צו מעג מען דאווענען אין א בית חב"ד? - קובץ גינת ורדים תשפ"ג

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

צו מעג מען דאווענען אין א בית חב"ד? - קובץ גינת ורדים תשפ"ג

שליחה דורך שמן למאור »

אין קובץ גינת ורדים וואס איז נארוואס ערשינען לקראת חודש ניסן תשפ"ג, קען מען ליינען א בירור איבער דעם ענין...

יאפ! פאר דער וואס האט נישט געוויסט, אזוי משוגה זענען זיי...
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20230330_141724_539.jpg
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
מחונך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך מחונך »

איך פארשטיי נישט דעם פראבלעם. די שאלה איז צו עס האט א דין פון אן ארוינישע ביהמ"ד אדער נישט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'זעה ער איז אויך נישט אזוי קלאר איבער דעם ענין, קען ער דאך פרעגן אויף פארקערט...

אם אסור להתפלל בבתי תפילה בית חב"ד ?
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

אזוי אויכעט קען מען פרעגן, אם מותר להפלל בבית תפילה שמאמינים שבטלת תורת הבעל שם. אדער האם אסור.
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: צו מעג מען דאווענען אין א בית חב"ד? - קובץ גינת ורדים תש

שליחה דורך דיכטער »

...לכואורה יש צד לאיסור כי הרי מדברים שם בלשון עברית בהברה ספרדית אבל מצד שני אפשר להקל מצד היותם מאמינים באמונת האיחוד, ברם דין זה תלוי בשיטת הרמב"ם הדן לגבי כניסה למקום תיפלה של מאמיני הנביא מוחמד בזה ואפשר לחלק בין המוסלמים לבין המאמינים בשילוש דאז להדיא הווי דין עכו"ם.

ולמעשה אינו שייך שאלה זה כי הרי בתי חב"ד נמצאים במקומות נופש ושוהים שם כדי לפוש ואז ממילא נותנים שיתא ולא מתפללים כגודל השנה ודו"ק...
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

דער עורך האט סתם ליב צומאכען פראוואקאציעס כדרכו, די תשובה איז פון ר' אשר מאן, און עס בכלל נישט אויף דעם נושא.


די שאלה איז צו מען מעג דאווענען אין א שוהל וואס א חלק פון די מנין איז נישט שומר שבת, וגופא דעובדא וואס שטייט דארט איז וועגען די ביהמ"ד אין עלענוויל וועס ווערט געפירט דורך א ליובאוויטשער חסיד, איז דער אויבערחוכעם געגאנגען און געמאכט א העדליין אויף דעם דעקל.
מאנטריאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 12:04 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

Re: צו מעג מען דאווענען אין א בית חב"ד? - קובץ גינת ורדים תש

שליחה דורך מאנטריאל »

רוב בית חב''ד איז א חלק פון זיי נישט שומרי שבת, ווילאנג אין בית מדרש נעמען זיי נישט ארויס זייער טעלעפאון איז אקעי.

Sent from my SM-G950W using Tapatalk
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

הרב דרעזנער פון קול מבשר האט פארציילט, סאטמאר מהר”א דאווענט דאך אין בית חב”ד אין פאלם ספרינגס. אינמאל האט די רב געגעבן אן עלי’ פאר א איד וואס איז געקומען מיט די קאר אין שול. מהר”א איז געלאפן מוחה זיין כדרכו. האט אים די רב געזאגט ”אז נישט אלעס דארף מען זען.” קומענדיגע וואך פרייטאג צונאכטס, האט מהר”א געזאגט ושמרו (וואס אין חב”ד זאגט מען נישט). דער רב איז געקומען מוחה זיין אז דא אין חב”ד זאגט מען נישט. האט אים מהר”א גענטפערט, ”אז נישט אלעס דארף מען זען.”
ואם קבלה הוא נקבל. ווייל מיר פערזענליך האט די רב געזאגט אז ער האט נישט אין זיין שול קיין אידן וואס קומען מיט די קאר. ער שטעלט צו אכסניות פאר אלע געסט וואס האלטן אינמיטן די תשובה פראסעס.
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך פארווע חסיד »

אוהב ספרים האט געשריבן:דער עורך האט סתם ליב צומאכען פראוואקאציעס כדרכו, די תשובה איז פון ר' אשר מאן, און עס בכלל נישט אויף דעם נושא.


די שאלה איז צו מען מעג דאווענען אין א שוהל וואס א חלק פון די מנין איז נישט שומר שבת, וגופא דעובדא וואס שטייט דארט איז וועגען די ביהמ"ד אין עלענוויל וועס ווערט געפירט דורך א ליובאוויטשער חסיד, איז דער אויבערחוכעם געגאנגען און געמאכט א העדליין אויף דעם דעקל.
כמעט אינגאנצן. בתוה"ד ווערט יא דערמאנט וגם (מיט'ן נוסח הידוע) אז די מענטשן האבן ליידער פראבלעמען מיט אמונה בביאת המשיח וכו', ווי אויך שטיצן זיי די מדינה הטמאה ר"ל וכו' וכו' וכו'
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אזוינע בהמות אז ס'איז נישט צום גלייבן.

איך דערמאן מיך טאקע אז עטליכע יאר צוריק זענען געווען עטליכע אינגעלייט וואס האבן געמופט קיין עלענוויל ווייל זיי האבן באקומען סעקשאן 8 אין אלסטער קאונטי. זענען געווען דארט אזוינע וואס האבן געהאט א פראבלעם מיט די שול און מ'האט דאן געבעטן דעם דיין ר' אשר מאן פון וומ"ס, אז ער זאל פוילן ביים ארטיגן חב"ד רב אז ער זאל פאררעכטן די מחיצה, נישט געבן אן עליה פאר א מחלל שבת און נישט זאגן דרשות אויף ענגליש, אדער זאל ער זיי צושטעלן אן אייגן פלאץ פאר א מנין אין די בנין.
איך ווייס נישט למעשה וואס דארט האט זיך אויסגעלאזט, אבער ווארשיינליך באציט זיך די תשובה אויף דעם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

: מיט יארן צוריק ווען די וועלט איז נאך געווען א קאפיטשקע מער נארמאל, ווען עטליכע אידן זענען אומגעקומען אין ביהמ"ד אין א בית חב"ד אין מומביי האט מהר"א מ'סאטמאר שליט"א באוויינט אז אידן זענען נעבעך אומגעקומען אין א מקום קדוש...האבן עטליכע בהמות (די געוויינליכע) איהם פארדאמט אז ער האט אנגערופן א בית חב"ד א מקום קדוש. (עפרא לפומייהו)
נ.ב.: דער וואס האט דעם מעקער אין די הענט וועט זיכער פארמעקן מיין תגובה (אזוי ווי ער טוט אייביג). נאר ער וועט עס מנמק זיין מיט דעם שיינעם טעם. אז איך זאל נישט פארדרייען דעם שמועס. ווען איך זאג עפעס הייסט עס פארדרייען דעם שמועס.

דער חשוב'ער מנהל קען מיר שיקן ווארענונגען און סטראשען (און מקיים זיין) מיט אויסשפארן. אפילו לעולם דויד. די גאנצע זאך האט שוין פארלוירן ביי מיר דאס חשיבות...!
ספרים הקדושים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 22, 2023 8:52 pm

שליחה דורך ספרים הקדושים »

שמעון וואלף האט געשריבן:אזוינע בהמות אז ס'איז נישט צום גלייבן.

