אפגעטיילט פון דעם אשכול.
כ'זע אז אפילו אין וויליאמסבורג בהאנדלט מען ביכער פון אזעלעכע וולעכע זיינן נישט קיין שומרי תורה ומצוות אין אפילו פון עלרים און ערל'טעס. פרעגט זיך די פראגע קען איך ברענגען דא א חיבור וולעכער ס'איז געשריבן געווארן אלץ א דאקטאראט טעזיס אויף יידישע עניינים אין דעם העבריישן אוניברסיטעט? כ'מיין אז ווען דער מחבר וואלט געלעבט א הונדערט יאר צוריק וואלט מען אים אנגערופן א 'משכיל'.
ספרי מחקר
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 8:23 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 8:23 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
א נייער מחקר אויף מדרש פרדר
כ'וויל רעדן וועגן א נייע חיבור וועלכער פארשט דעם באוואוסטן מדרש פרקי דר' אליעזר. (ס'איז פאראן א באזונדער אשכול וואס האנדלט מיט די הוצאה פון זכרון אהרן, אבער נישט דאס איז איצטער מיין ציל).
דער חיבור איז דן וועגן די כתבי יד און נאך פארשידענע עניינים פונעם אויבנדערמנטער מדרש מיטן נאמען: 'פרקי דרבי אליעזר: נוסח, עריכה ודוגמת סינופסיס של כתבי היד. דער חיבור איז געווען ארגינעל א דאקטאראט טעזיס וולעכער האט ערשינען מיט צוויי יאר צוריק, און ממש איצט איז דער מחקר ארויס דורך 'יד יצחק בן צבי' צוזאמען מיט דעם קרייז תלמוד פונעם העברעיישן אונווערסיטעט אין ירושלים אונטער דעם סיריע: 'סדרת עבודות דוקטור נבחרות'.
איינע פון די גאר אינטערעסאנטע עניינים וועלכע האבן געכאפט מיין אויג איז דער צוולפטער פרק אין דעם מחקר, וולעכער הייסט" 'חידושי הלכה ומסורות לא רבניות המשתקפות בחיבור'. דער מחבר טענה'ט אז ס'געפונן זיך אין פרקי דרבי אליעזר עטליכע טראדיציעס וולעכע שטימן נישט מיטל די הלכות פון חז"ל. אויב דער פארשער איז גערכעט איז דאס גאנץ משונהדיק מאדנע. מיר ווייסן זייער גוט אז דער חיבור איז אנגענומען געווארן אין גאנץ כלל ישראל. און פלוצעם אזא טענה?!

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
שלזינגרוביץ האט געשריבן: כ'מיין אז ווען דער מחבר וואלט געלעבט א הונדערט יאר צוריק וואלט מען אים אנגערופן א 'משכיל'.
איך ווייס נישט ווי אזוי ס'גייט אין ארצינו הקדושה, אבער ביי אונז רופט מען 'משכיל' יעדער איינער וואס איז מפקפק אויף עפעס וואס מען האט געטון אינדערהיים פאר די מלחמה, פון איינער וואס גלייבט אין עוואלוציע, ביז איינער וואס מאכט מציצה בכלי און עסט פיש שבת מיט א גאפל. איך מיין אבער אז אמאל איז אויך אזוי געווען, פיל פון די ערליכע רבנים היינט וואלטן געהייסן א משכיל אמאל, נעמט למשל ר' שלמה יהודה ראפאפארט, א תלמיד חכם מופלג און מדקדק בקלה כבחמורה, האט ער זיך פארדינט צו שטיין אויף דעם זעלבן מדרגה ווי אנדערע משכילים ווי יוסף פערל וועלכע האבן געזוכט אויסצורייסן אידישקייט. דעריבער דארפט איר קלאר שטעלן וואספארא סוג משכיל ער איז.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
דא קענט איר זען פון אליעזר טרייטל אליין ווי ער איז דן איבער די נושאים נאך איידער זיין ספר איז ארויסגעקומען. ביטע הרב שלזנגרוביץ, אויב איר קענט געבן נאך עטליכע אזעלכע דוגמאות וועל איך אייך דאנקבאר זיין. איך זע נאר נישט וואס איז די גרויסע וואונדער לויט די אנגענומענע מסורה אז דער מחבר איז רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי אליעזר איז דאך געווען א תנא, פארוואס האט ער נישט געמעגט זיין מחולק מיט די אנגענומענע הלכות היינט צוטאגס. אפילו לויט די חוקרים אז עס איז פון אסאך שפעטער איז מסתם אריינגעלייגט אלטע מדרשים.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
יאיר האט געשריבן:דא קענט איר זען פון אליעזר טרייטל אליין ווי ער איז דן איבער די נושאים נאך איידער זיין ספר איז ארויסגעקומען. ביטע הרב שלזנגרוביץ, אויב איר קענט געבן נאך עטליכע אזעלכע דוגמאות וועל איך אייך דאנקבאר זיין. איך זע נאר נישט וואס איז די גרויסע וואונדער לויט די אנגענומענע מסורה אז דער מחבר איז רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי אליעזר איז דאך געווען א תנא, פארוואס האט ער נישט געמעגט זיין מחולק מיט די אנגענומענע הלכות היינט צוטאגס. אפילו לויט די חוקריםאז עס איז פון אסאך שפעטער איז מסתם אריינגעלייגט אלטע מדרשים.
דיין ערשטע לינק איז די 6 בלאט פון די אשכול צו וועלכע איך האב שוין אויבן געלינקט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 8:23 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל