לכבוד פסח תשפ"ג: קאווע שטיבל מפתח אישים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

Re: לכבוד פסח תשפ"ג: קאווע שטיבל מפתח אישים

שליחה דורך אמת וצדק »

רבותי @שש משזר.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

אמת וצדק האט געשריבן:רבותי @שש משזר.
ער איז אדנירם
(וואס איז טאקע פשט פון די אלע שינויי השם דא אין שטיבל?)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אמת וצדק האט געשריבן:רבותי @שש משזר.
שש משזר הנקרא @אדנירם האב איך געברענגט אינעם ארגינעלן ארטיקל. וואס איך זע יא אז איך האב אויסגעלאזט איז דער מייסטער שרייבער און חקרן @אמת וצדק!!!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

שוין... קוקט אויס כדארף זיך ארויפשארבען די ארבעל, זיך לאזן הערן אפטער, כזאל ווערן פארעכענט צווישן די 'אישים'... :roll:
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איי איי זר זהב געסטו אזא זאג אפ דו האסט נישט קיין מושג וואס זר זהב איז געווען
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

קאצקע ציקער האט געשריבן:איי איי זר זהב געסטו אזא זאג אפ דו האסט נישט קיין מושג וואס זר זהב איז געווען
זעסטע, כ'וואלט מיך געדארפט אדורכרעדן מיט דיר בעפאר..
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

@I'm back
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

@פערינא
@אמת45
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

.
לא באתי לנצח (שולי)
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך קאווע קריטיק »

אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

קאווע קריטיק האט געשריבן:@קאווע קריטיק
מאך מיר א דיעל, אויב קומסטו אריין מיט א באריכט דא, נעם איך מיר אינטער אן אנאליז.
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך קאווע קריטיק »

איך ווייס נישט וואס צו טון, כ'האב נישט ליב באקומען מיין tone פון אונטערשטרייכן חסרונות און flaws פון אנדערע מענטשנס האראוואניע, אלעס ווייל אפשר קען עס זיין בעסער, אדער ווייל איך קוק עס אן אנדערש. סתם שרייבן דאס איז גוט און יענץ איז גוט איז דא גענוג בעלנים אויף אייוועלט וואס טוען עס, דעריבער שרייב איך גארנישט.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

איך מיין אז אפילו דיין פאזיטיווע פידבעק איז געווען זייער אייגענארטיג.

יושבי ה'שטיבל ווארטן אויף דיין אנאליז. Apparently גלייכט די עולם יא די tone.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

@שיטה מקובצת, געווען פון די געשמאקע ניקים דא.

העי שיטה, איך זעה די האסט געלייקט די תגובה פונעם פוה"א. אז די ביסט יא דא, לאז דיך הערן
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

איך טראכט פון באליידיגט ווערן ווייל קיינער האט מיך נישט דערמאנט.

נ.ב. מען קען נאך מאכן תשובת המשקל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ישר כח @שמן למאור פאר די שווערע ארבעט וואס איז אריינגעגאנגען אין אזא אינפארמאטיווע ארטיקל, און פארשטייט זיך א דאנק פאר די טיטל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מרדכי מרדכי האט געשריבן:איך טראכט פון באליידיגט ווערן ווייל קיינער האט מיך נישט דערמאנט.

נ.ב. מען קען נאך מאכן תשובת המשקל
מרדכי מרדכי: איך בין גרייט צו טון תשובת המשקל. שטאטס שמן למאור. ( זכין לו לאדם שלא בפניו)... נאר בתנאי אז דו וועסט (ח"ו) נישט ווערן באליידיגט...נאך די אלע פסח'דיגע סעודות און כזיתים איז נישט שווער צו טון די ריכטיגע תשובת המשקל...והנה... הרב מרדכי מרדכי שליט"א איז שקול כנגד כולם... (ביז ער וועט גיין אויף א דיעטע)
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

זייער שיין באשריבען, ממש הערליך, עס שיינט אז עס האט גענומען מחשבה און צייט דאס צו באווייזען, און איך וויל זיך באדאנקען דערויף. עס איז שווער פאר איינער וואס איז נישט דא געווען צו פארשטיין אלעס.

איך גיי בוקמארקען די אשכול צו קענען צוריק קומען ווען איך ליין א אארטיקל פון א פריערדיגע און זען וואס דו האלטסט אויף אים.

אויב איך מעג בעטען די אלע וואס דערמאנען א ניק וואס מען האט נישט דערמאנט, אדרבה שרייב אפאר ווערטער, גיב צו פארשטיין מיטוואס יענע ניק איז געווען דא, וואס איז זיין אויפגאבע דא געווען, שרייבען קריטיקרן לייקן, אדער זיין איינגעשריבען.
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

berlbalaguleh האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:איך טראכט פון באליידיגט ווערן ווייל קיינער האט מיך נישט דערמאנט.

נ.ב. מען קען נאך מאכן תשובת המשקל
מרדכי מרדכי: איך בין גרייט צו טון תשובת המשקל. שטאטס שמן למאור. ( זכין לו לאדם שלא בפניו)... נאר בתנאי אז דו וועסט (ח"ו) נישט ווערן באליידיגט...נאך די אלע פסח'דיגע סעודות און כזיתים איז נישט שווער צו טון די ריכטיגע תשובת המשקל...והנה... הרב מרדכי מרדכי שליט"א איז שקול כנגד כולם... (ביז ער וועט גיין אויף א דיעטע)
יש"כ.
איך בין נישט אזוי גראב גראדע האב איך פארלוירן לעצטנס אביסל וואג פסח האב איך אביסל צוגענומען.
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

שמן למאור האט געשריבן:
לכבוד תגובה מספר 2000!!
א גוט יאר אייך טייערע חברים וידידים כל אחד בשמו הטוב יבורך.

