גערעדט מיטן כּוֹלל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
גערעדט מיטן כּוֹלל
[justify]די פילאָזאָפישע ספערע גליווערט אין שאָק. זי האָט זיך נאָכנישט דערהוילט פונעם אינטעלעקטועלן ערד־ציטערניש. א טעקטאָנישער מאָנסטער וועלכער האָט איבערגעדרייט לעגענדאַרע טורעמס און דאָגמאַטישע פעסטונגען צו בערגלעך גָּפְרִית וָמֶלַח. שְׂכַר מִצְוָה בְּהַאי עַלְמָא אִיכָּא איז שוין איצט א פאַקט — א וויסנשאַפטליך געזעץ. די עמפּירישע הוכחות פון א דראַמאַטישן חלוֹם פּובליקירט אין "וועקער," האָבן מצליח געווען איינמאָל־פאַר־אַלעמאָל אַריינצונאָגלען דעם לֵיכָּא־פּאַראַלאָגיזם אין א גראָבן קרייץ הויך צוויי־און־פופציג איילן. דער גרויסער אוֹר צו וועלכן ס'האָבן זיך געקלאַמערט פילע היסטאָרישע ריזן, אַריינגערעכט דער תַּנָא ר' יַעֲקֹב, פַּרְעֹה, און חַרְבוֹנָה, האָט מיטאַמאָל אויסגעצאַנקעוועט אין א שוואַרצן רויך.
וועקער־לייענער (#19) זענען וואויל באַקאַנט מיטן חלוֹם וועלכער ווערט דערמאַנט צווישן א הויפן אַנדערע שטיקלעך אין צווייטן קאַפּיטל פון "דער גרינער יֵצֶר־טוֹב." יוֹנָה מָצְאָה לאָזט איבער דעם חלוֹם און גייט תיכף אַריבער צו ווייטערדיגע אַספּעקטן אין דער דערציילונג. גערעכט איז ער. נישט ער איז א נייעס־רעפּאָרטער; נישט ער איז בכלל אינוועסטירט אינעם חלוֹם. אין פּערספּעקטיוו פון דערציילונג איז דער חלוֹם בלויז א טפל און נישט קיין עיקר. אדרבה! צו לייענען די אַרומיגע מעשה ביטע קוקט אין "וועקער." וואָס איך וויל אין דאָזיגן אשכול איז פּשוט מוסיף זיין א וויכטיג שטיקל אָנבאַלאַנגט דעם חלוֹם והמסתעף. ערשט לאָמיר ציטירן דעם חלוֹם. דערנאָך וועלן מיר אויפדעקן פרישע זאַפטיגע דעטאַלן.
דער חלוֹם
יוֹנָה מָצְאָה האָט געשריבן:
וַתִּדֹּר שֵׁנְדֶל חַוָּה נֶדֶר לַה', און שיינדל חוה האָט געמאַכט א נדר צום אייבערשטן, וַתֹּאמַר, און זי האָט געזאָגט, לֵאמֹר, אַזוי צו זאָגן: קאָסמעטיק־בייטעלע אין דר'ערד אַריין.
קוקנדיג אויף צוריק פאַרשטייט זי נישט הלמאי ס'איז איר אפילו אַפירגעקומען שווער. אויך מיר א נסיון. זי איז דאָך אייביג געגאַנגען אָנגעטון בצניעות; די איבלען זענען סיי ווי אָפּגעפרעגט געווען אין טאָמלער הויזגעזינד. פאָרט אָבער א יונג ווייבל געווען — "א נאַריש קינד," ווי זי זעלבסט באַצייכנט יענע תקופה.
אַמאָל־אַמאָל האָט זיך אָבער יאָ אויסגעפעלט אַביסעלע פּוידער אויפן צלם־אלוקים, א פּיצינקע שמינקעלע איבער די אויגן, א טראָפּקעלע פאַרב איבער די ליפּן, א טאָטש רוזש איבער די בעקעלעך, א משהו אָפּציפּעכץ ביי די ברעמען, און העכסט בשתיקה אויך א פּיצי־ביצי־באמת־א־ברעקעלע־קיינער־קען־אפילו־נישט־באַמערקן אָפּשוואַרצעכץ ביי די וויעס.
דאָס טאַנצן מיט א בלאַס פּנים אויף די חתונות פון קלאַס־חבר'טעס איז גאָרנישט לייכט אָנגעקומען. ערגער איז נאָך געווען ס'טאַנצן פון צייט־צו־צייט אויך מיט א קרעציגן שטערן צוליב דער גענצליכער עלימינירונג פונעם קאָנסילער. יאָ נדר נישט נדר — א קבלה איז א קבלה.
א נדר כשלעצמו איז דאָך נישט אַזאַ ביין אין האַלדז. אַז קלעקט נישט דאָס הַתָּרַת־נְדָרִים, דאַן קוועטש מען אויס א נוצן פון די כָּל־נִדְרֵי טרערן. ווען דער כִּי־יַפְלִא פאָרמירט זיך גאָר הינטער דער מחיצה: אִישָׁהּ יְקִימֶנּוּ וְאִישָׁהּ יְפֵרֶנּוּ. קיין וועג אַרויס עקזיסטירט אָבער נישט פון א קבלה אויף א דבר־טוב — לֹא־לֹא־לֹא. אָט אַזאַ טבע האָט דער רבוש"ע אַריינגעלייגט אין דער נאַטור: פרימער מעג (יש־אומרים: דאַרף) מען אייביג ווערן, כוֹלל משנה זיין פון די עלטערן. די זעלבע אַרבעט אָבער נישט אויף פאַרקערט; גאַנץ איינפאַך א שפּיל מיט פייער.
