דם על המשקוף
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
- האט שוין געלייקט: 46 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
דם על המשקוף
ערב חג הפסח תשפ"ג.
ס'הערשט א גערויש אומעטום. געשעפטן פון אלע סארט - הארדוועיר, ספרים, גראסעריי, קליידונג, שניידעריי, זענען איבערגעפילט מיט קונדן, יעדער פאר זיין צוועק.
בחורים מיט טשייניק און טעפ ביי די בורות, קליינע קינדערלעך מיט אנגעפילטע וואגאנען, אינגעלייט מיט אפגעמוטשעטע קארטלעך, העלפן אלע די מאמעס אין שטוב וואס זענען העפטיג פארנומען אפקאכן נאך א מאלצייט פארן לאנגן יום טוב.
א גאנצע פריזער ליגט שוין אנגעפילט; פרי עמלם פון די מידע בעלעבוסטעס, וואס שעפן נחת פון יעדן בעקעלע באזונדער.
אבער קאכן קען מען ביזן זמן.
צווישן די ספרים געשעפט פאליצעס דרייען זיך די מענער, בליקענדיג הגדות ניי און אלט, צו טרעפן דעם ריכטיגן קאנדידאט פארן היי יאריגן סדר נאכט, און אפילו סתם א ספר ניי, צו באשיינען דעם טיש.
אין בעקעריי הערשט א געפילדער. אידן חובבי מצות ומצוות נעמען אנטייל אינעם העפטיגן אפעראציע, פון קנעטן, וועלגערן, ביז שיבּערן.
ביים רב אין שטוב טוט זיך אויך. שאלות אויפן טעלעפאן, שטרות אויפן טיש, און א רייע אידן ביים טיר וואס ווילן די חמץ פארקויפן.
גאנץ כלל ישראל הארעוועט און גרייט זיך צום זמן חירותנו - די טאג וואס מיר זענען געווארן א פאלק, טרייע קנעכט אונטער דעם איינציגן קעניג.
וואס פייערט מען אזוי?
אסאך פעלקער זענען פארהאן, און אסאך געטער צו דינען, אבער מיר זענען דער איינציג פאלק וואס דינט דעם עכטן קעניג, שליט בעליונים ובתחתונים, און מיר גרייטן זיך צו אפהאלטן דעם טאג פון אונזער געבורט - כלל ישראל.
אבער איך בין נישט אויפן גאס. איך בין אין אפיס ביי מיין טישל, קלאצענדיג אויף א גרויסן סקרין, טרויעריג.
איך קען נישט ארבעטן, און האב נישט די טרייבקראפט אין מיר צו רוימען מיין קאר, דעקן די קאונטער, אפּנעמען די קליידער פון קלינערס, אדער סיי וועלכע ארבעט אין די קריטישע מינוטן.
מיין קאפ האמערט מיט שווערע געדאנקען, מיינע געפילן זענען צושטרויבלט, און איך בין צומישט און אנטוישט.
איך האב נארוואס ערהאלטן דעם דריטן בריוו פון א היימישן מוסד, אפזאגענדיג פון אריינעמען מיין קליין טאכטער אין שולע, וואס ווי פארשטענדליך האט דאס מיט איר גארנישט, נאר מיט מיר און מיין ווייב.
איך ווייס אז פריוואטע מוסדות זענען בארעכטיגט צו טוהן וואס זיי שמעקט. זיי "קומען מיך גארנישט" ווי מ'זאגט. אויך ווייס איך אז טראץ וואס איך בין א אוהב השם ואוהב ישראל, און א פערזאן מיט שטארקע מעגליכקייטן, זענען פארהאן עקסטרעמערע עלעמענטן וואס ביי זיי מוז מען זיין עפעס אנדערש.
איך פארשטיי די מצב גאר גוט.
וואס איך פארשטיי בשום אופן נישט איז ווי אזוי אזא העפטיגע ערב פסח אפעראציע קען זיין לשמה.