איך עפן דא אצינד אן אשכול ווי איך גיי טון א יוניק זאך, עפעס וואס איז דאכצעך נאכנישט געטון געווארן מיום היתה קאווע שטיבל לסייט, נעמליך, איך גיי אדורכגיין ניק ביי ניק, און פראבירן צו געבן א קורצע דעסקריפציע איבער וואס דער ניק שטעלט פאר, מיט וואס איז ער אייגנארטיג, און וואס מען קען ערווארטן צו זען אין זיינע שרייב ווערק.

פארשטייט זיך אז איך וועל נישט קענען אדורכגיין אלע ניקים וואס האבן זיך איינגעשריבן דורכאויס די אלע יארן וואס קאווע שטיבל שטייט, הם יכלו והזמן לא יכלו. איך וועל בעיקר אדורכגיין די שטארקע ניקים וואס האבן אויף א סימבאלישן אויפן עפעס איבערגעלאזט זייערע פינגער אפדריקן אויפן סייט. איך בעט דא שוין איבער מראש אויב איך לאז איינעם אויס, כמובן איז עס נישט די גרינגסטע ארבעט, ושגיאות מי יבין.

דור הולך ודור בא, דורכאויס די יארן זענען שוין אזויפיל חשובע אינגעלייט, פון די אויבערשטע פונעם שטייסל, פון די חשובסטע און קלוגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט נאר, אוועקגעגעבן פון זייער צייט און צוגעגעבן גאר אסאך פון זייער ידיעות, שיטות, פארש ארבעט, און מחשבות, צושטעלנדיג רייכע הערליכע ארטיקלען צו באשיינען די ווענט פון קאווע שטיבל, און כמעט אלעס איז נאך קאי וקיימא מיט די שטענדיגע לעכטיגע גלאנץ.

אמאל קוקט מען צוריק, און מען בענקט זיך מיט נאסטאלגיע צו די צייטן ווען עס פלעגן זיך דא דרייען קנאקעדיגע חברה, אנגעהויבן פון די זאטע יארן אין 2012 למספרם ווען די סייט איז געגרינדעט געווארן, און עס האבן זיך דא געדרייט פון די שארפסטע קעפ. אזוי אויך שפעטער אין יאר 2015 ווען עס איז ערשינען א פרישע ווידעראויפוואכונג פון מעגא שרייבער און טיפע קעפ, צוזאמען מיט די אויפשטייג פון די וועקער עפאכע. אבער ב"ה לא אלמן ישראל און עס איז אייביג דא גאר קלוגע און שטארקע חברה וואס לאזן אונז איבער מיט גאר אסאך פון וואס צו קונה זיין און זיך צו לערנען. און לזכר די אלע ניקים, איז אוועקגעשטעלט דער דאזיגער אשכול.

די ציל פון די אשכול איז צווייפאכיג. קודם כל איז מיר אלעמאל געווען גאר א גרויסע פארגעניגן זיך צו נעמען צו די ביינער פון א געלונגענע ניק, אריינגיין אין זיין פראפיל, זיכן ביי 'זוך ניקס תגובות' און אדורכגיין על הסדר תגובה ביי תגובה, און אזוי קונה זיין פיל חכמה, ידיעות, און סתם אינטערסאנטע אנעקדאטן. אזוי קען מען אויך אנטדעקן גאר אסאך שיינע אלטע אשכולות וואס זענען שוין פון לאנג פארגעסן געווארן, און מען קען מיטהאלטן א פארגעסענעם אינהאלטסרייכע שמועס וואס איז פארגעקומען מיט יארן צוריק צווישן עטליכע שפיזיגע קעפ מיט אויסגעשארפטע פעדערן. אז אלע שטארקע ניקים וועלן זיין שיין מסודר אויף איין פלאץ אין איין אשכול, וועט דאס האפנטליך גאר שטארק פארגרינגערן די ארבייט פאר איינער וואס וויל דאס טון. מען וועט אויך קענען אנהויבן פון אנהויב און גיין על הסדר פון די ניקים. אזוי אז פאר דעם סיבה אליין איז אזא אשכול א גרויסע תועלת.

נאך א סיבה איז פאר חשוב'ע נייע ניקים וואס ווייסן נאכנישט זייער וועג ארום אין שטיבל, און זיי ווייסן נאכנישט ווער שטעלט פאר וואס, זאלן זיי קענען באקומען א בערך'דיגן בילד איבער ווער עס זענען די קאווע שטיבל ניקים, און וואס זיי האבן אלע צו פארקויפן.

ובזה החלי בעזהשי"ת, ויה"ר שלא יצא מכשול מתחת ידי ח"ו אכי"ר.

צום אלעמען ערשט מוז מען אנפאנגען מיטן חשוב'ן @מנהל שליט"א וואס פירט שוין קאווע שטיבל אזויפיל יארן נאכאנאנד צום גוטן, און האט די שווערע ארבייט פון האלטן די ריכטיגע טאן פונעם סייט, אז פון איין זייט זאל עס טאקע זיין אויסגעהאלטן תורה'דיג און ערליך, אבער פון די אנדערע זייט זאל עס נישט ליידן פון די ביטערע סענסערשיפ וואס עקזיסטירט ליידער ביי רובם ככולם פון אלע היימישע נייעס און מידיע פלאטפארמעס. תשוח"ל פאר די געוואלדיגע איבערגעגעבנע ארבעט וואס ער טוט אזוי שלא על מנת לקבל פרס מיט א געניטע באלאנצירטע ישרות. יה"ר שיאריך ימים על ממלכתו, וישלם לו כגמולו הטוב בכפלי כפלים.

