הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן: וואס וויל מוישי אחוץ געלט און פאוער?
געלט פאוער און עהרע

אין ארץ ישראל איז באקאנט די שלושת הכ"פים של מיקי זוהר
כח
כסף
כבוד
ליימדארפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

שליחה דורך ליימדארפער »

איך ווייס נישט קלאר איין זאך. וויאזוי האט מוישי געהארגעט די טאטע?
וואס עפעס איז ער א רוצח?
עפעס פעלט דא...

אבער איך האב שוין דעם געשיכטע געדעקט - מיט אסאך מער דעטאלן, זעקס יאר צוריק, ביי די אמנון לוי סעריע 'פנים אמיתיות'.
אינטערעסאנט דער עולם מיינט אז ס'איז פרישע נייעס.

https://www.youtube.com/watch?v=wV-ZEkTe6-U
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די ראש ישיבה איז מגיב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן
 
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך האב געהערט אז ער האט יעצט באשמוצט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. עס איז נישט כדאי זיך וויסנדיג צו מאכן פון דעם, ער איז נעבעך נישט געזונט בנפש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לב.): "שַׁבְקֵיהּ לְרַוְיָא דְּמִנַּפְשֵׁיהּ נָפִיל", דארפסט נישט אראפווארפן א שיכור, לאז אים אליינס אראפפאלן; דעריבער בעט איך דיר, מאך זיך נישט וויסנדיג פון די גאנצע זאך.
א צדיק בלייבט צדיק. וויפיל מען פרובירט צו רעדן שלעכטס - ביים סוף בלייבט דער אמת, און פונעם שקר בלייבט גארנישט. אז דו וועסט דורכליינען דעם ארטיקל וועסטו זען אינעם גאנצן ארטיקל שטייט נישט קיין איין ווארט שלעכט אויף מוהרא"ש, ער באשמוצט זיך אליינס.
אז דו ווילסט זיך אננעמען פאר מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, פאר זיין כבוד - קענסטו גיין הפצה, פארשפרייטן די הייליגע ספרים, נאר דאס איז זיך אנעמען, זיך קריגן איז נישט אננעמען, און ענטפערן א נאר טאר מען זיכער נישט. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי כו, ד): "אַל תַּעַן כְּסִיל כְּאִוַּלְתּוֹ", זאלסט נישט ענטפערן א נאר מיט זיך קריגן, "פֶּן תִּשְׁוֶה לּוֹ גַם אָתָּה", טאמער וועסטו אויך ווערן אזוי ווי אים.
גיי הפצה מיט די הייליגע ספרים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
 
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
ליימדארפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

שליחה דורך ליימדארפער »

האט איינער געטוישט זיין מיינונג, נאכ'ן וואטשען פרק ב' ?
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

יא, שרעקליך, עס קומט מיר צו וויינען.
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

שליחה דורך נחום הסופר »

רוב זאכן איז שוין געווארן געלופטערט ביי פריערדיגע טיווי דאקומענטריס איבער מהרא"שיק און יבניאל (חתן מאכן יונג, גרויסמאכן דעם צדיק, וגו'), פאר מיר איז נישט געווען קיין עכטע נייע חידושים, אויסער אז מוישעלע באשמוצט זיין טאטן און זאגט אז ער איז געווען קראנק בנפש, אבער דאס קען אויך שטאמען פון ריין נקמה אדער שגעון, יו נעים איט
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אדער ריין חרטה?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך פארשטיי נישט וויאזוי א אינגערמאן שעמט זיך נישט צו גיין אויף נעשינעל טעלעוויזשן און זאגן הויעך, "איך בין דא ווייל איך דארף געלט", און פארדעהם בין איך גרייט אויפצוהענגען מיין טאטעס אלע שמוץ וועש, בפני כל קהל הקודש, אלעס פאר אפאר נארישע דאלער, און אביסל אטענשען.
ליימדארפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

שליחה דורך ליימדארפער »

