בן גביר'ס אפענע קריגעריי מיט'ן יועץ המשפטי גלי מהרב-מיארה, דערמאנט מיר טאקע פון טראמפ'ס אפענסיווע אנקעגען אטירני דזשענעראל דזשעפ סעשענס....עמקות המחשבה האט געשריבן:די סיבה פארוואס מענטשען גלייכן איהם אזוי שטארק, איז לענ"ד ווייל ער ברענגט צום טיש א געוויסע ענערדשי פאר טויש און אינגע בלוט, אביסל אזוי ווי טראמפ אין 2016, ער איז קיינמאל נישט געוועהן קיין פאליטישן, ער רעדט אונזער פשוטע שפראך אן קיין הויעך באשפריצטע ווערטער, און מענטשען גלייכן דאס זייער שטארק.טאמבל סאס האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס קען נישט פארשטיין די גרויסע מעלות פון - און די שבחים אויף - עמיצער וואס אזוי געטריי דעם שבט אז ער וועט גרייט זיין צו הרגענען יעדער פרעמדער וואס דוכט זיך נאר אז ער שטעלט פאר א טרעט?
דאס איז פלעין אינסטינקט. מיך קומט א מי-שבירך אז איך האב נישט פארלוירן די מעגליכקייט פון עסן, שלאפן, קאקן און מאכן קינדער?
הרב אתמר בן גביר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
כוואליעס האט געשריבן:יעצט ווען מיר שטייען אין די געהויבענע טעג צווישן די הייליגע יום טוב פורים און די פארכטיגע יום טוב פסח איז נישט מער ווי פאסיג זיך אראפצוזעצן און א בליק טון איבער די גדולים פון די דור, די ראשי העם, נשיאים דורינו, די בעלי מסירות נפש פונעם דור.
עס איז דא איין איד (און אפשר מער ווי איין) וואס גייט אריין אין יעדע פון די קאטעגאריעס וואס מען האט דא אויסגערעכנט, און דאס איז נישט קיין צווייטער ווי דער וועלט בארימטער אלעמען באקאנטער קדוש אלוקי שכל כולו מסור לשי"ת ה"ה הרב הצדיק "איתמר בן גביר" שליטא יהא זכרו ברוך.



איך רייס מיך שוין פאר געלעכטער 10 מינוט פון דעם פורים תורה,
ראשי העם, נשיא בדורינו, בעל מסירות נפש, קדוש אלקי, כל כולו מסור להשי"ת, הרב הצדיק, לאל

איך פארשטיי נאר נישט פארוואס דו האסט אים גע'הרג'עט צום סוף, שרייבנדיג "יהא זכרו ברוך"...
סתם א עוכר ישראל דער. האט אזויפיל פארגאסן אידיש בלוט אויף זיינע הענט.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל