ערבי פסחים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

ערבי פסחים

שליחה דורך הבל וריק »

יעדער איז אויף, שפעט אויפדערנאכט.

חאַנצי פּיצט בענקלעך.
מיט די צוריסענע פאַלם טייץ, אויסגעשטרעקט אונטערן דיינינג רום טיש, זיצט זי מיט א טעלעפאן און א הילצענעם ציינפּיצער, און גריבּלט נאך נוקשה'דיגע שמוצלעך, אריינגעקריצט צווישן די אלטמאדיש געשניצטע מעבּל, מיט וואס די ראזענבערג'ס - פונקט ווי אלע אנדערע פארפאלק אין יענעם עפאכע, זענען באשאנקען געווארן.
און זי שמועסט מיט א חבר'טע - הענטשי. הענטשי רייניגט אויך עפעס, וואס רייניגט הענטשי?
הענטשי רייניגט זמירות'לעך - א פאלש לעדערנעם סעט, א מלוה מלכה אנדענק פון א 360'ער נדבה.
מיט א צוריסענעם אונטער-העמד גע'שמד'טע שמאטע, רייבּט זיך דורך דעקל, און פּריצלט (יא, פּריצלט) אפּ די הונדערט פּאפּיר ווי א הויפן קאָרטן, האפענדיג ארויסצושמייסן די משהו'ס מיט מילדע השתדלות.

מאַמי איז דאך זיכער אויף, און אויך מיט חמי, די יונגערע שוועסטער, אויף א צווייטע ליניע, צונעמענדיג דעם קליידער סעזאן סוקסעס.
"יא בּרוך השם איך בּין מער ווייניגער דאָן" זאגט חמי.
"איי סטאַרטעט שאפּינג ערלי דיס יוּר"

ווי ערלי? שווער צו וויסן וואס מיינט ערלי. מאנכע שפּעקולירן אז זאת חנוכה, איז שוין חמי אויפן געוועבּ געקראכן, נישטערענדיג מעטשינג בּאָבּל'ס פאר הוּדעס - די ניי געבארן גליקל נאך דריי יונגלעך און (לויט טייל פוסקים, ליידער) בלויז איין גרויסע מיידל.

פארשידענע מומחים אינעם סאציאלען געביט, באצייכענען אזוי פרי ווי דער ערשטער אין נאוועמבער, אלס דער טאג וואס ס'ערשטע קנין פארן קומענדיגע פרילינג, איז ווארשיינליך געשלאסן געווארן, ערגעצוואו אינעם טריי סטעיט.

אבער די שוועסטער קרעכצט יא.
"וואס קען מען טוהן, מ'קומטעך נישט אהן".
"איך האב נישט קיין איין זאך מיין מרדכי'לען אנצוטוהן פארן צווייטן טאג חול המועד".
"איך בין געווען איבעראל, עוו-רי-ווער ס'גארנישט דא מער"
שילדערט פרוי ראזענבערג, די צושטאנד אין די היימישע געשעפטן.
"ליסטען, כ'מאך דאך חתונה יעצט אין די זוממער סאוֹ איטס נאַט איזי."
די זינטאג'ס ביזן יום החופה זענען שוין אלע פארכאפט פאר שטאפיר געברויכן.

"נעכטן בין איך געווען אין וויהעלם'ס הערסטו..."
"איך האב יא געטראכט רויעל דאָלטאָן פאר מילכיג" לייגט די מוטער פאָר אן אבּעיא וואס פּלאגט איר און הענטשי'ן.

שעה נאך שעה לויפט פארביי, ס'קאכט זיך קעסל נאך קעסל און שאָלאַכטס זאמעלט זיך אָן אינעם גאנצן געגנווארט. בּאָרשט צו עפּל, אייער צו פאַלשע קרעפּל, יעדע אידישע מאמע קאכט איר בעסטע פאַך.
און איין אידישע מאמע פרעגט די צווייטע, וואס האָסטו פאר מיר, כ'וויל פרובירן עפעס ניי, דערפרייען מיין שטוב אויף יום טוב, ווען אלעמענס אפעטיט און זעטיגקייט איז אויף מיינע פלייצעס געוואנדען.
און חמי, שיפי, און ריפקע לאה שיקן רעצעפּטן. דער א פאַלשע ניס-קיכעלע, און דער א מנהג פארקריפּלטן שאָקאלאָד קעיק - אהנע אייער. גיי פארשטיי פארוואס, גיי זיי מתווכח.
די שטייפע אידישע מאמע זאגט אזוי האט מען ביי אונז זיך געפירט. יא שאקאלאד און נישט אייער!
"יא אבער.." פרובירט די ברייטערע פריינדינע מיט די אפענע שפיצל און באהאלטענע השקפות, פירן אן ארגומענט.
"מ'דארף נישט פרעגן קיין קשיות" וואַרפט איר אבער מלכּי גראָד אפ, טראץ וואס איר קליינע הינדי איז נארוואס מיט צעטל און געזאנג, פון בּאָס אראפגעשטיגן, אלץ ארום די פיר קאשעס.

