לא נתקבל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

לא נתקבל

שליחה דורך אמת45 »

ערהאלטן נאך איין,
נאך א מוסד זאגט ניין,
ווילן מיך נישט,
מיין קינד נעמען,
מעגן געוויס,
קלויבן יענעם,

גאט אזא צייט זאגט האַלט,
טייטל נישט,
אל תבטחו - געוואלד,
בעט דיך נישט,
און פאל נישט ביי זיך,
ווען דו ווערסט צומישט,

און איך טראכט,
ווי ביטער דאס איז,
א שטאלצער איד
אין דעם דור נישט גענוג,

איך מוז נישט דא בלייבן,
אין געטאו מיט זיי,
מ'טוט אונז פארטרייבן,
אוי הלוואי,
אוודאי איך גיי,
ביקן להבל וריק,
און איך געב א שפּיי,

אטעם אריין,
הייב העכער ארויף,
קוק גוט אראפ,
פון פענסטער צום הויף,
הייפעלע מוראשקע'ס,
א וועלט פירן,
עסן זיך אויף,
אנדערע אידן,
און אויף משיח'ן ווארטן,
וואס קען נישט פאסירן,

גיי אליינס,
גיי מיטן ווינט,
האלט דיין געוויין,
אידיש-קייט זיך פארגין,
נעם דיין גמרא,
באהאלטענע בריסט,
מיר דיין מטרה,
און מיט דיר איך בין.
פארשפארט