ער רייבט זיינע אויגן נאך האלב פארשלאפן. ער קוקט זיך אום און כאפט נאך נישט אויף וועלכע פלאץ ער געפונט זיך.
ער געבט זיך א זעץ אויף, אויפן בעט, אינסטינקטיוו און פאלט גראד דערנאך, מאכטלאז, צוריק אויף זיין ווייכע קישן וועלכע נעמט איהם אויף מיט אפענע ארעמעס. זיין קאפ הייבט צוביסליך אן צו פראצעסירן וואס דא גייט פאר, און וואו ער געפונט זיך. שטייטעליך שווימען ארויף די נעכטיגע איבערלעבענישן וואס ער האט בייגעוואוינט בעפאר ער האט גענומען די מוט זיך צו לייגן אין בעט שלאפן.
ער נעמט צוזאם זיינע כוחות אינאיינעם מיט זיינע געדאנקען און בייגט זיך אראפ צו די נעגל וואסער שיסל וועלכע געפונט זיך צופוסענס פון זיין בעט, גענוי דארט וואו ער האט איר נעכטן ביינאכט געלייגט.
ער וואשט נעגל וואסער, איין גוס און נאך א גוס, ווען זיינע געדאנקען שפאצירן צוביסליך ארויס פון זיין שלאף און נעמען איבער זיין פא'חלומ'טע מוח.
וואס גייט ווייטער פאסירן? וואס געשעהט ווייטער? זיין קאפ ווירבעלט מיט קשיות, שאלות און אומקלאהרקייטן ווי קיינמאל בעפאר. דארף איך היינט אריין גיין צו דער ארבעט? גיי איך פשוט דארפן זוצן אין שוהל היינט דער גאנצע טאג? מיינע קינדער זאל איך נעמען צו חדר אדער נישט...
מיט יעדער טריט וואס ער שטעלט אויף די ווייכע קארפעט קומען איהם ארויף אויפן געדאנק נאך און נאך קשיות וועלכע לאזן איהם נישט קיין מנוחה. זענען די געשעפטן אפען? קען מען קויפן פראדוקטן? וואס טו איך טאמער זענען אלע צוגעשפארט? אוי! עס אירבלט און ווירבלט אין זיין קאפ אן אויפהער.
ער געבט זיך א לאז אראפ אויף א בענקל וועלכע האט מיט מזל זיך פונקט געפונען אונטער איהם און לייגט ארויף זיינע האנט-פלאכן אויף זיין געזוכט. עס וועט זיין גוט, עס וועט זיכער זיין גוט. אבער וואס וועט דא זיין? וועל איך מיך ווירקליך מוזן געזעגענען פון דעם הויז? פון מיין ליבע שטוב? וועל איך האבן רעכט מיט צונעמען וואס איך פארמאג? אוי באשעפער, העלף! וואס טו איך דא?
מיט אמאל שפרייט זיך אויס א קליין-געמאכטע שמייכעלע אויף זיין פא'דאגה'טע געזוכט, שוין טויזענטע יאהרן וואס אידן ווארטן אויף דעם טאג! שוין טויזענטע יאהרן וואס מיר בעטן, וואונטשן, האפן און לעכעצן בייציוואוינען די מאמענטן. וואס איז מיט דיר? פארשטייסט דו דען נישט אין וועלכע פרייד דו דארפסט זיין פארוויקלט?
דער געדאנק האט נישט לאנג אנגעהאלטן, קוים עטליכע קורצע סעקונדן. די שווערע דאגות און אנגסט האבן זיך שנעל באהערשט איבער די לאגישע פרייד אין וועלכע ער האט פרובירט זיך צו לייגן.
וואס איז שוין געשען? וואס האט נעכטן אזוי אויסטערליש פאסירט אז עס צעטרייסלט זיין גאנצע וועזן? אז עס שאקלט אויף זיין גאנצע זעלבסט-זיכערקייט?
נעכטן, הארט פאר נאכט, איז משיח געקומען...
ער רייבט זיינע אויגן און נאך קאמישע ארטיקלען
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דיכטער: דאס איז א דאגה וואס א סאך אידן טראגן ארום. נאר נישט אין חלום (אדער האלבן חלום) נאר בהקיץ. ווען איינער בויעט א מולטי-מיליאן דאללאר'דיגע הויז לויפט איהם אריבער א געדאנק. וואס וועט זיין מיט דעם טייערן, שיינעם הויז ווען משיח וועט קומען? צי וועט ער עס מוזן איבערלאזן. אדער וועט זיין א מעגליכקייט עס מיט צו נעמען קיין ירושלים עיר הקודש...?!