אז איך ערליכע איד, א רעכטע אנהענגער פון דעם פאלק, וואס גייט אויך מארגן זאגן קדש, אפרעכטן א סדר נאכט, מיט א ווייסע קיטל, ענטפערן די פיר קשיות, זינגען דיינו, בין נישט גענוג גוט צו קענען וואוינען מיט אנדערע אידן אין דעם שטאט און שיקן מיין טאכטער מיט זיי, אין א אידישע שולע, איז עפעס וואס די מקטריגים וואלטן זיך געדארפט א ווארף טוהן און שטום מאכן דעם גאנצן פמליא של מעלה, חלילה.
ס'נישט מצרים, נישט אדום, נישט די גריכישע בונקער, רומישע טעג, און נישט דייטשלאנד 38'.
ס'איז די שפיץ עפאכע פון כלל ישראל, ווען מען האט די מעגליכקייט און הרחבת הדעת, אינאיינעם צו פראווען דעם זמן חירותנו, בפומבי, מיט פולען פראכט.
און זיצן זיצט א איד אין דעם קליינעם פרומען געטאו, אפגעזונדערט פון די וועלט ארום, מיט זיי אינאיינעם, מיט א ברען צום סדר און גליסטונג צום גאט, און ס'נישטא פאר אים קיין פלאץ, נישט אין הארץ, נישט אין אידאלאגיע, און נישט אויף למעשה, אז ער זאל קענען דינען דעם זעלבן איינעם גאט.
דען וואס איז יא דא?

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אמת'ע 45: מיין הארץ (און מח) בלוטיגט פאר דיר און פאר די אנדערע אידן וועלכע זענען נעבעך אין גלות ביי אנדערע אידן. און די אידן ביי זיך אליין. כידוע דאס ווארט פון הרה"ק דער שר שלום מ'בעלזא, זי"ע. איבער די דריי סארטן גלות. די שווערסטע גלות איז ווען מ'איז ביי זיך אליין אין גלות. דארט דארף שוין זיין והרבה "עימו" פדות.
אויף ענגליש איז דא א ווערטל. אז מ'זעהט נישט דעם וואלד איבער די ביימער. פי'. מ'מאכט פון עיקר א טפל און פון טפל, אדער א זאך וואס איז נאך ווייניגער ווי א טפל אן עיקר. און איין מוסד אדער די אנפיהרערס ווילן איבערשטייגן דעם אנדער'ן מוסד אין טיפשות און רישעות. און ס'האט נישט קיין גבול. דער מצב האט זיך דערקייקלט אזוי ווייט אז מ'איז מצער אידישע קינדער און מ'איז גורם אז אידישע קינדער זאללן (ח"ו) פארלאזן דעם דרך התורה. ס'דארף ווערן א טאטאלע אויפשאקלונג אין דעם אזוי גערופענעם סיסטעם. און מ'דארף אנהייבן פון דאסניי. ס'מוז קומען צו א מצב פון שבירת הכלים. כדי מ'זאלל זיין ראוי אנצוהייבן א נייעם, פרישן און מער יושר'דיגן און ערליכן דרך צו מחנך זיין אידישע קינדער...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל
איך מיין אז מען טרייבט אביסל איבער אין די ענין, איך ווייס נישט וואס די מעשה איז געווען ביי דיר אבער היינט איז שוין דא גענוג מוסדות, ממש א פלייץ פון מוסדות, און אויב מען נעמט נישט אן דיין קינד איז עס מן הסתם ווייל די מוסד איז נישט צוגעפאסט פאר דיין קינד, נאכאמאל איך ווייס נישט וואס דיין סטארי איז, אבער אויב למשל דיין ווייב דרייווט איז דא גענוג מוסדות וואס זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט דעם דארפסט נישט שיקן פינקט דארט,
אדער שרייב מער דיטעלס,
אדער שרייב מער דיטעלס,
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך קען דיר ליידער נישט העלפן, ווייל איך האב נישט קיין מוסדות...
אבער אזויפיל קען איך דיר יא זאגן, דו ביסט א געוואלדיגער שרייבער, דו ברענגסט שטארק אריין דעם ליינער אינעם מצב פון ערב פסח, דו האסט א גוטע שריפט און שפראך!
א עקסטערע לייק פאר'ן קעפל.
