פון דא. נ.ב. דעם וואס קען אריינלייגן די בילדער וועל איך דאנקבאר זיין.
איך בין געווען די זוהן פון דער קעניג אין א הויז פון משוגעים
8 יאר צוריק איז נפטר געווארן הרב אליעזר שלמה שיק וועלכער האט אויפגעשטעלט א קהילה אין יבנאל פון 400 חסידישע משפחות. אין א נייע און עקסלוסיוו דאקומענטרי אויף כאן 11 טוט זיין זוהן מושי, פאר די ערשטע מאל, אויפדעקן די נפשיות'דיגע און יארן-לאנגע פייניגונגען וואס ער און די אנדערע פארגלויביגטע זענען אריבער. פון דאס חתונה מאכן קטנים ("רעיפ אין די לבוש פון חתונה האבן"), מיט די הילף פון די משמרת הצניעות וואס די רבי האט אויפגעשטעלט כדי "מחנך" צו זיין אינגע מיידלעך ("די ערגסטע און גרעסטע חזירים און נואפים האבן נאכגעקוקט פאר אים ווער ס'דרייט זיך ארום ביינאכט אין די גאסן") ביז'ן פאטער'ס זעלבסט זיך נישט וויסענדיג מאכן פון א סקסואלע אנפאל וואס זיין אייגענע זוהן איז אריבער. "ער האט זיכער געמאכט אז יעדער וואס שטייט אים אין וועג זאל קריגן מכות רצח אבער ווען איך בין אריבער דאס ערגסטע – האט ער גארנישט געטוהן"
אויב אין די חרדישע וועלט איז גיין אויסוואשן די שמוציגע אונטערהויזן אינדרויסן עפעס וואס איז גענצליך אפגעפרעגט, וואס פאדערט זיך געוואלדיגע נפשיות'דיגע כוחות – איז עס אין די חסידישע וועלט כמעט נישט בנמצא. זיכער נישט ווען דו ביסט די זוהן פון א געשעצטע ברייט באקאנטע רבי וואס טויזנטער באזוכן זיין קבר דורכאויס דעם יאהר, זענען מנדב מיליאנען צו זיינע מוסדות און לערנען זיינע ספרים. אבער מושי שיק (45) האט געשפירט אז ער קען מער נישט האלטן אין בויך דאס וואס ער איז אריבערגעגאנגען.
ער איז א פאטער צו זעקס קינדער און א זיידע צו דריי אייניקלעך. ער וואוינט אין ניו יארק און איז דער בן זקונים פון דער מוהרא"ש (מורנו ורבנו הרב אליעזר שלמה שיק) – דער וואס האט מייסד געווען קהילת היכל הקודש און די מושב פון יבנאל אין יאר תשמ"ו, פון די חשובע ברסלבע רבנים. ער איז נפטר געווארן 8 יאר צוריק. "איך בין באוואוסטזיניג דערצו אז וואס איז טוה דא איז נישט א פשוטע עסק", ענדיגט מושי צו צום סוף.
דורכאויס די יארן איז די ברסלבע קהילה פון יבנאל נישט איינמאל געווען אין די צייטונגען, צווישן אנדערע, צוליב דאס חתונה מאכן אינגע קינדער איבער וועלכן עס איז געעפנט געווארן א קרימינאלע אויספארשונג אנטקעגן מוהרא"ש. פאר א משך פון פיהר יאהר האט ער נישט באזוכט דאס לאנד צוליבן חשש אז ער וועט ארעסטירט ווערן און צום סוף האט זיך דער אויספארשונג געשלאסן אין תשס"ו אהנע אנקלאגע. צווישן חרדים איז דער מוהראש, וועלכער ווערט אויך גערופן מיט'ן צונאמען דער 'צדיק פון יבנאל', פארבליבן ריין אהן קיין פלעק.
בקרוב וועלן אלגעמיינע בירגער פון ישראל קענען אריינבליקן אין די פרשה מיט ערשט-האנטיגע שרעקעדיגע און ציפעדיגע עדות פון זיין זוהן מושי אליינס אין א דאקומענטרי מיט'ן נאמען "בשם האב" (אין נאמען פון טאטן – דריי טיילן, אנגעהויבן פון דינסטאג 15 מערץ אויף כאן 11). אין לויף פון פינף יאהר האט דער דאקומענטרי דירעקטאר בת דוד אוז'לבו – צוזאמען מיט די פראדוצירער גל גופר מיט יואב לשם – צוגעהערט צו עדות פון צענדליגע מענטשן פון קהילת מוהראש, אריינגרעכנט אזוינע וואס זענען ארויס פון דארטן געשעדיגט, און דורכאויס דער פראגראם וועט געעפנט ווערן א פנדורה באקס וואס וועט נישט איבערלאזן א טרוקן אויג.
די עדות פון מושי – די חשובסטע און מערסט ארויסשטארנדע פון אלעמען – איז אייגענטליך דאס ערשטע מאל וואס א טרייער חרדי דעקט אויף דעם גאנצן געשיכטע און בעיקר די פארוויקלטע און קאמפליצירטע אמת איבער דער ראש הקהילה, זיין טאטע, פון אינעווענדיג. און טוהט דאס מיט א טריט וואס פאדערט אומגעהויערע שטארקייט און איז פארבינדן אין סכנות. א טייל פון די ציטאטן אין דער ארטיקל זענען גענומען דירעקט פון די דאקומענטרי וואס איז שוין פארקויפט געווארן פאר מערערע לענדער אין אירופה.
מושי האט דריי שוועסטער און איין ברודער און ער איז דער אינגסטער פון צווישן זיי. די עדות איבער זיין טאטע קומט אים נישט אן גרינג, לייכט גערעדט. "איך שטארב פון פחד", זאגט אונז מושי אין א שמועס פון זיין הויז אין ניו יארק. "איך שלאף נישט ביינאכט, איך פרעג מיך צענדליגע מאל פארוואס האב איך מסכים געווען דאס צוטוהן אבער דאן דערמאן איך מיר אין דאס שרעקעדיגסטע מאמענטן פון מיין לעבן, א וואונד וואס עסט מיר אויף אינעווענדיג און גיבט מיר נישט קיין מנוחה".
"מיין טאטע פלעגט מיר שטענדיג זאגן אז ווען ער וועט ארויפגיין אין הימל ווערט ער איבערדרייען טישן און בענק און זיך זארגן אז די רעגירונג זאל זיך נישט מישן אין עניינים פון שידוכים צווישן אינגלעך און מיידלעך אין די קהילה. ער האט געגלייבט אז דאס חתונה האבן אין א אינגע עלטער טוט אפהיטן פון זינד און נסיונות. אבער ווען איך בין אדורך דאס ערגסטע טראגעדיע אין מיין לעבן, נישט נאר וואס ער האט נישט איבערגעדרייט קיין טישן און בענק. ער האט קיין מוק נישט ארויסגעגעבן. צוויי טעג פאר מיין טאטע איז נפטר געווארן פון קענסער האב איך אים געזאגט אז איך בין אים נישט מוחל. דאס האט זיך עפעס אזוי ארויסגעכאפט פון מיר אומווילענדיג.
איך האב געלערנט אין א חסידישע ישיבה און איינער פון די העכסטע איינגעשטעלטע דארטן האט מיר געטאטשט אויף זייער א מיאוסן אופן. מיין טענה קעגן מיין טאטע איז געווען: אויב קעגן סיי וועלכער עס האט אנגעהויבן מיט אים אדער באדראהעט זיין שטאנד האט ער געמאכט זיכער צו שיקן שליחים זאלן יענעם געבן מכות רצח, אפשניידן די בארד און יענעם סטראשען זיין לעבן, פארוואס ווען צו מיר איז געשעהן דאס ערגסטע איז ער שטיל געשוויגן און גארנישט געטוהן?
מיין טאטע האט מיר געענטפערט אהן בכלל מבולבל ווערן: אויב וואלט דאס ארויס אין די גאס וואלסטו נישט מצליח געווען א חתן צו ווערן ווייל דאס וואלט געמאכט אויף דיר א שם רע. איך האב נישט אקצעפטירט דער תשובה: איך האב אים געזאגט: טאטי, אויב ווילסטו איך זאל דיר מוחל זיין, מוזטו, ווען דו גייסט ארויף אין הימל, זיך מטפל זיין מיט דעם מענטש".
איך האב באוויינט מיין לעבן
איך בין געווען דעמאלס 16, דערמאנט זיך מושי וואס איז אריבער אויף אים אין יענע שווארצע תקופה. מיינע עלטערן האבן געוואוינט אין אמעריקע און געקומען צו יבנאל זעקס מאל א יאהר, יעדע מאל אויף א באזוך פון צוויי וואכן. אין ישיבה האב איך מיך נישט געפונען דעם פלאץ. אין אזא מצב, ווען א חשובע איינגעשטעלטער געבט דיך אטענשאן, כאפסטו נישט וואספארא קראנקער און חזיר יענער איז.
איין טאג פארציילט ער, ווען זיי זענען געפארן צוזאמען אין א קאר, האט יענע מענטש געלייגט זיינע הענט ווי ער דארף נישט, ווי מושי באצייכנט עס. איך בין געווען קאנפיוזד און דערשראקן. צופרי האב איך מיך פארבונדן מיט מיין טאטע. כ'האב נישט געוואוסט ווי אזוי אים עס צו פארציילן. האב איך דערפאר אים געזאגט אז איך מיין אז יענער דארף מיך פאר א זיווג פאר זיין טאכטער. מיין טאטע האט מיר געזאגט אין אידיש מיט א שמחה: אצינד קען איך פארשטאפן אסאך מיילער ווייל ענדליך איז דא עמיצער חשוב וואס דארף אונז. נאך די אומצאליגע נייןס וואס ער האט באקומען. מער איבערדעם איז ער נישט אינטערסירט געווען פון מיר צוהערן.
אן אנדערע מאל בין איך געפארן צוזאמען מיט די משפחה פון יענער חשובער איינגעשטעלטער צו אונז אהיים צו יבנאל. מיין טאטע און מאמע זענען דאן געווען אין אמעריקע. ער איז געשלאפן אין מיינע עלטערן'ס שלאף צימער ווייל ער א גאר חשובער מענטש געווען און איך בין געשלאפן אין די ספרים צימער. אינמיטן נאכט וועק איך מיך אויף און ער ליגט אויף מיר. ער האט מיך אנגעווארנט איך זאל מיך נישט וואגן זאגן עמיצער. אזוי קראנק איז דאס געווען. ווען איך בין צוריק צו ישיבה בין איך אנטלאפן צום כותל און פאר צוויי דריי שעה האב איך זיך אויסגעוויינט דאס הארץ. דעם נעקסטן טאג ווען איך האב פארציילט מיין טאטן איז זיין איינציגסטע רעאקציע געווען אז מען דארף מיר שנעל א חתן מאכן – און אזוי איז טאקע געווען.
מיין ציהל מיט'ן דאס אלעס פארציילן איז כדי מענטשן זאלן פארשטיין אז אפילו אויב דו פארציילסט דאס וואס ליגט דיר אויפ'ן הארץ מיינט דאס נאכנישט אז דו לאזט איבער דאס אידישע וועג. איך הער אזויפיהל פון מיינע חברים, און יעדער מיטשעט זיך מיט אן אנדער שטיין וואס ליגט אים אויפ'ן הארצן, און יעדער איז זיכער איז ער איז דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם. אין יעדן תחום. מענטשן זענען אפגעקנאקט פון זייערע הרגשים. [איך וויל זאגן ניין,] מען קען יא ארויסזאגן, מען מעג יא מיט-טיילן און נאכאלס בלייבן מענטשן מאמינים, און יראי שמים.
איינע פון די הויפט נושאים וואס מוהראש פלעגט רעדן מיט זיינע חסידים איז איבער די וויכטיגקייט פון שלום בית – די חשיבות פון הרמאניע און כבוד געבן איינער דעם צווייטן אין דאס חתונה-געהאטע לעבן. די פאקט אז ס'האט זיך געהאנדלט פון א אויפרעגנדע צביעות (א געמאכטקייט/היפאקריטיע) איז וואס האט געשטופט מוישי'ן צומערסטנס ארויסצוקומען און פארציילן אלץ איבער זיין טאטע. "מיין מאמע האט געליטן דורכאויס די יארן וואס זי איז געווען חתונה געהאט צו אים איבער וועגן וואס ס'האט זיך אלץ אפגעטאהן אין די קהילה. איינער פון די קרובים פון מיין משפחה, א חשובע רב, האט מיך געזאגט 'אזא שאד דיין מאמע האט נישט זוכה געווען צו לעבן נאך יארן נאכוואס ער איז געשטארבן, אפשר וואלט זי זוכה געווען צו אביסל מנוחת הנפש'. מענטשן וואס באגעגענען מיר זאגן מיר 'וואו, דו ביסט די זוהן פון מוהראש? וואספארא זכות'. און דאס שטעכט מיר. עס טוט מיר וויי. ווייל די פיקטשער איז אסאך מער קאמפליצירט און די אמת איז וויכטיג ס'זאל ארויסקומען.
הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב: ארטיקל איבערגעזעצט אין אידיש
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 16, 2022 4:05 am
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

די פרינץ וואס איז געוואקסן אין די דזשונגל
אויב דו קומסט פון א משפחה פון ספארטלער ווילסטו אויכעט געווינען די אלימפיקס. אויב דו קומסט פון א משפחה פון דאקטורים ווילסטו אויכעט וואקסן איינס. אויב דו קומסט פון א משפחה פון רבנים ווילסטו אויפווייזן דיין טאטע אז דו קענסט זיין א בעסערער רבי פון אים. און די ערשטע שריט דערצו איז זיך אנצוטוהן די בגדים ווי עס פאסט פאר א רבי, און דאס האט ער גוט געקענט, זאגט מושי.
אבער ווער איז געווען דער טאטע פון אונטער די קליידער? א מענטש וואס ראטעוועט נשמות אדער א קאלטער מענטש וואס האט פארהייראט קינדער און זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון מעשיות פון רעיפ און געוואלדטאהטן וואס זענען געקומען צו זיינע אויערן? ווען מען הערט זיך צו צו מושי, דער עליטיש קינד וואס איז אויפגעוואקסן אין די דזשונגל, אין א בית משוגעים ווי ער איז עס מגדיר, פארשטייט מען ווי ווייט קאמפליצירט דאס בילד איז.
די היט פון דעם טאטן האט געגלאנצט, די שיך זענען געווען שיין אויסגעפוצט. ער האט גוט געשפיהלט די געים. ער האט ארויסגעהאט א מענטש אין א רגע. און ער האט געהאט א שרעקליכע טאלאנט צו קענען שטראפן עמיצן. זיין חוזק-שמייכל איז ארגער געווען פון א רעוואלווער. ער האט געהאט א וועג פון דיך מאכן פיהלן ווי דו ביסט א גארנישט. וואטעווער די קעיס איז געווען, צו דו האסט יא ריכטיג געטוהן, צו נישט ריכטיג, כדי צו וויי טוהן עמיצן אדער יענעם צו קאמפלימענטירן – אלצדינג איז געטוהן געווארן מיט איין ציהל – אויפצוווייזן פאר זיין טאטן, מיין זיידע, אז ער האט געטויגט בעסער ווי אים – מיין זיידע.