א האַלב יאָר גייט פאַרביי — וְהִנֵּה חֲלוֹם. א מאָדנער געשטאַלט איינגעהילט אין א ווייסער פּעלערינע יאַוועט זיך צו איר געלעגער. דאָס בילד ביי שיינדל חוה'ן אין מוח איז היפּש פאַרנעפּלט; זי געדענקט נישט ממש יעדן דעטאַל.
הענט אָדער פליגל? געדענקט נישט.
נאָז אָדער שנאָבל? געדענקט נישט.
מענטשליכע אָדער הינערישע פיס? געדענקט נישט.
באָרד? אַליין מסופּק צי זי געדענקט יאָ, נישט, אָדער בלויז האַלבוועגס. באַזירט אויף דער ברייטער אידישער היסטאָריע פון חלומות גלייבט זיך איר נישט אַז פון הימל לאָזט מען בכלל אַרויס ווייס־געקליידטע מענער אָן קיין לאַנגע שניי־ווייסע בערד.
"שיינדל חוה בת שפּרינצא דבורה!" רופט דער געשטאַלט צו איר אין א באַסאָווער שטימע. קלאָר א מאַן. זי ענטפערט נישט. דער שמאָל־לענגליכער קאָפּ בייגט זיך איבער עַל רֹאשׁ־הַמִּטָּה — א הייסער אָטעם שניידט גראָד אין איר רעכטן אויער אַריין.
"שיינדל חוה בת שפּרינצא דבורה!" שרייט ער הילכיג אַריין אין אויער, ווי צו א בּר־מינן אין קבר איידערן סתימת־הגוֹלל, זיכער צו מאַכן אַז די נשמה שטעלט זיך פאַרן בית־דין של־מעלה מיט דער אויטענטישער אידענטיפיקאַציע. א סקרוך עלעקטריזירט אירע ביינער נוסח גָּד־גְּדוּד־גְּדוּדָה־גְּדוֹלָה — קאָפּ־און־אָרעם אין סאַמע זעלבן קלאַפּ. "בת שפּרינצא דבורה," איז אָבער דער יעניגער קלאָר מטעים; מאַמע'ס נאָמען, ווי ביי א לעבעדיגן.
"איר הערט ווי מ'רופט אייער נאָמען?"
— כ'הער.
"'דער ענטפער איז הִנֵּנִי!"
— הִנֵּנִי.
"פּסוק י"ד!"
— וואָס?
"דער פערצנטער פּסוק!"
— כ'פאַרשטיי נישט.
"פּסוק י"ד … אַ גוטן מועד!"
שיינדל חוה כאַפּט זיך אויף מיט שרעק — א קאַלטער שווייס. א פּאַרווע שפּריץ נעגל־וואַסער און טאַפּט זיך אין פּאַניק די אֹזֶן־הַיְּמָנִית ... שפּיץ תְּנוּךְ ... ציטערט צו גיין העכער. די גלידערן צאַפּלען נאָך פון הייסן אָטעם, געשריי, און סקרוך — א פּחד!
זי צינדט אָן דעם לעקטער, לויפט צום שפּיגל, בייגט דעם קאָפּ, דרייט די אויגן, קנייטשט די אויערן, און פאַרגלייכט ס'רעכטע צום לינקן. זי שטעלט זיך גראָד, זייטיג, קרום, און געבויגן; כאַפּט אין דער האַנט א צווייטן שפּיגל, שטעלט אים קעגן ערשטן, מאַנעוורירט ביידע שפּיגלען אין אַלע ריכטונגען, און — גאָרנישט. ס'זעלבע אויער מִתְּמוֹל שִׁלְשׁוֹם.
סתם א חלוֹם? קען נישט זיין. עכט? מוז זיין עכט. דווקא איז זי נישט דער סאָרט מענטש — קלאָר נישט דער סאָרט. קיינער איז נאָך פריער נישט געקומען צו איר אין חלוֹם — ממש קיינער. זי איז נישט קיין בעלת־החלומות — אינגאַנצן נישט. זי לאַכט אייביג אָפּ פון חלומות — יעדער וואָס קען זי ווייסט.
הִנֵּנִי ווייסט זי וואָס טייטשט. פאָרט א אידיש קינד. פּסוק י"ד? משה זוך מיך! אין מיידל־שולע וואו די עלטערן האָבן זי געשיקט לערנען האָט מען דעם חומש גאָר בכיוון אויסגעשלאָסן פונעם קוריקולום. א גוטן־מועד? הַיּוֹם לֹא חֹדֶשׁ וְלֹא שַׁבָּת וְלֹא פּוּרִים וְלֹא מוֹעֵד.
אהרן שלמה האָט דייטליך פאַרשטאַנען פּשט: פַּרְשַׁת וַיֵרָא, קאַפּיטל י"ח, פָּסוּק י"ד — "לַמּוֹעֵד" אָשׁוּב אֵלֶיךָ כָּעֵת חַיָּה. די בשורה וואָס דער מלאך האָט אָנגעזאָגט שרה'ן. וַתַּהַר שֵׁנְדֶל חַוָּה וַתֵּלֶד בֵּן. אַזויפיל ווי פופצן גוט־מועד'ס האט זי אָנגעקינדלט זינט די קבלות טובות. זי שפּירט שטענדיג א פליכט מפרסם צו זיין די דאָזיגע מעשה כדי צו מונטערן די בת־ישראל צו פאַרבעסערן זיך אין צניעות …
עד כאן אין "וועקער" כּלפּי דעם חלוֹם.