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
שלוש מיני בדיחות הן וכנגדם שלושה מיני צחוק.
דריי מיני דשאוקס זענען פארהאן און קעגן דעם זענען דא דריי מיני לאכן.
דער ערשטע דשאוק איז א דשאוק וואס יעדער טיפש מיט א גראדע הוילע קאפ קען מאכן און מען דארף נישט דערפאר קיין טיפע אויגן אדער א דיפלאמע און פילאסאפיע, מען דארף פשוט חוזק מאכן פון איינעם, ס'דארף אבער זיין על חם, פונקט אויפן פלאץ. ווי למשל אן עלטערע איד זעצט זיך אוועק מאנטאג אינדערפרי נאך א לאנגע דאווענען צום טישל צוצובייסן א שטיקל תיקון און ער נעמט א שטיקל פון די קרימיגע קאקאשקעיק און אריינצופענדיג אינעם קוכן נעמט זיך די טשאקעלאד רינען א בחינה פון זקן אהרן יורד על פי מידותיו, אויף זיין הדרת-פנים'דיגן שניי-ווייסן בארד. שטייט דארט א אינגערמאן העכערן טיש און רופט זיך אן ווען זיינע ציינער האלטן אן דעם קנייטש פונעם טלית און זיינע הענט פארנומען איר צו צאמלייגן, "ר' וואלף, איר קוקט אויס צען יאהר יונגער"...
פאר אזא ווערטל קומט א קורצע, הויעכע, פלאץ-אויס אין א געלעכטער, כא כא כא, וואס האלט זיך פאר בלויז עטליכע סקונדן געוואנדן אין די שכל פונעם לאכער, ווען דער ר' וואלף שמייכלט מיט, ארויפקוקענדיג פון זיין הויקע, לאזענדיג די ארומיגע אין א ספק ווי ווייט ער האט פארשטאנען דעם ווערטל...
דער צווייטע איז מער אן אטוואס קאמפלעצירטע און נישט געמאכט פאר סיי וועמען, נאר בלויז פאר דער עליטע גרופע און די געזעלשאפט. ווי "קום איך אריין צו די ארבעט צען אזייגער אינדערפרי און מיין באלאבוס פרעגט מיך, ווי בוסטו געווען? זאג איך איהם, איך האב געארבעט אווער טיים נעכטן נאכט, זאגט ער מיך: אז די וועסט נאך איינמאל ארבעטן אווער טיים, וועט זיין פאר דיך טיים אווער"... גיי פארשטיי...
אויף אזעלעכע סארט ווערטליך געבט מען א סקונדע פאוז און נאכן זען אז איך וועל עס ממילא נישט כאפן, געבט מען א זיסע שמייכל כאילו איך האב פארשטאנען די טיפקייט פונעם ווערטל על בוריה, פשוט זיך צו קענען אנגעבן אלס מער א געלערענטע פערזענליכקייט.
און דער דריטע איז ווען איך זוץ ביים סעודה ביי מיין שווער אין שטוב פרייטאג צונאכטס, איבערן דריי-פערטל גענענדיגטע טעלער פיש וואס זעט שוין נאר אויס אפעטיטליך פאר זיין אייגענטומער און איך הער מיין שווער געבט זיך א רוף אן צו מיין שוואגער, "שלמה", רעדענדיג אדורך מיין בענקל, "דער דיין זאגט מיך שפעטער אז ס'געווען א מהודר'דיגן קנין חלופין פאר מכירת חמץ"... און מיין שוואגער געבט א שוס אויס אין א הילכיגען געלעכטער לאזענדיג מיך מיט א שעמוועדיגע שמייכל. איך דריי מיך אויס צו מיין שווער און ער הייבט מיך אן צו מסביר זיין.
דאנערשטאג נאכט אין בית מדרש פאר מעריב, גיי איך צו די הענגערס און איך נעם מיין היט פון וואו איך האב עס געלייגט פאר קבעית עתים. איך געב עס א טו אן, און איך גרייט מיך אויף מיין פלאץ צום דאווענען. פון דער זייט באמערק איך, ווי דער דיין קומט אריין און דער היט אויף זיין קאפ האט עפעס נישט געשטומט, איך האב נישט צופיל געטאראכט און זיך ווייטער אריין געשאקלט אינעם סטענדער ווען פלוצליג קומט שלומי און מירמלט אריין אין מיין אויער אז עס זעט אויס אז איך האב נארוואס ערהאלטן הוראה, איך געב א כאפ אן מיין היט, דריי עס אויס און איך זע שטיין אינערווייניג מיט א רבי'שע חתימה "הק' יחזקאל יהודה לימפאן"...
שוין, גיי הייב אן לאכן...