מיסטישע קבלה סודות אינעם וואטיקאן:

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

מיסטישע קבלה סודות אינעם וואטיקאן:

שליחה דורך קאך_לעפל »

אין הארץ פון שטאט רוים, געפונט זיך א קליינשיק לענדל – ווארשיינליך דאס קלענסטע אויף דער וועלט, דאס איז דאס לאנד וואַטיקאַן. דארט אין וואַטיקאַן איז דאס וואוינארט פונעם פּויפּסט - דער "פאטער" פון אלע קריסטן איבער די גארער וועלט. יעדע קריסטליכע שטערמונג פון סיי וואו אימער אין די וועלט, האט כאטש עפעס א סארט אינטאַגראַלקייט מיטן וואַטיקאַן. פון דארטן גייט ארויס דאס ווארט פון די קירכע און פון זיין שמייליקייט דער פּויפּסט, איבער אלע ווינקלן אין די גאנצע וועלט!

דאס וואטיקאן באשטייט פון א סאך געביידעס און אינסטיטוציעס, וועלכע זענען אנגעפולט מיט אינטערעסאנטע פארצייטישע טראדיציעס און מיט אומצאליכע פארבארגענע געהיימעניססן, וועלכע רופן ארויס נייגער און מיסטיריע באנאזאם ביי אלעמען. אבער דאס ווירקליכער קרוין פונעם וואטיקאן איז אן קיין צווייפל דאס אוראלטער סיסטינע קירכע. די קירכע איז נאך אָריגינעל געבויעט געווארן אין יאר קכ״ח – 1368 למספ'. די ארכיטעקטישער אויסלייג פון די געביידע, איז באזירט לויט דאס בית המקדש וואס שלמה המלך האט געבויעט אין ירושלים, ווי עס ווערט אויסגעצייכנט אין ספר מלכים א'. אין יאר רס״ח – 1508 למספ' האט פּויפּסט יוליוס דער צווייטער, געלאזט רופן צו זיך אין זיין פאלאץ דעם לעגענדארן איטאליענישער מעלער, מיטשעלאַנגעלאָ די לאָדאָוויקאָ, און ער האט איז באאויפטראגט מיט א מיסיע צו בויען זיין פערזענליכע באגרעבעניש ארט אין רוים. מיטשעלאַנגעלאָ מיט זיין שטאב האבן זיך טאקע באלד גענומען צו די ארבייט.

עטוואס שפעטער האט דער פּויפּסט זיך געביטן זיין מיינונג, און ער האט ווידער געלאזט רופן מיטשעלאַנגעלא צו זיך אין פאלאץ, און ווען מיטשעלאַנגעלאָ האט זיך געשטעלט פאר זיין שמייליגטום, האט אים דער פּויפּסט געזאגט אז אנשטאט בויען פאר אים א קבר, זאל ער ליבערשט איבערפארבן די סיסטינע קירכע, וועלכע איז דאן געשטאנען אין גאר א שוואכע צושטאנד און שטארק נאכגעלאזט. מיטשעלאַנגעלאָ האט ערשט נישט געהאט קיין גרויס חשק, ווארום ער איז פון פאכאויס געווען א סקולפּטאָר, און ער האט בלויז זיך פארנומען מיט אויסצוהאקן סטאטועס פון מארמארשטיין, ער האט אינגאנצן נישט געגליכנט צו פארבן מעלערייען. פון דעסטוועגן אז דער פּויפּסט הייסט מוז מען פאלגן. און טאקע א יאר דעראויף האט ער זיך גענומען צו די ארבייט. פאר א צירקע פון פיר יאר האט ער העפטיג געארבייט אין היצן און אין קעלט צו באצירן די קירכע, הויפזעכליך די דאך און איר מייעסטעטישע קופאל . ביטער שווער האט ער געארבייט בייטאג און ביינאכט, ווי ער זעלבסט שרייבט:
מיין בארד איז געהויבן צום הימל, איך שפיר דעם הינטן פון מיין מוח. פון די באַרשטן וואס הענגן פון מיר שטענדיג, פארוואנדלן זיי מיר צו ספּעקטאַקיאַלער פאדלעקע...