עמקות המחשבה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וויאזוי א אינגערמאן שעמט זיך נישט צו גיין אויף נעשינעל טעלעוויזשן און זאגן הויעך, "איך בין דא ווייל איך דארף געלט", און פארדעהם בין איך גרייט אויפצוהענגען מיין טאטעס אלע שמוץ וועש, בפני כל קהל הקודש, אלעס פאר אפאר נארישע דאלער, און אביסל אטענשען.
די ענטפער איז...
אשרי יולדתו....
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

אינעם לעצטן פרק באשולדיגט מוישי אז ערלויער רבס זון וואס איז ממש יעצט אוועק האט אים מאלעסטעט
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

און דו פיהלסט פאר וויכטיג עס ארויפצושטעלן דא ברבים פאר האסט געמאכט עני ריסערטש? און אז ער איז שוין א שוכן עפר איז עס דאך ממש א מחיה , ער קען דיר דאך מער נישט אפפרעגען.
ליימדארפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

שליחה דורך ליימדארפער »

יעצט נאכן ענדיגן די דריטע חלק, זאג איך קודם כל איין סטעיטמענט;
אז מהרא''ש איז געווען לא בסדר, דאס האבן אלע געוואוסט, אבער צו מוישי איז טאקע אזוי משלנו שווה בשווה, דאס דארף מען זיך איבערצייגן.
ווייל, נאכאלץ ווי ער האלטן דעם שטריק פון די פירערשאפט, און לאזט נישט נאך די עבר, צו לעבן א איינפאכע לעבן.

אבער כ'פארשטיי גוט די רציחה וואס מ'רעדט יעצט. ווי מ'זאגט; ער האט פיין מסדר געווען... עודו בחיים, ובמותו לא פסק...
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אוי געוואלד ווי הייב איך אהן.

סאוי מצד אחד ווען מען באטראכט מושי'ן באמערקט מען עפעס דיסטוירבינג. די וועג ווי אזוי ער רעדט און סאם פון זיינע רעאקציעס דערמאנען א טיפיקעל פסיכאפאט. און ס'קען זיין אז דאס טוט פשוט טייפּיפייען די כאראקטערס פון אונזערע, חרדישע פירער, וואס ער וואלט דאך פשוט געווען אזאנס ווען נישט דער פאָללאַוט.

וואס אן אמת אבער, מצד שני, מיין איך אז ער איז וואס אמאל גערעכט בטענתו און אויך א גיבור אדיר אזוי ארויסצוקומען מיט'ן אמת אפילו אויב ס'פארשעמט אים מיט זיין טאטן אזוי, און זיך נאך שלאגן דערמיט און נישט זיך אפוואשן די הענט און זיך גיין לעבן א שטילע חיים טובים. (און אפשר דאס צו דורכטראגן דארף מען האבן א שטיקל פסיכאפאטישע קאפ..)

צו מיין ערשטע מבט, למשל ווען ער רעדט פון זיך וואספארא גוטע פאנדרעיזער ער איז און דער קאלטקייט מיט וואס ער באציהט זיך צו דעם מושג פון אויסנוצן תמימות'דיגע מענטשנ'ס גלויבונגען כדי צומאכן געלט אויף זיי, אדער די פלעצער אין די ראיון ווי מען זעהט אז זיין עיקר רוגזא איז בשייכות צו די געלט עניניים, אז "אלעס קומט זיך עמ'ען ווייל ער האט דאס אויפגעבויעט צוזאמען מיט זיין טאטע די אלע יארן. דארט הערט ער זיך ווי א קאלטער, מגושם'דיגער, אומגלויביגער ביזנעסמאן וואס רייט אויף זיינע חסידים און באטראכט זיי ווי פלעינע בהמות און געלט-קיען. נו, קען מען פון דעם נעמען א מה-מצינו אויף אלע רעבעס. אז אלע זענען ווי זיין טאטע און זייערע קינדער ווי אים. אויכעט זאל קיינער נישט האבן קיין האפענונגען אויף די עתיד, ווייל די קינדער פארדארבן נאר, ווערן נאר ערגער.

איך וועל שפעטער רעדן וועגן מיין מבט שני און וועגן זיין טאטע אליינס.