יעצט לאמיר גראד אריינטאנצן, און זיך נעמען צו די ניקים. איך וועל אנפאנגען פון די אמאליגע לייבן פון שטיבל און זיך ריקן ווייטער אן קיין ספעציעלן סדר.

איך וויל אנפאנגען מיט @לעיקוואד וואס איז בשעתו ממש אנגעקוקט געווארן ווי די 'רבי' פון קאווע שטיבל. ער האט מיט זיין טיפע פיליזאפישע מוח געעפנט און באשריבן גאר אסאך טיפע און וויכטיגע נושאים בכל עניני היהדות. (על פי רוב האט ער געצויגן מער צו לינקס).

היינט איז שוין ברייט באקאנט ווער ער איז, נאך וואס עס איז נתגלה געווארן העטרה, און מען ווייסט אז ער איז הגאון האדיר המקובל ר' יצחק לאווי שליט"א מעיה"ת לעיקוואד, רב דביהמ"ד עיון למחשבה. ער האט אפגעטראטן פון קאווע שטיבל מיט א שטיקל ביטערן טעם אין מויל, נאכדעם וואס ער האט זיך צעשלאגן מיט די דעמאלסדיגע אחראים איבער געוויסע תקנות און מעקערייען וואס האבן דאן פארגעקומען אין שטיבל.

אהה! @יידל די חכימא דיהודאי, ווער עס נישטערט נאר אין די אמאליגע אוצרות, שטויסט זיך באלד אן אין זיינע ווערק. זיין חכמה, ידיעות, און ברייטקייט האט ממש נישט זיינס גלייכן, סיי אין וועלטליכע ענינים און סיי אין תורה'דיגע השקפה'דיגע ענינים. זיין מייסטער ארטיקל 'דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט' שטייט שוין פאר יארן לאנג און באשיינט די אויבנאן פון אונזער 'געזעלשאפט' פארום. גאר אסאך איז דא וואס קונה צו זיין פון זיינע טרעפליכע רייד. ער איז געווען אקטיוו בעיקר אין די בראשית יארן, ממש לעצטנס האט מען אביסל געהערט פון אים דא אין שטיבל, נאך וואס ער האט זיך נישט באווייזן פאר עטליכע יאר.

לאמיר זיך ריקן ווייטער צו החכם @יאיר, אויך גאר א גרויסער ידען, תלמיד חכם, און אנגעליינטער דענקער. זיינע תגובות זענען באשפריצט מיט א טיץ פון הומאר און אפשר גאר ליצנות. ליינענדיג זיינע ווערק קען זיך אמאל דאכטן אז מען ליינט אן ארטיקל פון עפעס א משכיל פונעם פריערדיגן יאר הונדערט, נאך פון פארן ערשטן וועלטס קריג.
זיינע שיינע חרוזים זענען צאמגענומען אין א שיינע קונטרס 'יאיר נרי'

מיר קענען זיך נישט ריקן ווייטער אין די ליסטע איידערן דערמאנען אונזער אלעמען באליבטן @שמעקעדיג די ראש הקהל פון שטיבל. ער האט אין די בראשית יארן אראפגעלאזט מעכטיגע קנאקעדיגע ארטיקלען, בעיקר איבער אונזער געזעלשאפט און מהלך החיים. ער האט גאר א געשמאקע לשון לימודים און האט א ווייך הארץ. אנהויב פלעגט ער זיין אביסל מער צולינקס, אבער היינט ציט ער מער צו רעכטס און פארטיידיגט על פי רוב די פרומע עולם. אזוי אויך שרייבט ער שוין נישט קיין לענגערע ארטיקלען היינט צוטאגס, נאר איז מגיב דא און דארטן. נאר זעלטן, אמאל אמאל, איז מען זוכה צו א לענגערע תגובה פון אים. ער האט אויך אביסל מנהל'ישע רעכטן צו מעקן און מגיה זיין ווען עס פעלט זיך אויס.

א גאר גוטע שרייבער איז אמאל געווען דא, געהייסן האט ער @מאראנצןזאפט, היינט הערט מען שוין גארנישט פון אים, אבער אז מען קוקט צוריק אין די ארכיוון, האט ער אהערגעשטעלט גאר אסאך לענגערע, הערליכע, אינהאלטסרייכע באהאנדלונגען און ארטיקלען. עס איז זיכער ווערד א בליק צו טון אויף זיינע ווערק.

עס איז זעלטן צו טרעפן אזא געריבענע לץ ווי @שטילע אינגערמאן, ווען מען ליינט אן ארטיקל זיינע דארף מען זיכער מאכן אז מען פארמאגט גארנישט אין מויל, ווייל מען קען זיך חלילה דערשטיקן פון גרויס געלעכטער. ער נעמט א נושא און צולייגט עס מיט א געשליפנקייט אזש מען האלט זיך ממש ביי די זייטן.

@ברסלבער איז א חשובע ברסלבער אינגערמאן א תלמיד פון מהרא"ש און פון הרב יואל ראטה. ער האט באשיינט אונזער שטיבל מיט גאר אסאך שיינע מאמרים, געווענליך ברסלב געשטימט. ער האט אויך מיט זיין שיינע שפראך און גוטע פעדער פארטיידיגט זיין קהילה פון די אלע קריטיק וואס זענען ארויפגעברענגט געווארן בשעתו. מיט זיין רואיגע צוגענגליכע מהלך האט ער געברענגט א שטאלץ פאר זיין קהילה היכל הקודש און יעדער האט געקענט זען אז דא רעדט מען פון איינער וואס פארשטייט אן עסק.