ער האט פשוט באשלאסן איין טאג צו ווערן א ראָק סטאַר. ער איז זייער כאריזמאטיש געווען, א קאנטראלער און א מאנופולירער. אבער אלעס האט געשטאמט פון שוואכקייט. און איך ווייס פון איינסייד אז מיין טאטע'ס הצלחה איז געקומען פון איין מאטיוואציע: איבערצוווייזן זיין טאט'ן אז ער האט זיך טועה געווען. מיין זיידע איז א גרויסע רב געוועזן. אבער אן אנגעגעסענער און נערוועזער מענטש. מיין טאטע איז שטענדיג אראפגעקלאפט געווארן. און זיין ברודער בנימין איז געהאלטן געווארן פאר דער גרויסער גאון וועמען יעדער האט ארויפגעקוקט. דערפאר איז מיין טאטע, פון דעמאלס, שטענדיג פארנומען געווען אין א מלחמה צו פראָוון זיין אידענטיטעט.
מוהרא"ש האט געשטאמט פון א משפחה פון רבנים און האט געהערט צו די סאטמערע חסידות. זייענדיג 16 יאר אלט האט ער געטראפן א קונטרס'ל מיט'ן נאמען 'משיבת נפש' און דורכדעם נתקרב געווארן צו ברסלב, צו די אנטריסטונג פון זיין פאטער און ברודער. ער זעלבסט האט געשפירט אז ברסלב האט געראטעוועט זיין לעבן. ווען ער איז עלטער געווארן און נתפרסם געווארן האט ער געעפנט זיין אייגענע קהילה אין אמעריקע. אבער די טראדישענעל ברסלבע חסידות האט זיך מתנגד געווען צו אים און גע'טענה'ט אז ער איז א שטיקל בעל שגעון און בעל מחלוקת. הלמאי ער לאזט זיך אויסטייטשן די הייליגע ברסלבע כתבים לויט ווי אזוי זיין שכל פארשטייט. אפילו די עלטערע רבנים אין לאנד (א"י?) האבן מפרסם געווען א כתב סירוב וואס ווארנט קעגן אים.
אבער דער התנגדות קעגן אים האט אים נאר מער א שטופ געגעבן, ביז ער האט מחליט געווען אויפצושטעלן יבנאל וואס וועט פארווירקליכן זיין חלום. אין תשמ"ו האט מוהרא"ש זיך באזעצט מיט א קבוצה פון זיינע חסידים אין א מושב אין גליל התחתון, אין אן ארט וואס איז מיט די צייט געווארן דער צענטער פון זיין קהילה, ציילענדיג 400 משפחות פון זיינע חסידים. דורכאויס דעם יאהר האט מוהרא"ש געוואוינט אין אמעריקע, אוואו ער האט געהאט נאך א קאנצעטרירונג פון זיינע חסידים: אויסער זיין הויפט ביהמ"ד אין בורו פארק האבן זיינע חסידים אויכעט אויפגעשטעלט א בית מדרש אין מאנראו, אין מאנסי און אין וויליאמסבורג.
דער רב האט געטענהט אז אין ברסלב האט מען אים פיינט. פון וואנעט איז די שנאה געקומען?
"ער האט געשריבן אין זייער אן אפענע און אויסגעשפראכענע וועג איבער דער עניין פון שמירת הברית. בחורים האבן אים אנגעהויבן שיקן בריוון וועגן די קונטרסים'לעך, און די תשובות וואס ער האט זיי צוריקגעשיקט זענען צוזאמענגעקליבן געווארן אין בענדער מיט'ן נאמען 'שו"ת אשר בנחל'. די גאנץ ערשטע בענדער האבן באמת מחזק געווען מענטשן אבער במשך די יארן איז אים די פרוסטרעישן (אז ס'ברענגט נישט וואס ער האט געהאפט) און די כבוד ארויף אין קאפ, און אנשטאט צו גיין באזוכן א פסיכיאטער האט ער גענוצט דעם קהל און אזוי דורכגעפירט מיט זיי זיינע פערזענליכע טריטמענט סעסיעס.
איך האב געוואוסט אז איך בין א פרינץ. איך בין געווען ווי א גאט פאר די מענטשן ארום מיין טאטע. אלס קינד, ווען איך בין געפארן אויף מיין בייק האב איך מיין בייק געקענט אראפווארפן אויף דער ערד אינמיטן גאס, און א וואונק טאהן איינע פון די אנדערע אינגלעך פון די קהילה זאל אריינברענגען מיין בייק פאר מיר אין הויז. מען האט מיך תיכף געפאלגט. איך בין קיינמאל נישט געפארן אין די הונטערשטע וואגאן אויף דער סאבוועי. איך האב געהאט א דרייווער וואס האט מיך געפירט וואו איך האב געוואלט. קיינמאל האב איך נישט געווארט אין די ליין אריינצוגיין צום דאקטער.
צוזאמען מיט די בענעפיטס זענען אויך געווען בזיונות וואס ער האט געליטן זייענדיג א קינד פון דעם מוהראש. "אין תלמוד תורה האבן קינדער מיך נאכגעשריגן משוגענע ברסלבער. איך האב מיך געשעמט מיט די אקטיוויטעטן פון מיין טאט'ן וואס זענען נישט אנגענומען געווען. אויך אין קעמפ האב איך נישט געוואלט ער זאל מיך קומען באזוכן. איך בין געווען דער קינד פון דעם מלך, אין א הויז פון משוגעים. אין א הויז וואו איך וואלט נישט געמעגט [אפיציעל?] געהאדעוועט ווערן. יעדן מאנטאג און דאנערשטאג זענען געקומען פאליציי ווענס און ס'איז געווען א באלאגאן.
די בית כנסת און ישיבה וואס מיין טאטע האט געעפנט אין אונזער הויז אין אמעריקע האט שטענדיג געווירבלט מיט כל מיני משוגעים – איינער פון זיי איז געווען דער שלעכט בארימטער ראש הכת פון לב טהור, ארץ הלברנץ. ער ער איז דער וואס האט צוגעקלעבט צו מיין טאטן דער נאמען מוהרא"ש. ער האט אים אנגעברענגט כלי כסף וזהב, אן אויסגעבעטע בענקל, פרעכטיגע בעקיטשעס, ער האט אים אויסגעלערנט די גאנצע קלאפער-געצייג פון דעם שפיל.
און די מאמע, וואו איז זי געווען אין דעם גאנצן סיפור?
זי האט נישט אויסגעהאלטן אלעס וואס מיין טאטע האט געטוהן. זי האט גע'חלומ'ט אויף א פשוט'ע נארמאלע מענטש אבער זי האט קיין סאך ברירות נישט געהאט. זי האט פארשטאנען אז מען קען זיך נישט קריגן א גאנצן טאג און במילא ברויך מען משלים זיין מיט'ן מציאות און זיך צושטעלן. איך געדענק איינמאל איז עס געווען ווי זי האט ממש געפלאצט. ס'איז געווען עפעס א איד וואס האט געקויפט פאר מיין טאטע ווייסע זאקן, אזוי ווי די חסידים גייען. מיין מאמע האט געמאכט אזא באלאגאן דערפון, זי האט געוויינט, פארפירט און זיך געווארפן אויף דער ערד.
"אין הויז האט ער זיי גערופן פרענקן"
עס לאזט זיך נישט פארשטיין וואו עס קומט צו א זוהן פון א סאטמערע חסידות, וואס שטאמט פון דורות רבנים, זאלן צעזאמען מיט זיין פרוי -- זי, אויך א טאכטער פון א רבי און אלע אירע ברודערס רעבעס און מנהיגים פון קהילות פאר זיך -- באשליסן צו גיין פירן א קהילה פון בעלי תשובה וואס געהערן צו די עדות המזרח. וואס אויב אזוי האט געפירט דעם מוהראש דאס צוטוהן? מושי פארציילט אז זיין טאטנ'ס קאנפליקטעד נפש האט נישט געקענט פארטראגן דעם דורכפאל וואס ער האט געפיהלט קעגן זיין ברודער און דערפאר האט ער מחליט געווען אויך צו זיין א מנהיג פאר יעדן פרייז.