איך דערמאן מיך טאקע אז עטליכע יאר צוריק זענען געווען עטליכע אינגעלייט וואס האבן געמופט קיין עלענוויל ווייל זיי האבן באקומען סעקשאן 8 אין אלסטער קאונטי. זענען געווען דארט אזוינע וואס האבן געהאט א פראבלעם מיט די שול און מ'האט דאן געבעטן דעם דיין ר' אשר מאן פון וומ"ס, אז ער זאל פוילן ביים ארטיגן חב"ד רב אז ער זאל פאררעכטן די מחיצה, נישט געבן אן עליה פאר א מחלל שבת און נישט זאגן דרשות אויף ענגליש, אדער זאל ער זיי צושטעלן אן אייגן פלאץ פאר א מנין אין די בנין.
איך ווייס נישט למעשה וואס דארט האט זיך אויסגעלאזט, אבער ווארשיינליך באציט זיך די תשובה אויף דעם.
עס בציט זיך טאקע אויף דעם און ער שרייבט אז מען זאל מאכן אן אייגענע ביהמ"ד
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

מענטשן האבן א טעות. זיי מיינען אז א בית חב"ד איז געמאכט פאר די אידן וואס גייען וויקעישן אז זיי זאלן האבן ווי צו עסן און דאווענען.
דער אמת איז דווקא פארקערט. זיי זענען ווייניג אינטערעסירט אז היימישע אידן זאלן קומען זיי פארדרייען א קאפ און זשאדזשן יעדע זאך וואס זיי טוען.
הגם אמאל פארדינען זיי אפאר דאלאר, אבער זיי זענען דא פאר בעלי תשובות. זיי האבן זיך זייערע היתרים און זענען נישט אינטערעסירט צו הערן וויאזוי אנדערע פירן זיך.
איך גלייב שווער אז א ליובאוויטשער וועט קומען און זאגן א דעה און א סאטמארע בעסמעדריש גייט מען אים אויסהערן.
מסתמא וועט מען אים לאכן און פנים און ווייזן די טיר
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איך האב נישט געזעהן וואס דער דיין הרב מאן שרייבט אבער איך שטעל מיך פאר אז ער רעדט פון תקנת מיהאלאוויץ וואס די אונגארישע רבנים האבן געמאכט קעגן די רעפארמער. פארשטייט זיך אבער אז אין ליבאוויטש איז דאס לא מעלה ולא מוריד, און מ'רעכענט זיך נישט דערמיט קיין כי הוא זה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כפתור: דו רעדסט פון געוויסע מענטשן (יחידים און גרופס) וועלכע קומען צו יענעם אין שטוב און אין ביהמ"ד און הייבן אן צו זאגן דיעות און קאמאנדעווען און קריטיקירן זאכן וואס ס'געפעלט זיי אפשר נישט. זיכער געפעלט דאס נישט פאר קיינעם. אפילו פאר דעם גרעסטן בעל מדריגה.

אבער די אונטערשטע שורה איז אז די בתי חב"ד נעמען אויף א יעדן איינציגן אידן מיט א ווארימקייט און הכנסת אורחים וואס איז כמעט נישט בנמצא.

ס'שוין געווען צענדליגער און אפשר הונדערטער פעלער וואס אידן זענען געבליבן געשטראנדעט איבער א שבת אדער יו"ט אויף פארשידענע אופנים און די ליובאוויטשער חסידים וועלכע האבן געוואוינט אין יענע (פארווארפענע) ערטער האבן זיי מקרב געווען און געהאלפן צו האבן א פרייליכן שבת אדער יו"ט.

דאס מיינט נישט אז אנדערע קהילות טוען דאס נישט. ספעציעל אין סאטמאר איז מען מקרב א יעדן איינציגן איד. איך רעד פון אייגענע עקספיריענס. איין יאר ביניך געווען געשטראנדעט אויפ'ן הייוועי ערב שבת נחמו. און די טייערע אידן פון קרית יואל האבן מיך מקרב געווען מיט די גרעסטע מאס פון הכנסת אורחים. איין איד א בעל מכניס אורח האט מיר אפילו אוועקגעגעבן זיין שטריימל. ער האט אנגעטון דעם רעגן שטריימל.

אלא דיבר הכתוב בהוה. אז חסידי חב"ד גייען אין די פארווארפנסטע שטעט סיי אין אמעריקע און סיי איבער די וועלט און זיי מאכן אויף א בית חב"ד. זיי העלפן אידן וועלכע קענען נישט אנקומען צו זייער היים אויף שבת אדער יו"ט.
פארשפארט