א ראָמאַן שילדערונג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

א ראָמאַן שילדערונג

שליחה דורך דיכטער »

אירע ליכטיגע אויגן האבן צוריק געגלאנצט אין די שווארצע אפלען פון זיינע אויגן. די איידעלע שיינענדיגע געזיכט, פול מיט חן, האבן איהם גענצליך פארגאפט. אירע באשיידענע תנועות און רואיגע באוועגונגען האבן איהם ווי געפאנגען. ער איז געזעצן קעגן איבער איר און נישט געקענט אראפנעמען פון איר די אויגן. ער איז געזעצן דארטן פארקלאצט ווי ער זאל ווען האבן פארלאזט זיין זעל, ווי זיין נשמה זאל ווען ארויספליען פון דעם און גרייכן די הויכע ספערן.

ער האט איר אנגעקוקט און באטראכט. אירע גלאנציגע האר, איר סעמעטרישע קערפער און גלאטע הויט, אלס האט איהם געצויגן ווי דער געוויכט פון טויזענט שטרענס. ער האט נישט געקענט אראפ נעמען פון איר קיין בליק.

א ווארימע געפיל האט איהם ארומגענומען אנפילענדיג איהם מיט א הייסע שווייס ווען אירע ליפן האבן זיך גערוקט און פארמירט א האלבע שמייכל. ער איז אפילו נישט געווען זיכער צו זי באציעט זיך צו איהם, אין פאקט האט עס נישט צופיל געענדערט זיין געפיל, אבער ער האט באשלאסן ביי זיך אז דאס איז עס, ער זוכט נישט מער, גענוג עגמת נפש געהאט אין זיין לעבן, גענוג דורכפעלע און הארץ-ברעכענישן.

וואס פעלט אויס צו פרובירן ווידעראמאל? האט ער צו זיך געפרעגט, אבער דאס הארץ זיינע, האט נישט נאכגעלאזט, ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געזען אזא שיינע סצענע. די בערג אין שווייץ אינאיינעם מיט די וואסער-פאלן אין נייעגרע, וואלטן זיך באגראבן פאר בושה געפונענדיג זיך דא.

ער איז געווען הונדערט פראצענט זיכער מיט זיך. דאס איז עס, איך האב געטראפן מיין זעל, איך האב געפונען מיין גייסט, דער אטעם פון מיינע לינגען. דער ליבע פון מיין לעבן.

זיין הארץ האט זיך געווארפן אין זיינע בריסטן, זיין אטעם איז געווארן שווערע און שווערע מיט יעדער טריט וואס ער האט געשטעלט פארויס אין איר ריכטונג. ער קומט נענטער און א שווייס באדעקט איהם וואס הייבט נאך מער זיין אנגסט און קווענקלעניש. אבער ער קען זיך נישט באהערשן, ער קומט ביז נעבן איר און מיט א ציטערדיגע שטימער פרעגט ער איר אין איר פרידן.

*

זי קוקט זיך ארום מיט א פארלוירנקייט, זי זיצט אויף איר בענקל אומרואיג, פול מיט אומזיכערקייט און קווענקעלניש.

מיט א מאל כאפט איינער אירע אויגן. א מאן, הויך, ערוואקסן, שיינע שווארצע געקראזלטע לאקן הענגען איהם פון די זייטן פון זיין שיינעם געזיכט. זיינע תנועות באגייסטערן איר, זי ווערט פון איהם פארוואסערט, א הייסע געפיל נעמט איר ארום קוקענדיג אויף איהם. זי ווייסט נישט וואס מיט איר האט פאסירט אבער זי האט נאך אין איר לעבן נישט אזוי געשפירט.

און יא, ער דענענטערט זיך צו איר. זי ווערט פארגליווערט אין איר זיץ, זי רורט נישט קיין גליד. אירע הענט וואס האבן שטייפערהייט אנגעכאפט דעם האלב-פילן גלאז, ווערן פלוצלונג געפרוירן. זי קען זיך נישט באוועגן און אט שטייט ער פאר איר. זי קוקט אויף זיינע שטערן, זיי באצויבערן איר, אויף זיין געזיכט און זיי באהערשן איר, דער ווארימקייט פון זיין קערפער נעמען איר גענצליך איין.

ער פרעגט איר אין איר פרידן און זי ענטפערט צוריק. א שמועס אנטוויקלט זיך, א חבר'שאפט קניפט זיך, א בונד האט זיך געפארעמט, א נייע פארפאלק איז געבוירן.