@ונבנתה העיר איז גאר א זעלטענע אויסגעצייכנטע ניק, זיינס אן ארטיקל מוז מען געהעריג אפלערנען ווי א חב"ד'סקער מאמר, ער פארט אויפן ליובאוויטשער מהלך אבער ברענגט אראפ די מושגים למטה מעשרה טפחים מיט א אויסטערלישע געשמאקע שפראך. ער האט שוין ארויפגעברענגט און אדורכגעטון גאר אסאך וויכטיגע נושאים בעניני יהדות. טייל פון זיינע ווערק זענען אויך שיין צאמגענומען געווארן אין א קונטרס 'אמר ונבנתה'


@הוגה איז פון די גאר טיפע טראכטערס פון שטיבל, אז עס איז שווער א נושא אין יהדות האט דאס שוין הרב הוגה זיכער אדורכגעטון. עס זעט אויס ווי ער הארעוועט שוין פאר צענדליגע יארן נאכאנאנד צו דערשפירן דעם קרבת אלקים. אן ארטיקל פון הוגה איז מלא וגדוש מיט מחשבה, ידיעות, און חידושים. מען דארף עס אדורכלערנען מיט א קלארע קאפ. ער האט אויך געשריבן מורא'דיגע שיינע ארטיקלען איבער שלום בית. היינט שרייבט ער כמעט נישט קיין פרישע זאכן, אבער ער איז נאך אביסל אקטיוו דא, און לייקט פון צייט צו צייט ווען עס פעלט זיך אויס. אמאל איז מען אפילו זוכה צו א קורצע תגובה'לע.

אז דו שטויסט זיך אן אין א ארטיקל פון @בענדזשאמין פרענקלין זאלסטו דאס נישט אדורכלאזן. בענדזשאמין האט א זעלטענע חוש צו הומאר און לייגט אראפ א נושא מיט א אויסערגעווענליכע געשמאק. ער איז א שטארקע געלערנטער און מען איז קונה גאר אסאך פון צווישן די שורות. היינט זעט מען אים כמעט נישט, נאר אין די נגינה און מאווי אשכולות, ווי ער קומט דארטן זעלטן אריין.

אז מען זעט אן אשכול פון @המלוכה והממשלה איז א סימן אז עפעס עקשן קומט פאר. געווענליך איז ער די ערשטע צו עפענען אן אשכול אויף יעדע קאנטערווערסיעלע מעשה וואס קומט פאר ביי כלל ישראל. ער באשרייבט עס גוט און שוינט נישט די סיסטעם פאר קיין רגע. אמאל פלעגט ער באשרייבן לענגערע ארטיקלען אויך, היינט איז ער בעיקר דא ווען מען אנדעקט עפעס א שמיציגע פרשה ביי א רב, וכדומה לזה. ער פארמאגט א זיסע און געשמאקע פעדער.

וויאזוי קען זיין אז מען האלט שוין אזוי טיף אריין אין די ליסטע און מען האט נאכנישט דערמאנט @אדנירם? ער איז געווען פון די שטערקסטע ניקים וואס האבן זיך נאר אמאל דא געדרייט, מען האט אים בשעתו אנגעקוקט אלס דער אדמו"ר פון קאווע שטיבל. ער האט מיט זיין אויסגעשארפטן פעדער געעפנט גאר טיפע, געשמאקע, היסטארישע און אינטערסאנטע אשכולות אויף אלע נושאים וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן. אדנירם- אדער שש משזר, ווי ער פלעגט הייסן, איז א ידען נפלא און א וועלטבארימטע שריפטשטעלער, און בנוסף לכל זה א שיינע תלמיד חכם אויך. ער איז געווען די מתחיל בדבר מצוה מיטן גרינדן 'דער וועקער' און די ערשטע 6 שטיק איז געווען מעשה ידיו להתפאר. (מען קען אגב אראפלאדענען די ערשטע 6 בחינם, זע דא)

@קאך_לעפל איז נאכאלץ דא בתוכינו, ער קומט אריין ווען ער האט אביסל איבריגע צייט, געבט א ווארף אראפ אן ארטיקל, און מאכט פליטה. געווענליך ציעט ער אויף רעכטס סיי פאליטיש און סיי אידישליך, און אויף דעם גאנג גייען אלע זיינע ארטיקלען. ער האט א רייכע שפראך מיט הויכבאשפריצטע ווערטער וואס ער פראבירט צו ניצן. דאכצעך אז ער איז א סאטמארער, חסיד מהר"א.

(דראמראללס ביטע..) מיט כבוד און עהרע וויל איך דא אויסלויבן אונזער אלעמען באליבטער @אבטולמוס. ער איז א מייסטער שריפטשטעלער וואס האט כמעט נישט זיינס גלייכן אין די היימישע וועלט. א ידען נפלא מיט א גאלדענע פעדער וואס האט שוין געטוישט די דעת הקהל איבער גאר אסאך וויכטיגע נושאים. היינט פירט ער אן מיטן ארויסגעבן דעם וועקער נאכן עס איבערנעמען פון אדנירם. זיינע הערליכע ווערק זענען פארשפרייט איבעראל אין קאווע שטיבל און אין די וועקערס.

@ליטוואק פון בודאפעסט איז נישט קיין גימיק, ער איז א ריכטיגע ליטוואק מיט אלע פירושים, אינטערסאנט אז אידיש האט ער גאנץ א גוטע, ממש פונקט ווי א חסיד, אבער זיינע שיטות זענען שוין גאר ווייט פון די עדת החסידים. ער האט גאר אסאך צוגעגעבן צום שטיבל דורכאויס די יארן מיט זיינע רייכע ארטיקלען און תגובות, ארויסברענגנדיג אלעס מיט א ליטווישן בליק און קוועטש. ואתו עמו @היימישער ליטוואק וואס האט אראפגעברענגט דעם ליטווישטן קנייטש פאר די חסידישע עולם פון שטיבל.

@יואב איז א מייסטער שריפטשטעלער פונעם יאר הונדערט, די קאפ קען ממש שווינדלען פון ליינען זיינס אן ארטיקל. פון די הויכע וואקאבולאר ביזן טיפן מעסעדזש, קען מען זיך זען שטיין פאר שעות ארוכות פראבירנדיג צו דערגיין די טיפקייט פון יעדעס ווארט זיינעם. ער איז קענטליך א מוח נפלא פיל מיט גאט געבענטשטע טאלאנט. זיינע פאזיעס זענען אויך געוואלדיג, הפלא ופלא.

איינע פון די טרעידמארקס פון קאווע שטיבל איז זיכער דער ניק @שבת אחים, ער איז א זיסער אידל וואס שעמט זיך נישט צו זאגן אז ער האט פארלאזט דעם אידישן וועג. דאך האט ער זיין חסידות וויזניץ נישט אפגעלאזט, און ער איז א פלאמפייערדיגן חסיד פונעם אמרי חיים ולמעלה בקודש. ער איז אסאך מאל גאר שארף און אויסגעשפראכן, אבער אלץ האט עס א זיסער חן צו זיך. ער פארטיידיגט זיינע שיטות מיט א דרייסטקייט און איז זיך גאנץ פיין מסביר. ער איז א שטארקער חסיד פון אוועלוציע און קאממען ענסעסטער, און ער האלט זיך גאר לינקס אין די פאליטישע ארענע.

עס וואלט געווען כדי צו דערמאנען דא דער ניק @עקפערימענטירער, וואס הגם ער האט נישט ציפיל תגובות געשריבן, האט ער אבער מיט זיין פאר תגובות באוויזן איבערצודרייען וועלטן, סיי מיט זיין באקאנטע ארטיקל איבערן אריינ'נער'ן דער איד מיט דער בלאט מיט א באהאלטענע אינטערנעט מעסעדזש, און סיי מיט זיין ארטיקל וועגן יעקב שונא לעשו געדריקט אין וועקער נומער 17.

און אז מען רעדט שוין וועגן ניקס וואס האבן נישט געשריבן קיין סאך, אבער דאס וואס מיר האבן יא זוכה געווען צו באקומען פון זיי איז געווען קב ונקי, וויל איך אויך דערמאנען נאך א גאר געלונגענעם שרייבער געריפן מיטן ניק @בעל בעמיו, וואס עס לוינט זיך צו כאפן א בליק אויף זיינע פאר ארטיקלען וואס ער האט פאר אונז דא געשריבן.

אז דו זיכסט צו פארשטיין וויאזוי קוואנטום מאכאניקס ארבעט אדער פארוואס גראוועטי ציעט נישט אראפ אלע פליגערס צום ערד אדער נאך אזאנע וויסנשאפטליכע אדער מאטאמאטישע נושאים, דאן איז @פשוט-קאמפליצירט אייער אדרעס. אויך @פארוואס? רעדט כסדר אריין אין די סארט נושאים זייענדיג א ידען נפלא אין וועלטליכע ענינים און אזוי אויך א דזשעני אין מאטעמאטיקס. אויך @ידען האט כסדר ליב געהאט צו זיין א שואל כענין, און אדורכטון די סארט ענינים.

פאר איך ריק זיך ווייטער וויל איך שנעל דערמאנען אפאר גאר שטארקע ניקים וואס האבן בשעתו גאר שטארק צוגעגעבן צום שטיבל. @יענקל איז גאר א שטארקע ניק וואס האט געעפנט גאר שיינע נושאים און באשריבן גאר אסאך שיינע ארטיקלען. @ישראל קאפקע פלעגט דאכצעך באשרייבן זייער שיין די דברים העומדים על הפרק. @געפילטע פיש איז גאר א שטארקע ניק, א שטארקע ידען מיט א גוטע פעדער. @איחוד פעלד פלעגט זיין אבסעסט מיט מאלעסטירער, פונקט ווי @איך אויך. הגם דער לעצטער איך אויך אביסל פארנימען מיט שמוץ. אינטערסאנט צוצילייגן אז @איך אויך איז גאר אנטי סאטמאר אבער גאר פראו בעלז, פאר אסאך פלעגט עס נערווירן ווי אויף סאטמאר טרעפט ער אלע עוולות, ווידער ביי בעלז האלט ער א פארמאכט אויג.

די קומענדיגע דריי שריפטשטעלער @חתם סופר, @כלבאשבוע מיט @ששון ושמחה, זענען אלע דריי גאר גוטע נייעס באריכטער, זיי ברענגען גלייך אריין אינטערסאנע באריכטן ווי נאר עס פאסירט. זיי זענען פארלעסליך מיטן חזקה פון נישט באריכטן קיין פעיק נויז. עפעס ליגט מיר אין קאפ אז @קריינא דאיגרתא טוט אויך א ענליכע דזשאב.

אקעי, @berlbalaguleh האסט אזוי שיין געווארט, וועט מען זיך נעמען צו דיינע ביינער...; בערל איז פון די זקני העדה א איד א בן... נישט זיכער פונקטליך, אבער די שאצערס שאצן אז ס'שוין לאנג אריבער דעם בן ארבעים לבינה. ער איז א זיסע געשמאקע אידל וואס איז געווען מיט אונז פונעם סאמע אנהויב, ביזן היינטיגע טאג. עס גייט כמעט נישט אריבער קיין טאג וואס בערל'ען לאזט זיך נישט הערן מיט זיינע פערל ווערטער. גאר א שטארקע עבודה לייגט ער אריין אין מילתא דבדיחותא, זייענדיג א תלמוד מובהק פונעם יארמער רב זז"ג. און ער צוזאמען מיט פאלאצ'ינטא , ברענגען טאג טעגליך ארויף שמייכלען אויף אידישע געזיכטער. צו דעם צעפרידנהייט פונעם עולם, און לייקס פון @חמלה גדולה.

