מופת פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2023 9:36 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
מופת פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א
בארא פארק - א איד וועלכער האט געהאלטן בעפארן חתונה מאכן א קינד האט זיך אינעם יום החופה ערוועקט מיט שווערע יסורים, און זיין דאקטאר האט אים דיאגנאזירט מיט א ערנסטע מחלה אויף די נירן, זאגנדיג אז ער מוז זיך באלד אפערירן. בצר לו האט ער אנגערופן צו זיין רבי'ן כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועלכער האט אים געהייסן פארלאזן דעם שפיטאל און ארויסגיין צו די חתונה, טראץ די הפצרות פון די דאקטוירים אז מען מוז תיכף מאכן די אפעראציע. דעם קומענדיגן טאג ווען ער איז צוריק געקומען צום דאקטאר צוליב די נאכאנאנדע ווייטאגן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נעכטיגע טעסט'ס זענען געווען בטעות יסודם און עס איז באמת געווען נאר א קלייניגקייט אויף וועלכע ער האט בלויז געדארפט אריבערגיין א מינימאלע באהאנדלונג.
וואס איז זיין נאמען?בארא פארק - א איד
וועלכע טאג איז געווען די חתונה?וועלכער האט געהאלטן בעפארן חתונה מאכן א קינד
וועלכע מחלה?האט זיך אינעם יום החופה ערוועקט מיט שווערע יסורים, און זיין דאקטאר האט אים דיאגנאזירט מיט א ערנסטע מחלה אויף די נירן
פארוואס?זאגנדיג אז ער מוז זיך באלד אפערירן
האט דער רבי מסביר געווען פארוואס?בצר לו האט ער אנגערופן צו זיין רבי'ן כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועלכער האט אים געהייסן פארלאזן דעם שפיטאל און ארויסגיין צו די חתונה, טראץ די הפצרות פון די דאקטוירים אז מען מוז תיכף מאכן די אפעראציע.
דאס מיינט אז ער איז נעבעך געווען ביי זיין קינד'ס חתונה מיינענדיג אז ער האט א שווערע מחלה וואס אויב דער רבי וואלט אים געהייסן מאכן נאך א טעסט פאר די חתונה וואלט מען דאס שוין געוואוסט נאך פאר די חתונה.דעם קומענדיגן טאג ווען ער איז צוריק געקומען צום דאקטאר צוליב די נאכאנאנדע ווייטאגן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נעכטיגע טעסט'ס זענען געווען בטעות יסודם און עס איז באמת געווען נאר א קלייניגקייט אויף וועלכע ער האט בלויז געדארפט אריבערגיין א מינימאלע באהאנדלונג.
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
מן הסתם האט ער עס גע'פועל'ט מיט א ניגון...Man City האט געשריבן:בארא פארק - א איד וועלכער האט געהאלטן בעפארן חתונה מאכן א קינד האט זיך אינעם יום החופה ערוועקט מיט שווערע יסורים, און זיין דאקטאר האט אים דיאגנאזירט מיט א ערנסטע מחלה אויף די נירן, זאגנדיג אז ער מוז זיך באלד אפערירן. בצר לו האט ער אנגערופן צו זיין רבי'ן כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועלכער האט אים געהייסן פארלאזן דעם שפיטאל און ארויסגיין צו די חתונה, טראץ די הפצרות פון די דאקטוירים אז מען מוז תיכף מאכן די אפעראציע. דעם קומענדיגן טאג ווען ער איז צוריק געקומען צום דאקטאר צוליב די נאכאנאנדע ווייטאגן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נעכטיגע טעסט'ס זענען געווען בטעות יסודם און עס איז באמת געווען נאר א קלייניגקייט אויף וועלכע ער האט בלויז געדארפט אריבערגיין א מינימאלע באהאנדלונג.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
אויב די 45 רבי האט דאס טאקע געטון ממש ווי די לייגסט עס אראפ איז ער אפשר נידון ווי א רוצח בפה. א מפתה אויף רציחה.
דאס אז ס'איז אים געלונגען די מופת (אויב אלעס איז אמת ווי די לייגסט עס אראפ) גייט אריין אין חישוב לעשות עבירה רציחה וואס איז א ערענסטע חטא.