אוגוסט 15' 1510' למספ' איז די קירכע ענדליך באנייעט געווארן מיטן גאנצן פראכט, און די אויג פארכאפנדע מעלערייען און שניצערייען פון מיטשעלאַנגעלאָ, האבן זיך אנטפלעקט פאר אלעמענס אויגן. דער פּויפּסט און זיינע באגלייטער די בישאפן זענען געשטאנען פארכּישופט און פארגאפט נישט האבנדיג קיין געלגנהייט זיך צו עפענען דאס מויל פאר גרויס איבעראשונג. מיטשעלאַנגעלאָ האט באוויזן א מייסטער ארבייט וואס האט נישט געהאט זיינס גלייכן. אט איז וואס דער גרויסער איטאליענישער דיכטער גיאָרגיאָ וואַסאַרי האט געזאגט אויף זיין ווינדער ווערק אינעם סיסטינע קירכע: "ס'איז געווען מעגליך צו הערן מיט די אויערן ווי די גאנצע וועלט קומט אין א געלויף איר צו זען, און ווירקליך, זי האט פארווינדערט אירע צוזעער און זיי שטום געשלאָגן".
זייר פיין און זייער וואויל, וואס מאנכע ווייסן נישט, האט זיך אונטער די קוליסן פארקאכט א גאנצע פאליטיק צווישן דער פּויפּסט און מיטשעלאַנגעלאָ. דער פּויפּסט האט אָריגינעל געוואלט אז די מעלערייען זאלן זיין באזירט אויף געשיכטעס און פערזענליכקייטן פונעם ברית חדשה, וו.צ.ב.ש. ווי יוחנן המטביל טויבלט ישו אינעם ירדן, און ווי דער שטן פרובירט איבערצורעדן ישו אז ער זאל אריבער קומען צו זיין זייט און ער זאגט אים אפ, און מעלערייען פון די צוועלף תלמידים פון ישו, אד''ג, אבער מיטשעלאַנגעלאָ האט אויף קיין פאל נישט צוגעשטימט, נאר ער האט ענדערש געמאלן מעלערייען פון געשיכטעס פון די תורה, ווי מ'זעעט מיט די אויגן ביז צום היינטיגן טאג. די דאך און די קופאל פונעם סיסטינע קירכע, איז באצירט מיט מעלערייען פון ספר בראשית און שמות און נאך. מ'זעט דארט די געשיכטע ווי די באשפער באשאפט די ליכטיקייט און טינקלקייט די ערשטע טאג פון די וועלטס באשאף, מ'זעט ווי די באשעפער באשאפט די זון און די לבנה, און גראז און ביימער. און אפילו די געשיכטע פון המן און פון יהודית און הולופרנס זעט מען דארט לעבעדיג זיך אפשפילן דארט אויפן דאך... פארוואס טאקע האט מיטשעלאַנגעלאָ נישט געוואלט הארכן דעם פּויפּסט, און מאלן בלויז מעלערייען פון ברית חדשה וואס פאסט זיך פאר א קירכע, און אנשטאט האט ער אין באצוג געמאלן מעלערייען פון די תורה הק' וואס פאסט זיך פיל מער פאר א בית מדרש? די ענטפער אויף דעם איז גאר אן אינטערעסאנטער.

דער מיטשעלאַנגעלאָ האט גאר געהאט פייגלעך אין קאפ, זיין מוח האט געוויבלט מיט דיעות כוזבות, ער האט גאנץ קנאפע געגלייבט אין די גאנצע קירכע ביזנעס, און ער האט נישט געקענט מאלן קיין מעלערייען פון געשיכטעס אין וועלכע ער זעלבסט גלויבט נישט. און פון וואנעט טאקע קומט זיך צו א קריסט וואס האט געלעבט אין יענע יארן, אזעלכע פסולע געדאנקן? דאס צו פארשטיין דארפן מיר זיך צוריק קערן צו זיינע טריבע קינדערישע יארן...

מיטשעלאַנגעלאָ איז געווארן א יתום ווען ער איז געווען בלויז זעקס יאר אלט. זיין מוטער איז געשטארבן און איבערגעלאזט א שטוב מיט פינף פיצלעך קינדער... אין רעזולטאט איז מיטשעלאַנגעלאָ אדאפטירט געווארן דורך עוועראַרדאָ דע מעדישי. די פאמיליע דע מעדישי איז געווען אין יענע יארן די רייכסטע און פראמינענסטע איבער די וועלט, און אין זייער הויז איז מיטשעלאַנגעלאָ אויפגעצויגן געווארן. אין אזא רייכע הויז האט מען זיך זיכער געזאגט אז דער קליינער מיטשעלאַנגעלאָ זאל באקומען א גוטע ערציאונג. דער לערער אין די הויז פון דע מעדישי, איז געווען נישט קיין אנדערער ווי זשיאָוואַני פּיקאָ מיראַנדאָלאַ.

פיקא מיראַנדאָלאַ האט פארמאגט א מוח אויף די פלייצע וואס האט כמעט נישט געהאט זיינס גלייכן. ער איז געווען פון די גרעסטע אינטעלעקטואלע, ליטערארישע, און דענקער וואס האט דאן געלעבט. אפגעזען פון לאטייניש און גריכיש האט ער אויך גערעדט פליסיג לשון הקודש און אראביש. ער איז געווען גרונטליך באהאווענט אין תנ''ך, ש''ס און מדרש, און שטארק אויסגעקאכט אין תורה הקבלה, ווי אומגלויבליך ס'זאל נאר נישט הערן... ער האט געגלייבט און זיין זעלבסט-אויסגעבויעטער גלויבן, ער האט געגלייבט טיילן פון די תורה און פון די ברית חדשה, אבער נישט אלעס, ער האט געטראכט ראציאנאל לויט די וועג פון טראכטן פון אריסטו און אפלטון. ער איז געווען דער ערשטע פילאזאף וואס האט אנגעהויבן צו פארשפרייטן געדאנקן פון פרייהייט פון דעם מענטש און זעלבסט-טראכטן. זיינע אינהאלטסרייכע ווערק האבן מיט הונדערטער יארן שפעטער אינספרירט די פראצויזישע רעוואלוציע און שפעטער אויך די אמעריקאנע רעוואלוציע, וועלעכע האבן געשעפט זייערע ווירדן און אנטשואונגען פון אים. ער איז געווען אזוי קליג אזש די גרעסטע געלערענטע גלחים, האבן זיך אנטזאגט צו פירן מיט אים א פּאָלעמיק, נעמליך, זיי האבן גוט געוויסט אז מיט זיין שארפער שכל וועט ער זיי באלד איינשלונגן לעבעדיגערהייט. צו די מזל פון די קירכע איז ער געשטארבן גאר יונג, ווען ער איז בלויז 31 יאר אלט – אין יאר רנ''ד – 1494 למספ'.