אז דו זוכסט סאטמארע פאליטיק, דאן זיך אפיר די פאר ניקים. @מיליאנער, @גאלד, @טשאדעלע באדעלע, @signout ותמצא נחת. זיי קענען אויך אמאל אריינרעדן אין אנדערע נושאים כפי הצורך.

דערנאך איז דא צוויי גאר שטארקע שריפטשטעלער וואס ענדלען איינעם צום צווייטן, זיי זענען נאך חיים אתנו היום, און מיר זענען זוכה פון צייט צו צייט צו אן ארטיקל זייערע. געווענליך איז עס אויף עפעס א קריטיק אדער דבר הצריך תיקון במחנינו, אדער א דערהער וויאזוי מיר קענען זיך פארבעסערן, אבער כמובן קען זיי אויך שרייבן איבער אנדערע נושאים אויך. אז דו זעסט אן ארטיקל פון @העניך אדער @נוח דאן איז עס ווערט אייער צייט צו כאפן א בליק.

די פאלגנדע גאר שטארקע ניקים וועסטו געווענליך ענדערש זען אינמיטן א שמועס. געווענליך הייבן זיי נישט אן קיין פרישע נושאים, און שרייבן (געווענליך) נישט קיין פרישע ארטיקלען. אבער דאך קען מען זען אז איינער מיט באק ציין שרייבט דא. און ס'נישט אבי געקלאפט אויפן קיבאורד. די חברה ווייסן וואס זיי רעדן און ס'איז ווערט צו כאפן א בליק אויף וואס זיי פאקויפן. ה"ה, @יואליש, @מאטי, @יהורם, @וואלווי, און @יין שרף. די לעצטע צוויי קומען געווענליך באגלייט מיט גאר א גוטע הומאר, ספעציעל יין שרף וואס האט אלס א גוט ווארט צו זאגן לפי הענין.

איי איי .. רביה"ק זי"ע, פון די גאר אינטערסאנטע פערזענליכקייטן בקרב מחנינו. ער פארט אלס אויף א כפירישן, רעפארמער מהלך, און קען גאר אסאך בנוגע רעליגיעס און ענליכע סארט נושאים. זיינע תגובות קומען אויך באגלייט מיט א זעלטענע צינישקייט מיט ליצנות, און זיין שפראך איז ממש להפליא. ער האט ביים 5000'סטע תגובה זיינער אפגעשריבן א גאנצע ארטיקל אז ער ריקט זיך ווייטער און ער לאזט אפ קאווע שטיבל, אבער א קורצע צייט שפעטער האט מען אים צוריק געהאט דא מיטן גאנצן קנאק כמעט ווי בעפאר.

איך וויל דא אדורכגיין נאך אפאר שטארקע שריפטשטעלער וואס פאלן דא אריין פון צייט צו צייט, און לאזן איבער גאר שיינע ארטיקלען וואס איז ווערט צו ליינען. איך וועל שרייבן די ניק, מיט א קורצע דיסקריפציע איבער די נושאים וואס זיי באשרייבן געווענליך.

@תרמב שרייבט זייער געשמאק רואיג און געלאסן, געווענליך נישט קיין קאנטערווערסיאלע נושאים. ער נעמט שיינע טעמעס און ער באשרייבט זיי ווי עס דארף צו זיין. געווענליך איז עס פשוט אביסל אריבער די אקצעפטירונג ליניע פון אייוועלט, דערפאר מוז ער עס באשרייבן דאהי.

@יעקב מעקסוועל איז גאר א שטארקע שרייבער, ידען און דענקער. זיינע טאפיקס זענען געווענליך איבער עניני דת, יהדות, און בקורת המקרא.

@פרייוויליג וועסטו געווענליך זען מיט אן ארטיקל צו פראוון אדער ארויסברענגען פארוואס אונזער מהלך החיים איז אזוי ציכטיג און פיין. ער האט א רייכע שפראך מיט א געוואלדיגע לשון לימודים.

@סאנטיאגא איז גאר אן אינטערסאנטע ניק, געווענליך האלט ער זיך נישט צוריק פון קריטיקירן אונזער מהלך החיים ווען עס פעלט זיך אויס. זיינע שיטות זענען אויף די לינקע זייט פון די מטבע און ער לאזט זיך הויעך הערן דערוועגן. מען קען אויך אמאל הערן פון אים איבער פינאנץ ענינים.

@הבל וריק קומט דא אריין יעדע עטליכע חדשים, און לאזט איבער א טיפע לענגערע מייסטער באמבע ארטיקל וואס איז באגלייט מיט אויסערגעווענליכע הומאר און לשונות של ארגמן. דאן ווערט ער פארשווינדן פונעם האריזאנט ביזן נעקסטן ארטיקל.

דערנאך וויל איך דערמאנען אפאר גאר אלטע ניקס וואס האבן גאר אסאך צוגעגעבן א געשמאק צום שטיבל מיט זייער געשמאקע און בע'טעמ'טע אשכולות און תגובות. @רויטע וואנצעס, @ראשעקאל, (וואס פלעגט דאכצעך אויך דינען בשעתו אלס א נייעס באריכטער) @קאווע טרינקער, @מיימון, @שלום שטיסל, @נהורא נפישא, @אפטעמיסט, @ממי_שאמרו, @איש עברי, @מורינו הרב, @גראדעמעכעלע, @אחד העם, @סאשי פיש, @ראש הישיבה, @זבולון און @כעלעם'ר מגיד

איך וויל דא אויך צולייגן @פליקער וואס פלעגט מיט זיין זעלטענע שפראך האלטן דער עולם געשפאנט און אינטערגעהאלטן, אזוי אויך @דער געוואגטער יונגעל, און @קל וחומר, מיט זיין הערליכע שירים און פאעזיעס.

כ'וועל דערמאנען נאך אפאר פון די שטארקע אמאליגע לייבן וואס קענען נאך אמאל אריינפאלן צווישן אונז מיט א קורצע תגובה. ה"ה @רימון, @ביבער, און @גבור חיל.

עקסטער וויל איך דערמאנען דעם זעלטענעם געבענטשטן שריפטשטעלער @כוכב, וואס האט געשריבן גאר אסאך זעלטן שיינע ווערק אין קאווע שטיבל, און איז אויך געווען גאר שטארק אריינגעמישט אינעם גרינדונג פונעם וועקער. עס קומט אים אסאך קרעדיט אז זאכן שטייען וויאזוי זיי זענען היינט, צום גוטן. און מיר האבן נאך די זכיה אז ער פאלט אריין דאהי פון צייט צו צייט.

פאר א שטיק צייט האבן מיר זוכה געווען אז @ארי נוהם האט באשיינט די ווענט פון קאווע שטיבל מיט דברים כדרבונות, שטארקע ארטיקלען, איבער אלע ערליי נושאים. ער איז ווארשיינליך א בעלזער און לאזט זיך הערן זיינע מיינונגען אן קיין בושה, עס קען אמאל ווערן שארף און אינטערסאנט.

@געוואלדיג אויך א שטארקע ניק מיט שיינע שטיקלעך איבעראל אין שטיבל. כפי הנראה האט ער עפעס מנהל'ישע רעכטן, און פלעגט מעקן ווען עס האט אמאל אויסגעפעלט.

@ריכטיג קומט נאך אויך אמאל אריין דא און לאזט איבער זיינע אינטערסאנטע אינפוט. אויך איז ער א בקי בקורות הדורות פון דער חרד'ישער געזעלשאפט אין די לעצטע צוויי הונדערט יאר בעפאר דער קריג.

צו די מער וויסענשאפטליכער זייט, פלעגט זיין @קול דודי און @יתרו, אמאל פלעגן זיי איבערטרעטן די אזוי גערופענע כפירה שוועל.@moshav zekeinim פלעגט אפעציעל זיין פון די צד הכפירה.

די חשובע ווייבער שול איז גאנץ קליין, עס באשטייט סך הכל פון @ברוריה וואס איז שוין נישט מיט אונז, (קוים וואס זי איך בכלל דא געווען) @בת קול וואס לאזט נאך יא איבער תגובות פון צייט צו צייט, זי איז אייביג אויף די פעמעניסטישע זייט. טייל שפעקולירן נאכאלץ אז אפשר איז עס עכט א מאן וואס מאכט זיך..., און @מי ימצא, וואס איז טאקע היבש ניי צום שטיבל, אבער האט שוין גאר אסאך צוגעגעבן שיינע תגובות מלפני ומאחורי.

ס'איז דא צוויי אפאלאגיסטן וואס האבן אייביג פראבירט צו פארטיידיגן די אמונה זייט פאר אלע קאסטן. איינס איז @זוכער, און די צווייטע איז @הקטן. עס איז אפען פאר דעבאטע אויב זיי האבן געטון א גוטע ארבעט. אדרבה, גייטס אדורך די אשכולות אין העמק דבר, און באשליסט אליין.

כ'וויל יעצט דערמאנען די גאר חשובע חברים וואס זענען כהיום פון די שטערקסטע שרייבערס און געבן צו דאס מערסטע צום שטיבל כמעט אויף א דעילי בעיסעס. @מתבודד איז טאקע גאנץ פריש אבער ממש אין יעדע אשכול לייגט ער צו גאר גוטע תגובות אייביג צום פונקט, והשני בדומה לו @שאלתיאל וואס קומט אויך אריין מיט שיינע לענגערע תגובות און ארטיקלען. אויך מוז מען דא דערמאנען @פרנס החודש וואס לייגט אויך גאר אסאך צו צום שטיבל לעצטנס.

אזוי אויך וויל איך דא דערמאנען די חשובע ניקים וואס געבן נאך גאר אסאך צו צום שטיבל היינט ווי אמאל, ה"ה @קורקלענד, @כרם זית, @זופ מיט מאנדלען, @קאצקע צוקער, @יאסל ראקאווער, @פאליטיקאנט @סמבטיון, @שושן פורים, @שמחהלע קאפשטיק, און דער נאכט פויגל @שמעון וואלף.

טראללס האבן זיך אויך געמאכט גאנץ אפט אין שטיבל, פון די גאר באקאנטע זענען @מנשה לוסטיג וואס האט אלס געדרייט א קאפ ווי שייך. @מורינו ורבנו האט זיך אהערגעשטעלט אלס אקטיווער אדמו"ר, אבער איז שפעטער אויפגעוויזן געווארן צו זיין א טראלל. לכאורה איז ער אויך די זעלבער מחבר ווי דער ניק @שמואל פרימו וואס האט זיך אהערגעשטעלט אלס א מעמבער פון לב טהור, אבער שפעטער מודה געווען אז ער איז נישט. נאכן ווערן אויסגעשפארט האט ער געעפנט א ניק מיטן נאמען @חכמת שלמה ווי ער אפדעיט נאך אמאל ווען עפעס קומט פאר דארטן. (הגם קיין מיטגליד איז ער נישט, אבער זעט אויס אז עפעס קען ער דארטן פון די אינסייד אינפערמאציע) יש אומרים אז ער שטייט אויך אינטערן ניק @מאן

כ'וויל דא דערמאנען אפאר חשובע ניקים וואס האלטן היינטיגע טעג דאס שטיבל אקטיוו איינער מער איינער ווייניגער, אבער מען וועט זיי כסדר זען זיך דרייען דא. ה"ה @אינגערמאנטשיקל, @מצפצץ, @קרן זוית, @יעקב מענטש, החכם @עמקות המחשבה, @צוזאמגעדרייט, החכם המבקש @חדשים, דער טיפער מייסטער שרייבער @מונטסורי, @אלע צוזאמען, @לאמיר זאגן, @לייבל שטילער, און @nanach

אז מען רעדט שוין לאמיר דערמאנען די צוויי נייע גאר שטארקע ניקים וואס זענען נאך גאנץ פריש, אבער גאר שטארק, ה"ה החוקר וידען נפלא @סקעפטיקער, און הכותב נפלא @דיכטער.