מלכּי איז ווירקליך א טרייע אידענע. יא זי וואַטשט אפט נעטפליקס אין בעט, מיט א מאָשני האנטוך אויפן נאַסן, הוילן קאָפּ, נאך א שויער, אבער קיין מסורה וועט זי נישט בּרעכן.
זי וועט שערן, בינדען, לייכטער צינדן, הבדלה שמירן, אויסשטאפירן, ניין מאל שלינגען, נישט מישן, נישט בראָקן, און נישט בייגן.

איז זי שטאלץ מיט דעם נעטפליקס? ניין. יום כיפּור אין ווייבער שוהל, האט זי חרטה דערויף, און וויל פארבעסערן. זי וויל נישט פון בעקאַ און טימעטי ביים שבת'דיגן קה אכסוף טראכטן, צו פון העררי און מעגען, ביים קינדער שלאָפן לייגן.
יא, זי פאַלט און הייבט זיך, און וויל בעסער. אבער מסורה איז אהנע פשרות. מסורה איז די אידישע פרוי.

אויך די מענער זענען אויף שפּעט. אין טונקעלע רעסטוראן, זיצן זיי פיר חברים, מיט די גראבּע מאשינען אויף די הויזן, כלערליי וועיפּ געצייג אין האנט, און האַקן געפּרעגלטע חאזעריי, כחצות הלילה, א נאכט ביפאר, זכר למכת בכורות.

אבער די פרומערע, וואס פארזוכן נישט קיין וועטשערע אויסערן שטוב, און זיכער נישט אין דיזע שטונדן, זיי הונגערן געוויס. איבער די קאלטע געסער דרייען זיך, מיט כלים צו גליען, געצייג צו טובל'ען, און שוואך געמאסטענע יום טוב בגדים פון די ביליגע געשעפטן מיט געשוואלענע פרייזן.

און די בחורים אויך. נאך שעות אפּזיצן אויף די ערשטע בלעטער פון צוויי צוריסענע גמרות, און טעג ביי די ביכער אפטיילונג אָפּשטיין - אין די זשודעיקא, צו א.ג ספרים געשעפטן, זענען זיי מער ווי גרייט צוצולייגן א האנט. גרייט צו שיילן קליפּות וואס אימער, אויסקוועטשן שמאטע פארן אלטן געהלן ש"ס, און אפילו א קעסטל מאראנץ צו קארטאפל שלעפּן. אבּי ארבעט, אבי שייכות מיטן חג.

געוויס זענען אויך פארהאן סמעטענערע, וואס דעבּאטירן איצטערט א שטיקל ר' נחום איבער א הייסע טיי, אין א טונקעלע, בּוטיק, געגנט שוהל.
און געוויס וועלן זיי צוכאַפּט ווערן. יעדער וויל א תלמוד חכם, א בר אוריין, א מתמיד, וואס וועט נחת ברעגן, איין טאג א דיין ווערן, אדער ראש ישיבה זיין.

און פאר די סמעטענע וועט מען אלעס ארום פארקוקן. דעם טאטן'ס דורכפעלער, מאמע'ס ייחוס, פעטער'ס שיגעונות, עלטער פעטער'ס תאוות, אלעס ביז נערוון, וועט מען פאר א סמעטענעם פארקוקן.
----

די קליינע זענען אויך אויף, ווילן אפּרוה נאך א שווערע טאג, פון בּאָדן שפילצייג, שפּילן אויפן גאס, און עסן מיט די שכנים אין קאָרידאר.

אבער קוים קענען זיי די אויגן אפען האלטן, ביסלעך פאַלן די הײַטלעך, איינע נאך די צווייטע, און זיי בּלייבּן מיט אט דעם בּילד איינגעקריצט - די אידישע מאמע, מיט די שׁמאַטע אויף אַקסל, שירצל אויף לענדען, קאָרדלעס אין טורבּאן, בּיי טאָפּ און בּעקעלע, פון מטעמים אלע סארט, סענטימענטאַלע רעצעפטן, מדור לדור, און א גערוך א היימיש הארץ צו דערקוויקן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום הבל וריק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@הבל וריק איך בעט די מנהלים אז מען זאל עפענען ספעציעל אן אשכול פאר דיינע יסודות׳דיגע שמועסן און אבזערווירונגען. כ׳גלייב שווער אז עס איז דא נאך עמיצער וואס קען עס אזוי קלאר ארויסשרייבן אויף פאפיר. דיין טאלאנט איז אומבאשרייבליך (אפשר דו קענסט עס יא באשרייבן) ביטע טו דאס אפטער.
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

שליחה דורך דיכטער »

מייסטערהאפטיג באשריבן!
איך בעט דיך @הבל וריק, לאז אונז נישט דארפן ווארטן צו לאנג פאר דיינע קונסטליכע ווערק!
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: ערבי פסחים

שליחה דורך שערי יושר »

אויף נישט צי קוקן קיין נעטפליקס האט זי דאך נישט קיין מסורה...