דרך אגב, איך ווייס נישט צו איינער האט באמערקט אבער מיקי, אין חלק 3, טוהט עפעס מרמז זיין אז מוהראש אליינס האט איר גערעיפּט. ווען זי זאגט: א קליינע מיידל אויסגעשפרייט [אויף די קאונטער] אין די מטבח, און א גבר וואס מיינט ער איז גאט אליינס. שרעקעדיג! בררר. :געוואלד: :אומגלויבליך: ס'איז נישט קלאר אז זי מיינט זיכער דאס אבער ס'איז יתכן אז זי האט ספעציעל עס געלאזט נאר פאלן בדרך רמיזה ווייל זי ציטערט פון די קאנסעקווענצן אויב פארציילט זי קלאר. אז די ברסלבע מלאכי חבלה וועל איר טייטן ווי דעם טולידנו.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
ליימדארפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

שליחה דורך ליימדארפער »

עס שטונקט פון קאפ...
ספעציעל אז מוהרא''ש האט נישט געהאט קיין ווייב דעם משך זמן, האט ער דאך געהאט גענוג ממלא מקומות'צעס... לאגורי בעיני דשיטנא.

מיט א ביטערע געלעכטער קלער איך מיר.
ווען וועט די זון פון יואלי ראטה מאכן אזא טיווי דאקאמענטארי....
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן

שליחה דורך טאמבל סאס »

ליימדארפער האט געשריבן:איך ווייס נישט קלאר איין זאך. וויאזוי האט מוישי געהארגעט די טאטע?
וואס עפעס איז ער א רוצח?
עפעס פעלט דא...

אבער איך האב שוין דעם געשיכטע געדעקט - מיט אסאך מער דעטאלן, זעקס יאר צוריק, ביי די אמנון לוי סעריע 'פנים אמיתיות'.
אינטערעסאנט דער עולם מיינט אז ס'איז פרישע נייעס.

https://www.youtube.com/watch?v=wV-ZEkTe6-U
כהאב מיך געהאלטן ביי די זייטן ווי דער תמימותדיגע אידל איז מסביר אז מוהראש האט מחליט געווען זיך צו באזעצן אין יבנאל ווייל ער האט געזעהן אין תהילים תיקון חצות, אין די ווערטער 'בא יבוא ברנה נשא אלמתיו', די אותיות 'יבנאל'. פארוואס ער האט נישט געזעהן די אותיות 'תל אביב' ווייס איך נישט..


Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאמבל סאס האט געשריבן:אוי געוואלד ווי הייב איך אהן.