און וואו און פון וועם האט זיך מיראַנדאָלאַ אויס געלערענט לשון קודש און די מיסטישע תורות הקבלה? ער האט שטודירט אינעם אוניווערסיטעט אין די שטאט פּאַדואַ. און דארטן אינעם אוניווערסיטעט האט אויך דאן אויך שטודירט הרב אליהו דלמדיגו, און ער האט אויסגעלערנט פאר מיראַנדאָלאַ לשון קודש און תורה. און א געוויסע משומד מיטן נאמען פלוויוס מיטרידירט האט אים באזארגט מיט קבלה ספרים ווי ספר יצירה, ספר הזוהר און די ספרים פון אברהם אבולעפיה. דער אליהו דלמדיגו זעלבסט האט גאנץ קנאפע געגלייבט אינעם ספר הזוהר, און ער איז געווען פון די אויסגעשפראכנסטע קעגנער פונעם מהר"י מינץ דער רבי פון די מהר''ם פּאַדואַ וואס האט דאן געדינט אלס רב אין פּאַדואַ. אליהו דלמדיגו איז געווען א תלמוד פון רבינו יהודה בן יחיאל מסר ליאון – פון די גרעסטע רבנים אין איטאליע, און ער איז געווען שטארק באפריינדט מיט רבינו עובדיה ספורנו וועלכער האט פארפאסט פירוש ספורנו אויף די תורה... אויך פון די גרויסע תלמידים פון רבינו יהודה בן יחיאל מסר ליאון...

הרב / ד''ר בנימין בלאך און נאך אנדערע זענען ביי די מיינונג אז פיקא מיראַנדאָלאַ האט אויסגעלערענט תורה און קבלה פאר זיינען סטודענטן אין די הויז פון דע מעדישי, צווישן זיי אויך פאר מיטשעלאַנגעלאָ. מיטשעלאַנגעלאָ האט זיך אויסגעדרוקט אויף זיין לערער מיראַנדאָלאַ "ער איז געווען כמעט א גאט". און זיי גייען נאך ווייטער, זיי זענען אויך ביי איבערגעצייגט אז דערפאר האט מיטשעלאַנגעלאָ בלויז געוואלט מאלן מעלערייען פון געשיכטעס איז די תורה ווייל ער האט אין געהיים אין זיי אריינגעמאלן מיסטישע סודות פון קבלה... אלזא לויט ד''ר בלאך ווען איר באזוכט אינעם סיסטינע קירכע, און ווערט אינגאנצן באצויבערט אנטציקט פון די ווינדערליכע מעלערייען פון מיטשעלאַנגעלאָ, זאלט איר וויסן אז זיי ערהאלטן טיפזיניגע סודות התורה...
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ייש״כ!

דא האב איך צוגעברענגט אביסל איבער דעם פענאמענאן פון ״קריסטליכע קבלה״ בימי הביניים.

ולגבי מיכעלאַנגעלאָ׳ס מאלערייען אינעם סיסטיִן טשאפּעל, איז דאך באקאנט אז דר. פרענק לין מעשבּערגער האט געוואוזן אז מיכעלאַנגעלאָ׳ס מאלעריי פון ווי אזוי ג-ט באשאפט אדה״ר, איז ג-ט אויך אין די פארעם פונעם מענטשליכן מח. דאס איז אין איינקלאנג דערמיט וואס מיכעלאַנגעלאָ האט שטודירט אנאטאמיע. כביכול ג-ט׳ס האנט רירט נישט אָן אדה״ר׳ס האנט, פונקט אזוי ווי די סינעפּסעס אין מח ״שפרינגען״ אריבער. ווי אויך גייט די האנט דורך די פּריפראָנטעל קאָרטעקס, וואס דארט איז די מערסטע מענטשליכע חלק פונעם מח און דאס קריעיטיוויטי. ג-ט אליין איז העכער די לימבּיק און עמאָשענאל חלק פונעם מח, וואס דאדורך שפירט מען דאך ג-ט. (הגם די אלע זאכן זענען ל״ד געווען באקאנט בימיו.)
BF333A58-00DE-4935-A17E-CCBC93E4A0CE.jpeg
5EEE3F40-A516-402C-980B-A80E624D5BFF.jpeg
דר. איען סוק און דר. רפאל טאַמאַרגאָ לייגן צו אז ענליכס זעהט מען אין מיכעלאַנגעלאָ׳ס מאלעריי דארט וואו ער מאלט ווי ג-ט איז מבדיל בין האור והחושך.
9E49EDA5-84F1-480F-9E8B-180AE5B256FB.jpeg
אז די האלז איז אנדערש פון אלע אנדערע פלעצער וואו מיכעלאַנגעלאָ האט געמאלן א האלז, און דאס איז אויך צו צייגן אויפ׳ן מענטשליכן בּרעין סטעם, שדרה, און אויגן/אַפּטיק נערוו.