וואו ער איז נאר געגאנגען, איז אירע געזיכט געשטאנען פאר זיינע אויגן. איר הערליכע ליפן - שענער ווי די רויזן, איר גלאנצענדע אויגן. ער האט איר נישט געקענט ארויס נעמען פון זיין געדאנק. זי איז געווען אן אינטעגראלע טייל פון זיין וועזן.

זי, יעדער'ס מאל וואס ער האט פארלאזט די שטוב, איז זי געשטאנען ביים פענסטער, צוגענאגלט צו די שויבן און געהאפט און געווארט ער זאל ווידער ערשיינען. ווי נאר זי האט איהם אידענטיפיצירט ביי דער עק פונעם גאס קומען אין איר ריכטונג, האט זי שיעור נישט געלאזט פאלן גלוסט-בלוט. זי איז געוארן פיל מיט ווארימקייט און גלוסטעניש, זי האט זיך דערמאנט אין זיינע הענט וואס האלזן איר, זיין לינקע האנט אונטער איר קאפ, זיין רעכטע האנט נעמט איר ארום. זי האט זיך פארחלום'ט אין די געדאנקען און טרערן האבן אנגעהויבן צו פילן אירע אויגן.

*

צייט איז אריבער און קאלטע ווינטן האבן אנגעהויבן צו בוזשעווען אין שטוב. דער מצב צווישן די צוויי איז געווארן קאלט און טריקן און האט זיך דערקייקלט בארג אראפ.

קריגן האבן אנגעהויבן צו ערשיינען, וועלכע זענען פארוואנדעלט געווארן אין געפעכטן, נאכפאלגנדיג מיט געשלעגן, קאלטע און הייסע און די ליבשאפט וואס האט פריער אנגעפילט דאס הארץ איז ערזעצט געווארן מיט האס און שנאה.

זי איז אוועק פון זיין שטוב. צום ערשט אויף א וויילע אבער דערנאך פאר אן אומבאשטימטע צייט-אפשניט וואס זי האט פארטייטשט אלס אייביג.

פליסיגע טרערן האבן זיך אראפגעקייקלט אויף אירע ווייכע באקן. איר הארץ צעריסן און צעשפליטערט, די שטיקער צעשפרייט איבערן גאנצען ארום און איבער אלעס, געפילן פון צארן און נקמה האבן איבערגערינען אין איר.

צייט איז פארלאפן, די שטורעמישע געפילן זענען געווארן אפגעשוואכט. זי האט זיך געשאפט נייע פריינט, א נייע געזעלשאפט און צוביסליך צוביסליך זיך צוגעוואוינט צו לעבן אין זיין אפוועזנהייט און זיך געפירט היפש באקוועם מיט איר נייעם לעבן.

ער פון דער אנדערע זייט, איז געווען פול מיט שולד געפולן וואס האבן איהם אויפגעגעסן פון אינערווייניג און איהם נישט געגעבן קיין מנוחה. זיין האס און צארן אויף איר האבן געשטורעמט אין איהם און זיך אויסגעמישט מיט זיין גלוסטעניש און הארץ-רייסנדע בענקשאפט נאך איר, לאזענדיג איהם נישט איינמאל זיך באדן אין א וואנע פון זידיגע טרערן וואס ער האט פארלאזט אויף איר און אויף איר שיקזאל.

זי, האט זיך איינגעפירט א נייע לעבן. נישט איינמאל און אויך נישט צוויי איז זיין געשטאלט מיטן גאנצן גלאנץ ארויף געקומען אויף איר געדאנק און האט איר אויפגעוועקט פונעם פארפרוירענע לעבן אין וועלכע זי האט זיך געוואלט אריין לייגן אבער זי האט ווידער און ווידער פרובירט צו אוועק שטיפן די געדאנקען און אנגיין ווייטער מיט איר טאג טעגליכן לעבן.

ביז איינמאל ווען זיין פארעם איז ארויפגעשווימען פארנט פון איר זכרון און וויפיל זי האט פרובירט עס צו פארטרייבן און אוועק שטופן איז עס צוריק ארויפגעקומען מיט אלע קאלירן און פארבן און האבן איר אריין געלייגט אין א פארצווייפלטע, אומבאקוועמע גיסטע.