סאוי מצד אחד ווען מען באטראכט מושי'ן באמערקט מען עפעס דיסטוירבינג. די וועג ווי אזוי ער רעדט און סאם פון זיינע רעאקציעס דערמאנען א טיפיקעל פסיכאפאט. און ס'קען זיין אז דאס טוט פשוט טייפּיפייען די כאראקטערס פון אונזערע, חרדישע פירער, וואס ער וואלט דאך פשוט געווען אזאנס ווען נישט דער פאָללאַוט.
מושי שיק איז א כיטרע יונג, יעדער וואס קען אים ווייסט. ער איז געווען דער וואס איז אויפגעקומען מיטן געדאנק וויאזוי צו מאכן זיין טאטנס היכל הקודש פאר א פאקט, און פאר א פארזיכערטע אינקאם פאר מוהרא״ש ענד פעמילי.
טאמבל סאס האט געשריבן: וואס אן אמת אבער, מצד שני, מיין איך אז ער איז וואס אמאל גערעכט בטענתו און אויך א גיבור אדיר אזוי ארויסצוקומען מיט'ן אמת אפילו אויב ס'פארשעמט אים מיט זיין טאטן אזוי, און זיך נאך שלאגן דערמיט און נישט זיך אפוואשן די הענט און זיך גיין לעבן א שטילע חיים טובים. (און אפשר דאס צו דורכטראגן דארף מען האבן א שטיקל פסיכאפאטישע קאפ..)
רוב מעשיות וואס ער דערציילט זענען מעשים בכל יום אין יעדן רבי׳שער שטוב, ער איז א פארברעכער און א פאררעטער פארן דאס טון לאחר מות אביו ווען ער קען זיך נישט פארענטפערן.
טאמבל סאס האט געשריבן: צו מיין ערשטע מבט, למשל ווען ער רעדט פון זיך וואספארא גוטע פאנדרעיזער ער איז און דער קאלטקייט מיט וואס ער באציהט זיך צו דעם מושג פון אויסנוצן תמימות'דיגע מענטשנ'ס גלויבונגען כדי צומאכן געלט אויף זיי, אדער די פלעצער אין די ראיון ווי מען זעהט אז זיין עיקר רוגזא איז בשייכות צו די געלט עניניים, אז "אלעס קומט זיך עמ'ען ווייל ער האט דאס אויפגעבויעט צוזאמען מיט זיין טאטע די אלע יארן. דארט הערט ער זיך ווי א קאלטער, מגושם'דיגער, אומגלויביגער ביזנעסמאן וואס רייט אויף זיינע חסידים און באטראכט זיי ווי פלעינע בהמות און געלט-קיען. נו, קען מען פון דעם נעמען א מה-מצינו אויף אלע רעבעס. אז אלע זענען ווי זיין טאטע און זייערע קינדער ווי אים. אויכעט זאל קיינער נישט האבן קיין האפענונגען אויף די עתיד, ווייל די קינדער פארדארבן נאר, ווערן נאר ערגער.
ער זאגט קלאר אז ער דארף נאר די ריעל עסטעיט און די געלט, פון זיין זייט וואלט ער געוואלט פארמאכן די קהילה, עס איז סתם א שטער היינטיגע צייטן. נישט יעדער האט די כוחות הנפש צו פירן אזא צעדרייטע קהילה/קולט.
טאמבל סאס האט געשריבן: איך וועל שפעטער רעדן וועגן מיין מבט שני און וועגן זיין טאטע אליינס.
האסט געקענט זיין פאטער? איך אביסל. ער איז געווען א טיפישער אונגערישער אויבערלענדער-סטיל רב, מיט אסאך דמיונות און שיגעון הגדלות, כ׳וואלט אים אויך דיאגנאזירט מיט אספערגערס אדער א סעט בוכשטאבן. די אלע מעשיות וואס מושי ״דעקט אויף״ זענען געשיכטעס וואס האבן זיך אויך אפגעשפילט ביים ברך משה, טאקע שלעכט, אבער נישט דארט שטעקט דער פראבלעם. ביי אונז איז דאך דא דער קם ליה בדרבא מיניה, און חתונה מאכן קינדער איז פילפאכיג ערגער ווי זיין א ראסיסט אין שטוב.
טאמבל סאס האט געשריבן: דרך אגב, איך ווייס נישט צו איינער האט באמערקט אבער מיקי, אין חלק 3, טוהט עפעס מרמז זיין אז מוהראש אליינס האט איר גערעיפּט. ווען זי זאגט: א קליינע מיידל אויסגעשפרייט [אויף די קאונטער] אין די מטבח, און א גבר וואס מיינט ער איז גאט אליינס. שרעקעדיג! בררר. :געוואלד: :אומגלויבליך: ס'איז נישט קלאר אז זי מיינט זיכער דאס אבער ס'איז יתכן אז זי האט ספעציעל עס געלאזט נאר פאלן בדרך רמיזה ווייל זי ציטערט פון די קאנסעקווענצן אויב פארציילט זי קלאר. אז די ברסלבע מלאכי חבלה וועל איר טייטן ווי דעם טולידנו.
דאס איז א ווילדע קאנספיראציע באזירט אויף א קליינטשיגער טעות וואס דו האסט געמאכט. אין עברית איז דא א סלענג ״חושב שהוא אלקים״ וואס דאס נוצט מען ווען א מאניאקערישער מענטש טוט אביוזן זיין מאכט איבער שוואכלינגען. סתם אזוי שטימט נישט די טעאריע, ווייל זי איז ממשיך אז מוהרא״ש האט איר גערופן און געוואלט חתונה מאכן מיט דעם באגוואלדיגער, האט ער געוואלט הייראטן מיימוני׳ן? מאכט נישט קיין סענס.