ער האט זיך גענומען בעלי תשובה ספרדים און צו זיך געזאגט: איך וועל זיי אנטוהן אזוי ווי אשכנזים ווייל איך קען מיך נישט קוקן אין פנים און מודה זיין אז איך בין א דורכפאל. ולכן האבן די מענער אנגעטוהן ווייסע זאקן ווי אין סאטמאר; די פארהייראטע פרויען האב געדארפט גיין מיט א בּאָלי קאפ אזוי ווי אין סאטמער; אבער אינעווענדיג, אינדערהיים, האט ער זיי כמה פעמים גערופן "פרענקן". "משוגעים". ער האט אוודאי נישט מסכים געווען מיך צו חתונה מאכן מיט איינע פון די מיידלעך אין די קהילה. מיר האבן נישט געגעסן זייערע עסן. מיר אליינס זענען נישט חתן כלה געווארן אין אזא אינגע עלטער ווי דער עלטער וואס ער האט געהייסן זיינע חסידים אין די קהילה חתן-כלה צו-ווערן. אבער אין די זעלבע אטעם האט ער געקענט שרייען אז די אשכנזים זענען ראסיסטן..
איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן די תפילת ראש השנה אין אומאן. איך בין געווען א קליין קינד, כ'האב געהאט די זכיה צו זעהן די טויזנטער פארריבער גיין אין א שורה ביי מיין טאטן, אים קושן די הענט מיט גרויס יראת הכבוד. עס איז באמת א געווען א מחזה וואס האט אויבערגעלאזט א רושם. אבער ווען מיר האבן זיך צוריקגעקערט צו אונזער דירה און עס איז נאר אונז צוויי געוועזן, וואס האט ער געטוהן? ער גענומען א שטיקל זייף, זיך אפגעוואשן די הענט און געזאגט: איך האף אז די פרענקען האבן מיר נישט אנגעקלעבט מיט עידס. עטס ווייסטס וואס דאס טוהט צו די מח פון א קליין קינד? וואס גייט דא פאר? איז ער שפילער אדער זענען זיי די באנדיטן?
ווען זיין פערסאנאליטי איז ביסלעכווייז ארויס אין די גאס און זיך פארשפרייט האט א געוויסער שווינדלער זיך פארבינדן מיט אים און אים געדרוקט ער זאל מיטארבעטן מיט יענעם'ס קמיע ביזנעס. ער האט אים משכנע געווען אז ער וועט קענען נוצן די איינקנופטן צו דרוקן זיינע ספרים. דורכאויס די 2000 אינטיפאַדאַ האט יענער אים געפלויגן קיין טשיינע (?) און זיך אומגעקערט מיט די קמעות. מושי דערמאנט זיך אין א טשיקאווע אנעקדאט: פון איין זייט איז געווען א בילד פון מיין טאטן און אויף די צווייטע זייט מיין טאטנ'ס נאמען אבער פארקערט. ווען מיין טאטע האט דאס געזעהן האט ער געלאכט אבער צום סוף איז ער געפאַלן פאר דעם. ער איז ארויס מיט אן הכרזה וואס מען האט פארשפרייט וועלכער האט געלויטעט: "איך בין מבטיח אז דער וואס וועט אויפהענגען דעם קמיע אויף זיך וועט אים קיין שום שלעכטס פאסירן. נעמט די קמיע, וואס קענט איר פארלירן?"
דאס איז נאר געווען איין דוגמה וואס ס'האט פאסירט ווען די געפיראכטס פון מיין טאטע, וואס האט נאר די גאנצע צייט געהאט איין ציהל, איבערצוווייזן זיין טאטע כאמור, – אין די זעלבע צייט וואס זיין זעהל אליינס איז צעריסן געווען און געפעהלט בעסיק זעלבסט-ווערדע – האט זיך אנגעטראפן מיט פארלוירענע נשמות וואס האבן געזוכט עפעס א ריכטונג, א דרך און א האָג. צוביסלעך איז דאס שוין מער נישט געווען א קליינטשיגע קבוצה פון מענטשן. עס נעמט נישט לאנג און עס האנדלט זיך שוין פון געלט, פאליטיק, משפחות מיט קינדער, מיט פראבלעמען וואס דארפן לעזונגען.
מיט די הילף פון א געשיכטעלע טוט מושי שילדערן די אנטויקלונג פון די קהילה: א בחור מיט'ן נאמען מושה האט חוזר בתשובה געווען און איז געקומען קיין יבנאל ווייל ער זוכט עמיצער זאל אים אויפשטעלן פונדאסניי. זאל רעדן צו זיין הארץ. ער האט געזעהן אין ספרים אז ס'איז דא א תיקון צו יעדן חטא, און ער וויל ווערן א חלק פון די קהילה אבער ער האט נישט אין חשבון גענומען וואס ס'פעהלט זיך אלץ אויס אין אכט צונעמען און טאהן ווען דו ביסט מחליט אויפשטעלן א משפחה און ס'ווערן דיר געבוירן קינדער, למשל.
זיי זענען לכתחילה געקומען צו מיין טאטע צוליב זיין כאריזמע, פאר זיין חיבוק, און נאר נאכדעם האבן זיי פארשטאנען אז זיי ברויכן זיך אויך זארגן פאר א בית כנסת, חינוך, ארבעט, מוסדות. פלוצלונג האט מיין טאטע אויך פארשטאנען אז ס'רעדט זיך דא פון מענטשנ'ס לעבנס. אויסער דעם וואס דו נעמסט זיך א הונדערט מענטשן זאלן דיך קלאַטשן מיט די הענט, האנדלט זיך דא פון משפחות, נשמות. דאס איז ריעל. נישט קיין דזשאוק.
די דרייסטע מיידלעך וועלכע האבן איבערגעלאזט יבנאל און וואס האבן זיך אינטערוויאוט פאר דער דאקומענטרי רופן אהן דעם מוהראש מיט געפערליכע נעמען ווי למשל שטן און רשע. אבער ס'איז מושי'ס מיינונג אז די האר-אויפשטעלנדע מעשים וואס זענען אפגעטאהן געווארן אין די קהילה זענען נישט געקומען מחמת רשעות נאר מתוך א רצון צו טרעפן לעזונגען צו די פראבלעמען וואס האבן כסדר אויפגעשפראצט, און מיט וועלעכע זיין טאטע האט נישט געוואוסט ווי אזוי זיך אן עצה צוגעבן. לויט אים האט זיין טאטע אייביג נאר געוואלט גוטס טאהן אבער ער האט פשוט נישט געהאט אדער געוואוסט די ריכטיגע וועג ווי אזוי גוטס צו טאהן. פאר די מיידלעך וואס האבן אנטייל גענומען אין דער דאקומענטרי איז פארשטייט זיך דער טענה גארנישט משנה. זיי האבן זיך דערווייטערט פון די אידישקייט און געהערן מער נישט היינט צו די קהילה. א חלק פון זיי פארמאגן נאך פאמיליע אינעווענדיג און האפן און לעכצן כסדר אז זיי וועלן זיך איין טאג אויך אויפוועקן און אויכעט איבערלאזן.
איינע פון די ווייטאגליכסטע ערשיינונגען אין די קהילה איז דאס חתונה מאכן אינגע קינדער. מושי שילדערט ווי אזוי דאס האט זיך אנגעהויבן. א בחור'ל ווערט 14 אדער 15 יאהר, זיינע האָרמאָנס הויבן אהן שטויסן. לאמיר צוריקקערן זיך צו די פריערדיגע משל פון דער חוזר בתשובה מושה, און ארבעטן דערמיט ווייטער: אלזא מושה'ס זוהן האט אנגעהויבן מיט עפעס א מיידל און די פראבלעם קומט אהן צו מיין טאטנ'ס טיהר. מיין טאטע פארשטייט אז אויב וועט מען דאס נישט גיך מסדר זיין וועלן אויפקומען נייע פראבלעמען. וואס איז דער פתרון? לאמיר זיי חתונה מאכן צוזאמען און פטור אן עסק. און דא הויבט זיך אן א פאַסטיוואל פון אזוי גערופענע, ראדיקאלע, דעת-תורה'דיגע בארעכטיגונגען און דרשה'לעך וואס ערקלערן דעם פסגם פון 'דער רבי האט אזוי געזאגט' און דער 'זוהר האט אזוי געזאגט'. ער מוז יעצט מצדיק זיין אלעס וואס ער טוהט און ברויך דערפאר ארויסשלעפן דעם חומש פון דעם שאנק. דער הדרכה פון חתונה מאכן קינדער אין א אינגע עלטער האט ער געגעבן פאר יעדעם, נישט נאר פאר ווער ס'איז געקומען צו אים מיט א ספעציפישע פראבלעם. "איך בין זיי מציל פון עבירות ווען איך מאך זיי חתונה אינגערהייט", פלעגט ער זאגן.
האט ער פארשטאנען דער גרויל דערפון?
ער האט דאס נישט געטוהן מחמת אכזריות. ער האט פשוט נישט פארשטאנען. פון זיין זייט איז דאס געווען א קריעטיווע לעזונג. אבער אויסער עבירות רעדט מען דאך דא פון א מענטשנ'ס לעבן אויכעט. אין א יאר ארום קען דא זיין א קינד; און דער אינגע בחורל – דער טאטע, פון וואנעט וועט ער פרנסה ברענגען? דאס איז נישט אנדערש פון וואס מ'פרעגט פון א מענטש וואס קומט צו א דאקטער, "אויב ער נעמט נאך אנדערע מעדעצינען?", ווייל מען האט מורא פון די נזקים וואס דער מעדעצין אליינס קען ברענגען אויב שטימט דאס נישט מיט די אנדערע פראבלעמען וואס דער מענטש האט, און די מעדעצינען וואס ער נעמט פאר זיי. די זעלבע מיט דער נושא פון חתונה מאכן אינגע קינדער. ס'איז מעגליך אז דאס איז א לעזונג פאר איין בעיה אבער וואס איז מיט די אנדערע נזקים וואס קומען ארויס דערפון?
שפעטער פלעגן פארקומען אויסטוישונגען צווישן מענער און פרויען (חילופי זוגות), מען זאל נישט וויסן פון קיין צרות.. דאס קינד איז שוין פארהייראט אין די עלטער פון 15, דער זיווג איז פון גאנץ אנפאנג געשטאנען צו צעפאלן ווערן. איז וואס ווילסטו זאל געשעהן אין די עלטער פון 18? אז דו ווארפסט א קינד אין וואסער אריין, צו וואס קענסטו זיך אויסרעכענען? וואס פונקטליך ווילסטו ער זאל טוהן?
איז געווען אזעלכע וואס האבן זיך פרובירט אנטקעגן שטעלן דער געפערליכער "פתרון"?
"דער ווארט 'התנגדות' עקזעסטירט נישט אין יבנאל. אדער מכות אדער דערנידערונגען. אבער מיך האט ער פארשטענדליך נישט חתונה געמאכט ביי די 14. אונז האט ער משדך געווען ווי אזוי ס'האט זיך אים געשמעקט יענע צייט, לפי זיינע פערזענליכע חשבונות – ווער ס'איז דער טאטע פון די מיידל, ווער ס'איז די טאטע פון די בחור."
א פארדארבנקייט אין די קבר פון דעם טאטן
דורכאויס די סדרה טוט מיקי (מלכה) מיימוני פארציילן אירע קינדערישע יארן אין די יבנאל קולט, די וועג ווי אזוי מען האט איר משדך געווען: "איין טאג גיי איך ארויס פון די קהל'ס קיך און מוהראש רופט מיך פון די פענצטער און זאגט, 'איך האב א שידוך פאר דיר וואס איז פאר דיין שורש נשמה'. געפין איך אויס אז ער רעדט וועגן א בחור פון 17 יאהר וואס האט זיך דאס מערסטע פון אלעמען געאיזדיקעוועט אויף מיר, געשלעכטליך. פארוואס זאל מען געבן א קינד פון 14 יאהר, צו חתונה האבן מיט א פסיכאפאט? ער האט געוואוסט אז איך בין גערעיפט געווארן, אז איך האב געליטן אזעלכע שרעקליכע געוואלדטאהטן. עס איז קלאר ווי דער טאג אז דו (מוהראש) האסט גורם געווען דאס טאג נאך טאג זאל מען מיך רצח'נען מיין זעהל און מיין קערפער".
מושי, היינט צוטאגס האלטסטו קעגן חתונה מאכן אינגע קינדער?
[/size]איך פסק'ע נישט הלכות אבער ס'זענען פארהאן פעלער וואס דער בחור איז באמת א תלמיד חכם און אן ערוואקסענער און וועט זיך אויפפירן ווי עס דארף צו זיין אבער דאס מערהייט דארטן זענען נישט אזעלכע בכלל. און דערפאר האב איך קיינמאל נישט געהאלטן דערפון. נישט אמאל און נישט היינט. עס איז עפעס וואס גייט היינט געהעריג ווייטער אהן אין יבנאל, ענדלאז. יעדע פאר טאג באקום איך אין אימעיל פון מענטשן וואס ס'טוט זיי וויי, וואס אפדעיטן מיר איבער נאך א רעיפ פון קליינע קינדער אונטער די מאנטל אדער אנשטעל פון חתונה-האבן. זיי האבן אזא געים זיך געמאכט – כדי זיך ארויסצודרייען פון די חוק, טענה'ן זיי אז דאס איז נאר אירוסין. עס זענען נאכנישט געווען מוצלח'דיגע נישואים פון אינגע קינדער. 80 פראצענט האבן זיך שפעטער ג'גט.
דו האסט אן אהנונג וויפיהל קלאגעס די ישראלישע פאליציי האבן באקומען וועגן דעם? עס קימערט זיי פשוט נישט. עס איז געווען איינער אן אינטעלידזשענס אפיציר אין צפון וואס האט געזאגט פאר עמיצער פון די קהילה וואס האט פערזענליך זיך באקלאגט צו אים איינמאל און נאכאמאל: 'לאז מיך אפ, וואס גייט עס מיך אהן? זאלן זיי זיך אויסשטופן איינער דעם אנדערן".
אין לויף פון די סדרה ווערט דערמאנט אז מוהראש האט צוגעזאגט צו זיינע מאמינים א סגולה אז וועלכער אלטער בחור אדער מיידל עס וועט קומען צו זיין קבר נאכ'ן שטארבן און אויסזאגן תהלים צוויי מאל וועט זוכה זיין צו א זיווג. מושי איז מסביר: "ער האט געטענהט אז ווייל ער האט אזויפיהל אינגע קינדער חתונה געמאכט און זיי מציל געווען פון זרע לבטלה, קען ער וועגן דעם אויספועלן אין די נושא פון זיווגים, גרויסע זאכן. ווער עס גלייבט אים און ס'ארבעט, בבקשה. די נוסח אויף די קבר קומט פון א צוואה וואס מיין טאטע האט געשריבן ווען ער איז אלט געווען 48, א תקופה ווען ער איז צוקריגט געווען מיט די גאנצע וועלט אינקלודינג זיין טאטע, מיין זיידע. דערפאר ווערט אויך נישט דערמאנט מיין זיידע'ס נאמען אויף די מצבה אזוי ווי עס איז נארמאל מקובל. און דערפאר האלט איך אז דער הבטחה אויך, קומט פון גאר א שווערע נפשיות'דיגע פלאץ, אפשפיגלענדיג יענע תקופה".
הונדערטע אלטע בחורים און מיידלעך וועלכע קומען אהין לאזן איבער גרויסע סכומים צו די מנהלים פון די מוסדות אונטערן נאן-פראפיט ארגענאזאציע נאמען 'ישמח צדיק – קהילת ברסלב גליל' (וואס מושי זעלבסט האט אויפגעשטעלט), וועלכע לויט אים פירן זיך נישט אויף ערליך, און גייען קעגן די דעת תורה. לויט די אפיציעלע נומערן טוט די ארגענאזאציע אריינברענגען 5 מיליאן שקלים א יאהר פון חודשליכע פעימענטס, פון קופות איבערן גאנצן לאנד און פון געלט וואס זיי שנארענען צוזאם ביי די דזשאנקשנס אויף די הייוועיס און נאך. וואו גייט דאס געלט? מושי ווייסט נישט. וואס ער ווייסט יא איז אז גאר אסאך משפחות אין קהילת יבנאל האבן נישט קיין לחם לאכול אינדערהיים פשוטו כמשמעו. לכה"פ האלב פון די קהילה האט איבערגעלאזט דער ארגענאזאציע 'ישמח צדיק' און אויפגעעפנט אן אנדערס וואס ווערט געפירט פון איינע פון די תלמידים פון מוהראש.
אסאך פון די געלטער פון ישמח צדיק גייט צו לויערס וועלכע זענען פארנומען זיך אויס קעמפן אין קאורט איבער די צוואות פון מוהראש. דער ציבור דארף מיר נישט גלייבן – אדרבא, זאלן זיי פארלאנגען די רעפארטס פון די ארגענאזאציע און זעהן פאר זיך אליינס וואו אהין זייערע געלטער גייען. איך האף נאר אז קיינער וועט נישט טראכטן אפילו בטעות אז די געלטער וואס זיי זענען מנדב אויפ'ן קבר גייט פאר א הייליגער צוועק.
(פון דער אפיס פון ישמח צדיק קומט דער תגובה: "צו אונזער צער, איז משה שיק פארנומען מיט געריכטליכע פראצעדורן קעגן דער ארגענאזאציע שוין די לעצטע זיבן יאהר. ער וויל אז די אינסטיטוציעס פון דעם ציבור וועלכע זענען געבויעט געווארן פון נדבות פון דעם ציבור זאלן אריבערגיין צו זיינע און זיינע קינדער'ס הענט אין טאבו. ער פרובירט צו פארשווארצן די נאמען פון די ארגענאזאציע כדי צו שעדיגן אירע פעולות און איר צוריקהאלטן זיך צו פארמעסטן מיט אים אין קאורט. ביז היינט האבן די קאורטס איבערגעלאזט דאס פירערשאפט פון דעם ארגענאזיאציע אין אונזערע הענט, פאר די טובה פון דעם ציבור. דער ארגענאזאציע פירט אן אקאונטעבל און עפישענט פירערשאפט און טוט אויך מפרסם זיין אירע רעפארטן פאר די ברייטערע ציבור זי צו קענען אליינס אינספעקטן. די ארגענאזאציע העלפט אלעמען אין יבנאל; נישט נאר קהילת ברסלב. עס איז וויכטיג אונטערצושטרייכן אז די הנהלה פון דער ארגענאזאציע ארבעטן גענצליך אומזיסט").
מושי פארציילט אז די שמירה אויף צניעות איז געווען איינע פון די שפיץ וועליוס אין יבנאל כאטש וואס די קאמפראמיסן וואס מוהראש זעלבסט האט פאר זיך געמאכט אין דעם הינזיכט, שאפט אביסל אומבאקוועמליכקייטן. למשל יעדן פרייטאג צונאכטס נאכ'ן טיש זענען אלע מיידלעך פון 14-15, די עלטער ווען זיי ברויכן שוין חתונה צוהאבן, זיך צוזאמען געקומען און אריין צו מיין טאטן אין דיינינג רום און ער פלעגט דאן רעדן צו זיי איבער ווי אזוי זיך אנצוקליידן בצניעות.. ס'האט מיר באנג געטאהן אויף מיין מאמע – איר מאן זיצט אין סאלאן מיט די מיידלעך און זי זיצט אליינס אין צימער.
בסי בולוטין, א אינגע מיידל וואס איז אויפגעוואקסן אין יבנאל פארציילט במהלך פון דער סדרה אירע איבערלעבענישן איבער די שיעורי צניעות, פון איר פערספעקטיוו: מען לעבט און מען אטעמט צניעות. דאס איז די אלף בית. פון די 3 יאהר ברויך מען גיין מיט זאקן אנגעטוהן, מען טאר נישט מאכן קשר מיט מענער. די אחריות פון זרע לבטלה ליגט אויף די פרויען. ער פלעגט אנברענגען צו די קהילה אַן המון פון כל מיני חזירים און ****-קראנקע מענטשן וואס האבן נישט געפינען קיין האפענונג אין קיין שום אנדער פלאץ; און אויף זיי האט ער באשיצט.
איר שוועסטער שרה וואס נעמט אויך אנטייל אין די דאקומענטרי, לייגט צו: "און ווער איז אחראי אויף משמרת הצניעות? אלע גרעסטע פּיגיס און נואפים. זיי זענען געווען דיע וועמען ער האט געשטעלט בודק צו זיין ווער פון אונז עס וואגט זיך צו דרייען זיך נאך זיבענע ביינאכט אויפ'ן גאס.

אלס דער קינד פון מוהראש, ביסטו מגדיר חסידות יבנאל אלס א קולט?
יא, קלאר אזוי! עס האט זיך געפירט ווי א כת און ס'גייט נאך ווייטער אהן אזוי. דו טראכסט נישט אליינס, ביסט נישט מחליט אליינס. אויך פאר מיר האט מען מחליט געווען. אויב האב מיך געוואגט צו טראכטן נישט צו פאלגן מיין טאטן, האב איך געברויכט נעמען אין באטראכט אז ס'וועט האבן גרויסע קאנסעקווענצן, קריגערייען און ריזיקעס. ווי ווייט לוינט זיך עס מיר איינצושטעלן און זיך עקשנ'ען? יעדן צופריה דאוונט מען פאר'ן מוהראש. ווען מען מאכט פתיחת הארון דאווענט מען פאר אים. ער איז א קדוש..
ער פלעג צוזאגן פאר די מיידלעך, 'פארוואס דארפט עטס טעסטס? עטס דארפטס וויסן ווי אזוי צו קאכן, דאס אלעס'. זיי זענען אויפגעוואקסן מיט די ידיעה אז מען דארף גארנישט לערנען חוץ די שיחות פון מוהראש. אלץ דרייט זיך ארום דעם צדיק. ווען ער האט געלעבט האט דאס נאך געארבעט. זיינע מאמינים האבן געלעבט אגאנץ יאר פון זיינע באזוכן. דאס איז זייער לעבן געווען. נישטא קיין תורה, נישטא גארנישט, נאר ער. מען דארף אים א קוש טאהן די האנט און דאס איז עס.
ווער עס קומט צו-נאנט, ווערט פארברענט
מיט די יארן האבן אנגעהויבן ארויסקומען פון אונטערן טעפיך נאך און נאך שרעקליכע מעשיות. דער קהילה וואס איז געבויעט געווארן אהן קיינע יסודות, פלאנירונגען אדער מחשבה. דער קהילה וואס האט איינגעזאפט אין זיך, אהן בודק זיין קודם, מענטשן מיט גאר פראבלעמאטישע בעקגראונדס און אפילו הווהס, האט געבוירן אהן א שיעור פעדעפיליע און ענליכע נידעריגע מעשים, אויף א פארנעם וואס האט קיין פרעצעדענט נישט געהאט.
