מהר״א: מ׳שניידט שוין נישט ווייץ אין לאנג איילענד

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

שליחה דורך מר. קלונימוס »

:lol:
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מיליאנער האט געשריבן:מהר''א האט די פארגאנגענע שבת ביי די שבת הגדול דרשה ארומגערעדט איבער די מכשול וואס איז ליידער פארגעקומען ביי די בראדוועי ווייץ אז מ'האט געשניטן די ווייץ תיכף נאך א רעגן. ער האט געזאגט אז ער וויל נישט זאגן צו ס'איז כשר אדער נישט צוליב וואס מ'וועט זאגן אז ער האט נגיעות אבער איין זאך וואס ער וויל זאגן איז אז ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס עס פאסירט אזאנס, נאר ס'איז די ערשטע מאל וואס ס'ווערט 'נתפרסם'. און ער האט מכבד געווען יעדן איינעם צו גיין נאכקוקן די היסטאריע די לעצטע יארן ווען עס האט גערעגנט דארט.

אין איינוועגס האט ער ארויסגעברענגט אז אין אריזאנע האט נאך קיין איין איינציג מאל נישט גערעגנט פאר'ן שניידן און ער וועט ווייטער נעמען פון דארט ביז משיח'ס טאג.
א מין רשעות דאס.
פארוואס האט ער געווארט ביז הארט פאר פסח ווען יעדער האט שוין איינגעקויפט מצות, און ערשט איצט איז ער מגלה די שרעקליכע מכשול?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

פיל אונז אריין מיט די פרטים. ווען און וואו איז דאס 'נתפרסם געווארן' בעפאר זיין דרשה? וואו איז די ווידיאו? די בילדער? די באריכטן? אדרבה, צייג אונז די פאקטן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

שמעון וואלף האט געשריבן:

ער האט אדרעסירט די שאלה ביי זיין דרשה. ער האט זיך אויסגעדריקט אז יעדע בר דעת פארשטייט פארוואס ער האט געשוויגן.

מהר''א האט בכלל נישט געזוכט יעצט צו מאכן א שטורעם ביי די זאלישע קרייז, (ווען יא וואלט ער דאך גערעדט פריער ווען די עולם קויפט נאך, און נישט אום שבת ווען די רעקארדירונג קען נישט ארומפארן) ער האט זיך אויסגעשמועסט מיט זיין אייגענע עולם איבער די מעלות פון אריזאנע מצות. און איבער די חסרונות פון די יעניגע וואס האבן אים אראפגעריסן מיט אש און פארעך פאר'ן גיין קיין אריזאנע.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

שמן למאור האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:מהר''א האט די פארגאנגענע שבת ביי די שבת הגדול דרשה ארומגערעדט איבער די מכשול וואס איז ליידער פארגעקומען ביי די בראדוועי ווייץ אז מ'האט געשניטן די ווייץ תיכף נאך א רעגן. ער האט געזאגט אז ער וויל נישט זאגן צו ס'איז כשר אדער נישט צוליב וואס מ'וועט זאגן אז ער האט נגיעות אבער איין זאך וואס ער וויל זאגן איז אז ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס עס פאסירט אזאנס, נאר ס'איז די ערשטע מאל וואס ס'ווערט 'נתפרסם'. און ער האט מכבד געווען יעדן איינעם צו גיין נאכקוקן די היסטאריע די לעצטע יארן ווען עס האט גערעגנט דארט.

אין איינוועגס האט ער ארויסגעברענגט אז אין אריזאנע האט נאך קיין איין איינציג מאל נישט גערעגנט פאר'ן שניידן און ער וועט ווייטער נעמען פון דארט ביז משיח'ס טאג.
פיל אונז אריין מיט די פרטים. ווען און וואו איז דאס 'נתפרסם געווארן' בעפאר זיין דרשה? וואו איז די ווידיאו? די בילדער? די באריכטן? אדרבה, צייג אונז די פאקטן.
איך ווייס נישט ווי דו דרייסט זיך, אבער די לעצטע צוויי וואכן שטינקט די גאס שוין אז ס'איז דא פראבלעמען מיט די ווייץ. שמעתי אז ר' זלמן לייב פילאפ האט גענומען מצות פון בני יואל און ר' עזריאל מאיר קאהן האט גענומען פון די ארוינים.

מ'דארף נישט קיין ווידעא מ'קען אלעס נאכקוקן אנליין. (ביי די מערכה פון די זאליס קעגן אריזאנע האבן זיי פרובירט צו פארשפרייטן א פאלשע ווידעא וויאזוי ס'רעגנט אין אריזאנע, זיי האבן נאר פארגעסן צו נאס מאכן די בגדים פון די מענטשן דארט, וואס האט אהערגעשטעלט א שלא כדרך הטבע'דיגע מציאות... ממילא די ארוינים שטייען ווייט פון פעלשן ווידעאס) איך ווייס נישט ווי צו סירטשן. אפשר שפעטער וועל איך ארויפלייגן א סקרינשאט.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך ווייס נישט וואו דו דרייסט דיך, אבער וואו איך דריי מיך שטינקט נישט די גאס פון גארנישט, ס'אלעס פיין און וואויל, ס'לעבט זיך א גרויסע שיינע וועלט, כ'האב נישט געהערט פון גארנישט איבער רעגענדיגע מצות.

אפשר לייגסטו אהער ווען זיי האבן געשניטן און וואו (מיט בעקינג פארשטייט זיך) און דערנאך וואו מען קען נאכקוקן אנליין צו זען אויב ס'האט טאקע גערעגנט פאר דעם.

איך ווייס נישט פארוואס דו כאפסט נאכנישט, אז אין די פלאץ וואו דו וואוינסט, קען זייער מעגליך זיין אז עס שטינקט שוין פאר 3 וואכן אין א צי וועגן א געוויסע נושא, און דאך איז די גאנצע זאך א בלאף ארויסגעזויגן פון פינגער. גוט מארגן אמעריקע; נישט אז דא ווייס איך אז אזוי איז דער פאל, נאר איך גלייב שוין גארנישט אויפן ווארט ווען עס קומט צו די זאכן.

איך וויל וויסן נישט ווייל מיר אינטערסירט די גאנצע נערישע פאליטיק, נאר ווייל איך עס בראדוועי מצות היות עס טעיסט די בעסטע. (אנטשולדיגט, אבער קרית יואלע מצות איז בכלל נישט קיין פארגלייך אין טעם מיט די בראדוועי מצות. מיין טאטע פלעגט אלעמאל קויפן קרית יואלע מצות, ביז איך האב איינמאל פארזיכט פון בראדוועי.. און די רעסט איז היסטערי. היינט פאר איך פאר צו מיין טאטע אויף פסח מאך איך זיכער אז ער האט בראדוועי מצות. איך פארשטיי אז על טעם וריח אין להתווכח, יעדער האט זיך זיין טעם און געשמאק, אבער כ'האב עס שוין געהערט פון 'אזויפיל' מענטשן וואס האבן פראבירט ביידע. קען טאקע זיין אז היות ס'איז חמץ טעיסט עס בעסער :))
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

איך האב נישט געברענגט די מציאות אז די גאס שמועסט פון דעם אלס ראי' צו ס'איז אמת אדער נישט. דו האסט געפרעגט פשט און מהר''אס ווערטער אז ס'איז נתפרסם געווארן דאס יאר זאג איך דיר אז יא ס'איז געווען א שטינק אויפ'ן גאס. דו האסט נישט געהערט? אנדערע האבן יא געהערט.

יא, בראדוועי מצות האט א בעסערע טעם, און מהר''א האט זיך נאך קיינמאל נישט אויפגעטון אז זיינע מצות האבן א בעסערע טעם. וואס ער פאוקעסט איז אויף די כשרות פון די מצות און אויף דעם טענה'ט ער אז זיינע מצות זענען טויזנט מאל מער אויסגעהאלטן ווי די בראדוועי מצות.
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

די נושא איז נישט ווי שטארק עס שטינקט. אונז וויל מיר אלע זיין אויף זיין זייט און אונז זיך מיר אלע מדקדק צו זיין בקלה כבחמורה. אבער גארנישט פאנגט זיך נישט אן, אן קיין טרוקענע עווידענס. און דאס איז וואס אונז ווילן זעהן.
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

שליחה דורך מר. קלונימוס »

אין די פאל דארף מען נאסע עווידענס
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיליאנער האט געשריבן:.