בקיצור, עס איז גענוג ביטער וויאזוי עס איז, אבער גארנישט איז נישט נתחדש געווארן חוץ דער פאקט אז א שארלאטאן און מחוצף איז ארויפגעקומען באשמוצן זיין טאטן אויף טעלעוויזיע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליימדארפער האט געשריבן:עס שטונקט פון קאפ...
ספעציעל אז מוהרא''ש האט נישט געהאט קיין ווייב דעם משך זמן, האט ער דאך געהאט גענוג ממלא מקומות'צעס... לאגורי בעיני דשיטנא.
די ווייב פון מוהרא״ש איז אוועק א האלבע יאר נאך אים, ער איז פיין געווען חתונה געהאט דעמאלטס, און אזוי אויך איז ער געווען א איד אן אמת׳ער ירא שמים. אלע באשולדיגונגען קעגן אים אין אלע יארן זענען בלויז געווען קעגן זיינע משוגעת׳ן און סכנה׳דיגע הנהגות, קיינער האט אים קיינמאל נישט באשולדיגט אלס מנוול אדער באגוואלדיגער, און ווי באקאנט איז ער געווען אן אמת׳ער דזשענטעלמאן אינדערהיים. ער וואלט קיינמאל נישט געטון אזא זאך.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

יהורם האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן: דרך אגב, איך ווייס נישט צו איינער האט באמערקט אבער מיקי, אין חלק 3, טוהט עפעס מרמז זיין אז מוהראש אליינס האט איר גערעיפּט. ווען זי זאגט: א קליינע מיידל אויסגעשפרייט [אויף די קאונטער] אין די מטבח, און א גבר וואס מיינט ער איז גאט אליינס. שרעקעדיג! בררר. :געוואלד: :אומגלויבליך: ס'איז נישט קלאר אז זי מיינט זיכער דאס אבער ס'איז יתכן אז זי האט ספעציעל עס געלאזט נאר פאלן בדרך רמיזה ווייל זי ציטערט פון די קאנסעקווענצן אויב פארציילט זי קלאר. אז די ברסלבע מלאכי חבלה וועל איר טייטן ווי דעם טולידנו
דאס איז א ווילדע קאנספיראציע באזירט אויף א קליינטשיגער טעות וואס דו האסט געמאכט. אין עברית איז דא א סלענג ״חושב שהוא אלקים״ וואס דאס נוצט מען ווען א מאניאקערישער מענטש טוט אביוזן זיין מאכט איבער שוואכלינגען.
קאמ-אן, זי נוצט דעם אויסדרוק אין איין זאץ צוזאמען מיט איר דיסקרופציע ווי אזוי זי זעהט אויס יענע מאמענט, בשעתן ווערן גערעיפט. זי דיסקרייבט זיך לנגד פון דעם אביוזער אין איין אטעם.. דו קענסט נאך א מענטש דארט וועם זי זאל וועלן דעסקרייבן מיט דעם טוירם?
יהורם האט געשריבן: סתם אזוי שטימט נישט די טעאריע, ווייל זי איז ממשיך אז מוהרא״ש האט איר גערופן און געוואלט חתונה מאכן מיט דעם באגוואלדיגער, האט ער געוואלט הייראטן מיימוני׳ן? מאכט נישט קיין סענס.
פון דא איז נישט קיין ראיה ווייל ווי זי פארציילט איז זי פארגוואלדיגט געווארן נישט איינמאל און דורך אסאך פארגוואלדיגערס.