בסי בולוטין שילדערט פאר די קאמעראס וואס זי איז אדורך אלס קליין מיידל אין יבנאל: "מיך האט מען נאכאנאנד מאלעסטירט פון גיל 4 ביז די 9 יאהר. איך בין געווען אין א כיתה פון 20 מיידלעך. מער פון האלב זענען אריבער וואס איך בין אריבער, און די שמועס אין די כיתה איז געווען אז דאס איז פשוט וואס ס'געשעהט צו אלעמען. קינדער גייען אין סקול בייטאג, און ביינאכט זענען דא פון זיי קינדער וואס גייען שלאפן.. און דאס איז א חלק פון דעם לעבן."
איר שוועסטער שרה איז מוסיף: "די באלעסטיגער פארבלייבן אין די קהילה. די וויקטעמס ווארפט מען ארויס". מרגלא בפומיה דמוהראש: "אויב לאזט מען איין פארפוילטע עפל, אין א זאק פול מיט גוטע עפל וועט זי קאליע מאכן דאס גאנצע זאק".
איין טאג האב איך געבעטן אן אוידיענץ מיט'ן מוהראש כדי צו אדורכשמועסן מיט אים ווי אזוי מען קען פארבעסערן פאר די יוגנט. אפשר זאל מען ברענגען א פסיכאלאג אדער עמיצער צו מדריך זיין די עלטערן? האלב דרייע ביי דער נאכט באקום איך א הודעה אז מוהראש וויל מיך זעהן. איך קום אהן אהין א נאאיווע און ער זאגט מיך: "ביסט געווען א נייגעריגע מיידל און האסט דאס געוואלט. דו קענסט נישט יעצט וויינען דערויף. מען דארף נישט קיין פסיכילאג, קיין שום עדיוקעישאנעל עדווייס. איך בין דער בעסטער דאקטער אויף די וועלט. אויב איז דא עפעס א פראבלעם קען מען קומען צו מיר". נאכדעם האב איך געהערט פון מענטשן וואס זענען געווען דארטן אין צימער אז ער האט זיי געזאגט נאכוואס איך בין ארויס "עטס האטס געזעהן דעי זונה, זי קומט מיר טיילן דעות וואס צוטוהן כא כא".
אויב מיין טאט'ן האט זיך געדוכט אז עמיצער שטייט אים אין וועג און שטעלט דעם פלאץ אין א סכנה האט מיין טאטע נישט געוואוסט פון קיין גבולים. דער יעניגער האט חרטה געהאט ער איז געבוירן געווארן, פארציילט מושי. "ווען מיין טאטע האט חושד געווען אז דער מנהל פון די געלטער גנבעט האט ער געמאכט זיכער יענער זאל באקומען א מודעה אז ער זאל פארלאזן יבנאל אין די נעקסטע 24 שעה. דער מנהל איז אנטלאפן, און אויב דאס איז נישט גענוג געווען האט מען זיכער געמאכט זיין טאכטער, וואס האט חתונה געהאט ביי די 14, זאל זיך תיכף גטן. אפאר וואכן שפעטער האבן אפאר חברה פון יבנאל אים באפאלן אין עפעס א בית כנסת און אים אנגעהאקט מכות נמרצות, איבערלאזענדיג עמ'ען מיט שווערע וואנדן. מיין טאטע האט זיי געשיקט. קיינער האט נישט געהויבן א האנט אהן זיין הייסן. יענער האט נעבעך געוואלט פארקויפן זיין הויז אין יבנאל, האט מיין טאטע אויסגערופן אז די הויז איז באזעצט מיט שדים און רוחות. מען האט אים צעשפאלטן די פּייפּס און אויסגעהאקט די פענצטערס. מען האט פארוויסטעט דעם פלאץ.
ווען ער האט געלעבט האט ער געהאט א סכסוך מיט דער ארטיגער רב, רב פרענקל. מיין טאטע האט אים אנגערופן אין זיינע ספרים דער ס"מ (שטן). אלע קינדער פון עידזש זיראו האבן געדארפט אויסזאגן אויף אים פרק ק"ט אין תהלים, וואס איז א פרק פון קללה. 'יהיו בניו יתומים ואשתו אלמנה'. יענע רב האט געכאפט מכות רצח, בזיונות, קללות, מען האט געשפיגן אויף אים. מיין טאטע האט מורא געהאט יענער וועט אים אוועקנעמען מענטשן. יעדער וואס האט זיך נאר אביסל געהויבן דעם קאפ האט געכאפט. מיין טאטע האט דאס געזעהן ווי דער התחלה פון אן אינטערגרובונג. ער פלעגט זאגן: 'מען דארף אים אפשניידן די פליגלען', אזא קאוד האט ער געהאט.
אלס מנהיג הקהילה פלעגט מען ביי מוהראש אנצופרעגן פיהלע שאלות, וועלכע זענען אריינגעפלאסן צו אים דורך די פעקס. אזעלכע גורל'דיגע שאלות ווי [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אביוז, סוסייד פארזוכן, געוואלדטאהטן אין די משפחה און כמעט שטענדיג איז זיין ענטפער געווען אין דער פארעם פון חיזוק פאר די פרוי און א פסוק פאר די מאן. אבער קיינמאל האט ער נישט געלאזט זיך גטן אדער מסרן פאר די פאליציי.
מוישי איז צעריסן אין זיינע לאיאליטעטן. ער האט ליב און האט פיינט. רעגט זיך און בענקט זיך. פיהלט דערווייטערט און לעכצעט נאך א האָג. "נאך אלעמען איז ער מיין טאטע און די זיידע פון מיינע קינדער. אין די צייטן וואס איך בין אויפגערעגט זאג איך אז ער איז א רשע מרושע, אין די אנדערע צייטן, פרוביר איך אים בעסער צו פארשטיין. איך האלט אז ער איז נישט געזונט געווען צו קענען זיך מטפל זיין מיט דעי גאנצע דזשאנגל. איך בענק מיך זייער צו מיין טאטן".
די שלעק נאך זיין טאטנ'ס שטארבן
אויך ווען ער פארציילט איבער די לעצטע טעג פון זיין טאטן דערקענט זיך אויף אים געמישטע געפיהלן. מיר האבן זיך געספראוועט מיט אונזער מאמע'ס קענסער וואס איז געפאלן אזוי אומגעראכטן אויף אונז און פלוצלונג, שבר על גבי שבר, נאך א פראסק. איך וועל נישט פארגעסן מיין טאטנ'ס טעלעפאן רוף: 'מושי, קום שנעל, מען האט ביי אים אויך געפינען לוקימיע שטארק פארשפרייט'. אכט טעג שפעטער און ער איז געשטארבן. די וועלט האט געקרעשט אויף מיר. איך בין געווען צומישט, מיד און הוירט. מיין טאטע האט איבערגעלאזט מיליאנען. הייזער, שטחים. א הערליכער ריזיגער בית מדרש אין די הארץ פון דעם מושב.
אין די צוואה וואס ער האט איבערגעלאזט ביים עורך דין און געחתמט אין די קונסול צוזאמען מיט מיין מאמע, נישט מער פון פינף יאר פאר זיין פטירה, האט ער געשריבן אז ער לאזט אלעס איבער פאר זיינע צוויי קינדער. אבער אין די צוואה וואס די צד שכנגד האלט, שרייבט ער אז אלץ באלאנגט פאר די קהילה. דאס איז די זעלבע קונטרס וואס ער האט געשריבן מיט זיין כתב ווען ער איז אלט געווען נאר 48 יאר. נאך איידער ער האט געהאט די אלע פארמעגנס און פראפערטיס. דארט שרייבט ער אויך דער אויבן-דערמאנטער נוסח הצוואה בנוגע שידוכים, וואס געפינט זיך אויף זיי מצבה.