אַחַר הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה
שיינדל חוה האָט אַריינגעשיקט דאָס מופת צו אויסגעהאַלטענע אידישע אויסגאַבעס עטליכע מאָל דורכאויס די יאָרן. "עטליכע מאָל" באַדייט יעדעס מאָל מיט מינערוויכטיגע רעוויזיעס. די רעאַקציעס פון לייענער, איבריג צו באַטאָנען, זענען שטענדיג געווען גאָר באַגריסנדיגע. אַנשים ונשים האָבן זיך כסדר פאָרגענומען קבלות פאַר זיך, פאַר די קינדער, פאַר שכנים, פאַר קרובים, אא"וו.
דאָס לעצטע מאָל וואָס זי האָט רעדאַגירט די געשיכטע איז געווען נאָך דער געבורט פון אינגסטן קינד, מרדכי דוד ני"ו, גוט־מועד #15. די סיבה פון רעדאַגירן: צולייגן א רמז צום מופת.
— ס'הייסט?
נאָך וואָס אסתר רייזל, גוט־מועד #14, איז געבוירן געוואָרן, האָט שיינדל חוה געמאָלדן אהרן שלמה'ן אַז איר רחם האָט געשלאָסן די טירן פון פאַבריק. הפּנים, אַזוי האָט זיך איר געדאַכט … רבות מחשבות … אהרן שלמה האָט באַלד דערויף פאַרשטאַנען אַז הוברר הדבר למפרע, דער פּסוק י"ד האָט שוין צוריק ביים היסטאָרישן חלוֹם געזאָלט מרמז זיין אויף פערצן קינדער, כמספּר י"ד.
גייט פאַרביי א יאָר, ואין והיה אלא לשון שמחה — גוט־מועד #15. א כּפּרה דעם רמז. אַלץ טאַנצט אָפּ חסדי ה' כי לא־כלה רַחְמָהּ פיין און וואויל ביז … סיעז־ענד־דעסיסט! … דער לויער פון רמז שיקט א צעטל אויף פּאָסט.
אהרן שלמה יאָגט שטייצעך דאָס צעטל באַלד אין מיסט אַריין. גאַנצערהייט. מיטן קאָפּ אַראָפּ. ניטאַמאָל איז עס ווערט די ענערגיע צו צעפליקן. נעכטן איז עס דזשורי־דוטי, היינט איז עס רויזנבלאַט געזעץ־פירמע, און מאָרגן א קאָלעקשאָן־אַגענטור פון א קרעדיט־קאַרטל — א שאָד דאָס פּאַפּיר.
ס'מיסט ווערט אָבער גרעסער. פּאָסט־קעסטל ענגער. פּאַק שווערער. ענוועלאָפּס דיקער. צעטלעך געדיכטער. ווערטער לענגער. אותיות רויטער. אַן אלול־גייסט הייבט אָן קיצלען אין די קישקעס. שמעקט עפּעס נישט גוט. רעדן צו די עסקנים?
נישט קיין מושג וואָס גייט דאָ פאָר. יאָ, ווען ער האָט אָנגעהויבן ניצן דעם רמז האָט ער אונטערגעשריבן אַז ער איז איינשטימיג מיט די טערמס־ענד־קאָנדישאָנס. אונטערגעשריבן אויבן. אונטערגעשריבן אינדערמיט. אונטערגעשריבן כמעט־אונטן. אונטערגעשריבן אונטן־רעכטס. אונטערגעשריבן אונטן־לינקס. אונטערגעשריבן דעם פולן נאָמען. אונטערגעשריבן די איניציאַלן. אונטערגעשריבן אויף דער אַנדערער זייט צעטל. שוין געהערט אַזוינס. א סך א סך רמזים געמאַכט שוין. א סך געשריבן איבער זיי און — רוב זיך אויסגעלאָזט אַזוי גוט ווי דער צדיק'ס סמיטשיק איבערן חנוכה־פידל. ובכן? עק וועלט?
וואָס דאַרף ער קוקן ווייטער ווי די רמזים אויפן אָנקום פון משיח'ן. אומגעפער דריי טוצן פליען אַרויס פון פענצטער יעדן חודש. נאָך קיינמאָל נישט געהאַט א רמז זאָל קומען אָפּמאָנען — קיינמאָל קיינמאָל. ערשטע מאָל ער הערט בכלל אַזאַ זאַך. נייע צעדרייטע וועלט. יעדן טאָג עפּעס אַן אַנדער שיגעון.
אהרן שלמה לויפט באַלד זיך שואל עצה זיין מיט אַן אַלטן ידיד: די קאָלטענעוואַטע קופּערנע באָרד. ער כאַפּט אין פויסט. שטייף, לויז, גלעט, קראַצט, בייגט אַרויף, קנייטשט אַראָפּ, קוקט אַריין, קייט אין מויל, און פּוצט אפילו דערמיט די ציין — נו? זאָג עפּעס.