הערליכע ווערק ר' הבל

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

ביליגע געשעפטן מיט געשוואלענע פרייזן
:like
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

נעקסט לעוול! איך בין א הבל וריק פען...
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

הבל וריק האט געשריבן:דער א מנהג פארקריפּלטן שאָקאלאָד קעיק - אהנע אייער. גיי פארשטיי פארוואס, גיי זיי מתווכח.
די שטייפע אידישע מאמע זאגט אזוי האט מען ביי אונז זיך געפירט. יא שאקאלאד און נישט אייער!
"יא אבער.." פרובירט די ברייטערע פריינדינע מיט די אפענע שפיצל און באהאלטענע השקפות, פירן אן ארגומענט.
"מ'דארף נישט פרעגן קיין קשיות" וואַרפט איר אבער מלכּי גראָד אפ, טראץ וואס איר קליינע הינדי איז נארוואס מיט צעטל און געזאנג, פון בּאָס אראפגעשטיגן, אלץ ארום די פיר קאשעס.

מלכּי איז ווירקליך א טרייע אידענע. יא זי וואַטשט אפט נעטפליקס אין בעט, מיט א מאָשני האנטוך אויפן נאַסן, הוילן קאָפּ, נאך א שויער, אבער קיין מסורה וועט זי נישט בּרעכן.
זי וועט שערן, בינדען, לייכטער צינדן, הבדלה שמירן, אויסשטאפירן, ניין מאל שלינגען, נישט מישן, נישט בראָקן, און נישט בייגן.

איז זי שטאלץ מיט דעם נעטפליקס? ניין. יום כיפּור אין ווייבער שוהל, האט זי חרטה דערויף, און וויל פארבעסערן. זי וויל נישט פון בעקאַ און טימעטי ביים שבת'דיגן קה אכסוף טראכטן, צו פון העררי און מעגען, ביים קינדער שלאָפן לייגן.
יא, זי פאַלט און הייבט זיך, און וויל בעסער. אבער מסורה איז אהנע פשרות. מסורה איז די אידישע פרוי.
דא שרייבט הרב דר. מיכאל אברהם ההבדל בין "שאלה" ל"קושיא":
פעמים רבות אנשים לא מבחינים בין שאלה לבין קושיה. שאלה מצביעה על חוסר הבנה. כך לדוגמה יכול אדם לתהות מדוע צריך להניח תפילין או לא לאכול חזיר. איני מבין את המצוות הללו, אבל זה אומר מעט מאד על הקב"ה ואומר הרבה יותר עליי. אני מניח שישנה תשובה טובה, הגם שאני עקב מגבלותיי האנושיות לא יודע אותה. זה גם לא אמור לגרום לי לזנוח את המחויבות שלי להניח תפילין, לפחות אם יש לי אמון בקב"ה ומחויבות לציווייו.

זה באשר לשאלות. לעומת זאת, אם יש לי קושיה, ובוודאי סתירה, המצב לגמרי שונה. לדוגמה, נניח שלדעתי ישנה סתירה בין ידיעתו את העתיד להתרחש לבין חופש הרצון שלנו, הרי שזוהי קושיא ולא שאלה. כאן אין לי אופציה להישאר מחויב לשני הצדדים הסותרים בלי לדעת את היישוב לסתירה. הסיבה לכך היא מאד פשוטה: אם אני מאמין שהוא יודע הכל מראש, אזי הדבר סותר את ההנחה על חופש הרצון. אם כך, יוצא שאני גם מאמין בחופש הרצון וגם לא מאמין בכך בו זמנית. אבל זה ריק מתוכן. הוצאתי מילים מפי (או ממקלדתי) אבל אין להן שום משמעות. לכן אין אפשרות להאמין בסתירות לוגיות, אלא אם מישהו יבהיר לי שלא מדובר בסתירה לוגית.
ולכן זענען די פיר "קושיות" לכאורה באמת מער בגדר פיר "שאלות" ("וכאן הבן שואל" - נישט "מקשה"). וממילא קען מען זאגן דא אַן ענליכע געדאנק. והיינו, אז אזא סארט מענטש האט נישט קיין פראבלעם מיט "שאלות", אזוי ווי די אויף פסח. משא"כ מיט "קושיות"/סתירות, וועלכע גייען איר צווינגען אָנצונעמען אדער אפווארפן איין צד, דאס וויל זי נישט. זי איז גרייט צו לעבן מיט די סתירה ווילאנג עס שווימט נישט ארויף צום אויבערפלאך, משא"כ ווען עס שווימט יא ארויף, וואס דאן מוז איינס ווערן אָנגענומען און די אנדערע אפגעווארפן.

ועיין כאן וואו איך האב צוגעברענגט א שטודיע וואס צייגט אז כינעזער בסתם, און אויך אנדערע מענטשן ווי עלטער מ'ווערט אלס מער קען מען דערהייבן סתירות אין קאפ ביינאזאם. און איך האב דאס פרובירט צוצושטעלן בנוגע דאס צוגאנג צו רעליגיע ואמונה. ואולי איז דאס ג"כ אז ווען עס איז נישט אויפ'ן אויבערפלאך קען מען אויך טאקע לעבן דערמיט, אפילו מ'איז באוואסטזיניג (באיזה אופן, ווי די "מלכּי") צו דעם אז "עס איז למעשה דא".
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט