אפאזיציע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

אפאזיציע

שליחה דורך אלע צוזאמען »

ער איז די פירער פון די אפאזיציע, ער איז געווען, און נאך אלץ איז דער איינציגסטער וואס האט נישט מורא זיך ארויסצושטעלן קעגן די רעזשים וואס הערשט שוין יארן מיט א שטארקייט אינעם ריזן לאנד, מער ווי איינמאל האט מען אים פרובירט צו פארשטילן, און פארמאכן דאס מויל וואס איז אנ'פילטערט ווען ס'קומט צו גאווערמענט קארופציע, אבער ער דערשרעקט זיך נישט, און אויף דערווייל גייט ער ווייטער, אן קיין אפשטעל.

אפילו נאכ'ן ווערן אויסגעשפארט פון די ציוויליזאציע, און ווערן פארשפארט אין הויז ארעסט, האט ער נישט אויפגעהערט, אויך נאך וואס די דיקטאטור'ס פריוואטע געהיים פאליציי איז אים איבערגעפאלן, און זיין הויז, ווי זיי האבן סייווי אלעס געזעהן דורך קעמערע'ס, וואס זיי האבן אינסטאלירט, איז ער ווייטער אנגעגאנגן, ער ווערט גערודפט דורך יעדע ענגעל און שטאפל פון די גאווערמענט, מיט באשולדיגונגען וואס אויבנאויף קוקט עס אויס זייער ערנסט, אויס נער'ן די גאווערמענט דורך נישט באצאלן פולע טעקסעס, אדער אנפירן א ווידערשטאנד אקעגן די דעמאקראטיש ערוויילטע רעגירונג, און נאך.

פארשטייט זיך אז די מידיע אין לאנד איז אויף דער זייט פון די רעזשים, א חלק ווייל זיי זענען כמעט ווי געצווינגען און א טייל זענען אקטיווע שותפים מיט די רעגירונג, און אז די אינפארמאציע איז געפיטערט איין וועג, איז נישט מער ווי נארמאל אז רוב איינוואוינער גלייבן אויך אזוי, און אלץ א דירעקטע רעזולטאט פון די רעזשים'ס קאנטראל אויף די מידיע איז ער אין זיין לאנד פארפיינטעט ביי א מערהייט, און די זעלבע צייט וואס ארום די וועלט איז ער היבש פאפולער און אנגענומען.

יא, צוויי מענטשן פיטן די דערסקרופציע , צוויי וועלט'ס באקאנטע פערזאנען גייען אריין אין די אויבערדערמאנטע דריי פאראגראפן, 'דאנעלד טראמפ' אין 'אמעריקע' און 'אלעקסי נאוואלני' אין 'רוסלאנד', ביידע פון זיי ווערן גערודפט דורך די מאכטפולע אין זייער באטרעפענדע לאנד, אין מאמע רוסלאנד איז עס 'פוטין' און זיין FSB, און אין 'אמעריקע' איז עס די Deep State מיט די FBI.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
[NAMELESS]

Re: אפאזיציע

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביידע ווערן גערודפט אבער זענען נישט קיין נרדפים..
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

זיי דיך מסביר
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

געבאמפט אין ליכט פון 'פרעזידענט טראמפ'ס צווייטע ארעסט.
ווי זאגט 'יוסי געשטעטנער', וואס איז די חילוק פון 'אמעריקע' ביז 'רוסלאנד'?
אין 'אמעריקע' איז דא מער פעפירווארק.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

טראמפ איז נישט געווען אונטערן היים ארעסט.
די גאווערמענט האט נישט אינסטאלירט קעמרעס אין זיין הויז.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

@אלע צוזאמען אין איין ווארט, פארוואס איז טראמפ נישט באגאנגען א פארברעכן מיטן האלטן האקעלע אומקלאסיפיצירטע דאקומענטן ביי זיך?
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