נישט אום שבת גערעדט, טענה'ט די באָרד, קען ער דעם רמז צופרידנשטעלן מיטן איינשטימען צו פאַרלירן איינס פון די קינדער ח"ו. צוריק צו פערצן און פּטור אַן עסק. מענטשן באַגראָבן קינדער יעדן טאָג. צוריק אינדערהיים איז דאָך ממש געווען אֵין בַּיִת אֲשֶׁר אֵין שָׁם מֵת …
קלאַפּ אויף דיין פרעך פּיסקל. א באָרד א שלאַנג. ווי פאַרשטענדליך קומט אַזוינס נישט אין באַטראַכט אויף קיין שום פאַל נישט! רשע. אכזר. משוגענער.
— ממש קיין שום פאַל נישט?
קיין שום פאַל נישט!
— קינד גליטשט אָפּ פון דרך רח"ל?
היכי דמי אָפּגליטשן, ממש בֵּן סוֹרֵר וּמוֹרֶה?
— נו, זאָג דו …
כ'מיין, זאָל נישט אויסגערעדט זיין, חלילה וחס, אויף קיין שום איד נישט געדאַכט, א מחלל שבת? אוכל נבילות וטריפות? ... קומט נישט אָן גרינג צו זאָגן ... אָבער יאָ, מוֹת יוּמָת. אויס קינד!
— מומר להכעיס, מומר לתיאבון?
היינו הך. אַלץ איינס. כ'שרייב דאָס קינד תיכף אַרויס פון משפּחה, מיט א לויער צי אָן א לויער; מיט א רמז צי אָן א רמז. דערווייל אָבער איז מיטתי שלימה. ברוך השם. דער אייבערשטער זאָל העלפן ווייטער. כ'זאָג דאָך שטענדיג אַז מ'דאַרף סיעתא דשמיא אויף טריט־און־שריט.
— מיילעך שיע?
נו, וואָס איז מיט אים? אַביסל א שווער קינד. ובכן? א שייגעץ אָבער? וואָס ווייסט א באָרד וואָס איך ווייס נישט, האַ? רעד צו מיר.
— לשון הרע?
פּעטש דאַרפסטו? פאַר א טאַטע איז נישט קיין לשון הרע. פאַרקערט. תורה זאָגט דאָך קלאָר: אִם לוֹא יַגִּיד וְנָשָׂא עֲוֹנוֹ. פּאַסט נישט פאַר א באָרד אַזוינס נישט צו וויסן. כאילו דו ווייסט נישט. נו? דערצייל. אָבער שנעל!
— סהדי במרומים כ'האָב גאָרנישט צו דערציילן. ער איז דאָך א ראָצער. קוים בר־מצווה געהאַט. פאַרקערט, נישט נאָר איז ער נישט קיין שייגעץ — ציטערט אימת מוות פון אַן עבירה. כ'בין נישט זיכער וויפיל ער ווייסט … ער האָט אָבער שוין פאַראַיאָר ביי מוסף די הייליגע טעג …
נו? פאַרוואָס דאַרף איך שלעפּן פון דיר ווערטער. רעד צו מיר קלאָרע דיבורים. גאַנצע זאַצן.
— ווען דער בעל־תפילה האָט געזאָגט וּמִפְּנֵי חֲטָאֵינוּ. די אונטערשטע תפילה דאָרט פון ספר עבודת הקודש. ער האָט שוין פאַרשטאַנען למחצה ולשליש ולרביע. כ'מיין, כ'ווייס נישט ממש צי כַּמָּה מִינֵי קֶרִי ... אָבער איינס זיכער.
שלעכטע חברים?
— אינגאַנצן נישט. אפשר טאָר איך נישט זאָגן, אָבער פאַראַן לפּחות צוויי אַנדערע טאַטעס וואָס האַלטן אַז מיילעך שיע איז גאָר דער שלעכטער חבר.
פְּתַח פִּיךָ וְיָאִירוּ דְבָרֶיךָ — שנעל רעד צו מיר!
— נישט אַזוי וויכטיג. ווייסט דאָך, סתם פּאַראַנויאישע טאַטעס. זיי זעען אַז דער בחור קוקט נישט אויס אַזוי פרום ווי דער פאָטער … שאָקלט זיך נישט אַזוי ביים דאַווענען … א בחור טאָר מען שוין נישט פראַסקענען לויט דער הלכה. סתם א דערמאַנונג. אָבער ער לערנט פלייסיג, ניין?
קען אַלץ זיין בעסער, אָבער כ'קען מיך נישט אָפּרעדן. אויף זיין גמרא הער איך גוטע גרוסן. ער האָט דאָך א גוט קעפּל. ער קען פיין ווען כ'פאַרהער אים. ער איז אָבער פאַרנומען מיט שטותים … און ס'פעלט אים די חסידישע וואַרעמקייט ... כ'פאַרשטיי ממש נישט. דער טאַטע, די מאַמע, דער זיידע — אַלע אַזוי וואַרעם און חסידיש. דאָס זעט ער דאָך און הערט ער דאָך שטענדיג.
— נעם אים צו גוטע אידן. א דור יתום, אָבער ס'נאָך דאָ וואו צו גיין.
כ'שלעפּ דאָך אים אַרום שעפּן יראת־שמים איבעראַל.
— קויף אים מוסר ספרים. מוסר מוסר מוסר. זאָג נאָך מער וואַרעמע חסידישע תורות ביים שבת־טיש. מאַך זיכער אַז ער זאָגט כאָטשיג איין תורה צו יעדער סעודה.
ער זאָגט תורות. כ'וואָלט אָבער ענדערשט געוואָלט פון אים הערן נאָכזאָגן א פּשט אויפן פּסוק פונעם אור־החיים־הקדוש ווי איידער פונעם מלבי"ם.
— מלבי"ם א פּראָבלעם?
ניין, ניין, חלילה וחס. פאַרקערט. כ'האָב נאָר מורא אַז מיילעך שיע איז אפשר א פּראָבלעם.
— מאַך טאַקע זיכער אַז ער האָט א שיעור אין אור־החיים־הקדוש, באר־מים־חיים, ליל ששי צי פרייטאָג־צונאַכטס. און ער האָט נישט וואָס צו לערנען נ"ך. ער וועט עלטער ווערן. דו ביי די דרייצן האָסט עפּעס אויך אַזוי געוואָלט קענען נ"ך?
וואָס טו איך מיטן רמז?
— א איד גיט זיך אַן עצה! די פּראָבלעם דאָ, צו דיין גוט מזל, איז פופצן און נישט דרייצן. דעם כולל האָסטו שוין פּראָבירט איינצושליסן?
מיינסט הלכה ולא למעשה?
— נאָוואָדען.
שוין, יעצט אַראָפּגעלייגט מיטן כולל — גרייט אויפן געשעפט.
— געוואַלדיג! דער רמז שטימט מיט פופצן.
פאַרוואָס דער כולל איז באַלד גרייט געווען אָן קיין צעגערייען ווייס איך נישט. כ'קלער ס'איז זכות אבות. וואָס זאָגסטו?
— זכות אבות! אפילו נישט קיין שאלה.
איז לאָז איך ביים לעבן אי דאָס קינד אי דעם רמז. די מעשה גייט מען אָבער מוזן טוישן. נאָכאַמאָל אַריינשיקן אין "מעלות." אָבער נישט כדי אַרויסצונעמען דעם רמז, נאָר כדי אַריינצושטעלן דעם כולל.
— לְעֹשֵׂה נִפְלָאוֹת גְּדֹלוֹת לְבַדּוֹ כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ.
ממש דעם זעלבן פּסוק געטראַכט. רעד צו מיר אָבער איבער מיילעך שיע'ן. כ'שפּיר דו באַהאַלטסט פון מיר. פאַרוואָס בין איך נישט רואיג? וואָס גייט פון אים אויסוואַקסן?
— וואָס ס'גייט זיין? בהדי כבשי דרחמנא למה לך? און דאָס איז שוין נאָכדעם וואָס חִזְקִיָּהוּ הַמֶּלֶךְ האָט דאָך קלאָר געזען מיט רוח הקודש. נישט איך און נישט דו האָבן רוח הקודש. א סך גרויסע לייט האָבן זיך גענומען אין די הענט אַריין ערשט ווען זיי זענען אַביסל עלטער געוואָרן. גלייב מיר אהרן שלמה, זה הקטן גדול יהיה. מיילעך הייסט ער דאָך נאָכן הייליגן רבי ר' אלימלך; יושע נאָכן גרויסן זיידן ר' יהוֹשע הכּהן זומערשטיין זצ"ל, דער נערעדעווקער שׁוֹחֵט. ער וועט דיך נאָך ברענגען א סך נחת … און אויך כבוד ... ווי רש"י זאָגט שוין אויף בְּךָ יְבָרֵךְ יִשְׂרָאֵל.
שוין, לאָמיר האָפן. און אַז דו קענסט מיך העלפן מיט א גוטער ישיבה־קטנה …
— פאַרגעס נישט צו רעדן מיט שמואל דוד'ן. ווייסט אָבער וואָס נאָך כ'העל דיך זאָגן? חִזְקִיָּהוּ הַמֶּלֶךְ האָט נישט געהאַט קיין תפילת השל"ה הקדוש אויף ערב ראש־חודש סיון. יאָ, מ'האָמער א וואָפן קעגן דעם שטן וואָס ער האָט נישט געהאַט.
שוין, א מעסעדזש פאַר די לייענער?