דאס אז ס'איז אים געלונגען די מופת (אויב אלעס איז אמת ווי די לייגסט עס אראפ) גייט אריין אין חישוב לעשות עבירה רציחה וואס איז א ערענסטע חטא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאסל ראקאווער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
איך וואנדער מיר צו @Man City האט געשריבן די מעשה צו מרבה זיין כבוד לבית באבוב-45, אדער ער האט געוואוסט וויאזוי מען גייט עס מקבל זיין אין אונזער הייליגע שטיבל, און ער האט פשוט געוואלט מרבה זיין לצנות לבית באבוב-45.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
Re: מופת פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א
איך וויל פרעגן רשות פארצולייגן מיינע צוויי צענט.
איינער איז ארויף געקומען דא מיט א מעשה איבער א איד וואס האט זיך שיעור נישט אפערירט אומזונסט און נאר ווייל זיין רבי האט איהם אויפגעהאלטן פון גיין אונטערן מעסער, האט ער זיך דאס פארשפָּארט.
דאס איז דער מעשה? שטומט?
יעצט. אזוי ווי דא איז דאך קאווע שטיבל און נישט קיין 'אנדערע וועלט' קען מען דער מעשה אפירלייגן אונטערן אפעראציע בעטל אנשטאט דעם אינגערמאן און אנהייבן צו אנאליזירן וואס דא האט זיך אפגעשפילט.
ברם. אבער, צו וואס דארף מען אוועק מאכן, שפעטן, און אפלאכן דער מעשה? דאס איז דאך אויך נישט קיין חכמה און העדר חכמה הא'מער שוין איבערגעלאזט פאר אנדערע וד"ל.
און צום מעשה.
דער רבי האט איהם געזאגט אז ער זאל גיין צום חתונה. מיט וועלכע רעכטן האט דער רבי דאס איהם געראטן? טאמער האט דער רבי רוח הקודש פארוואס האט דער רבי נישט קלאהר איהם געזאגט די סיבה פאר זיין באשלוס, נעמליך, אז ער האט בסך הכל א קליין געזונט פראבלעם? ואם תמצא לומר אז דער רבי האט אליין נישט געוויסט, דאן פון וואו נעמט ער דער היתר איהם צו געבן עצות וואס זענען אין קעגנזאץ מיט די דאקטוירים?
און בכלל וואס איז דאס א מופת? עס איז באשערט פאר איינער די עגמת־נפש זיך צו דארפן ספראווען מיטן פחד אז ער ליידט פון עפעס ביטער און ווערן אפערירט פאר גארנישט און פלוצלונג קומט זיך אן א רבי און פארדרייט דער גאנצע פלאן. און טאמער ווילסטו זאגן אז עס איז נישט געווען באשערט פאר דעם מענטש צו דארפן דורכגיין אלע פחדים איז פארוואס האבן די דאקטוירים צוערשט געמיינט אז עס איז אן ערנסטע פראבלעם?
וואס וואלט געשען ווען נישט דער רבי הייסט איהם זיך אויסלאכן? וואלט ער דאך אדורך דעם גאנצן פרשה און נישט אפילו געוויסט אז ער האט זיך אפערירט לָרִיק, ער וואלט אפילו אפשר געמאכט א סעודת הודאה אז ער איז אויסגעהיילט געווארן און ניטאמאל געוויסט אז אלעס איז געווען צוליב א גרייז.
און איין ווארט, איך וויל נאר אויפמערקזאם מאכן אז מען קען אנאליזירן די מעשיות אויף א ראציאנאלישן אופן און אזוי ארום אפשר קליגער ווערן דורך דעם, אנשטאט זאגן wow און נתפעל ווערן, לויט ווי די וואס זענען מפרסם דער מעשה ווילן אז עס זאל אויף אונז ווירקן.

- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
איך גלייב אז די מעשה אין איר אריגיאנעלע צורה וואלט געווען זייער פארשטענדליך, מ'האט נאר אראפגענומען/צוגעלייגט/געטוישט פרטים עס צו מאכן אויסקוקן ווי א מיסטעריעזע מופת
איך גלייב נישט אז אדמו"ר מבאבוב 45 האט out of the blue געזאגט פאר איינעם זיך נישט צו אפערירן, קיין איין נארמאלע מענשט טוט נישט היינט אזאנס. מסתם זענען געווען צדדים און די רבי האט אים אזוי מייעץ געווען אדער עפעס כעין זה

- ידיד השטיבל
- הודעות: 181
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 88 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליימדארפער: ווער זאגט דיר אז ער (די רבי שליט"א) ארבעט נישט אויף דעם.ליימדארפער האט געשריבן:יעצט זאל ער מאכן א מופת, און אלע בחורים זאלן חתנים ווערן.
ווען מיין זון האט געלערנט ביי איהם אין ישיבה האט ער זיך אייביג נאכגעפרעגט אויף זיין מצב. ממש ביי א יעדע געלגעגנהייט. האט זיך די רבי נאכגעפרעגט אויב ער איז שוין געווארן א חתן. ער האט אויך אנגעטראגן צו העלפן מיט שידוכים...!
ביטע הערטס אויף מיט די ליצנות און די קרומע פשט'לעך.
מ'דארף דאנקען דעם באשעפער אז ס'זענען נאך פארהאן ערליכע אידן וולכע האבן אמת'דיג אהבת ישראל. שמח בשמחת חבירו ומצטער בצערו (ח"ו).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
פארקערט, איך זאג ער זאל נאר ממשיך זיין צו ווייזן וואונדער, ווייל די באן פון שידוכים איז זייער זייער שטייט.
[הגם איך וואונדער מיך דערויף, און איך פרעג אזוי.
מ'שטופט שידוכים - און מ'וויינט ס'גייט נישט; איינמאל ס'ווערן חתנים, וויינט מען ס'נישטא קיין געלט, קיין זאלן. ס'ווערן יונגעלייט, וויינט מען ס'נישטא קיין דירות פאר ביליג, ס'נישטא קיין קינדער, און בוני עולם, און צרכי העיר, און דאס און יענץ... אין די צייט וואס א אלטע בחור ווארט פינעף יאר, האט ער געשפארט אסטראנאמישע סכומים און דאגות פון אזויפיל אזויגערופענע עסקנים... חחחחחחחחח]
[הגם איך וואונדער מיך דערויף, און איך פרעג אזוי.
מ'שטופט שידוכים - און מ'וויינט ס'גייט נישט; איינמאל ס'ווערן חתנים, וויינט מען ס'נישטא קיין געלט, קיין זאלן. ס'ווערן יונגעלייט, וויינט מען ס'נישטא קיין דירות פאר ביליג, ס'נישטא קיין קינדער, און בוני עולם, און צרכי העיר, און דאס און יענץ... אין די צייט וואס א אלטע בחור ווארט פינעף יאר, האט ער געשפארט אסטראנאמישע סכומים און דאגות פון אזויפיל אזויגערופענע עסקנים... חחחחחחחחח]
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 72
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 368 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליימדארפער: און איך קען איינעם וואס מאכט נישט קיין הבדלה אויך. ער טוט נישט נאך א סאך אנדערע זאכן. און וואס ער טוט יא. פון דעם לאמיר בעסער נישט רעדן...!ליימדארפער האט געשריבן:און איך קען איינער וואס מאכט נישט קידוש פרייטיג צו נאכטס ווילאנג ער האט נישט מסיים געווען דעם רבינס לעצט-וואכיגע תורה; און ער מאכט טאקע נישט קיין קידוש...berlbalaguleh האט געשריבן:איינער וואס לעבט מיט זיינע עלטערן ביז ער גייט אין מושב זקנים שפארט זיך נאך א סאך מער. איך האב געקענט אזא איינעם...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דיכטער: און אויב דו רעדסט פון אנאליזירן (דעם רבינ'ס "מופת") ראציאנאל. קענמען זאגן זייער פשוט. די רבי האט איהם געהייסן גיין נעמען א "סעקאנד אפיניאן". א זאך וואס א יעדער מענטש פארשטייט און איז מסכים מיט דעם. און אזוי ווי אין א סאך פעלער, ווייזט די סעקאנד אפיניאן אדער טעסט אז די ערשטע דיאגנאז איז געווען בטעות יסודו. דאס איז מעשים בכל יום. און קיינער פרעגט נישט קיין קשיות. אדער מ'בויעט אויף גאנצע בניינים. צי ערנסט אדער סארקאסטיש...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 69
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:59 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
די מעשה באשריבן אינעם פאפולערן גליון 'אן אוצר', אינעם נומער וואס איז נארוואס ארויס לקראת פסח תשפ"ג, באזאלצן מיט מער 'פרטים'...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!