דאס וואטיקאן באשטייט פון א סאך געביידעס און אינסטיטוציעס, וועלכע זענען אנגעפולט מיט אינטערעסאנטע פארצייטישע טראדיציעס און מיט אומצאליכע פארבארגענע געהיימעניססן, וועלכע רופן ארויס נייגער און מיסטיריע באנאזאם ביי אלעמען. אבער דאס ווירקליכער קרוין פונעם וואטיקאן איז אן קיין צווייפל דאס אוראלטער סיסטינע קירכע. די קירכע איז נאך אָריגינעל געבויעט געווארן אין יאר קכ״ח – 1368 למספ'. די ארכיטעקטישער אויסלייג פון די געביידע, איז באזירט לויט דאס בית המקדש וואס שלמה המלך האט געבויעט אין ירושלים, ווי עס ווערט אויסגעצייכנט אין ספר מלכים א'. אין יאר רס״ח – 1508 למספ' האט פּויפּסט יוליוס דער צווייטער, געלאזט רופן צו זיך אין זיין פאלאץ דעם לעגענדארן איטאליענישער מעלער, מיטשעלאַנגעלאָ די לאָדאָוויקאָ, און ער האט איז באאויפטראגט מיט א מיסיע צו בויען זיין פערזענליכע באגרעבעניש ארט אין רוים. מיטשעלאַנגעלאָ מיט זיין שטאב האבן זיך טאקע באלד גענומען צו די ארבייט.
עטוואס שפעטער האט דער פּויפּסט זיך געביטן זיין מיינונג, און ער האט ווידער געלאזט רופן מיטשעלאַנגעלא צו זיך אין פאלאץ, און ווען מיטשעלאַנגעלאָ האט זיך געשטעלט פאר זיין שמייליגטום, האט אים דער פּויפּסט געזאגט אז אנשטאט בויען פאר אים א קבר, זאל ער ליבערשט איבערפארבן די סיסטינע קירכע, וועלכע איז דאן געשטאנען אין גאר א שוואכע צושטאנד און שטארק נאכגעלאזט. מיטשעלאַנגעלאָ האט ערשט נישט געהאט קיין גרויס חשק, ווארום ער איז פון פאכאויס געווען א סקולפּטאָר, און ער האט בלויז זיך פארנומען מיט אויסצוהאקן סטאטועס פון מארמארשטיין, ער האט אינגאנצן נישט געגליכנט צו פארבן מעלערייען. פון דעסטוועגן אז דער פּויפּסט הייסט מוז מען פאלגן. און טאקע א יאר דעראויף האט ער זיך גענומען צו די ארבייט. פאר א צירקע פון פיר יאר האט ער העפטיג געארבייט אין היצן און אין קעלט צו באצירן די קירכע, הויפזעכליך די דאך און איר מייעסטעטישע קופאל . ביטער שווער האט ער געארבייט בייטאג און ביינאכט, ווי ער זעלבסט שרייבט:
מיין בארד איז געהויבן צום הימל, איך שפיר דעם הינטן פון מיין מוח. פון די באַרשטן וואס הענגן פון מיר שטענדיג, פארוואנדלן זיי מיר צו ספּעקטאַקיאַלער פאדלעקע...
אוגוסט 15' 1510' למספ' איז די קירכע ענדליך באנייעט געווארן מיטן גאנצן פראכט, און די אויג פארכאפנדע מעלערייען און שניצערייען פון מיטשעלאַנגעלאָ, האבן זיך אנטפלעקט פאר אלעמענס אויגן. דער פּויפּסט און זיינע באגלייטער די בישאפן זענען געשטאנען פארכּישופט און פארגאפט נישט האבנדיג קיין געלגנהייט זיך צו עפענען דאס מויל פאר גרויס איבעראשונג. מיטשעלאַנגעלאָ האט באוויזן א מייסטער ארבייט וואס האט נישט געהאט זיינס גלייכן. אט איז וואס דער גרויסער איטאליענישער דיכטער גיאָרגיאָ וואַסאַרי האט געזאגט אויף זיין ווינדער ווערק אינעם סיסטינע קירכע: "ס'איז געווען מעגליך צו הערן מיט די אויערן ווי די גאנצע וועלט קומט אין א געלויף איר צו זען, און ווירקליך, זי האט פארווינדערט אירע צוזעער און זיי שטום געשלאָגן".