— אַזויפיל וויל איך יאָ זאָגן איבער מיילעך שיע'ן: ער איז אַביסל צו נייגעריג. כ'בעט דיך ברחמים אהרן שלמה, האַלט אַן אויג אויף אים. קוק גוט מיט וועמען ער רעדט אין בית־מדרש. כ'וויל דיך נישט זען אין צען יאָר אַרום זיך קלאַפּן אָשַׁמְנוּ. דו הערסט וואָס כ'רעד צו דיר? שלעכטע חברים זענען נישט פון זיין כּיתּה … יאָ יאָ, דו ווייסט וועמען כ'מיין … ספּוילער: יוֹנָה מָצְאָה גייט דיך אי"ה דערמאַנען אין דריטן קאַפּיטל פון "גרינער יֵצֶר־טוֹב" — וועקער #20[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
יעצט פארשטיי איך שוין בעסער פארוואס לגבי די ״מופת״ הא׳מיר צוגעברענגט א גימטריא מיט׳ן ״כולל״…
און אונז טרעפן מיר אז בנוגע ״בך יברך ישראל״ ברענגט דער בני יששכר (מאמרי חדשי כסליו טבת מאמר ב אות ב) צו (עפ״י הבעה״ט) אז די מקור פאר ״כולל״ בגימטריא איז פון וואס איז געזאגט געווארן ביי בך יברך ישראל (בראשית מח כ) אז ״ראובן שמעון״ מיט׳ן כולל איז עולה ״אפרים מנשה״ ע״ש. נו, לערן איך שוין א חסידיש ספר במקום מיילעך שיע׳ן…
און אונז טרעפן מיר אז בנוגע ״בך יברך ישראל״ ברענגט דער בני יששכר (מאמרי חדשי כסליו טבת מאמר ב אות ב) צו (עפ״י הבעה״ט) אז די מקור פאר ״כולל״ בגימטריא איז פון וואס איז געזאגט געווארן ביי בך יברך ישראל (בראשית מח כ) אז ״ראובן שמעון״ מיט׳ן כולל איז עולה ״אפרים מנשה״ ע״ש. נו, לערן איך שוין א חסידיש ספר במקום מיילעך שיע׳ן…
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אין וועגן דעם טאקע ווייסט מען אז ביי אונז האט מען נישט געלערענט נישט נ"ך (ווי דערמאנט) און נישט מורה נבוכים. ווייל הא לך לשונו בח"א פמ"ט [עמפאסיס מיינע]:
המלאכים גם כן אינם בעלי גשמים, אבל הם שכלים נבדלים מהחומר, אמנם הם עשויים והשם בראם, כמו שיתבאר. ובבראשית רבה אמרו: "להט החרב המתהפכת" (בראשית ג, כד), על שם "משרתיו אש לוהט" (תהלים קד, ד). "המתהפכת", שהם מתהפכים, פעמים אנשים, פעמים נשים, פעמים רוחות, פעמים מלאכים. הנה כבר ביארו בזה המאמר שהם אינם בעלי חומר, ואין להם תכונה קיימת גשמית, חוץ לשכל, אבל הכל במראה הנבואה, ולפי פועל הכח המדמה, כמו שיזכר בעניין אמיתת הנבואה.
ואמנם אמרם "פעמים נשים", כי הנביאים גם כן כבר ראו המלאכים במראה הנבואה צורת נשים, רומז על מאמר זכריה: "והנה שתים נשים יוצאות ורוח בכנפיהם" וכו' (זכריה ה, ט).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
לויט דער מורה, איז א מלאך עכט, אדער נאר א דמות וואס מען זעהט בנבואה.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
זיי זענען ״עכט/נמצאים״ אויף א לגמרי אינקאָרפּאָריעל אופן [השכליים או ״כוחות״ וכו׳]. צב״ש עס איז נישט שייך לגביהם ״תנועה״ אדער עני דבר חושיי באמת. די נביאים וכו׳ וואס זענען זיי משיג און זאגן אז זיי ״זעהן״ זיי בדמות וכו׳, וואס דאס איז בהכרח דורך חושים, איז ענליך צו די ענליכע תוארי השאלה חושיים וואס מ׳נוצט כלפי השגת הקב״ה וכדומה. ועיין ג״כ בח״ב פ״ו.
(ער פארטייטשט טאקע מאמרי חז״ל בזה, ווי ער האט געהאלטן (לדוגמא בח״א פמ״ו) אז חז״ל האבן באמת געהאלטן ווי ער, ודלא כקצת חוקרים.)
(ער פארטייטשט טאקע מאמרי חז״ל בזה, ווי ער האט געהאלטן (לדוגמא בח״א פמ״ו) אז חז״ל האבן באמת געהאלטן ווי ער, ודלא כקצת חוקרים.)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
יאָ־יאָ־יאָ, יוֹנָה מָצְאָה דערמאַנט שוין איינמאָל — וועקער #20יואב האט געשריבן:… ספּוילער: יוֹנָה מָצְאָה גייט דיך אי"ה דערמאַנען אין דריטן קאַפּיטל פון "גרינער יֵצֶר־טוֹב" — וועקער #20
הֱיוּ נְכֹנִים לִשְׁלֹשֶׁת! דער דריטער קאַפּיטל אין "גרינער יֵצֶר־טוֹב" איז א לאַנגס און א ברייטס. ער איז נישט בלויז א באַליסטישער, נאָר פאַרמאָגט אויך אינטערקאָנטינענטאַלע מעגליכקייטן, און איז באַוואָפנט אַזש מיט נוקלעאַרע שפּיצן.
— זאָגט ווער?
זאָגט א דריי־און־דרייסיג יעריגע אינאַ יאַשטשישין, א פרוי פון אוקראינע וועלכע האָט זיך אַריינגעשלייכט קיין מאַר־אַ־לאַגאָ אונטערן פאַלשן נאָמען "אַנאַ דע ראָטשיילד." זי האָט דאָרט דורכגעזיפּט העכסט קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן בעת וואָס דער אַלטער גראָבער טראָמפּ איז געשטאַנען אונטערן הימל אין בלאַסע הויזן אָנגעשמירט מיט געלע נקודים פון פאָרנט און ברוינליכע ברודים פון הינטן, און אַריינגעשמיסן גאָלף־באַלעכלעך אין גריבלעך ערגעצוואו צווישן דער גרינער גראָז און דעם שדרה'לאָזן תּחת־לעקער לינדזי גראַם.
— קען מען גלייבן וואָס זי זאָגט?
ווער ווייסט? איך ווייס זיכער נישט. שוין, עלמיר זיך איבערצייגן, ונזכּה ונחיה ונראה — וועקער #20
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
מעשׂה נוֹרא באַגאָסן מיטן טאָמלער חן
עמיצער האָט מיך אַריינגעשיקט א מעשׂה נורא מאוד. כ'ווייס נישט פון וועלכער אויסגאַבע די מעשׂה קומט, אָבער ערליכע אידן ווייסן אַז גאָרנישט איז נישט קיין צופאַל. באַשיינפּערליך רעדט מען דאָ פון עפּעס וואָס פאַרמאָגט דעם טאָמלער זיגל. די מעשׂה קומט מיט א חלוֹם, און דער חלוֹם קומט אויסגעשטאַט מיט דער קלאַסישער דראַמאַ־פּעקעזש — דעלוקס עדישאָן.
א ראיה אַז די מעשׂה איז אמת ויציב: די דעטאַלן גייען אַלע הונדערט פּראָצענט אין שפּאַן מיט די הימלישע פּראָטאָקאָלן ברייט באַקאַנט אין דער היימישער מיטאָלאָגיע — סטאַנדאַרט יענע־וועלטיגע אָפּעראַציעס. כ'מיין, עפּעס דער ערשטער מענטש צו חלוֹמ'ען? לולא דמסתפינא וואָלט איך געזאָגט אַז אויב די מעשׂה זאָל ווען נישט האָבן פּאַסירט, דאַן וואָלטן מיר זי געמוזט פאַבריצירן פונדאָסניי. שטייצעך, היות די מעשׂה האָט יאָ ווירקליך פּאַסירט קען מען איבערגעבן דברים כהווייתם.
בימים ההם, אין דער אַלטער היים, האָט זיך נישט אויסגעפעלט מער ווי איין חלוֹם פּער מיסיע. יעדער האָט געפאָרכט און געהאָרכט באַלד נאָכן ערשטן חלוֹם. היינט ליידער לעבט מען אין א סקעפּטישער וועלט. אַזוי ווי ס'גוי'אישט זיך אַזוי אידישט זיך. ס'קומט צו גיין א חלוֹם מיט אַלע קלאַפּערגעצייג, לייגט אַריין שווערע כּוֹחוֹת, שעפערישקייט, און טוט אַלץ וואָס ער האָט צוטון. נאָר דער בעל החלומות גיסט זיך נעגל־וואַסער, רייבט די אויגן, צווייפלט אין דער וואָרהייט, כאַפּט א פּיש, און שיקט דעם חלוֹם לופטערן. פיין און וואויל ווען דער חלוֹם האַנדלט זיך פון הוילע שטותים. די חכמות אַרבעטן אָבער נישט ווען ס'קומט צו חלומות פון יענער וועלט. דערפאַר, אויב מאַכט זיך עמיצער נישט צוטון פון ערשטן חלוֹם, הייבט באַלד אָן האַמערן א טוץ follow־up חלומות יעדן אויפדערנאַכט ביז מ'מאַכט זיך וויסנדיג — דער הימל נעמט נישט ניין פאַר קיין ענטפער.
ממש אַזוי האָט פּאַסירט אין דאָזיגן פאַל. דער מיסטעריעזער הונט מיטן שייטל האָט פּרעזענטירט פאַקטן מיט גאָלע עלאָקווענץ, נאָר זיי זענען געפאַלן אויף טויבע אויערן. ס'האָט ליידער גענומען א שפּאָר ביסל חלומות ביז מ'האָט גענומען די וואָרענונגען ערנסט. שוין, כ'לייג צו דאָס בילד וואָס יענער האָט מיך געשיקט. כ'זע אַז די מעשׂה איז דאַטירט צוריק צו חודש כסלו. ומכאן הקריאה יוצאת: אויב שטויסט איר זיך אָן א חלוֹם ערגעצוואו וואָס מ'דאַרף מפרסם זיין, בעיקר אַזוי חלומות מיטן טאָמלער שמעק, נא אל תאחרו ואל תתמהמהו. ס'וואָלט כדאי געווען אַריינצוקלעבן דעם חלוֹם אין דאָזיגן אשכול תּיכּף ומיד, לזיכוי את הרבים. אפשר דאַרף מען א באַזונדערן אשכול פאַר חלומות. (מופתים און סגולות ווערן יאָ ברייטער געדעקט). אפשר א פּרסום באַנק, גמ"ח חלומות, בר בלא תבן, וכדו'. אַז אידן קומען מיט א סיפּור וואָס פאַרלאַנגט פּרסום, דאַן זייט אַזוי גוט און זייט מפרסם. געדענקט: טיים איז אָף עסנס.
ספּוילער: דער הונט אין חלוֹם דעליווערט א פרישן אָפּדעיט איבער משיח'ס ETA. (ווי כ'פאַרשטיי שטייט ער נאָך אַלץ געשטראַנדט ביי דער יעניגער האַרטנעקיגער שוועל. כ'הער אַז מ'האָט אים צוגערעדט צו ניצן Waze, נאָר ער האָט שוואַכע סערוויס און ספּראַוועט זיך מיטן א כסדר'דיגן rerouting. כּל זמן אָבער וואָס מ'איז נישט מפרסם דעם חלום שטייט ער אין א רויטן סטאַנדסטיל. באַלד חלילה לויפט ער אויס אויך פון באַטעריע, און דער גאַנצער Waze איז גאָרנישט ווערט. דער אייזל פאַרמאָגט נישט קיין C טשאַרזשינג פּאָרט. אפשר ווען די מצוות פון קליינע קינדער ענדיגן לייגן ציגל אויפן בית־המקדש, דאַן קענען זיי אים קויפן א ווייערלעס טשאַרזשער; איינמאָל ער קומט אָן, דאַן וועלן אַלע קענען אַראָפּכאַפּן טשאַרזשערס פון בוים). ביטע לייענט באַצייטנס.