ואולי, אז ער האט דאך שטודירט פילאזאפיע אויך כנ״ל, הא׳מיר דאך צוגעברענגט פון ר׳ יוסף אבן כספי (במשכיות כסף, על מו״נ ח״ב פי״ב) ״כי השכל הוא הא-ל והא-ל הוא השכל״. נוצט ער גאר הגשמה און אַנטראָפּאָמאָרפיזם צו צייגן אויף א טרענסענדענט הכרה אין ״ג-ט״…

דר. דאָגלעס פיִלדס, זעלבסט א ניוּראָסייענטיסט, שרייבט אז דאס איז אלעס געפונען געווארן דורך ניוּראָסייענטיסטס, וממילא קען זיין אז זיי האבן פשוט ״געפונען״ זאכן וואס שטימען שוין מיט זייערע הנחות קדומות און צו וואס זיי זענען געוואוינט. ער זאגט אויך אז דאס קען גיין אין איינקלאנג מיט דעם אז מיכעלאַנגעלאָ איז געווארן א ״ספּיריטואליסט״, און געהאלטן אז מ׳קען צוקומען צו אייגענע דביקות בהא-ל אָנעם קירכע; דאס האט שוין אולי ווייטער א שייכות מיט די אינפלוענס פון קבלה. ער ענדיגט צו:
Perhaps the meaning in the Sistine Chapel is not of God giving intelligence to Adam, but rather that intelligence and observation and the bodily organ that makes them possible lead without the necessity of Church directly to God
דר. גאראבּעד עקנאָיאַן, א נעפראלאגיסט/נירן דאקטאר, קלערט אז אינעם מאָלעריי פון הבדלה בין מים למים, האט מיכעלאַנגעלאָ אריינגעלייגט ביי ג-ט א מאלעריי פון א ניר (זייענדיג אז מיכעלאַנגעלאָ האט געליטן פון נירן שטיינער). קען דאס גיין אין איינקלאנג מיט (ברכות סא.) כליות יועצות.
CDE1EE47-A510-46A6-8A84-65F7D2C84268.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

בכלל האט זיך אין יענע צייטן אפגעטוהן א געפערליכע emancipation אין איטאליע, די אידן האבן געלערנט פילאזאפיע און מעדיצין פון די איטאליענער און די איטאליענער האבן געלערנט קבלה פון די אידן. דער ארי נוהם (דער ערשטער) שרייבט אז גוים פלעגט קומען צו זיינע שיעורי תורה, און צו דער זעלבער צייט האט ער אפאר מאל דערלייגט זיין גאנץ פארמעגן אין געמבלינג. אסאך סודות הקבלה האבן דעמאלטס ארויסגערינען צום פאבליק אזש היינטיגע צייטן זענען שוין דא מער גוים ווי אידן וואס קענען קבלה, אפילו אסאך אידן וואס קענען קבלה (איך רעד פון טאקע פארשטיין, נישט סתם נאכזאגן שטיקער אוצרות חיים) קענען עס נאר פון די גוים, איך אליין האב מיך אביסל אריינגעלייגט אין קבלה (מ'קען שוין מיינען אריינגעלייגט, וואטעווער) נאר נאכדעם וואס א גוי'טע האט מיך געזאגט, איך קען אפילו גוים וואס נישט נאר קענען קבלה נאר זיי טוען אפילו בפועל זאכן וואס קומען גראד פון אידישע ספרים ארויס ווייל זיי האבן איינגעזעהן די פראקטישע תועלת דערפון…
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך בעל אחריות »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: נאר נאכדעם וואס א גוי'טע האט מיך געזאגט, איך קען אפילו גוים וואס נישט נאר קענען קבלה נאר זיי טוען אפילו בפועל זאכן וואס קומען גראד פון אידישע ספרים ארויס ווייל זיי האבן איינגעזעהן די פראקטישע תועלת דערפון…
please explain,
פנחסבןאלעזר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:59 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך פנחסבןאלעזר »

