א מין רשעות דאס.מיליאנער האט געשריבן:מהר''א האט די פארגאנגענע שבת ביי די שבת הגדול דרשה ארומגערעדט איבער די מכשול וואס איז ליידער פארגעקומען ביי די בראדוועי ווייץ אז מ'האט געשניטן די ווייץ תיכף נאך א רעגן. ער האט געזאגט אז ער וויל נישט זאגן צו ס'איז כשר אדער נישט צוליב וואס מ'וועט זאגן אז ער האט נגיעות אבער איין זאך וואס ער וויל זאגן איז אז ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס עס פאסירט אזאנס, נאר ס'איז די ערשטע מאל וואס ס'ווערט 'נתפרסם'. און ער האט מכבד געווען יעדן איינעם צו גיין נאכקוקן די היסטאריע די לעצטע יארן ווען עס האט גערעגנט דארט.
אין איינוועגס האט ער ארויסגעברענגט אז אין אריזאנע האט נאך קיין איין איינציג מאל נישט גערעגנט פאר'ן שניידן און ער וועט ווייטער נעמען פון דארט ביז משיח'ס טאג.
פארוואס האט ער געווארט ביז הארט פאר פסח ווען יעדער האט שוין איינגעקויפט מצות, און ערשט איצט איז ער מגלה די שרעקליכע מכשול?