פאר איך נעם זיך צו די לעצטע פאר ניקים, זע איך אז איך האב נאך אויפן ליסטע אפאר אלטע חשובע ניקים וואס איך האב נישט דערמאנט, איז לאמיך עס דא אריינווארפן. @פלאוויוס איז פאררעכנט אלס איינע פון די גאר שטארקע אמאליגע ידענים און פיינע שרייבערס. @קופערניקוס. איז אויך פון די גאר שטארקע חברה. @שמואל הלוי פלעגט שרייבן זיסע תגובות, @זר זהב איז אויך א פיינע ניק. @דולה ומשקה, @ידען, @ליב צו וויסן, און @אלבערט איינשטיין זענען אויך גאר שטארקע ניקים. הגם די לעצטע צוויי זענען מער שפעטערדיגע און פאלן נאך אריין אמאל אמאל.

לאמיר זיך נעמען צו די לעצטע פאר ניקים. @טאמבל סאס איז אונזער געשמאקע לייכטע ניק וואס ברענגט אייביג אריין א געשמאק און ליסטיגקייט און שטיבל. ער איז געווען דא פונעם אנהויב, און ער איז נאכאלץ דא מיט אונז אויף א דעילי בעיסעס. ער שרייבט לעצטנס ארטיקלען איבער כלערליי טעכנעלאגיע און סעקיוריטי וכדומה.

@דער גאלדענער אדלער איז אויך גאר א געשמאקע צוגעלאזענע ניק, עס זענען דא פון אים גאר שיינע הומאריסטישע אשכולות. פראו סיסטעם וועסטו פון אים לכאורה נישט הערן...

אונזער בעלזער קהל'ס נער איז גאר א געשמאקער, צומאל שארפער ניק, ער האט גאר א געשמאקע שפראך מיט שיינע רעיונות און געדאנקען. עס לוינט זיך צו כאפן א בליק צו זען וואס ער האט צו זאגן. כמובן אנטי סיסטעם..

@תוהו ובוהו איז א ברכה פאר אונז אלע. א חכם נפלא מיט א זעלטן רייכע שפראך. ער איז פארנומען אסאך מיט שיינע בליציגע פאעזיעס און באשרייבונגען פון ישראל'ישע זינגערס, אבער ער קען אויך אמאל אראפלייגן א גוטס אויף סיי וועלכע נושא.

די שרייבער פון די שורות @שמן למאור וועט א צווייטער מוזן באשרייבן... אבער.. אמאל זאגט ער נישט צו שלעכט...

ואחרון אחרון חביב אונזער אלעמען באקאנטער חכם הרזים, גאון הדור ותפארתו, מורינו הרב @מי אני שליט"א, וואס כל רז לא אניס ליה, ער איז ממש א מתנה פון הימל פאר אונזער שטיבל, און באשיינט טאג טעגליך קאווע שטיבל מיט זיינע בליציגע תגובות וואס איז רוב מאל למעלה מהשגתינו, אנגעצייכנט מיט צענדליגע לינקס און נייע ווערטער וואס מען דארף זיך אויסלערנען צו קענען דעפינירן זיינע רייד.

תם ולא נשלם, שלב"ע.

איך וויל דא נאכאמאל איבערבעטן אויב האט מען איינעם אויסגעלאזט אדער נישט צוגעטיילט דעם פארלאנגטן כבוד. אויב זעסטו נישט דיין נאמען דא אין די ליסטע און דו האלסט אז עס באלאנגט דא לזכר עולם אין די ווענט פון קאווע שטיבל, דאן איז עס מסתמא א טעות און מען קען עס אייביג צולייגן שפעטער. ביטע פיל זיך נישט געטראפן, פשוט מחמת רבוי שמות איז מסתמא ארויסגעפאלן געוויסע נעמען ואתכם הסליחה.

זאלן טאקע די געוואלדיגע ווערטער, תגובות, ארטיקלען, און אשכולות וואס די אויסטערליש טאלאנטפולע חבריא האט צוגעשטעלט, בלייבן קאי וקיים עד סוף כל הדורות ביז משיח'ס טאג, און אונזערע קינדער און אייניקלעך זאלן קענען א בליק טאן אויף די אמאליגע פלאמפייערדיגע ווערטער, און זען אז לא אלמן ישראל, כלל ישראל איז אלעמאל געווען געבענטשט מיט טיפע טראכטערס, פרייע דענקערס, און טאלאנטפולער שריפטשטעלער, וואס האבן געשריבן וואס זיי האבן געהאלטן, אן מורא פון די רוישיגע, טרויעריג-בארימטער, היימישע צענזור.

איי.. "מען דארף באהאלטן, אן אשכול אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער פאר אונזערע קינדער וויאזוי ס'האט געשריבן אן ערליכען איד".


א גרויסן ייש"כ 'תוהו ובוהו' און 'שמעקעדיג' פארן ארויסהעלפן מיטן צוגרייטונג פונעם ארטיקל.

טאקע א שיינע תגובה. און עס איז אויך א הכרת הטוב פאר די אללע.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
פארשפארט