נאר אויב שטימט עס נישט איז עס פון אן אנדער ארט: וואו זי וואונדערט זיך אויב מוהראש האט געוואוסט אז זי פלעג פארגוואלדיגט ווערן [רעגולערלי] און זי קומט צום מסקנה אז ער האט געמוזט וויסן. נאר אפילו פון דא איז נאך אויך נישט קיין אפפרעג ווייל ס'קען זיין אז צווישן זי און מוהראש איז עס טאקע נישט געווען קיין אונס נאר ברצון, בשעת מעשה. נאר שפעטער נאכ'ן איינזעהן אז אלצדינג וואס זי האט געליטן איז געווען בעצם צוליב אים און זיינע קאפריזן האט זי אים פיינט באקומען און במילא למפרע שוין אויך געזעהן דעם אפפעיר דארט אין די קיטשען צווישן זי און מוהראש, אלס האבענדיג געווען נישט מער ווי דאס - עקספלויטעישן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

די באשאפסט יעצט א בילבול אויף א מענטש וואס לעבט שוין נישט, אויף א זאך וואס קיינער האט אים קיינמאל נישט באשולדיגט. און היינט זאגט מען ווען ס'געשעט. ס'איז אין מיינע אויגן א שרעקליכע זאך צו טון אויף א מענטש וואס קיינער איז נאך נישט ארויסגעקומען מיט אזא באשולדיגונג.

אז די ווילסט דווקא פלאפלען פאנג אן מיט א ריזיגע דיסקלעימער אז דאס איז ריין דיינע דמיונות...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
ליימדארפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

שליחה דורך ליימדארפער »

מתבודד האט געשריבן:די באשאפסט יעצט א בילבול אויף א מענטש וואס לעבט שוין נישט, אויף א זאך וואס קיינער האט אים קיינמאל נישט באשולדיגט. און היינט זאגט מען ווען ס'געשעט. ס'איז אין מיינע אויגן א שרעקליכע זאך צו טון אויף א מענטש וואס קיינער איז נאך נישט ארויסגעקומען מיט אזא באשולדיגונג.

אז די ווילסט דווקא פלאפלען פאנג אן מיט א ריזיגע דיסקלעימער אז דאס איז ריין דיינע דמיונות...
זי זאגט זי איז געווען דאן 'מופשט על שלחן המטבח'. דאס זאגט זי
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

מתבודד האט געשריבן:די באשאפסט יעצט א בילבול אויף א מענטש וואס לעבט שוין נישט, אויף א זאך וואס קיינער האט אים קיינמאל נישט באשולדיגט. און היינט זאגט מען ווען ס'געשעט. ס'איז אין מיינע אויגן א שרעקליכע זאך צו טון אויף א מענטש וואס קיינער איז נאך נישט ארויסגעקומען מיט אזא באשולדיגונג.

אז די ווילסט דווקא פלאפלען פאנג אן מיט א ריזיגע דיסקלעימער אז דאס איז ריין דיינע דמיונות...
"היינט זאגט מען ווען ס'געשעהט?" רילי?? וואט דע פ...? ווילאנג צוריק איז חיים וואלדער, משי זהב און די גאנצע מי טו מאוומענט געווען?

דאס איז קלאר פאר יעדער וואס קען לייענען אביסל באדי לענגוויטש, ווען מען באטראכט דעם מוהראש אין ווידעאוס און פיקטשערס קען מען זעהן אז מען האנדלט דא פון אן אומקאנטראלירבארער, ווילדער מדבר-מאַן. א מענטש מיט א טעמפער פון א שבת קעסל און א עקסטערע פּאָרשן גוף וואס ליידער פארערגערט נאר די מצב פאר'ן וויקטעם ווען דער נשמה וויטיהין איט פארלירט נעבעך קאנטראל אויף א וויילע.

