איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שמועס איך מיר אזוי דעם שבת מיט מיינס א חבר נאך פון די ישיבה יארן, וואס איז שוין ווייט נישט דער זעלבער סארט ווי ווען אונז פלעגמער אויפשטיין יעדן ליל שישי, פעדערנדיג די הינער פון שטייג, אריינהאקנדיג שווערע שעות רציפות. זיין געלעזער האט זיך שוין געטוישט צו מער א היינטיגער סארט, זיין פיאות איז פיל ליפטיגער, זיין בארד מילד געפאטשקעט, און זיין בעקיטשע בליטשקעדיג באבלימט. ער איז שוין היינט ווינציגער אריינגעטון אין אביי ורבא און מער אינטערסירט אין די ביזנעס וועלט. ער זיכט צו לעזן א גרינעם דאלער ווי אימער און אין די איבריגע צייט איז ער פארנומען אויפן כלי נישט לצורך פרנסה, אבער פארט א תלמוד חכם איז ער הפנים געבליבן.
אונז האבן געהאט א לענגערע שמועס איבער דאס און יענץ. ער האלט גראדע אז טראמפ זאל מען אריינשליידערן אין חד גדיא אריין און דיסענטיס זאל גאר איבערנעמען די קאנסארוועטיווע לייצעס. הכלל, די שמועס איז פארקירעוועט געווארן צו ווי 'ערליך' ער איז, און ווי 'ערנסט' ער נעמט אידישקייט. ער געבט אזא ווארף אריין מסיח לפי תומו אז ער ניצט זיין סמארטפאון געהעריג שבת. פארשטייט זיך אז אפענערהייט נישט! זיין ווייב וועט אים שחט'ן לעבעדיגערהייט, אבער באהאלטענעהייט ניצט ער עס נאו פראבלעם!
איך בין געווען אין א שטיקל שאק, עד כדי כך האב איך מיך נישט געראכטן. "סאו הייסט עס אז דו ביסט א געהעריגע מחלל שבת"?? פרעג איך אים מיט אזא ערנסטע מינע אויפן געזיכט. "נעע! וואס עפעס"?! זאגט ער מיר מיט אזא ביטל. ניצן א פאון שבת איז ממש נישט אסור, די אחרונים מוטשענען זיך ממש דאס צו אסר'ן! און מיין נישט אז איך בין די איינציגסטער, וועסט נישט גלייבן וויפיל היימישע אינגעלייט ניצן זייער פאון שבת! מען קען עס מיטהאלטן לייוו, מען קען זען פונקטליך ווער ס'איז יעצט אנליין, און מען קען אויך קוקן ווען יעדער איז געווען ס'לעצטע מאל אנליין!
דא בין איך שוין געווארן אביסל פארלוירן און כ'האב מיך אנגעהויבן צו טענה'ן כדרכי. "אבער איז עס דען נישט קיין עובדא דחול"? און וואס איז מיט די פייער וואס ברענט אינעווייניג? לא תבערו אש!! "נעע, דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט" זאגט ער מיר, די היינטיגע פאונס ארבעטן נישט מיט קיין פייער, די היינטיגע לייטס ארבעטן מיט LED וואס איז בכלל נישט קיין פראבלעם. עובדא דחול זיידזשע מיר מוחל איז אבי אן אויסגעטראכטע איסור, אז מען ניצט עס יא איז עס אויס עובדא דחול! ווער איז מחליט וואס גייט אריין אינעם גדר פון עובדא דחול? אפשר דארף מען קוקן וואס די רופארמער טוען און אזוי מחליט זיין וואס עובדא דחול מיינט. און דא האט ער געווארפן זיין באמבע:
און וואס איז מיט דיר!??!?! דו ביסט יא אזא מורא'דיגע שומר שבת? דו גייסט אין א הייסע מקווה שבת וואס איז א פשוטע געהעריגע איסור!! נישטא קיין שום היתר!! נו אז דו ביסט נישט מקפיד אויף דעם, קום מיר נישט דרייען א קאפ וועגן מיין פאון. נישט הלכה גייט דיר אן, סך הכל גייט דיר אן די קאלטור, און ביי די סיסטעם איז א פאון אפגעפרעגט און גיין אין מקוה נישט!! סארי, איך דין נישט דער סיסטעם!!
איך בין געבליבן אזוי אנע לשון. בעיקר ווייל ער האט צאמגעווארפן זאכן וואס איך בין נישט געווען אזוי באהאוונט אין זיי. איך קען נישט די מציאות'ן פון די היינטיגע פאונס, כ'בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין עובדא דחול, און הלכות רחיצה בשבת האב איך אויך נאכנישט אדרוכגעטון. הקיצור, די שמועס איז ווייטער געפארן צו אנדערע זאכן, אבער די שאלה איז מיר געבליבן שטעקן אין קאפ. צודען איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
האב איך מחליט געווען ארויפצוברענגען די שאלה דא צו די חשובע תלמודי חכמים. אפשר קען עס דער עולם צונעמען לעומקו של הלכה.

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
ער באהאלט עס פון זיין ווייב און ס'איז נישט קיין עובדא דחול. כהער.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 21, 2023 7:36 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
דער האט נישט קיין קשיות נאר תירוצים, די עצם שאלה וואס איז הארבער האט נישט קיין אמתע ענטפער ווייל די ריכטיקע שאלה איז וואס האלט ער? אויב דערקלערט ער זיך אלץ מחלל שבת אדער נישט, די פאקט איז איינער וואס גייט אין א הייסע מקוה שבת פילט נישט ווי ער איז פורק עול מה שאין כן דער אינגערמאן האט זיכער געפילט ווי ער טוט עפעס וואס ער טאר נישט, לפחות די ערשטע פאר מאל
עס איז דא מער מענטשן וואס ניצן זייער פאון שבת ווי וואס דרייוון איינע פון די פשוטסטע סיבות איז ווייל עס איז גרינג צו באהאלטן אין אויך עדיקטיוו אוודאי ווען איינער איז מחלל שבת אבער איז נישט פורק עול איז געווענדליך פרובירט צו אויפקומען מיט סברות, אפילו אויב די סברה לייגט זיך אויפן שכל מיינט נאך נישט אז עס ליגט עפעס דערין
Sent from my SM-G986U1 using Tapatalk

- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
די LED פאנעל אינעם סקרין איז טאקע נישט קיין פראבלעם אבער נוצן wifi דאס גרעניצט זיך שוין מיט א דאורייתא.
אזוי אויך דער קאמארא טאמער ווייסט מען נישט וויאזוי עס צו נוצן שבת קען מען ח"ו זייער גרינג נכשל ווערן מיט דאורייתא'ס, וועגן דעם טאקע זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך אינגאנצן אפגעהאלטן פון נוצן דעם קאמארא שבת.
אויך איז דא דער פראבלעם מיט דער פלאשלייט, און טאמער דער APN איז אנגעשטעלט אויף Roaming דאן קענען זיין דערביי ערענסטע חששות...
(פאר די וואס האבן נאכנישט געכאפט ביז אהער, ס'געשריבן געווארן בדרך צחות פשוט ווייל איך בין ליידער נישט פון די תלמידי חכמים וואס @שמן למאור האט דערמאנט אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר...)
אזוי אויך דער קאמארא טאמער ווייסט מען נישט וויאזוי עס צו נוצן שבת קען מען ח"ו זייער גרינג נכשל ווערן מיט דאורייתא'ס, וועגן דעם טאקע זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך אינגאנצן אפגעהאלטן פון נוצן דעם קאמארא שבת.
אויך איז דא דער פראבלעם מיט דער פלאשלייט, און טאמער דער APN איז אנגעשטעלט אויף Roaming דאן קענען זיין דערביי ערענסטע חששות...