יא, בראדוועי מצות האט א בעסערע טעם, און מהר''א האט זיך נאך קיינמאל נישט אויפגעטון אז זיינע מצות האבן א בעסערע טעם. וואס ער פאוקעסט איז אויף די כשרות פון די מצות און אויף דעם טענה'ט ער אז זיינע מצות זענען טויזנט מאל מער אויסגעהאלטן ווי די בראדוועי מצות.
ממש אזוי? טויזענט מאל? די רבי האט נאר געזאגט מיט איין זאך וואס מען ווארט נאך אויף פראוו פון דיר אבער וואס איז די אנדערע 999?
פנחסבןאלעזר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:59 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך פנחסבןאלעזר »

וואסע פשט אז ר' אהרן רעדט אזוי? זיין באזע דארף נאך פרישע דרשות? זעהט נישט אויס. וואס העלפט אים די נארישע גערעדעכץ? ער ווערט נאר קלענער ביי דרוילעם, און לאזט איבער א לעגאסי פין פוסטע נארישקייטן. אין די לעצטע יארן פאר ער געזעגנט זיך פין דער וועלט, וואלט ער געברויכט פאקעסירן אויף איבערלאזן א בילד פין זיך, ווי א מנהיג בחסד עליון, וואס פארגינט יעדעם וכו'. נישט זיין ביזי מיט דער ברודער און דער נעפיו, און ווי גרויס ער איז. איינער קען אים זאגען?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מיליאנער האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן: א מין רשעות דאס.
פארוואס האט ער געווארט ביז הארט פאר פסח ווען יעדער האט שוין איינגעקויפט מצות, און ערשט איצט איז ער מגלה די שרעקליכע מכשול?
ער האט אדרעסירט די שאלה ביי זיין דרשה. ער האט זיך אויסגעדריקט אז יעדע בר דעת פארשטייט פארוואס ער האט געשוויגן.
יעדער בר דעת פארשטייט מעגליך פארוואס ער האט געשוויגן אבער פארוואס ער האט נישט געקענט שווייגן פאר נאך א וואך, דאס פארשטייט מען נישט
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

אבי מ'וואונדערט זיך ווער דארף הלכות איסור והיתר אום 2023
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

עס איז די זעלבע אלטע מחלוקה וואס מ'האט זיך שוין אויסגע'הרג'ט אין די ספרים און קובצים ביז ווען עס מעג רעגענען אויף די ווייץ און עס זאל נישט ווערן חמץ. די ווייץ וואס מ'האט יארן לאנג גענומען פון לאנג איילענד איז פונקט אזוי גוט/שלעכט ווי די יעצטיגע בארעגנטע ווייץ, ויאכלו ענוים ושבעו, גארנישט איז נישט יעצט געשעהן אנדערש
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

סקעפטיקער האט געשריבן:עס איז די זעלבע אלטע מחלוקה וואס מ'האט זיך שוין אויסגע'הרג'ט אין די ספרים און קובצים ביז ווען עס מעג רעגענען אויף די ווייץ און עס זאל נישט ווערן חמץ. די ווייץ וואס מ'האט יארן לאנג גענומען פון לאנג איילענד איז פונקט אזוי גוט/שלעכט ווי די יעצטיגע בארעגנטע ווייץ, ויאכלו ענוים ושבעו, גארנישט איז נישט יעצט געשעהן אנדערש
עס איז אויך די זעלבע אלטע מחלוקה וואס מ'האט זיך שוין אויסגע'הרג'ט אין דער איד און אין דער בלאט ווער ס'דארף זיין רב אין סאטמאר וומ"ס...
פארשפארט