איך וואונטש דיר בשורות טובות, בקרוב זאלסט טרעפן א פאסיגע סקול וואס איז פול מיט אהבת ישראל פאר דיין טאכטערל, און זאלסט אונז אלע לאזן וויסן כדי מיר זאלן זיך קענען מיטפרייען.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
ס'האט נישט מיט דיר און דיין ווייב אויך נישט. ס'האט מיט דעם אז די מוסדות זענען געהייזשעקט דורך שלעכטע געדאנקן און שמאלע מוחות, די מוסדות התורה זענען אין גלות ווי ר' בערל ברענגט ארויס.
מ'דארף פשוט פורץ גדר זיין.
פורץ זיין די גדר וואס זאגט אז אויב קוקסטו נישט אויס פונקט ווי מיר, אויב גייסטו נישט אנגעטון פונקט ווי מיר, אויב דאוונסט נישט אינעם זעלבן שול ווי מיר, דאן ביסטו נישט פון אונז. נישט נוגע דאס אז מיר שעירן גלויבן, מיר שטאמען פון די זעלבע זיידעס, היטן די זעלבע תורה וכו' וכו'.
נעכטן דערציילט מיר איינער אז ער'ז געגאנגן צו די קהילה פון אונזערס א געמיינזאמער חבר בעטן אפאר דאללער פון זייער קמחא דפסחא קאסע פאר יענעם וואס מוטשעט זיך נעבעך פאר פרנסה, די וועד ביים קופה האבן אנגעפאנגן קרומען מיט די נאז, נעע יענער דאוונט דאך קוים דא, קומט נישט כמעט אריין דא וכו' , איי זיינע זיידעס פון אלע זייטן זענען דאך פייערדיגע פלוני חסידים, זיינע קינדער לערנען אין די מוסדות, ער אליינס האט אלע יארן געלערנט אין די מוסדות... גארנישט העלפט נישט ווען ס'קומט צו זיך א משהו אויסשטרעקן פאר יענעם - אויב קומט ער נישט נאך אלע מיינע סטאנדארטן.
(כ'בין אזוי אויפגעברויזט געווארן אז כ'האב - חוץ מיין אייגענע נתינה - אנגעפאנגן ארומגיין אין ביהמ"ד צאמנעמען עפעס פאר אים. אויב ער באקומט נישט די וואלידאציע און הילף פון די קארפאראציע פאר נארישע און נישטיגע סיבות דאן מוזן אונז אים העלפן!!)
אונז דארפן זיך אננעמען. ווייזן אונזערע ברודער אז דיין בלוט איז אונזער בלוט, דיין קינד איז אונזער קינד, און דיין פרנסה איז אונזער פרנסה, אפגעזען צו דיין גלעזער קוקט אויס אנדערש ווי מיין אדער דיין גאטקעס איז אן אנדער קאמפאני ווי מיינס.
ברודער, מיין הארץ איז מיט דיר. גיי אריין אין יו"ט מיט א שמחה אז ביסט פון יענע וואס ווערן נישט אריינגעלאזט און נישט פון די יעניגע וואס לאזן נישט אריין... און אוודאי לאז אונז וויסן ווען די האסט א ישועה!

רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: דם על המשקוף
איך פארשטיי נישט פארוואס דו ווילסט שיקן דיין טאכטער צו א מוסדות וואס אין דיינע אויגן זענען זיי נישטא פארן אמת - אדער וואטעווער דייעגנאוז\לעיבל דו לייגסט ארויף אויף זיי פארן נישט אנעמען דיין טאכטער כאטש וואס דו ביסט אן ערליכע איד.
איך האב שוין מער ווי איין מאל אויפגעברענגט דעם "פאראדאקס" (אזוי-צו-זאגן) און איך וויל פארשטיין די צווייטע זייט.
אויב זענען זיי פאקרומט איז פארוואס ווילסטו זייער חינוך???

איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: דם על המשקוף
@מתבודד, איך קען נישט די פונקטליכע דיטעילס פונעם געשיכטע, אבער עס לייגט זיך אויפן שכל אז מען זאל קודם געבן פאר די אייגענע קאמיוניטי. דאס האט גארנישט צוטון מיטן אראפ-קוקן יענעם (כאטש וואס קען זיין אז מען קוקט יא אראפ, אבער דאס עצם אקט ריפלעקטירט נישט אראפ-קוקן.)
ס'איז נארמאל אז א רב זאל אויפטרייבן געלט פאר זיינע מתפללים, אדער אן עסקן זאל "פאנדרעיזן" פאר מענטשן פון זיין חסידות וכדו'. לדעתי.
גראדע איז דא היינט אן איבערפלוס אין חסד פון אלע סארט אידן צו אלע סארט אידן, חסד אין אסאך באזונדערע פעלדער, אנגעהויבן פון הילף פאר ארעסטאנטן צו דעם קאר וואס ברויך א "בוסט" דרייע פארטאגס.
ס'איז נארמאל אז א רב זאל אויפטרייבן געלט פאר זיינע מתפללים, אדער אן עסקן זאל "פאנדרעיזן" פאר מענטשן פון זיין חסידות וכדו'. לדעתי.
גראדע איז דא היינט אן איבערפלוס אין חסד פון אלע סארט אידן צו אלע סארט אידן, חסד אין אסאך באזונדערע פעלדער, אנגעהויבן פון הילף פאר ארעסטאנטן צו דעם קאר וואס ברויך א "בוסט" דרייע פארטאגס.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
און אויב איינער האט סתם אזוי א גיטע פעדער און וויל מאכן א פוינט, איז א פראבלעם?כוואליעס האט געשריבן:איך מיין אז מען טרייבט אביסל איבער אין די ענין, איך ווייס נישט וואס די מעשה איז געווען ביי דיר אבער היינט איז שוין דא גענוג מוסדות, ממש א פלייץ פון מוסדות, און אויב מען נעמט נישט אן דיין קינד איז עס מן הסתם ווייל די מוסד איז נישט צוגעפאסט פאר דיין קינד, נאכאמאל איך ווייס נישט וואס דיין סטארי איז, אבער אויב למשל דיין ווייב דרייווט איז דא גענוג מוסדות וואס זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט דעם דארפסט נישט שיקן פינקט דארט,
אדער שרייב מער דיטעלס,
מאך דיר אליין די אזוי געריפענע "סטארי"
וואו זאגט יענער, אמת זאל עס נאך אויך זיין?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל
איך ווייס נישט וואס עטץ דרייטס דא א קאפ, איך וועל ענק געבן אביסל אן עקסטרעמע משל און עטס וועטץ זיין דער מבין מתוך.
אין בעלז ירושלים נעמען זיי אן יעדעם איינעם ווי אויך אסאך פון די שווארצע געמיינדע (גרים-פאלאשן) איך וויל ענק נישט זאגן ווי אזוי עס קוקט דארט אויס, חב"ד נעמט אן יעדעם איינעם און טאקע דערפאר שיק איך נישט אהין מיינע קינדער, איך האב נישט קיין טענות צו זיי, פארקערט איך האלט זייער שטארק פון חב"ד און בעלז, אבער מיינע קינדער שיק איך דארט ווי זיי באלאנגען,
צו דער @אמת איז א גוטע שרייבער, דאס איז בכלל נישט דא וואס דן צו זיין, אמת שריייבט באמת זייער שיין
אין בעלז ירושלים נעמען זיי אן יעדעם איינעם ווי אויך אסאך פון די שווארצע געמיינדע (גרים-פאלאשן) איך וויל ענק נישט זאגן ווי אזוי עס קוקט דארט אויס, חב"ד נעמט אן יעדעם איינעם און טאקע דערפאר שיק איך נישט אהין מיינע קינדער, איך האב נישט קיין טענות צו זיי, פארקערט איך האלט זייער שטארק פון חב"ד און בעלז, אבער מיינע קינדער שיק איך דארט ווי זיי באלאנגען,
צו דער @אמת איז א גוטע שרייבער, דאס איז בכלל נישט דא וואס דן צו זיין, אמת שריייבט באמת זייער שיין
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
- האט שוין געלייקט: 46 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
Re: דם על המשקוף
א דאנק פאר די פערזענליכע רעאקציעס פון מיטגעפיל (און לויב ווערטער).
פאר די וואס זענען נישט מדייק אין מיינע פונקטליכע ווערטער, וויל איך אביסל בעסער קלארשטעלן.
מיינע רייד זענען נישט טענות, אדער אן אטאקע אויפן כלל אין קיין שום הינזיכט, און איך האב קלארגעשטעלט אז איך פארשטיי פונקטליך דעם אנדערן צד.
איך פארשטיי אפילו די געדאנק פון א ישיבה למצוינים.
ווי אויך איז וויכטיג צו באטאנען אז מ'רעדט נישט דא פון קיין אוטקעסט בכלל, וואס וואלט געווען א שמועס פאר זיך.
און טאקע דאס ברענגט ארויס דעם געדאנק, אז קליינע ניואנסן, קיינע חתיכות הראוית להתכבד, איז גענוג פונאדערצושיידן צווישן צוויי היימישע אידן.
און נישט פון מיין קוק ווינקל - טראץ וואס איך האב אויך וואס צו קרומען אויף יענעם'ס אנשויאונגען, אבער פון יענעם'ס קוק ווינקל איז דאס יא גענוג.
איי קוק ווי אייניג אונז זעמיר, מיר ווילן ביידע אונזערע זוהן זאלן לערנען שנים אוחזין, קענען א ר' חיים, אפילו וואלענע ציצית גיין, און מיר ווילן ביידע אונזערע טעכטער זאלן איידל און ערליך זיין.
אבער ניין, דאס מינדעסטע Individually איז א טיילונג, א 'אנדערע' איד.
איך גיי נישט אריין אין וואס מיינע אפציעס זענען איצטערט און אנדערע דעטאלן, ווייל ס'טאקע נישט נוגע.
מיינע געפילן זענען געווען באזירט אויף די פאקט אז איינס, צוויי, און דריי היימישע מוסדות, וואס נעמען אָן אנדערע, צענטראלע מענטשן, האבן מיר אפגעזאגט, אהן א באדייטענדע פראבלעם.
מ'רעדט נישט דא פון קיין ספעציפישע ישיבה, אדער אייגנארטיגע פלאץ, מ'רעדט פון א מיידל שולע. א פלאץ ווי יעדער מוז שיקן און יעדער שיקט.
ווי ערווענט האב איך נישט קיין טענות ומענות און האַס, אבער זיצנדיג פרוסטרירט האט מיר דאס ערשטע מאל געכאפט דעם געדאנק אז פאר א גרויסער טייל פונעם געזעלשאפט שטימט דער געדאנק פון ברענגען חלב מריאים פאר גאט, נעמליך, דאס שלעפן קאונטערטאפס און נייע זאקעלעך פאר יום טוב, און אין הארץ האלטן אז יענער היימיש קינד באלאנגט נישט "מיט זיי" אין א מוסד. דאס איז א יסודות'דיגע קרומקייט אינעם גאנצן אידישקייט.
ס'שמעקט פון ישעיהו'ס מוסר. ס'שמעקט פּיסט פון אינעווייניג.

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 72
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 368 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
שטעל זיך פאר זיי האבן אנגענימען 23 אזאלעכע היימישע הייליגע קינדער. נישט ממש די גאנצע כיתה ווייל די אנדער צוויי זענען פין מעקסיקאאגרות צפון האט געשריבן:אבער איך וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם אז די חדר ווי מיין זון לערענט זאל אנעמען א בני יואלע קינד
ביסט מודה דו וואלסט נישט געשיקט דיין קינד צו די בני יואל, פארוואס באלאנגט נישט דיין קינד "מיט זיי"??
אלע אלע גיסען זיך נעגעל וואסער
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
- האט שוין געלייקט: 46 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
Re: דם על המשקוף
@הקטן דו ווארפסט אביסל א ליילעך שלא מן הענין מיט דיינע עקסטרעמע פעלער.
אין קורצן גערעדט, יא יעדער וואלט געשיקט צו א ״צענטראלע״ געגנט שולע. קענסט מיט דעם אלעס פארענטפערן.
איצטערט פארשידענע פונקטן.
איינס, בני יואל איז געגרינדעט געווארן דייקא נישט צו שיקן מיט די מענטשן וואס דו זאגסט וואלטן נישט געשיקט דארט.
צוויי, זיי וואלטן יא געשיקט, מצד די בני יואל׳שאפט.