זי איז געזעצן אנגעלאנט אויף איר ארעם אין צווייפעלניש, אין איר קאפ זענען ארויפגעקומען די אלטע טעג, זיין באצויבערנדע שמייכל, זיין ווארימע כאראקטער, זיינע ווייכע ווערטער און זיין ליבליכע פריינדשאפט, אלעס איז ארויפגעקומען אויפן באוואוסטזיין פארפלייצענדיג אירע געדאנקען און צעשטורעמענדיג אירע געפילן.

קליינע טרערעליך האבן באוויזן זיך ארויסצושווערצן פון די זייטן פון אירע אויגן און זי האט אויסגעפלאצט אין א געוויין וועלכע איז געווארן שטערקער און העכער מיט יעדן פארבייגייענדן מינוט.

אירע פריינדן קוקן מיט שאק און וואונדערן זיך מיט איבעראשונג. זאג נאר טייערע, וואס האט פאסירט? וואס האט דיך באוויזן צו טשעפען?

- עס איז מיין ליבע.

- דיין ליבע? דו האסט דאך קיין ליבע, אויסער אונז. מיר זענען דיינע ליבע, מיר זענען דיינע פריינדן.

- א בראך מיינע פריינדן, מיין ליבע! מיין ליבע! הייבט זי אן צו שרייען, מיט נישט איר קול, ציפענדיג איר הויט און רייסענדיג איר האר. - ‏מיין ליבע!

‏זי כאפט אן די זוימען פון זייערע קלייד מיט א שטייפקייט און זאגט מיט א קול געשטיקט פון געוויין:

- ‏איך באשווער אייך, די טעכטער פון ירושלים, ווען איר טרעפט מיין פריינד וואס וועט איר זאגן פאר איהם?

"דאס איך קרענק זיין ליבשאפט"
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: א ראָמאַן שילדערונג

שליחה דורך שערי יושר »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שערי יושר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

אה! דאס איז די נייע ניגון פון עקיבה תרגמן?
https://youtu.be/XzeyFpGtCUE
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שערי יושר האט געשריבן:שיינע מעשה, וואס איז די מוסר השכל?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
שערי יושר: נאך א מזל אז די גראדואיר'טע בחורים פון די ישיבות הקדושות פארשטייען נישט קיין לשון הקודש. ווייל ווען יא וואלט מען צענזורירט שיר השירים. (אויך)...!

אז מ'רעדט שוין פון נישט פארשטיין. קענמיר דאנקען דעם באשעפער אז דער אר"י הק' האט געשריבן זיין זמר פון שבת ביינאכט "אזמר בשבחין" אין אראמיש. ווייל אנישט וואלטן געוויסע העיליגע אידן עס שוין צענזורירט...!
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: א ראָמאַן שילדערונג

שליחה דורך דיכטער »

שערי יושר האט געשריבן:שיינע מעשה, וואס איז די מוסר השכל?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
ווער זאגט ס'האט א מוסר השכל? די מעשה לכשלעצמו איז נישט גוט גענוג?

שכל כתובים קודש, ושיר השירים קודש קדשים. (משנה, ידיים: ג, ה)
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: א ראָמאַן שילדערונג

שליחה דורך שערי יושר »

.

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שערי יושר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: א ראָמאַן שילדערונג

שליחה דורך דיכטער »

berlbalaguleh האט געשריבן: שערי יושר: נאך א מזל אז די גראדואיר'טע בחורים פון די ישיבות הקדושות פארשטייען נישט קיין לשון הקודש. ווייל ווען יא וואלט מען צענזורירט שיר השירים. (אויך)...!

אז מ'רעדט שוין פון נישט פארשטיין. קענמיר דאנקען דעם באשעפער אז דער אר"י הק' האט געשריבן זיין זמר פון שבת ביינאכט "אזמר בשבחין" אין אראמיש. ווייל אנישט וואלטן געוויסע העיליגע אידן עס שוין צענזורירט...!
ווי האב איך אמאל געהערט איינעם זאגן שיר השירים, פרייטאג נאכן מקוה?
שיר השירים אשר לשלמה. **** * מ***** פהו כי טובים ***** מיין...
לריח שמניך טובים שמן תרק שמך על כן ***** אהבוך...
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

תנו עיניך ביופי, נאר אויף שיינקייט בויט זיך א פארפאלק?. אין אשת חיל ווערט דערמאנט נאך עטליכע זאכען, שכל געטריישאפט, גוטע מידות, געשיקטקייט, איז קיין פאקטאר?
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

שליחה דורך דיכטער »

הרב שיף האט געשריבן:תנו עיניך ביופי, נאר אויף שיינקייט בויט זיך א פארפאלק?. אין אשת חיל ווערט דערמאנט נאך עטליכע זאכען, שכל געטריישאפט, גוטע מידות, געשיקטקייט, איז קיין פאקטאר?
איך וויל דא ארויסברענגען קלאהרער וואס איך האב געמיינט אויסצודרוקן שרייבענדיג אט דער ראמאן.
דער ראמען האב איך געשריבן מיט טרערן. זינגענדיג דער ברח דודי פארפאסט דורך פאסטן, איך גלייב דער ניגון איז באקאנט.
שיינקייט ביי א פרוי ברויך נישט קיין הסברים, קיין פילאזאפיע, קיין גאנצעטע דרשות און חידושים. עס ציעט, עס שלעפט. דאס איז וואס לייגט אזוי פיל געפיל אין שיר השירים.
ווען מען קוקט אן די באציאוג צווישן דער אויבישטער און די אידן אזוי, געבט עס אן אנדערע באדייט צו דעם גאנצן לעבן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הרב שיף האט געשריבן:תנו עיניך ביופי, נאר אויף שיינקייט בויט זיך א פארפאלק?. אין אשת חיל ווערט דערמאנט נאך עטליכע זאכען, שכל געטריישאפט, גוטע מידות, געשיקטקייט, איז קיין פאקטאר?
הרב שיף: שלמה המלך האט פארפאסט ביידע. ס'איז דא א צייט פאר ליבע. און ס'איז דא א צייט צו קוקן אויף די אלע אנדערע מעלות...!
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

berlbalaguleh האט געשריבן:
הרב שיף האט געשריבן:תנו עיניך ביופי, נאר אויף שיינקייט בויט זיך א פארפאלק?. אין אשת חיל ווערט דערמאנט נאך עטליכע זאכען, שכל געטריישאפט, גוטע מידות, געשיקטקייט, איז קיין פאקטאר?
הרב שיף: שלמה המלך האט פארפאסט ביידע. ס'איז דא א צייט פאר ליבע. און ס'איז דא א צייט צו קוקן אויף די אלע אנדערע מעלות...!
אבער די החלטה צו חתונה האבן דארף קומען פון ביידע, נישט נאר פון שיינקייט.
מיין אמת

שליחה דורך מיין אמת »

דיכטער האט געשריבן:אירע ליכטיגע אויגן האבן צוריק געגלאנצט אין די שווארצע אפלען פון זיינע אויגן. די איידעלע שיינענדיגע געזיכט, פול מיט חן, האבן איהם גענצליך פארגאפט. אירע באשיידענע תנועות און רואיגע באוועגונגען האבן איהם ווי געפאנגען. ער איז געזעצן קעגן איבער איר און נישט געקענט אראפנעמען פון איר די אויגן. ער איז געזעצן דארטן פארקלאצט ווי ער זאל ווען האבן פארלאזט זיין זעל, ווי זיין נשמה זאל ווען ארויספליען פון דעם און גרייכן די הויכע ספערן.

ער האט איר אנגעקוקט און באטראכט. אירע גלאנציגע האר, איר סעמעטרישע קערפער און גלאטע הויט, אלס האט איהם געצויגן ווי דער געוויכט פון טויזענט שטרענס. ער האט נישט געקענט אראפ נעמען פון איר קיין בליק.

א ווארימע געפיל האט איהם ארומגענומען אנפילענדיג איהם מיט א הייסע שווייס ווען אירע ליפן האבן זיך גערוקט און פארמירט א האלבע שמייכל. ער איז אפילו נישט געווען זיכער צו זי באציעט זיך צו איהם, אין פאקט האט עס נישט צופיל געענדערט זיין געפיל, אבער ער האט באשלאסן ביי זיך אז דאס איז עס, ער זוכט נישט מער, גענוג עגמת נפש געהאט אין זיין לעבן, גענוג דורכפעלע און הארץ-ברעכענישן.

וואס פעלט אויס צו פרובירן ווידעראמאל? האט ער צו זיך געפרעגט, אבער דאס הארץ זיינע, האט נישט נאכגעלאזט, ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געזען אזא שיינע סצענע. די בערג אין שווייץ אינאיינעם מיט די וואסער-פאלן אין נייעגרע, וואלטן זיך באגראבן פאר בושה געפונענדיג זיך דא.

ער איז געווען הונדערט פראצענט זיכער מיט זיך. דאס איז עס, איך האב געטראפן מיין זעל, איך האב געפונען מיין גייסט, דער אטעם פון מיינע לינגען. דער ליבע פון מיין לעבן.

זיין הארץ האט זיך געווארפן אין זיינע בריסטן, זיין אטעם איז געווארן שווערע און שווערע מיט יעדער טריט וואס ער האט געשטעלט פארויס אין איר ריכטונג. ער קומט נענטער און א שווייס באדעקט איהם וואס הייבט נאך מער זיין אנגסט און קווענקלעניש. אבער ער קען זיך נישט באהערשן, ער קומט ביז נעבן איר און מיט א ציטערדיגע שטימער פרעגט ער איר אין איר פרידן.

*

זי קוקט זיך ארום מיט א פארלוירנקייט, זי זיצט אויף איר בענקל אומרואיג, פול מיט אומזיכערקייט און קווענקעלניש.

מיט א מאל כאפט איינער אירע אויגן. א מאן, הויך, ערוואקסן, שיינע שווארצע געקראזלטע לאקן הענגען איהם פון די זייטן פון זיין שיינעם געזיכט. זיינע תנועות באגייסטערן איר, זי ווערט פון איהם פארוואסערט, א הייסע געפיל נעמט איר ארום קוקענדיג אויף איהם. זי ווייסט נישט וואס מיט איר האט פאסירט אבער זי האט נאך אין איר לעבן נישט אזוי געשפירט.

און יא, ער דענענטערט זיך צו איר. זי ווערט פארגליווערט אין איר זיץ, זי רורט נישט קיין גליד. אירע הענט וואס האבן שטייפערהייט אנגעכאפט דעם האלב-פילן גלאז, ווערן פלוצלונג געפרוירן. זי קען זיך נישט באוועגן און אט שטייט ער פאר איר. זי קוקט אויף זיינע שטערן, זיי באצויבערן איר, אויף זיין געזיכט און זיי באהערשן איר, דער ווארימקייט פון זיין קערפער נעמען איר גענצליך איין.

ער פרעגט איר אין איר פרידן און זי ענטפערט צוריק. א שמועס אנטוויקלט זיך, א חבר'שאפט קניפט זיך, א בונד האט זיך געפארעמט, א נייע פארפאלק איז געבוירן.

וואו ער איז נאר געגאנגען, איז אירע געזיכט געשטאנען פאר זיינע אויגן. איר הערליכע ליפן - שענער ווי די רויזן, איר גלאנצענדע אויגן. ער האט איר נישט געקענט ארויס נעמען פון זיין געדאנק. זי איז געווען אן אינטעגראלע טייל פון זיין וועזן.

זי, יעדער'ס מאל וואס ער האט פארלאזט די שטוב, איז זי געשטאנען ביים פענסטער, צוגענאגלט צו די שויבן און געהאפט און געווארט ער זאל ווידער ערשיינען. ווי נאר זי האט איהם אידענטיפיצירט ביי דער עק פונעם גאס קומען אין איר ריכטונג, האט זי שיעור נישט געלאזט פאלן גלוסט-בלוט. זי איז געוארן פיל מיט ווארימקייט און גלוסטעניש, זי האט זיך דערמאנט אין זיינע הענט וואס האלזן איר, זיין לינקע האנט אונטער איר קאפ, זיין רעכטע האנט נעמט איר ארום. זי האט זיך פארחלום'ט אין די געדאנקען און טרערן האבן אנגעהויבן צו פילן אירע אויגן.

*

צייט איז אריבער און קאלטע ווינטן האבן אנגעהויבן צו בוזשעווען אין שטוב. דער מצב צווישן די צוויי איז געווארן קאלט און טריקן און האט זיך דערקייקלט בארג אראפ.

קריגן האבן אנגעהויבן צו ערשיינען, וועלכע זענען פארוואנדעלט געווארן אין געפעכטן, נאכפאלגנדיג מיט געשלעגן, קאלטע און הייסע און די ליבשאפט וואס האט פריער אנגעפילט דאס הארץ איז ערזעצט געווארן מיט האס און שנאה.

זי איז אוועק פון זיין שטוב. צום ערשט אויף א וויילע אבער דערנאך פאר אן אומבאשטימטע צייט-אפשניט וואס זי האט פארטייטשט אלס אייביג.

פליסיגע טרערן האבן זיך אראפגעקייקלט אויף אירע ווייכע באקן. איר הארץ צעריסן און צעשפליטערט, די שטיקער צעשפרייט איבערן גאנצען ארום און איבער אלעס, געפילן פון צארן און נקמה האבן איבערגערינען אין איר.

צייט איז פארלאפן, די שטורעמישע געפילן זענען געווארן אפגעשוואכט. זי האט זיך געשאפט נייע פריינט, א נייע געזעלשאפט און צוביסליך צוביסליך זיך צוגעוואוינט צו לעבן אין זיין אפוועזנהייט און זיך געפירט היפש באקוועם מיט איר נייעם לעבן.

ער פון דער אנדערע זייט, איז געווען פול מיט שולד געפולן וואס האבן איהם אויפגעגעסן פון אינערווייניג און איהם נישט געגעבן קיין מנוחה. זיין האס און צארן אויף איר האבן געשטורעמט אין איהם און זיך אויסגעמישט מיט זיין גלוסטעניש און הארץ-רייסנדע בענקשאפט נאך איר, לאזענדיג איהם נישט איינמאל זיך באדן אין א וואנע פון זידיגע טרערן וואס ער האט פארלאזט אויף איר און אויף איר שיקזאל.

זי, האט זיך איינגעפירט א נייע לעבן. נישט איינמאל און אויך נישט צוויי איז זיין געשטאלט מיטן גאנצן גלאנץ ארויף געקומען אויף איר געדאנק און האט איר אויפגעוועקט פונעם פארפרוירענע לעבן אין וועלכע זי האט זיך געוואלט אריין לייגן אבער זי האט ווידער און ווידער פרובירט צו אוועק שטיפן די געדאנקען און אנגיין ווייטער מיט איר טאג טעגליכן לעבן.

ביז איינמאל ווען זיין פארעם איז ארויפגעשווימען פארנט פון איר זכרון און וויפיל זי האט פרובירט עס צו פארטרייבן און אוועק שטופן איז עס צוריק ארויפגעקומען מיט אלע קאלירן און פארבן און האבן איר אריין געלייגט אין א פארצווייפלטע, אומבאקוועמע גיסטע.

זי איז געזעצן אנגעלאנט אויף איר ארעם אין צווייפעלניש, אין איר קאפ זענען ארויפגעקומען די אלטע טעג, זיין באצויבערנדע שמייכל, זיין ווארימע כאראקטער, זיינע ווייכע ווערטער און זיין ליבליכע פריינדשאפט, אלעס איז ארויפגעקומען אויפן באוואוסטזיין פארפלייצענדיג אירע געדאנקען און צעשטורעמענדיג אירע געפילן.

קליינע טרערעליך האבן באוויזן זיך ארויסצושווערצן פון די זייטן פון אירע אויגן און זי האט אויסגעפלאצט אין א געוויין וועלכע איז געווארן שטערקער און העכער מיט יעדן פארבייגייענדן מינוט.

אירע פריינדן קוקן מיט שאק און וואונדערן זיך מיט איבעראשונג. זאג נאר טייערע, וואס האט פאסירט? וואס האט דיך באוויזן צו טשעפען?

- עס איז מיין ליבע.

- דיין ליבע? דו האסט דאך קיין ליבע, אויסער אונז. מיר זענען דיינע ליבע, מיר זענען דיינע פריינדן.

- א בראך מיינע פריינדן, מיין ליבע! מיין ליבע! הייבט זי אן צו שרייען, מיט נישט איר קול, ציפענדיג איר הויט און רייסענדיג איר האר. - ‏מיין ליבע!

‏זי כאפט אן די זוימען פון זייערע קלייד מיט א שטייפקייט און זאגט מיט א קול געשטיקט פון געוויין:

- ‏איך באשווער אייך, די טעכטער פון ירושלים, ווען איר טרעפט מיין פריינד וואס וועט איר זאגן פאר איהם?

"דאס איך קרענק זיין ליבשאפט"
אזא שיינע שיר השירים, שוין לאנג נישט געהאט
[NAMELESS]

Re: א ראָמאַן שילדערונג

שליחה דורך [NAMELESS] »

דיכטער האט געשריבן:

וועלכע ניגון?
פארשפארט