והאחרון הכביד, דער פין קאליפארניע, ר' יהודה בערג, האט היימישע קינדער דא אין דער סיטי וואס שעמען זיך מיט דער ייחוס.זייער לעצטער נאמען איז אביסל אנדערש, מפני כבודם איז נישט כדי צו דערמאנען זייער נאמען. איך האב אמאהל געטראפן זיין זוהן און געהאט מיט אים א לאנגע שמועס וועגן דער טאטע, ווען ער האט נאך געלעבט. ער האט אפגעגט זיין ווייב און געפענט דער קבלה סענטער און געהאט די גרעסטע סעלעבריטיס תלמידים. ער אליין האט טאקע גוט געקענט קבלה אויף דער וועג פין אשלג, דער בעל הסולם. ער און זיין גוי'שע ווייב קרן האבן צוזאמען געפירט דער סענטער.
זיין מציאות איז גאר אינטערעסאנט, איך ווייס נישט פין נאך איינער אין דער לעצטער צייט וואס האט געטוהן עפעס אפילו ענדליך צו אים. און עס איז אים געלונגען דער הצלחה ווי קיינער אנדערש.
און אז מען רעדט פין קבלה ביי די נוצרים, איז דער קבלה פין שבתי צבי העכסט נוצריש. זיי האבן געהאט דריי מדריגות העכער אין סוף קעגען דער שילוש, און ז"א בכלל האט סימבאליזירט דער בן האהובה יאשקע אליין. דער יעב"ץ האט גע'טענה'ט אז דער חמדת ימים איז פין שצ'ניקס, ווייל ער שרייבט דארט לגבי פסח וועגן דער בן האהובה צופיל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

בעל אחריות האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: נאר נאכדעם וואס א גוי'טע האט מיך געזאגט, איך קען אפילו גוים וואס נישט נאר קענען קבלה נאר זיי טוען אפילו בפועל זאכן וואס קומען גראד פון אידישע ספרים ארויס ווייל זיי האבן איינגעזעהן די פראקטישע תועלת דערפון…
please explain,
ציצית, תפילין, נעגל וואסער, וכו'
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פנחסבןאלעזר האט געשריבן:און אז מען רעדט פין קבלה ביי די נוצרים, איז דער קבלה פין שבתי צבי העכסט נוצריש. זיי האבן געהאט דריי מדריגות העכער אין סוף קעגען דער שילוש, און ז"א בכלל האט סימבאליזירט דער בן האהובה יאשקע אליין. דער יעב"ץ האט גע'טענה'ט אז דער חמדת ימים איז פין שצ'ניקס, ווייל ער שרייבט דארט לגבי פסח וועגן דער בן האהובה צופיל.
פארגעס נישט אז די גאנצע אריז"ל מיט מהרח"ו איז נאר געגאנגען פאבליק ווייל נתן העזתי האט זיי באקאנט געמאכט צו נוצן פאר שבתאי צבי'ס אגענדע, ווען נישט נתן העזתי איז א גרויסע ספק צו איינער היינט וואלט בכלל געוואוסט פון זיי צו זאגן. בכלל האט מיך לעצטנס איינער געזאגט אז דער ארי נוהם (דער ערשטער) שרייבט ערגעצוואו אז ער האט זיך געטראפן מיט א תלמיד פונעם אריז"ל און יענער האט צו איהם גע'טענה'ט אז דער לעצטער איז בכלל נישט געוועהן דער מיסטיק וואס ר' חיים ויטאל פרובירט פון איהם צו מאכן נאר ס'איז זיינע פאנטאזיעס וואס ער האט ארויפגעפאקט אויפ'ן אריז"ל... (קען זיין אז איך זאג עס נישט גוט נאך, אדרבה, אויב איינער האט געזען דעם שטיקל אינעווייניג זאל ער עס ציטירן.)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אין די ווירקליכקייט וואלטן מיר זיך געווינטשן, אז דער טאפיק דא זאל זיך האלטן צו די גדולים, קינסטלער, שרייבער, פילאסאפן, וויסנשאפטלער, מוזיקער, וועלכע האבן פארשיינט די וועלט מיט זייער גרויסקייט, אינעם דור דעה וואס ווערט גערופן רענעסאַנס עפאכע, וואס האט זיך געצויגן פון די ענדע פערצן יאָרהונדערט ביז צו די פראנצויזישע רעוואלוציע. ווען די וועלט איז ווידערגעבוירן געווארן, און אנגעהויבן ביסלעכווייז ארויסצוקריכן פון דעם פּרימיטיווע און פינסטערע מיטל-אלטער עפאכע, און ווידער אויפגעפרישט דאס אלט רוימיש און גריכיש קולטור, ווען די וועלט האט געלעבט מיט מחשבה און אינפיראציע אויף א ראציאנאלער פארנעם...

אבער אז מ'רעדט שוין פון גדולי אומות העולם וואס האבן זיך געקאכט אין 'חכמת הקבלה', מיט די זעלבע ברען וואס אונזערע הייליגע רבי'ס די תלמידי הבעל השם האבן זיך געקאכט אין 'תורה הסוד' איז ווערט צו דערמאנען אז היינט צו טאג לעבט מיט אונז אויך א זעלטענע חשובע פרוי, א משוררות בחסד עליון, מיטן נאמען מאַדאָנאַ (אסתר) וואס באשעפטיגט זיך אויך מיט 'קבלה' . און זי טרינקט אפילו אן אירע ארבייטער מיט 'געבענטשע וואסער' (א שטייגער ווי דער בבא סאלי זי''ע) אז די שפע וואס קומט פון הימל זאל זיי באשווענקן.