אויב זיי שיקן צו א צענטראלע מוסד, איז דאס ווארשיינליך, רעלאטיוו פונקט ווי בני יואל. סאטמאר Harvest פארשידענע עקסטרעמיסטן וואס דער בעלבוס האט קיין פראבלעם מיט.
רוב מוסדות זענען דאך טאקע צענטראל און דארט שיקן כל מיני קאלירן. דעם רבי׳ןס טאכטער גייט אין זעלבן קלאס ווי דעם עסקן׳ס. דאס איז באזירט אויף דעם געדאנק אז מיר זענען איין גרופע פאר גענוג וויכטיגע סיבות, צו דאס איז אפיקומן אדער צוליב א ווייסע קיטל גארטל, און עס איז גענוג א מאחד צו שיקן די קינדער אינאיינעם לערנען עברי און נייען.
אלזא איז דיין בני יואלע משל נישט גילטיג.
וביתר ביאור. די פריוואטע מוסדות האבן לכתחילה נישט עכט קיין אידענטיטעט. נעם וויען צום ביישפיל, ס׳נישט געגרינדעט פאר קיין שום ספעציפישע מטרה, סיידן מער אפסי, און צוביסלעך ווערן זיי גרינג פארוואנדלט אין אייגארטיגע ״בני יואל״ סטייל שולעס. אנדערש ווי בני יואל וואו מ׳פארלאנגט אן עקסטרעמן אידאלאגיע, וויל מען דא ״א געוויסע שניט״. און ס׳האט זיך געמאכט אן עפאכע ווי ס׳פארהאן פיל מיט דיזע שולעס וואס זוכן ״דעם געוויסן שניט״.
די גאנצע מושג פארשטייט מען מיט א פשטות. איך האב דאס אויך ביז יעצט פארשטאנען, נעמליך, ״זיי ווילן זיך זייערע מינע מענטשן״.
אבער on second thought אנעליזיר איך דעם גאנצן געדאנק, און איך קלער אז ס׳שטימט נישט. ווער וויל, און וועלכע מינע ווילן זיי? שטעלט זיך אויס אז ס׳ווארשיינליך בעלי גאווה, ווי רב שטיינמן זצ״ל רופט זיי, וואס ווילן אנדערע בעלי גאווה. דאס איז נישט קיין פראבלעם מצדי, ס׳איז א נארמאלע ערשיינונג צווישן אנדערע גרופעס, אבער אידישליך איז דאס נישט.
שטעל דיך פאר אפאר גבירים מאכן זיך א קלויז און לאזן נאר אריין א געוויסע שניט. דארט פארשטייסטו אז ס׳איז א שטיקל סתירה מיטן גאנצן מושג פון דאווענען. דאס מיין איך.
און בנוגע דיין פראגע פון מעקסיקאנע קינדער וכו׳, איז דאס ווייטער נאר א פראגע צוליב דעם עקסטרעמן ביישפיל.
אזויפיל קען איך דיר זאגן, איך האב געלערנט אין א פריוואטע חדר מיט דרייסיג פארשידענע משפחות. פון גרויסע אדעלייט, שיינע פאמיליעס, ביז פשוטע בלוי קאללער און מאדנע דעלעווירי מען׳ס אין איין קלאס, און ס׳האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין זייער קאלירפול און העכסט געלונגען. ממש יעדע סארט משפחה אין שטאט אבער בלויז איין סארט קינד.
אין כתה ט׳ ווען מ׳האט זיך פארמאסטן אין לערנען בין גברא לגברא האט מען אינגאנצן נישט געקענט אנדייטן ווער ס׳קומט פון א געלונגענערע פאמיליע. און טאקע פון דארט האבן זיך אלע פארשפרייט צו מער ספעציפישע ישיבות. זייער אסאך פון די פשוטע שטיבער האבן זיך אויסגעשטעלט צו זיין שטארקע מציונים און פארקערט אויך.
א פריוואטע מוסד האט בסך הכל געדינט אלס א פלאץ ווי מ׳באכעט נישט ציונות ביי די עלף. זהו. היינט מיינט עס א פלאץ ווי מ׳באכעט גאווה אנשטאט.
אזוי קלער איך. אדרבה קלער מיך אויף.