איך פארשטיי אז חלומות זאלן האבן צו טוהן מיט כלבים, וויבאלד די גמרא זאגט דאך בברכות ג. אז במשמרה שניה בלילה איז כלבים צועקים ע"ש, און דעמאלטס שלאפט דאך יעדער; די אשה וועקט זיך ערשט אויף לספר עם בעלה במשמרה שלישית. אבער זנות (שייטלען) איז דאך נישטא ביי א בהמה. די גמרא זאגט דאך ביבמות נט: אז פון דעם אז עס שטייט דייקא נישט (דברים כג יט) "אתנן כלב" אזוי ווי ביי "אתנן זונה", און דייקא "גם שניהם", איז געדרינגען אז אין זנות (בקרבן) לבהמה ע"ש. נו, זעה'מיר אז מ'האט שולל געווען "כלב" מענין זנות. (ואולי עפ"י הגמרא בר"ה ד. אז "שגל" קען מיינען סיי א הונט און סיי א ווייב...)
דאס געבט אפשר א נייעם באדייט צום גמרא בברכות להלן בדף נו:

והיינו, אז מ'האט זיך נישט דאס צו גיין זאגן פאר בני ישראל, ווען מ'פירט זיך כהלכה. קודם פונעם פסוק דארט אין ישעיה וואס איז ממשיך לא ידעו שבעה והמה רעים לא ידעו הבין - נישט זאט ווערן פון נאך פירצות. (ועיין ג"כ בביצה כה: דכלבים עזין בחיות וישראל עזין באומות.)הרואה כלב בחלום ישכים ויאמר (שמות יא ז) ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו, קודם שיקדמנו פסוק אחר (ישעיהו נו יא) והכלבים עזי נפש
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: גערעדט מיטן כּוֹלל
די פרוי איז פריקן פאריקט איבער די פאראק.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: גערעדט מיטן כּוֹלל
כיואב ועוד, אז דו באקומסט ריפיעטעד הימל'ישע חלומות און מאלטיפל ווארענונגען און דו איגנארירסט, קען זיך עס ענדיגן מיט ערד'ישע עונשים ווי דיין "מערסט באליבסטע" אייניקל קען פארברענט ווערן!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ווי האט נאר יענער געזאגט פאר'ן סקוויר'ן רבי'ן, מיין זיידע האט אויך געהאט גילוי אליהו און ער האט איהם קיינמאל נישט געזאגט אויסצוזאגן גאנץ תהילים יעדן שבת צופריה...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: גערעדט מיטן כּוֹלל
איך האב אויך געהאט א פרוי איז געקומען צו מיר אין חלום, אבער מיט שיינע לאנגע האר...
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: גערעדט מיטן כּוֹלל
ווען איך הער אזאלכע מעשיות טראכט איך אייביג, נניח אז די מעשה איז אמת גיי איך זיך לאזן פון אזא טיראניע? גיי איך דינען א גאט וואס פארברענט קינדער ווייל די באבע האט נישט אויסגעזאגט א חלום?
די חלומות זענען סך הכל א באווייז אויף די sadomesochistic מוחות זייערע…

Don’t ask unless you want to hear the answer.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: גערעדט מיטן כּוֹלל
איך טענה שוין לאנג לולא דמסתפינא.. לפענ"ד בלא בלא בלא... אז די דייטשן ימ"ש האבן אפגעגאלט די האר פון די פרויען מדה כנגד מדה ווייל די פרויען אליין האבן אויך געשוירן זייערע האר.קהל'ס נער האט געשריבן:איך האב אויך געהאט א חלום.
מיין עלטער באבע איז מיר געקימען אין חלום ווי א הינט מיט א געגאלטע קאפ, האב איך איר געפרעגט פארוואס זעהט זי אויס אזוי, האט זי געזאגט אז דאס איז א עונש פארן זיך גאלן די קאפ....
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
אבער ווען אדמור פלוני ווייסט אז צרה פלוני קומט וועגן חטא פלוני שרייסטו אז ער'ז נישט אין הימל.דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:איך טענה שוין לאנג לולא דמסתפינא.. לפענ"ד בלא בלא בלא... אז די דייטשן ימ"ש האבן אפגעגאלט די האר פון די פרויען מדה כנגד מדה ווייל די פרויען אליין האבן אויך געשוירן זייערע האר.קהל'ס נער האט געשריבן:איך האב אויך געהאט א חלום.
מיין עלטער באבע איז מיר געקימען אין חלום ווי א הינט מיט א געגאלטע קאפ, האב איך איר געפרעגט פארוואס זעהט זי אויס אזוי, האט זי געזאגט אז דאס איז א עונש פארן זיך גאלן די קאפ....
לאמיר אויפהערן דמיונ'ען אז אונז ווייסן פארוואס זאכן געשעען, קיינער ווייסט נישט און פערטיג. (חוץ המעשה אז פארן קריג זענען די געגאלטע קעפ געווען א מועט שבמועט...)
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.