מיר האבן אויך געהערט פון צדיקי אמת, אז ביי איינע פון די באוויסטע חול המועד שפילן פון הרה''צ רבי דזשעימס באנד שליט''א על ישראל הדרתו לאנדאן הבירה, האט זי זיך באוויזן איינגעהילט אין תפילין, ווען דאס ווארט 'לאו' ברענט אונטער איר. און לויט ווי מיר האבן אמאל געזען אינעם בארדיטשעווער סידור איז דאס גאר איינס פון די צוויי און זיבעציג שמות וועלכע זענען מרומז אין די דריי פסוקים ויסע, ויבא, ויט. און ווי ס'איז באוויסט אז מיטן שם ע''ב קען מען באווייזן ווינדער, און מאַדאָנא באווייזט טאקע דארט ביים באנד שפיל, אויסטערלישע ווינדער.

מיר האבן אויך געהערט פון אונטער דעם וויקיפידיע פורהאנג, אז זי האט זיך גאנץ לעצטענס געלאזט אריינגעקריצן אויף איינע פון אירע צוויי הענט, דאס ווארט ' וישקהו' (מיט די פינטליך העכער די אויתיות, ווי אין די ספר תורה).

ומי יבוא בסוד השם...
פנחסבןאלעזר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:59 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך פנחסבןאלעזר »

א משוררות בחסד עליון, מיטן נאמען מאַדאָנאַ (אסתר) וואס באשעפטיגט זיך אויך מיט 'קבלה' . און זי טרינקט אפילו אן אירע ארבייטער מיט 'געבענטשע וואסער' (א שטייגער ווי דער בבא סאלי זי''ע) אז די שפע וואס קומט פון הימל זאל זיי באשווענקן.
זי איז א תלמיד פון דער ר' יהודה בורג, וואס איך האב פריער דערמאנט. ווי עס ווערט באריכטעט האט זי שוין זיך אנגעקילט א לאנגע צייט צוריק. זי איז אמאהל געוועהן אין צפת, און די חרדים האבן איר נאכגעפאלגט מיט שטיינער כדרכם.
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

דרך אגב. 'תורת הסוד' מיינט נישט אז קיינער ווייסט נישט וואס דארט שטייט, עס מיינט אז קיינער 'פארשטייט' נישט וואס דארט שטייט,
איבער זאגן 10 מאל א קבלה ווארט און וויסן ווי מען רעדט דערפון מיינט נישט אז דער מענטש פארשטייט, דאס מיינט אז ער געדענקט וואס ער האט זיך איינגעחזרט, מען קען איבערזאגן די זעלבע ווארט 10 מאל און נישט וויסן וואס דאס מיינט,
קבלה איז א זאך וואס ווילאנג די ביסט נישט אויף א געוויסע מדרגה וועסטו נישט אנהייבן פארשטיין וואס די זאך וואס מען רעדט, איז.
די קענסט לערנען און שטודירן א גאנצע טאג קבלה, עס וועט דיר גארנישט העלפן, אזוי ווי א לעקטעררישון קען לערנען א גאנצען טאג איבער לעקטער אבער כדי צו קענען ארבעטן דארף מען אים וויזן אויף א עכטע לעקטעריק, קבלה איז נאך סאך ווייטער פון מציאות ווי דעם, דאס אז דער גוי לערנט קבלה מיינט נישט גארנישט
פנחסבןאלעזר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:59 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך פנחסבןאלעזר »

קבלה איז א זאך וואס ווילאנג די ביסט נישט אויף א געוויסע מדרגה וועסטו נישט אנהייבן פארשטיין וואס די זאך וואס מען רעדט
ווי אזוי ווייסטו?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כוואליעס האט געשריבן:דרך אגב. 'תורת הסוד' מיינט נישט אז קיינער ווייסט נישט וואס דארט שטייט, עס מיינט אז קיינער 'פארשטייט' נישט וואס דארט שטייט,
איבער זאגן 10 מאל א קבלה ווארט און וויסן ווי מען רעדט דערפון מיינט נישט אז דער מענטש פארשטייט, דאס מיינט אז ער געדענקט וואס ער האט זיך איינגעחזרט, מען קען איבערזאגן די זעלבע ווארט 10 מאל און נישט וויסן וואס דאס מיינט,
קבלה איז א זאך וואס ווילאנג די ביסט נישט אויף א געוויסע מדרגה וועסטו נישט אנהייבן פארשטיין וואס די זאך וואס מען רעדט, איז.
די קענסט לערנען און שטודירן א גאנצע טאג קבלה, עס וועט דיר גארנישט העלפן, אזוי ווי א לעקטעררישון קען לערנען א גאנצען טאג איבער לעקטער אבער כדי צו קענען ארבעטן דארף מען אים וויזן אויף א עכטע לעקטעריק, קבלה איז נאך סאך ווייטער פון מציאות ווי דעם, דאס אז דער גוי לערנט קבלה מיינט נישט גארנישט
אבי גערעדט, צו פארשטיין קבלה דארסטו נישט מער ווי ליינען א גוטע בוך אדער האבן א גוטע מורה דרך וואס איז דיך מסביר די קאוד ווערטער, ווי אויך דארפסטו זיין אין א געוויסע state of mind זיך צו קענען קאננעקטן מיט די ענינים דארט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