(פאר די וואס האבן נאכנישט געכאפט ביז אהער, ס'געשריבן געווארן בדרך צחות פשוט ווייל איך בין ליידער נישט פון די תלמידי חכמים וואס @שמן למאור האט דערמאנט אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר...)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
דאס האט מיט וויאזוי אונזער סיסטעם איז געווייערט. זיין ווייב וואלט מסתמה אויך משוגה געווארן ווען זי זעט ווי ער עסט פליישיג גלייך נאך מילכיג אן ווארטן קיין האלבע שעה. (אפילו מיט קינוח והדחה)כרם זית האט געשריבן:ער באהאלט עס פון זיין ווייב און ס'איז נישט קיין עובדא דחול. כהער.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
ניצן ווייפיי איז דאך אן איסור דאורייתא אינדערוואכן אויך.. סיידן מען האט א גוטע פילטער..דיכטער האט געשריבן:די LED פאנעל אינעם סקרין איז טאקע נישט קיין פראבלעם אבער נוצן wifi דאס גרעניצט זיך שוין מיט א דאורייתא.
אזוי אויך דער קאמארא טאמער ווייסט מען נישט וויאזוי עס צו נוצן שבת קען מען ח"ו זייער גרינג נכשל ווערן מיט דאורייתא'ס, וועגן דעם טאקע זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך אינגאנצן אפגעהאלטן פון נוצן דעם קאמארא שבת.
אויך איז דא דער פראבלעם מיט דער פלאשלייט, און טאמער דער APN איז אנגעשטעלט אויף Roaming דאן קענען זיין דערביי ערענסטע חששות...
(פאר די וואס האבן נאכנישט געכאפט ביז אהער, ס'געשריבן געווארן בדרך צחות פשוט ווייל איך בין ליידער נישט פון די תלמידי חכמים וואס @שמן למאור האט דערמאנט אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר...)
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:00 pm
- האט שוין געלייקט: 324 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
איך בין נישט קיין ת"ח, אבער די מחשבות זענען מיר שוין אסאך מאל איינגעפאלן אינמיטן א לאנגווייליגן שבת..
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
דיכטער האט געשריבן:די LED פאנעל אינעם סקרין איז טאקע נישט קיין פראבלעם אבער נוצן wifi דאס גרעניצט זיך שוין מיט א דאורייתא.
אזוי אויך דער קאמארא טאמער ווייסט מען נישט וויאזוי עס צו נוצן שבת קען מען ח"ו זייער גרינג נכשל ווערן מיט דאורייתא'ס, וועגן דעם טאקע זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך אינגאנצן אפגעהאלטן פון נוצן דעם קאמארא שבת.
אויך איז דא דער פראבלעם מיט דער פלאשלייט, און טאמער דער APN איז אנגעשטעלט אויף Roaming דאן קענען זיין דערביי ערענסטע חששות...
(פאר די וואס האבן נאכנישט געכאפט ביז אהער, ס'געשריבן געווארן בדרך צחות פשוט ווייל איך בין ליידער נישט פון די תלמידי חכמים וואס @שמן למאור האט דערמאנט אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר...)
איך בין פון דעי וואס האבן נישט געכאפט...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
די נקודה איז שוין ארויסגעברענגט געווארן דורך איינער פון די פריערדיגע גדולים, געדענק איך נישט ווער, אז איינער וואס זיצט צו לאנג אין א הייסן בור שב"ק איז שטארק מעגליך א דאורייתא, ווס. איינער וואס פארט מיט א באן שבת וואס איז גאנץ מעגליך ניטאמאל קיין דרבנן. אבער עכ"ז וועט דער ערשטער נישט ווערן מיט דעם קיין מחלל שבת און דער צווייטער יא...
@שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?

רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:00 pm
- האט שוין געלייקט: 324 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
די זעלבע איז מיטן שבת עלעוועיטאר וואס די רבנים האבן געזוכט איסורים פון אונטער די ערד צו אסר'ן.מתבודד האט געשריבן:די נקודה איז שוין ארויסגעברענגט געווארן דורך איינער פון די פריערדיגע גדולים, געדענק איך נישט ווער, אז איינער וואס זיצט צו לאנג אין א הייסן בור שב"ק איז שטארק מעגליך א דאורייתא, ווס. איינער וואס פארט מיט א באן שבת וואס איז גאנץ מעגליך ניטאמאל קיין דרבנן. אבער עכ"ז וועט דער ערשטער נישט ווערן מיט דעם קיין מחלל שבת און דער צווייטער יא...
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
עס וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו הערן ווער דער 'גדול' איז געווען, און וואס זיין הסבר איז דערויף. פארוואס איז א פאקטישער מחלל שבת, 'נישט' קיין מחלל שבת, אבער איינער וואס איז נישט קיין מחלל שבת איז 'יא' א מחלל שבת.מתבודד האט געשריבן:די נקודה איז שוין ארויסגעברענגט געווארן דורך איינער פון די פריערדיגע גדולים, געדענק איך נישט ווער, אז איינער וואס זיצט צו לאנג אין א הייסן בור שב"ק איז שטארק מעגליך א דאורייתא, ווס. איינער וואס פארט מיט א באן שבת וואס איז גאנץ מעגליך ניטאמאל קיין דרבנן. אבער עכ"ז וועט דער ערשטער נישט ווערן מיט דעם קיין מחלל שבת און דער צווייטער יא...
@שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?
וויאזוי איז מען דאס מסביר? הייסט אז די תורה איז נאר א געים זיך צו קענען שפילן מיט וואס אונזער געפילן דיקטירן?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
למאי נ"מ?מתבודד האט געשריבן: @שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?
אבער אז דו ווילסט דווקא וויסן. די שמועס איז פארגעקומען שבת נאכמיטאג צווישן מיין יצר הרע מיט מיין יצר טוב...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
וועלכע זייט רעכענסטו אלץ דער יצר הרע און וועלכע זייט איז דער יצר טוב?שמן למאור האט געשריבן:למאי נ"מ?מתבודד האט געשריבן: @שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?
אבער אז דו ווילסט דווקא וויסן. די שמועס איז פארגעקומען שבת נאכמיטאג צווישן מיין יצר הרע מיט מיין יצר טוב...
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
כ'בין אליינס נישט זיכער..צוזאמגעדרייט האט געשריבן:וועלכע זייט רעכענסטו אלץ דער יצר הרע און וועלכע זייט איז דער יצר טוב?שמן למאור האט געשריבן:למאי נ"מ?מתבודד האט געשריבן: @שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?
אבער אז דו ווילסט דווקא וויסן. די שמועס איז פארגעקומען שבת נאכמיטאג צווישן מיין יצר הרע מיט מיין יצר טוב...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
לאמיר אביסל צינעמען די הלכות, א פאון איז במציאות נישט קיין אש און ס'נישטא קיין שום צד איסור אפילו מדרבנן, די איינציגסטע צד לאסור איז "עובדא דחול" וואס די חתם סופר האט מחדש געוועהן (וואס גראדע פינקט ער האט געפילעוועט אין חדש אסור מן התורה......)
(תיקון טעות: עובדא דחול שטייט שוין אין גמ', אז א זאך וואס איז טעכניש נישט קיין מלאכה אבער איז ארבעט למשל שלעפן שווערע באקסעס איז אסור אלץ עובדא דחול, די חתם סופר איז מחדש אז יעדע זאך וואס שמעקט וואכנדיג איז אסור אלץ עובדא דחול למשל פארן אויף א באן, וואס אין גמ' איז נישטא קיין איסור צו פארן אויף א שיף אלץ עובדא דחול נאר פאר אנדערע סיבות, שקויעך @שמן למאור פארן מאיר זיין)
א הייסע מקווה אין שבת איז דא א איסור דרבנן רחיצה וואס דאס איז א קלארע גמרא (שבת מ:) אז מ'איז חושש אז ער וועט גיין אנהייצן די מקווה אין שבת, די ראשונים האבן אזוי מקפיד געוועהן אויף דעם איסור עד כדי כך אז די מהרי"ל האט גע'אסרט רחיצה אפילו מיט קאלטע וואסער.
און די נודע ביהודה (וואס אויף עים באזירן אינז דין נדה בזמן הזה) האט טאקע געהאלטן אז בשום אופן טאר מען נישט גיין אין א הייסע מקווה, און די חכם צבי לייגט נאך צי אז אזא איינער מעיג מען באשייגעצען אלץ אן עבריין גאר.
די סדרי טהרה איז מיקל אז א קאלטע מקווה איז א צער און במקום צער לא גזרו, די אבני נזר ווידער איז מיקל אז במקום מצווה לא גזרו, (איי מען קען דאך טין די מצווה בצונן? זעיט אויס אז כיוון שהותרה הותרה), צאנז'ער רב איז מתיר כיון שנהגו היתר הנח להם לישראל וכו'
די משנה ברורה פסק'נט טאקע אז מען טאר זיך נישט טובל'ן און א הייסע בור און אזוי אויך ווערט געברענגט אין אגרות משה.
לעניינינו, איסור רחיצה איז זיכער א הארבערע איסור פון ניצען א פאון (בהנחה אז א פאון איז טאקע א איסור) מילא קען מען זיכער עפלייען די אלע היתרים פון מקווה חמה צו א פאון, און לאמיר גיין איינס איינס ובכן,
די סדרי טהרה וואס איז מתיר אלץ צער, נישט ניצן די פאון איז אויך א צער.
די נודע ביהורה וואס איז מתיר אלץ מקום מצווה וכיון שהותרה בצונן הותרה בחמין, איז אויף א פאון קען מען דאך לערנען איז דאך עס א מקום מצווה וכיון שהותרה צו לערנען הותרה אויף אנדערע זאכן אויך.
די צאנזער רב וואס איז מתיר אלץ כיון דנהגו היתר והנח להם לישראל, קען מען דא אויך זאגן כיון דנהגו היתר והנח להם לישראל וויבאלד רוב יודן ניצן זייערע פאונ'ס אין שבת.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
די חיי אדם האט אבער יא געהאלטן אז ס'גייט אריין אינעם איסור רחיצה.יין שרף האט געשריבן:נו, די קרבן נתנאל שרייבט דאך שוין אז גזירת בלנין איז בכלל נישט געווען אויף א מקוה טהרה נאר אויף אן אמבטי..
ובפרט אויב מען פארזוימט זיך מער וויפיל עס פעלט זיך אויס פאר טבילה.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
נו, ער'ט געוואלט אסר'ן פאטעטאס אויך, מילא..?שמן למאור האט געשריבן:די חיי אדם האט אבער יא געהאלטן אז ס'גייט אריין אינעם איסור רחיצה.יין שרף האט געשריבן:נו, די קרבן נתנאל שרייבט דאך שוין אז גזירת בלנין איז בכלל נישט געווען אויף א מקוה טהרה נאר אויף אן אמבטי..
ובפרט אויב מען פארזוימט זיך מער וויפיל עס פעלט זיך אויס פאר טבילה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
עובדין דחול ווערט שוין דערמאנט אין די גמרא, ווייסעך נישט פארוואס דו זאגסט אז די חת"ס האט עס אויסגעטראפן. די שאלה איז נאר ווער איז מחליט וואס גייט אריין אין דעם גדר. אפשר איז עסן פרענקפוטערס עובדין דחול?קהל'ס נער האט געשריבן:לאמיר אביסל צינעמען די הלכות, א פאון איז במציאות נישט קיין אש און ס'נישטא קיין שום צד איסור אפילו מדרבנן, די איינציגסטע צד לאסור איז "עובדא דחול" וואס די חתם סופר האט מחדש געוועהן (וואס גראדע פינקט ער האט געפילעוועט אין חדש אסור מן התורה......)
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
די משנה ברורה נעמט אן אזוי ווי אים. ביי פאטעיטעס האבן זיך אלע געקריגט אויף אים, מען האט אנגענומען אז אויף פסח איז 'חיי אדם' יא צו עסן פאטעיטעס.יין שרף האט געשריבן:נו, ער'ט געוואלט אסר'ן פאטעטאס אויך, מילא..?שמן למאור האט געשריבן:די חיי אדם האט אבער יא געהאלטן אז ס'גייט אריין אינעם איסור רחיצה.יין שרף האט געשריבן:נו, די קרבן נתנאל שרייבט דאך שוין אז גזירת בלנין איז בכלל נישט געווען אויף א מקוה טהרה נאר אויף אן אמבטי..