אבער ס'איז מעגליך אז דער אמת'ער צוואה און ווילן פון מוהראש איז געווען אז זיין זוהן און זיינע תלמידים זאלן ממשיך זיין זיך רייסן ביי די קעפ נאכ'ן שטארבן. ווי מאנכע זאגן האט ער הנאה געהאט און א חסיד געווען פון 'דעווייד און קאָנקער" (צעטייל און נעם-איין) סטראטעגיע. מושי: "צוויי טעג נאך מיין טאטנ'ס פטירה באקום איך א טעלעפאן רוף פון איינער פון זיינע מקורבים, און ער זאגט מיר 'איך האב א רעקארדירונג אין וואס מען הערט דיין טאטן רעדן קעגן דיר. אדער זענען מיר מפרסם דעם הקלטה אדער נעמסטו א מיליאן דאלאר און דו גייסטעך פון דאנעט'. האב איך אים געזאגט 'דו האסט פארגעסן מיט וועמען דו רעדסט. מיין נאמען איז שיק און א שיק סטראשעט מען נישט. וועסט מיך קודם דארפן הרגענען בעפאר איך וועל מיך לאזן פון דיר'. יענע רגע איז די רעקארדינג ארום געשיקט געווארן אין די גאנצע היימישע וועלט. און דאס זענען מיין טאטנ'ס ווערטער:"
"איך בין אויפ'ן גסיסה בעטל. אזא רשע איז ער מיין זוהן. איך האב נישט געגלייבט מיין זוהן וועט גיין מיט רציחה. דאס איז אזוי ווי אבשלום. ערגער. א בן סורר ומורה. ער וויל הרגענען זיין טאטן". מיין טאטע איז געווען אויף שטארקע טאבלעטן און פּעין קילערס. ער האט נישט געוואוסט פון קיין גרעניצן. יעדער וואס האט זיך געדרייט ארום אים דורך די יארן און איז געוען א מקורב האט קענען געלערנט זיינע שוואכקייטן. די שיגעון. און ווען די זמן אמת איז געקומען, יאללה, האט מען געמאכט יו"ט דערמיט. עס איז פארהאן א צווייטער רעקארדינג וואו ער זאגט פונקט פארקערט. ער האלט שטארק פון מיר און איז אויף מיין זייט.
נאך א חושיבע "ירושה" וואס מוהראש האט איבערגעלאזט מושי'ן זיך צו ספראווען מיט, איז די ווייאָלענס וואס ער האט געלערנט זיינע בני הקהילה. וואס מיט דעם דארפן מען זיך באנוצן יעדעס מאל עפעס גייט נישט ווי געפלאנט. נאר דאס מאל איז דאס געריכטעט מיט'ן פולן פייער און מאכט אנטקעגן דעם בן זקונים.
שוין אכט און אהאלב יאר וואס ס'ווערט געפירט א מיאוסע פייט איבער די ירושה אין די ישראלישע בתי משפט. ס'שטעלט זיך ארויס אז בשעת ווען מושי איז נאך געזעסן נעבן זיין טאטן אין בית-חולים האבן זיין טאטנ'ס מקורבים, אין א שנעלע אקט, מצליח געווען איבערצוצייגן אלע חברי ההנהלה ישמח צדיק ארויסצושטויסן דעם זוהן פון דעם ירושה. די שופטים האבן באשטעטיגט אז די צוואה וואס די צד שכנגד האט פראדעצירט איז א געפעלטשטע און זיי האבן באצייכנט זייער אקט אלס א "קנוניה".
זיי האבן געביטן אלע שלעסער אין די בנינים פון ישמח צדיק. זיי האבן מיר צוזאמגעשלאגן. מען האט מיר מיט כח ארויסגעצויגן פון די בית כנסת פון מיין טאטע. ווען איך האב חתונה געמאכט מיין טאכטער איז קיינער פון די קהילה נישט געקומען. אויב דו האסט עפעס מיט מושי – ביסטו אויסגעמעקט. דער געראנגל האט מיר נישט איבערגעלאזט מיט קיין פרוטה אין טאש. מיין טאטע פלעגט צוהאלטן א באטל טרערן-גאז און א מעסער ביי זיך אין שופלאד אונטערן טיש. ער האט נישט געטרויעט די מענטשן. ער האט געוואוסט מיט וועמען ער האט צוטוהן.
און אויב דאס אלץ איז נאכנישט גענוג געווען, האט אים אפגעווארט נאך א קלאפ. אין די הויכפונקט פון די ירושה געראנגל האט זיך פארבינדן מיט אים דער מנהל כללי פון ישמח צדיק, אשר טולדאנו, דורך איינעם פון מושי'ס קרובים, און זיי האבן אפגעמאכט צווישן זיך, זיך צוטרעפן כדי צופרובירן אויסצוהאמערן א שלום און אויסגלייכן די דיפערענצן. אבער די צוויי האבן דעם מיטינג קיינמאל נישט געמאכט.
דעם נעקסטן טאג איז מפורסם געווארן אין די נייעס אז טולדאנו איז באגאנגען זעלבסטמארד. די פאליציי האבן אים געטראפן נעבן די טרעפן פארנט פון זיין הויז, ליגענדיג אויף דער ערד, מיט זיין האנט הענד-קאפפד צו די געיט און א גרויסע קעיבּל-טיי פארשטייפט ארום זיין האלדז. די משפחה האט זיך אנטזאגט אים אויפצושניידן, אלזא האט דער משטרה באשטעטיגט אז די גורם פון זיין טויט איז געווען סוסייד.. רב טולדאנו איז פאררעכנט געווארן די יורש פון מוהראש און זיין משפחה באשולדיגט מושי'ן אין זיין טויט. מושי פון זיין זייט איז בטוח אז טולדאנו איז געווען אונטער געפערליכע פרעשור וועגן זיינע כוונות זיך צו טרעפן און אויסהאמערן א שלום מיט אים..
די אחריות איבערצומאכן
היינט צוטאגס איז מושי פארנומען אין אויפשטעלן אן ארגענאזאציע וואס וועט געבן פערסאנעל ראַט פאר אינגע קינדער וועלכע לימודים אויסצווועהלן וואס וועט זיי העלפן אין א קאריערע, און אויך דערמיט זיי צו העלפן (אונטערן נאמען פון 'היכל הקודש – הרב שיק'), צו העלפן אויך זייערע עלטערן און זיי עדיוקעיטן איבער סיי וואספארא בחירות אין לעבן מיט וואס זייערע אינגלעך אדער מיידלעך דארפן זיך ספראווען. חוץ פון דעם איז ער אויך א פראפעשאנעל עדווייזער איבער סטראטעגיעס אין ביזנעס אין א רייע תחומים פאר ביזנעסלייט און ביזנעסער.
מענטשן פרעגן מיר וואס ווילסטו למעשה, פראקטיש גערעדט, פון יבנאל? עס האט מיר גענומען אסאך צייט צו פארשטיין: דאס פלאץ איז פארדארבן ביזן גרונט. און איך מיין אז אויף מיר ליגט דער חוב איר צו פארריכטן פונדאסניי. מען דארף פארריכטן אסאך קינדער דארטן. מען דארף אויפטוהן גוטע זאכן. איך קום נישט ווי עמיצער וואס זוכט צו זיין א רב און א געוועלטיגער.
פון דער טאג וואס מיין טאטע איז נפטר געווארן בין איך נישט אומשטאנד צו קוקן אויף זיין בילד. איך ווייס אז מיין טאטע האט געטוהן גאר אסאך הארבע זאכן צו אסאך מענטשן. איך בין נישט קיין מיסטישע מענטש. אבער קען זיין אז דאס איז נקמה (עונש), דאס וואס געשעהט צו מיר יעצט. מיין עיקר מטרה אין לעבן כרגע איז צוברענגען אויפ'ן אויבערפלאך דעם אמת. צו פארציילן בדיוק וואס עס האט פאסירט און אזוי רייניגן מיין נאמען. און איך וועל מיך נישט אפּשטעלן אפילו אויב דאס מיינט איך וועל דארפן קריכן אויף דער ערד אויף אלע פיהר. דער אמת וועט מנצח זיין!