ביידן, פענס, קלינטאן זענען באגאנגן די זעלבע פארברעכן און קיינער באדערט זיי נישט.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:ביידן, פענס, קלינטאן זענען באגאנגן די זעלבע פארברעכן און קיינער באדערט זיי נישט.
ביידן און פענס האבן געטראפן דאקומענטן וואס זענען בטעות פארבליבן און זיך גלייך פארבינדן דאס איבערצוגעבן, משא"כ טראמפ וואס האט בזדון גענומען האקעלע קלאסעפיצירטע דאקומענטן און נישט געוואלט צוריק געבן נאך כמה בקשות. קלינטאן בין איך נישט באקאנט
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

טראמפ איז געווען פרעזידענט און ער האט אלעס -געקענט- דע'קלאסעפעצירן, 'ביידען, פענס און קלינטאן' האבן נישט געהאט די כח.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

סקעפטיקער האט געשריבן:
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:ביידן, פענס, קלינטאן זענען באגאנגן די זעלבע פארברעכן און קיינער באדערט זיי נישט.
ביידן און פענס האבן געטראפן דאקומענטן וואס זענען בטעות פארבליבן און זיך גלייך פארבינדן דאס איבערצוגעבן, משא"כ טראמפ וואס האט בזדון גענומען האקעלע קלאסעפיצירטע דאקומענטן און נישט געוואלט צוריק געבן נאך כמה בקשות. קלינטאן בין איך נישט באקאנט
'ביידען' האט געהאט, און האט נאך אלס, דאקומענטן פון אלס סענאטאר, סאו ניין, ער האט נישט אלעס איבערגעגעבן, און ס'נישט געווען בטעות.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

סקעפטיקער האט געשריבן:@אלע צוזאמען אין איין ווארט, פארוואס איז טראמפ נישט באגאנגען א פארברעכן מיטן האלטן האקעלע אומקלאסיפיצירטע דאקומענטן ביי זיך?
1) ער האט עס געקענט דע'קלאסעפעצירן נאר מיט זיין זאגן.
2) לאמיר זאגן ער האט עס נישט דע'קלאסעפעצירט, איז עס נאך אלץ אן עבירה וואס יעדע איינציגע פרעזידענט, וויצע פרעזידענט, און צענדליגע הויכראנגיקע סענאטארן זענען, און באגייען נאך יעצט, און somehow האט מען זיך ארויפגעזעצט אויף 'טראמפ'.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

דא האסטו די לצינות פון די חברה, זיי האבן די שמועס ווי טראמפ זאגט אז ער קען נישט ווייזן פארן רעפארטער די דאקומענטן, און זיי ניצן דאס אלס באווייז אז ער האט עס יא געוויזן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

דו האסט דא גענטפערט פיר אנדערע אדער פארקערטע תירוצים, דערמאנט מיר פונעם גע'גנב'טע זייגער וואס ער האט נישט גע'גנב'ט און שוין לאנג צוריק געגעבן. זאג איבער איינס אויפאמאל און לאמיר זעהן אויב עס האלט וואסער
Happy365
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 01, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך Happy365 »

אלע צוזאמען האט געשריבן:דא האסטו די לצינות פון די חברה, זיי האבן די שמועס ווי טראמפ זאגט אז ער קען נישט ווייזן פארן רעפארטער די דאקומענטן, און זיי ניצן דאס אלס באווייז אז ער האט עס יא געוויזן.
איך פארשטיי פון די טראנסקריפט אז פאר די רעפארטער האט ער עס יא געוויזן נאר עס נישט געלאזט ארויס לייגן אין פאבליק.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

Happy365 האט געשריבן:

ניין, ער האט געוויזן פארן רעפארטער אז ער האט אזא פאפיר, אבער ער האט אים נישט געוויזן די אינהאלט.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