זייר פיין און זייער וואויל, וואס מאנכע ווייסן נישט, האט זיך אונטער די קוליסן פארקאכט א גאנצע פאליטיק צווישן דער פּויפּסט און מיטשעלאַנגעלאָ. דער פּויפּסט האט אָריגינעל געוואלט אז די מעלערייען זאלן זיין באזירט אויף געשיכטעס און פערזענליכקייטן פונעם ברית חדשה, וו.צ.ב.ש. ווי יוחנן המטביל טויבלט ישו אינעם ירדן, און ווי דער שטן פרובירט איבערצורעדן ישו אז ער זאל אריבער קומען צו זיין זייט און ער זאגט אים אפ, און מעלערייען פון די צוועלף תלמידים פון ישו, אד''ג, אבער מיטשעלאַנגעלאָ האט אויף קיין פאל נישט צוגעשטימט, נאר ער האט ענדערש געמאלן מעלערייען פון געשיכטעס פון די תורה, ווי מ'זעעט מיט די אויגן ביז צום היינטיגן טאג. די דאך און די קופאל פונעם סיסטינע קירכע, איז באצירט מיט מעלערייען פון ספר בראשית און שמות און נאך. מ'זעט דארט די געשיכטע ווי די באשפער באשאפט די ליכטיקייט און טינקלקייט די ערשטע טאג פון די וועלטס באשאף, מ'זעט ווי די באשעפער באשאפט די זון און די לבנה, און גראז און ביימער. און אפילו די געשיכטע פון המן און פון יהודית און הולופרנס זעט מען דארט לעבעדיג זיך אפשפילן דארט אויפן דאך... פארוואס טאקע האט מיטשעלאַנגעלאָ נישט געוואלט הארכן דעם פּויפּסט, און מאלן בלויז מעלערייען פון ברית חדשה וואס פאסט זיך פאר א קירכע, און אנשטאט האט ער אין באצוג געמאלן מעלערייען פון די תורה הק' וואס פאסט זיך פיל מער פאר א בית מדרש? די ענטפער אויף דעם איז גאר אן אינטערעסאנטער.
דער מיטשעלאַנגעלאָ האט גאר געהאט פייגלעך אין קאפ, זיין מוח האט געוויבלט מיט דיעות כוזבות, ער האט גאנץ קנאפע געגלייבט אין די גאנצע קירכע ביזנעס, און ער האט נישט געקענט מאלן קיין מעלערייען פון געשיכטעס אין וועלכע ער זעלבסט גלויבט נישט. און פון וואנעט טאקע קומט זיך צו א קריסט וואס האט געלעבט אין יענע יארן, אזעלכע פסולע געדאנקן? דאס צו פארשטיין דארפן מיר זיך צוריק קערן צו זיינע טריבע קינדערישע יארן...
מיטשעלאַנגעלאָ איז געווארן א יתום ווען ער איז געווען בלויז זעקס יאר אלט. זיין מוטער איז געשטארבן און איבערגעלאזט א שטוב מיט פינף פיצלעך קינדער... אין רעזולטאט איז מיטשעלאַנגעלאָ אדאפטירט געווארן דורך עוועראַרדאָ דע מעדישי. די פאמיליע דע מעדישי איז געווען אין יענע יארן די רייכסטע און פראמינענסטע איבער די וועלט, און אין זייער הויז איז מיטשעלאַנגעלאָ אויפגעצויגן געווארן. אין אזא רייכע הויז האט מען זיך זיכער געזאגט אז דער קליינער מיטשעלאַנגעלאָ זאל באקומען א גוטע ערציאונג. דער לערער אין די הויז פון דע מעדישי, איז געווען נישט קיין אנדערער ווי זשיאָוואַני פּיקאָ מיראַנדאָלאַ.
פיקא מיראַנדאָלאַ האט פארמאגט א מוח אויף די פלייצע וואס האט כמעט נישט געהאט זיינס גלייכן. ער איז געווען פון די גרעסטע אינטעלעקטואלע, ליטערארישע, און דענקער וואס האט דאן געלעבט. אפגעזען פון לאטייניש און גריכיש האט ער אויך גערעדט פליסיג לשון הקודש און אראביש. ער איז געווען גרונטליך באהאווענט אין תנ''ך, ש''ס און מדרש, און שטארק אויסגעקאכט אין תורה הקבלה, ווי אומגלויבליך ס'זאל נאר נישט הערן... ער האט געגלייבט און זיין זעלבסט-אויסגעבויעטער גלויבן, ער האט געגלייבט טיילן פון די תורה און פון די ברית חדשה, אבער נישט אלעס, ער האט געטראכט ראציאנאל לויט די וועג פון טראכטן פון אריסטו און אפלטון. ער איז געווען דער ערשטע פילאזאף וואס האט אנגעהויבן צו פארשפרייטן געדאנקן פון פרייהייט פון דעם מענטש און זעלבסט-טראכטן. זיינע אינהאלטסרייכע ווערק האבן מיט הונדערטער יארן שפעטער אינספרירט די פראצויזישע רעוואלוציע און שפעטער אויך די אמעריקאנע רעוואלוציע, וועלעכע האבן געשעפט זייערע ווירדן און אנטשואונגען פון אים. ער איז געווען אזוי קליג אזש די גרעסטע געלערענטע גלחים, האבן זיך אנטזאגט צו פירן מיט אים א פּאָלעמיק, נעמליך, זיי האבן גוט געוויסט אז מיט זיין שארפער שכל וועט ער זיי באלד איינשלונגן לעבעדיגערהייט. צו די מזל פון די קירכע איז ער געשטארבן גאר יונג, ווען ער איז בלויז 31 יאר אלט – אין יאר רנ''ד – 1494 למספ'.
און וואו און פון וועם האט זיך מיראַנדאָלאַ אויס געלערענט לשון קודש און די מיסטישע תורות הקבלה? ער האט שטודירט אינעם אוניווערסיטעט אין די שטאט פּאַדואַ. און דארטן אינעם אוניווערסיטעט האט אויך דאן אויך שטודירט הרב אליהו דלמדיגו, און ער האט אויסגעלערנט פאר מיראַנדאָלאַ לשון קודש און תורה. און א געוויסע משומד מיטן נאמען פלוויוס מיטרידירט האט אים באזארגט מיט קבלה ספרים ווי ספר יצירה, ספר הזוהר און די ספרים פון אברהם אבולעפיה. דער אליהו דלמדיגו זעלבסט האט גאנץ קנאפע געגלייבט אינעם ספר הזוהר, און ער איז געווען פון די אויסגעשפראכנסטע קעגנער פונעם מהר"י מינץ דער רבי פון די מהר''ם פּאַדואַ וואס האט דאן געדינט אלס רב אין פּאַדואַ. אליהו דלמדיגו איז געווען א תלמוד פון רבינו יהודה בן יחיאל מסר ליאון – פון די גרעסטע רבנים אין איטאליע, און ער איז געווען שטארק באפריינדט מיט רבינו עובדיה ספורנו וועלכער האט פארפאסט פירוש ספורנו אויף די תורה... אויך פון די גרויסע תלמידים פון רבינו יהודה בן יחיאל מסר ליאון...
הרב / ד''ר בנימין בלאך און נאך אנדערע זענען ביי די מיינונג אז פיקא מיראַנדאָלאַ האט אויסגעלערענט תורה און קבלה פאר זיינען סטודענטן אין די הויז פון דע מעדישי, צווישן זיי אויך פאר מיטשעלאַנגעלאָ. מיטשעלאַנגעלאָ האט זיך אויסגעדרוקט אויף זיין לערער מיראַנדאָלאַ "ער איז געווען כמעט א גאט". און זיי גייען נאך ווייטער, זיי זענען אויך ביי איבערגעצייגט אז דערפאר האט מיטשעלאַנגעלאָ בלויז געוואלט מאלן מעלערייען פון געשיכטעס איז די תורה ווייל ער האט אין געהיים אין זיי אריינגעמאלן מיסטישע סודות פון קבלה... אלזא לויט ד''ר בלאך ווען איר באזוכט אינעם סיסטינע קירכע, און ווערט אינגאנצן באצויבערט אנטציקט פון די ווינדערליכע מעלערייען פון מיטשעלאַנגעלאָ, זאלט איר וויסן אז זיי ערהאלטן טיפזיניגע סודות התורה...