איך האב מיך שוין אמאל גע'טענה'ט פריוואט מיט @רביה''ק זי''ע איבער דעם ענין, איך האב גע'טענה'ט ער זאל ברענגען פאקטישע באווייזן אז יש דברים בגוי און נישט עפעס מער ווי סאבדזשעקטיוו עקספיריענסעס ועדיין לא נושעתי
(איך קום נישט זאגן אז קבלה איז נישט אמת, עס שטייט דאך אין די ספרים, איך רעד אויב מ'קען עס אויפווייזן)
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

יא? אפשר ביסטו מיר מסביר וואס מיינט צומצום??
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

@רבה"ק: דו רעדסט פון ידיעת המציאות, דאס מיינט נישט גארנישט, דאס איז ווי איבערזאגן אסאך מאל די ווארט און נאכדעם מיינסטו אז דו פארשטייסט שוין
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יא יא, כמעט אלע אידן וואס כלומפרשט קענען קבלה קענן נישט מער ווי מדקלם זיין ווערטער וואס זיי פארשטייען נישט, ביי גוים איז דא א גרעסערע פראצענט וואס האבן עס יא ארויס.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא יא, כמעט אלע אידן וואס כלומפרשט קענען קבלה קענן נישט מער ווי מדקלם זיין ווערטער וואס זיי פארשטייען נישט, ביי גוים איז דא א גרעסערע פראצענט וואס האבן עס יא ארויס.
(צו די ערשטע האלב בין איך מודה צו דיר,)
דאס זענען זאכן וואס מען קען נישט ארויס האבן ווילאנג מען איז אויף די וועלט, דאס זענען נישט קיין מושגים וואס עקזיסטירן אין די וועלט, אדרבה זיי מיר מסביר וואס מיינט "צומצום"
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וואס מאכט דיך טראכטן אז איך ווייס וואס צמצום מיינט? און וואס מאכט דיך טראכטן אז קבלה איז נאר מושגים פון יענער וועלט? וואס איז דאס בכלל יענער וועלט? זאלסט מיר מוחל זיין אבער אויב ס'דא איינער וואס איז סתם מדקלם ווערטער וואס ער האט געהערט פון א צווייטן איז עס דיך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

Re: מיסטישע קבלה סודות אינעם וואטיקאן:

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

כוואליעס האט געשריבן:דרך אגב. 'תורת הסוד' מיינט נישט אז קיינער ווייסט נישט וואס דארט שטייט, עס מיינט אז קיינער 'פארשטייט' נישט וואס דארט שטייט,
איבער זאגן 10 מאל א קבלה ווארט און וויסן ווי מען רעדט דערפון מיינט נישט אז דער מענטש פארשטייט, דאס מיינט אז ער געדענקט וואס ער האט זיך איינגעחזרט, מען קען איבערזאגן די זעלבע ווארט 10 מאל און נישט וויסן וואס דאס מיינט,
קבלה איז א זאך וואס ווילאנג די ביסט נישט אויף א געוויסע מדרגה וועסטו נישט אנהייבן פארשטיין וואס די זאך וואס מען רעדט, איז.
די קענסט לערנען און שטודירן א גאנצע טאג קבלה, עס וועט דיר גארנישט העלפן, אזוי ווי א לעקטעררישון קען לערנען א גאנצען טאג איבער לעקטער אבער כדי צו קענען ארבעטן דארף מען אים וויזן אויף א עכטע לעקטעריק, קבלה איז נאך סאך ווייטער פון מציאות ווי דעם, דאס אז דער גוי לערנט קבלה מיינט נישט גארנישט
דאס איז עקזעקטלי די נקודה, איך האב נאך נישט געטראפן "קיין איין" "ערליכע" איד וואס האט באמת א השגה אין קבלה. אסאך ערליכע אידן זענען אין די נושא כחמור נושא ספרים.

ווידעראום צווישן נישט ערליכע אידן, און אפילו גוים, האב איך שוין געזען מערערע מיט הויכע השגות, און אפילו גאר הויכע מדריגות. פארשטייט זיך דארט איז אויך דא גענוג און נאך וואס ווייסן נישט וואס פליעט און בעבעלען סתם.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס מאכט דיך טראכטן אז איך ווייס וואס צמצום מיינט? און וואס מאכט דיך טראכטן אז קבלה איז נאר מושגים פון יענער וועלט? וואס איז דאס בכלל יענער וועלט?.
בקיצור. דו ווייסט נישט וואס קבלה איז. דו 'ווייסט' אבער אז גויים קענען און פארשטייען קבלה, אפשר ביסטו מסביר וויאזוי דו ביסט אנגעקומען צו די מסקנה? (די זעלבע זאך וואס האט דיר געברענגט צו לייקענען בכלל אין באשעפער :lol: )
איך ווייס אויך נישט וואס קבלה איז, איך ווייס נאר אז אין קבלה שטייט אז קבלה איז נישט קיין מושגים פון 'די' וועלט, און א מענטש'ליכע שכל קען דאס נישט פארשטיין
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:
כוואליעס האט געשריבן:דרך אגב. 'תורת הסוד' מיינט נישט אז קיינער ווייסט נישט וואס דארט שטייט, עס מיינט אז קיינער 'פארשטייט' נישט וואס דארט שטייט,
איבער זאגן 10 מאל א קבלה ווארט און וויסן ווי מען רעדט דערפון מיינט נישט אז דער מענטש פארשטייט, דאס מיינט אז ער געדענקט וואס ער האט זיך איינגעחזרט, מען קען איבערזאגן די זעלבע ווארט 10 מאל און נישט וויסן וואס דאס מיינט,
קבלה איז א זאך וואס ווילאנג די ביסט נישט אויף א געוויסע מדרגה וועסטו נישט אנהייבן פארשטיין וואס די זאך וואס מען רעדט, איז.
די קענסט לערנען און שטודירן א גאנצע טאג קבלה, עס וועט דיר גארנישט העלפן, אזוי ווי א לעקטעררישון קען לערנען א גאנצען טאג איבער לעקטער אבער כדי צו קענען ארבעטן דארף מען אים וויזן אויף א עכטע לעקטעריק, קבלה איז נאך סאך ווייטער פון מציאות ווי דעם, דאס אז דער גוי לערנט קבלה מיינט נישט גארנישט
דאס איז עקזעקטלי די נקודה, איך האב נאך נישט געטראפן "קיין איין" "ערליכע" איד וואס האט באמת א השגה אין קבלה. אסאך ערליכע אידן זענען אין די נושא כחמור נושא ספרים.

ווידעראום צווישן נישט ערליכע אידן, און אפילו גוים, האב איך שוין געזען מערערע מיט הויכע השגות, און אפילו גאר הויכע מדריגות. פארשטייט זיך דארט איז אויך דא גענוג און נאך וואס ווייסן נישט וואס פליעט און בעבעלען סתם.
הערט זיך אינטערעסאנט, איך קען נישט די מענטשן מילא קען איך מיר נישט קריגן מיט דיר ;)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

טיילמאל ווען מ'מאכט אויף אן אלט ספר, באמערקט מען ביים שער בלאט א בילד פון משה און אהרן. אהרן איז אנגעקליידעט אין זיינע פראכטפולע בגדי כהנה, און ער האלט אין זיין האנט געדעמפטע געווירצן, און משה רבינו מיט זיין פאטריאכעשע בארדע לעהנט זיך אן אויף די צוויי לוחות.
און נאך עפעס זעט מען אויפן בילד פון משה, מ'זעט נישט מער און נישט ווייניגער ווי אויף משה'ס קאפ וואקסן הערנער ווי להבדיל אויף די קאפ פון א בהמה וואס גייט אויף די פיר.
מאמיא... וואס איז די מעשה מיט די מאדנע הערנער? איז אזוי:
די לאטיינישע איבערטייטש אויף די תורה, טייטש דעם פסוק כי 'קרן' עור פני משה - אז משה האט געהאט הערנער. קרן טייטש 'שיין' - דאס געזיכט פון משה האט געלאכטן. אבער דער לייטיינישע איבערטייטשער איז ווארשיינליך נישט געווען קיין קליינער מן הארץ, האט פארשטאנען אז דאס באדייט הערנער. מיכעל-אַנגעלאָ ווען ער האט געמאלן דאס בילד פון משה רבינו האט ער עס געמאלן לויט זיין פאנטאזיע אינטערגעשלאגן מיט דאס לאטיינישע איבערטייטש פון חומש. ער האט געמאלן דאס בילד פון משה מיט א הארן אויפן קאפ - כי 'קרן' עור פני משה. פון דעם האט דער בחור הזעצער ווארשיינליך גענומען זיין פאנטאזיע - אז משה רבינו האט אנגעבליך פארמאגט הערנער וואקסן אויף זיין קאפ...
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

פנחסבןאלעזר האט געשריבן:והאחרון הכביד, דער פין קאליפארניע, ר' יהודה בערג, האט היימישע קינדער דא אין דער סיטי וואס שעמען זיך מיט דער ייחוס.
וויפיל איך ווייס האט ער געהייסען שרגא פייוול (פיליפ) ברג [אמת'ער נאמען איז גרוברגר (נישט געזארגט זיינע קינדער פון זוו"ר טראגען בכלל נישט דעם נאמען, נישט ברג און נישט גרוברגר...)]

ער איז געווען א תלמיד און נעפיו און לדבריו אויך דער ממלא מקום פון ר' יהודה צבי ברנדוויין זצ"ל מחבר פי' מעלות הסולם על תיקוני זהר וואס איז געווען א שוואגער און תלמיד פון הרב אשלג זצ"ל.
פארשפארט