סקעפטיקער האט געשריבן:דו האסט דא גענטפערט פיר אנדערע אדער פארקערטע תירוצים, דערמאנט מיר פונעם גע'גנב'טע זייגער וואס ער האט נישט גע'גנב'ט און שוין לאנג צוריק געגעבן. זאג איבער איינס אויפאמאל און לאמיר זעהן אויב עס האלט וואסער
אנדערע, יא, פארקערט דאס שוין נישט.
1) טראמפ, אלץ פרעזידענט, בלויז מיט זיין דיבור ווערט עס דע'קלאסעפעצירט.
די שטארקייט האבן 'ביידען, פענס', און 'קלינטאן' נישט פארמאגט.
2) טראמפ זאגט אז ער האט דע'קלאסעפעצירט.
3) לאמיר זאגן ער האט עס נישט, איז עס נאך אלץ אן עבירה וואס יעדע איינציגע פרעזידענט, וויצע פרעזידענט, און צענדליגע הויכראנגיקע סענאטארן זענען, און באגייען נאך יעצט, און somehow האט מען זיך ארויפגעזעצט אויף 'טראמפ'.

אלע צוזאמען האט געשריבן:

"Well, with Milley — uh, let me see that, I'll show you an example. He said that I wanted to attack Iran. Isn't that amazing?” the transcript said. “I have a big pile of papers, this thing just came up. Look. This was him. They presented me this — this is off the record, but — they presented me this. This was him. This was the Defense Department and him.

“We looked at some. This was him. This wasn't done by me, this was him. All sorts of stuff — pages long, look. Wait a minute, let’s see here. I just found, isn’t that amazing? This totally wins my case, you know. Except it is, like, highly confidential. Secret. This is secret information. Look, look at this. This was done by the military and given to me.”

עס קוקט מיר אויס ווי ער האט עס יא געוויזן פארן רעפארטער
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

אלע צוזאמען האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:דו האסט דא גענטפערט פיר אנדערע אדער פארקערטע תירוצים, דערמאנט מיר פונעם גע'גנב'טע זייגער וואס ער האט נישט גע'גנב'ט און שוין לאנג צוריק געגעבן. זאג איבער איינס אויפאמאל און לאמיר זעהן אויב עס האלט וואסער
אנדערע, יא, פארקערט דאס שוין נישט.
1) טראמפ, אלץ פרעזידענט, בלויז מיט זיין דיבור ווערט עס דע'קלאסעפעצירט.
די שטארקייט האבן 'ביידען, פענס', און 'קלינטאן' נישט פארמאגט.
2) טראמפ זאגט אז ער האט דע'קלאסעפעצירט.
3) לאמיר זאגן ער האט עס נישט, איז עס נאך אלץ אן עבירה וואס יעדע איינציגע פרעזידענט, וויצע פרעזידענט, און צענדליגע הויכראנגיקע סענאטארן זענען, און באגייען נאך יעצט, און somehow האט מען זיך ארויפגעזעצט אויף 'טראמפ'.
1) אויב דאס איז אמת ווייס איך נישט, אבער אין די רעקארדינג זאגט ער אז ער האט עס נישט דיקאלאסעפיצירט
2) אין די רעקארדינג זאגט ער אז נישט
3) מהיכי תיתי אז אנדערע האבן "במזיד" גענומען סעסענטיווע קלאסיפיצירטע דאקומענטן? דאס אז עס פארווארפט זיך דא דארט בטעות און מ'גיבט עס צוריק איז עפעס אנדערש
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

Happy365 האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:
Happy365 האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:דא האסטו די לצינות פון די חברה, זיי האבן די שמועס ווי טראמפ זאגט אז ער קען נישט ווייזן פארן רעפארטער די דאקומענטן, און זיי ניצן דאס אלס באווייז אז ער האט עס יא געוויזן.
איך פארשטיי פון די טראנסקריפט אז פאר די רעפארטער האט ער עס יא געוויזן נאר עס נישט געלאזט ארויס לייגן אין פאבליק.
ניין, ער האט געוויזן פארן רעפארטער אז ער האט אזא פאפיר, אבער ער האט אים נישט געוויזן די אינהאלט.
"Well, with Milley — uh, let me see that, I'll show you an example. He said that I wanted to attack Iran. Isn't that amazing?” the transcript said. “I have a big pile of papers, this thing just came up. Look. This was him. They presented me this — this is off the record, but — they presented me this. This was him. This was the Defense Department and him.