פון די גאנץ-פריע ווידעאוס ווי ער פוינט מיט זיין גראבע דיקע פינגער על פני כיכר הירדן, אנקומענדיג צו יבנאל, און וועיווט איר ווילד האריזאנטאלי, לינקס-צו-רעכטס און צוריק, און דערקלערט מיט פאטאס, ווען זיין גאנצע געבוי שאקלט זיך מיט, פאר די צוויי און-אהאלב מענטשן ארום אים, דאס אלצדינג וועט איין טאג געהערן פאר אים ביז די לעצטיגערע ווידעאוס ווי ער שאקלט און וואקלט זיך אויף זיין גראבע אחשוורוש בענקל מיט א פּאַטעטהיק און היי-פּיטשד געוויין פון אן אייזל, פיהל מיט סעלף-פּיטי, ווי שטארק מען ברויך בעטן און דאווענען פאר אים ווייל ער האט אזוי מורא פון די דאַרק און בענקט זיך געוואלדיג צו דאס פיעטשקען פון זיין אייגן טאטע און מאמע אין דעם קינדער וויגל און צו דאס זויגן פון אירע ברוסטן. אדער די בילדער ווי ער שרייט אריין אינעם טעלעפאן טרייבל יעדן צופריה פון זיין צעפלויגענע אפיס אין ארה"ב, אין זיינע טעגליכע קאללס צו ארץ ישראל. איך קען מיך פארשטעלן אים קנאקן אויפ'ן טעלעפאן און שעלטן די בייזע רוחות, אויס פרוסטראציע אז ער שטייט נישט אצינד נעבן יענעם און קען יענעם נישט צעפראסקען, ווען דער מיט-רעדער אויף דער אנדערער זייט ליין, טאנצט נישט אזוי נאך זיינע משוגעתן.

זיין פנים לייכט ווי ר' יהודה'ס, אבער נישט פון הייליגע ענינים נאר פון אנגעפראסענע קיעהן און שעפסן און פון אזוי פיהל ביסקיסע זיצן. זיין גאנצע קערפער געוויכט וועגט אראפ אויף זיין פורים'דיגע, אויפגעריסענע בענקל מיטן יוז-לעסס, קוריאזן, שטרעקיגן רוקן אנלאנער, ארומגענומען מיט הילצערנע פארוועטשטע תשעה באב בענקלעך און נאך-מער פארוועטשטערע קערפער פון זיינע ארימע חסידים אויסגעזעצט אויף זיי. אזוי אנגעפאשעט און פויל זעהט ער אויס אזש אויפצוהייבן זיינע ארעמעס צו ווייזן ווי ערנסט ער מיינט א סטעימענט, איבער מיידלעך'ס רעשיגע קליידער אדער מיידלעך'ס קוקן אויף מענער, קאסט אים קענטליך איבערמידליכע כוחות און זיי פאלן תיכף צוריק אראפ אונמאכט אויף די גראבע, מיט-בלומען דעקארירטע בענקל האנט-אנלאנערס. וואט עי קלאון!

אויף אים דארף איך שפירן שולדיג אין שפעקולירן אזעלכע מעשיות? סיריעסלי? אויף עמיצער וואס האט אזויפיהל אינגע לעבנס פארשניטן און אזויפיהל אינגע קינדער מאנס געווען באונס קהילתי, אין נאמען פון רעליגיע און גאט?

זיין זוהן מושי זאגט דאס אלץ אליינס אויף זיין טאטע. און כ'האב אזוי הנאה געהאט פון דעם הגדרה און טיפער פארשטאנד ווי אזוי ער ערקלערט זיין טאטנ'ס פסיכילאגיע. אנשטאט זאגן פאר זיין זוהן אז זיין אויסטערלישע תאווה פאר זיך בּאַנעבּעכן און פינקי וועבער סטייל געוויינעכטס און בכיות איז נאר אזא פערסאנעל פעטיש און ס'איז גארנישט זיין זוהן'ס מושי'ס שולד, נוצט ער עס אויס אים צו קאנטראלירן און נאך מער דאס לעבן מאנופולירן און אייננעמען; אזוי ווי ער האט געטוהן פאר אלע זיינע חסידים און מתנגדים די אלע יארן. און דאס שטעלט זיך נישט אפ - יעצט מיט זיין משוגענעם און דעליריעס תלמיד יואלי ראטה וואס גייט אין זיינע פיסטריט. כ'האב ביז יעצט, ביזן וואטשן דעם דאקומענטרי, נישט איינגעזעהן די סיריעס דעינזשער און קאטאסטראפע וואס יואלי ראטה'ס מהלך שטעלט פאר פאר די עתיד און פון וואנעט דאס שטאמט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארשפארט