומ-אנאנסירט (פלוצלינג). ער איז גלייך אריין אונטער'ן קאונטער . אן זאגן א גוטן טאג אדער שמועסן. גראד אין די קאך. דער בעה"ב האט ממש (אנטשולידגט דעם אויסדרוק) געמאכט אין די הויזן פאר שרעק. ער האט געהייסן פאר זייין אידישן ארבעטער ער זאל ארויסיאגן דעם גוי פון קאך...אט דאס הייסט א גוטע השגחה. נישט ווי געוויסע בעלי מכשירים פון 'סאכדעס וועלכע קומען אריין אין די פעקטארי. שמועסן. נעמען דעם טשעק און גייען אהיים לחיים ולשלום. (מעשה שהיה.)
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

שטארק מסופק איבער די באב"ד הכשרים. איין מעשה מיינט גארנישט.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
יוסף חיים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 20, 2023 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך יוסף חיים »

berlbalaguleh האט געשריבן:דער ברודער וואס האט היינט צו טאג דעם בי"ד און דעם כולל האט די בעסטע השגחה. בעיני ראיתי. איך בין אמאל געווען אין מילכיגן רעסטאוראנט וואו דער רב געט השגחה,. ווען ער איז אריינגעקומען אומ-אנאנסירט (פלוצלינג), ער איז גלייך אריין אונטער'ן קאונטער, אן זאגן א גוטן טאג אדער שמועסן, גראד אין די קאך. דער בעה"ב האט ממש (אנטשולדיגט דעם אויסדרוק) געמאכט אין די הויזן פאר שרעק. ער האט געהייסן פאר זייין אידישן ארבעטער ער זאל ארויסיאגן דעם גוי פון קאך... אט דאס הייסט א גוטע השגחה. נישט ווי געוויסע בעלי מכשירים פון 'סאכדעס וועלכע קומען אריין אין די פעקטארי, שמועסן, נעמען דעם טשעק און גייען אהיים לחיים ולשלום. (מעשה שהיה.)
מיטגעהאלטן אן ענליכע מעשה ביי א האטעל ווי עס איז געווען א געוויסע קאנפערענס, עס איז געווען א 24 שעה'דיגע רייכע פראגראם, מיט עסן שטייצעך.... האב איך מיטגעהאלטן פון די נאנט די ארבעט וואס גייט אריין ווען מען גיבט אן הכשר אין א האטעל, כשר'ן די כלים, זיכער מאכן אלעס פירט זיך כדת, וכו' וכו',

עס איז געווען א נאכט פראגרעם מיט א פול דעי פראגרעם. למעשה בין איך נישט געבליבן מיטהאלטן די נאכט סדר, נאר געגאנגען שלאפן פרי. נו אז מ'לייגט זיך פרי שטייט מען אויף פרי.... בין איך אויפגעשטאנען פרי פארטאגס, איך קויף מיר א פיינע סטארבאקס קאווע אין די האטעל לאבי, איך גיי צו דעי צימער וואס ס'איז געווען רעזערווירט פאר אונז צו נעמען אביסל פרישע רויטע מילך, זעה איך ס'גארנישטאא... פרעג איך דעם וועטערער וואס האט דארט אנגעגרייט, אויב ער קען מיר ביטע ברענגען א רויטע מילך. זאגט ער מיר The fridge is still closed, You have to ask the rabbi to open it....

פונדערווייטנס זעה איך דעם משגיח. אהה א גוטן רבי, זאג איך אים, אפשר קען איך האבן אביסל מילך פאר מיין קאווע? זאגט ער מיר, עס איז נעכטן געווען א שפעטע נאכט ביז....אזייגער, דו ביסט נאך פליישיג... זאג איך אים אז אגב איך בין געגאנגען שלאפן פרי (די עיקר פראגראם איז געווען בייטאג) ממילא קען איך שוין מאכן א געהעריגע מילכיגע קאפי. קיצור מיט גרויס פערטעקציע האב איך באקומען אביסל מילך.

שטיי איך אין די זייט און טראכט צו מיר, מי כעמך ישראל... דער משגיח איז געווען וואך עד כמעט עלות השחר, ער האט געדארפט פארשפארן די קאך און די פריזער. און געציילטע שעה שפעטער איז ער ווייטער On the go. די נקודה איז אז ער האט געשפירט ער האט א אחריות, דאס הייסט א אמת'ע משגיח כשרות.


אגב איך האב געהאט די זעלבע עקספיריענס מיט ווינטער שבתון'ס ווי עס איז נישט געווען צום האבן פרישע מילך מוצאי שבת, ווייל עס איז געווען ווינציגער ווי 6 שעה זייט מען האט געענדיגט די סעודה בצפרא דשבתא.

עס איז געווען טארניפאל הכשר, כל הכבוד!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:אויסער זייער פראבלעם מיט די ציין (וואס זיי פוצן נישט. קיינמאל נישט באמערקט)
וואס פונקטליך גייט פאר מיט די ציין? און ווי אזוי קען מען וויסן צי זיי פוצן עס יא אדער נישט?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

@יוסף חיים אבער דאס אז די משגיח זאל זיך אויך נעמען די רעספאנסעביליטיס פון דיין יצר טוב, דאס איז אויך א חלק פון דעם קאנטראקט אדער דאס טוט ער מחמת גרויס גוטסקייט?

פאנעט ווייסטו אז צוויי משגיחים האבן זיך נישט איינגעטיילט מיט די שיפטס? זי מעלקט גענוג געלט די כשר קיה אינדוסטריע, צו ערלויבן וועידזשעס פאר צוויי, איים שור!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך האב גערעדט צו א באבד אייניקל האט ער מיר פארציילט אז ר' חיים יושע דאוונט טאקע יעדע מאל ער איז אין בעלזא פארן עמוד שחרית, ס'האט זיך געמאכט אז ער האט געדאוונט פארן עמוד אין מאנטריאל ווען בעלזא רב איז דארט געווען און א וואך שפעטער האט ער געוואלט דאווענען אין ירושלים מ'איז געגאנגען פרעגן פון בעלזא רב, צו מ'זאל אים טאקע צושיקן האט ער געזאגט אז פאר חיים יושע באבד וואלט ער געלאזט אפילו פירן טיש...

ווי אויך טענה'ט ער אז די ברודערס זענען נישט צוקריגט בכלל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אויסער זייער פראבלעם מיט די ציין (וואס זיי פוצן נישט. קיינמאל נישט באמערקט)
וואס פונקטליך גייט פאר מיט די ציין? און ווי אזוי קען מען וויסן צי זיי פוצן עס יא אדער נישט?
אויף די אנדערע זאכן וואס איך האב געשריבן האסטו גארנישט צו זאגן?! זייער שיין
פוץ די ציין
פארשפארט