“We looked at some. This was him. This wasn't done by me, this was him. All sorts of stuff — pages long, look. Wait a minute, let’s see here. I just found, isn’t that amazing? This totally wins my case, you know. Except it is, like, highly confidential. Secret. This is secret information. Look, look at this. This was done by the military and given to me.”

עס קוקט מיר אויס ווי ער האט עס יא געוויזן פארן רעפארטער
קיין איין קאונט פון די אינדייטמענטס ווערט נישט דערמאנט אז ער האט פאקטיש געוויזן די דאקומענט צו איינער וואס האט עס נישט געמעגט זעהן, ווייל ער האט עס נישט געוויזן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: אפאזיציע

שליחה דורך אלפא »

ברעיקינג ניוס:

אלעקסיי נאוואלני - טויט!!

עס איז איבעריג צו שפעקילירן די אורזאך דערצו...

******

יעצט אז נאוואלני איז טויט (דאס איז שוין נאך פריגאז'ין, און טאקער קען נאך לכאו' ערווארטן צו זיין נעקסט...) - איז דאך אמעריקע אודאי אזויווי רוסלאנד! הא?! וואס זאגטס עטס יעצט?
אויב איז נישט גענוג אז האנטער ביידן איז שוין אויך אויסגעפראקט וכו' וכו'.

קומטס ביטע צום שכל - אלע אונזערע יוסי געשטעטנער'ס דא...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: אפאזיציע

שליחה דורך אלפא »

איז נאכאיינער דא אזוי אויפגערעגט ווי מיר?
בין איך די איינציגסטע וואס קען נישט צו זיך קומען פון די תמימות פון אזאנע מענטשן ווי טאקער ודומה לו וועלכע האלטן באמת אז רוסלאנד פירט זיך ענליך צו אמעריקע?

ווען פוטין האט אינדארסירט ביידן אפאר טעג צוריק, איז געווען שפעקולאציעס אז ער מיינט דאס אלס אזא רעווערס סייקאלעדזשי - אז מענטשן אין אמעריקע זאלן לכבוד דעם נישט וואטן פאר ביידן און טראמפ זאל געווינען. אנדערע האבן געהאלטן אז ער איז נישט אזוי כיטערע מיט דעם נאר ער האלט באמת אז ביידן וועלכע ער קען פרעדיקטן איז אים ענדערש ווי טראמפ.

ווען איך זע אבער אזא גראבע טפשות - צו הרג'נען א קעגנער אין די וואך וואס מ'דיסקוסירט נאך מעגליכע סימפאטיע פאר רוסלאנד - פארשטיי איך אז דער איז קאמפליטלי נישט מיט אונז, און ער פירט זיך זיינע אייגענע חשבונות אן צו נעמען אין באטראכט וואס מיר טראכטן...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: אפאזיציע

שליחה דורך שאלתיאל »

פארוואס האלטסטו אז ס'טיפשות פון אים צו הרג'נען זיינע קעגנער? ס'נישט דאס ערשטע מאל ער טוט עס, אריינגערעכנט אויף די באדן פון אנדערע לענדער. ער איז א דיקטעטאר און א כיטרע יונג. ס'נישט קיין סתירה.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: אפאזיציע

שליחה דורך אלפא »

ס'איז נאר טפשות בעת וואס ער האט ארויסגערוקט די אינטערוויו מיט טאקער, פון וואס אסאך מערב-וועלט אויפגעקלערטע זענען געווארן אביסל איבערגעדרייט און איבערגעצייגט אז אפשר האט ער יא א פוינט און אפשר איז ער נישט אזוי משוגע ווי מ'מאלט אים אראפ. צו טון אזא שריט אין אזא הייקעלע מאמענט מיינט אז ער רעכנט זיך בכלל נישט מיט די מערב-וועלט סימפאטיע, און האפענטליך מיינט עס טאקע אז די אלע 'איבערגעצייגטע' וועלן איינזען פון וואס מ'האנדלט באמת, און אים נישט גלייבן אויפן ווארט אז ער וויל נאר שלום און אז וואלט 'קיינמאל' נישט אינוואדירט פוילן, א.א.וו.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
פארשפארט