ניין איך וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם פינטל.הקטן האט געשריבן:שטעל זיך פאר זיי האבן אנגענימען 23 אזאלעכע היימישע הייליגע קינדער. נישט ממש די גאנצע כיתה ווייל די אנדער צוויי זענען פין מעקסיקאאגרות צפון האט געשריבן:אבער איך וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם אז די חדר ווי מיין זון לערענט זאל אנעמען א בני יואלע קינד
ביסט מודה דו וואלסט נישט געשיקט דיין קינד צו די בני יואל, פארוואס באלאנגט נישט דיין קינד "מיט זיי"??
אלע אלע גיסען זיך נעגעל וואסער
איך וואלט נישט געשיקט קיין בני יואל ווייל איך וויל נישט מיין קינד זאל מחונך ווערן אויף זייערע וועליוס, אין אנדערע ווערטער דו מישט אויס צווישן וואס איך וויל מיין קינד זאל לערנען, און וועם מיין קינד זאל לערנען "מיט".
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
אנדערע האלטן:אגרות צפון האט געשריבן:ניין איך וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם פינטל.הקטן האט געשריבן:שטעל זיך פאר זיי האבן אנגענימען 23 אזאלעכע היימישע הייליגע קינדער. נישט ממש די גאנצע כיתה ווייל די אנדער צוויי זענען פין מעקסיקאאגרות צפון האט געשריבן:אבער איך וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם אז די חדר ווי מיין זון לערענט זאל אנעמען א בני יואלע קינד
ביסט מודה דו וואלסט נישט געשיקט דיין קינד צו די בני יואל, פארוואס באלאנגט נישט דיין קינד "מיט זיי"??
אלע אלע גיסען זיך נעגעל וואסער
איך וואלט נישט געשיקט קיין בני יואל ווייל איך וויל נישט מיין קינד זאל מחונך ווערן אויף זייערע וועליוס, אין אנדערע ווערטער דו מישט אויס צווישן וואס איך וויל מיין קינד זאל לערנען, און וועם מיין קינד זאל לערנען "מיט".
דיינע קינדער לערנען, און באקימען די וועליוס, פין די קינדער מיט וועם זיי לערנען "מיט"
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 72
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 368 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
סדום האט אויך געהאלטן זאכן, אבער למעשה די מציאות זאגט אנדערש.הקטן האט געשריבן:אנדערע האלטן:אגרות צפון האט געשריבן:ניין איך וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם פינטל.הקטן האט געשריבן:שטעל זיך פאר זיי האבן אנגענימען 23 אזאלעכע היימישע הייליגע קינדער. נישט ממש די גאנצע כיתה ווייל די אנדער צוויי זענען פין מעקסיקאאגרות צפון האט געשריבן:אבער איך וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם אז די חדר ווי מיין זון לערענט זאל אנעמען א בני יואלע קינד
ביסט מודה דו וואלסט נישט געשיקט דיין קינד צו די בני יואל, פארוואס באלאנגט נישט דיין קינד "מיט זיי"??
אלע אלע גיסען זיך נעגעל וואסער
איך וואלט נישט געשיקט קיין בני יואל ווייל איך וויל נישט מיין קינד זאל מחונך ווערן אויף זייערע וועליוס, אין אנדערע ווערטער דו מישט אויס צווישן וואס איך וויל מיין קינד זאל לערנען, און וועם מיין קינד זאל לערנען "מיט".
דיינע קינדער לערנען, און באקימען די וועליוס, פין די קינדער מיט וועם זיי לערנען "מיט"
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 714
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
רבי איד. מיר מיינען נישט פאר קיין רגע אז איר שיקט נישט אין בעלזא אדער חב״ד צוליב די פאקט אז זיי נעמען אן יעדן. איר שיקט נישט אין בעלזא ווייל איר באלאנגט נישט דארט. ווען איר וואלט געווען א בעלזא חסיד וואלט איר שיינערהייט געשיקט דארט און עס וואלט אייך נישט אנגעגאנגען די ערי מקלט.כוואליעס האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס עטץ דרייטס דא א קאפ, איך וועל ענק געבן אביסל אן עקסטרעמע משל און עטס וועטץ זיין דער מבין מתוך.
אין בעלז ירושלים נעמען זיי אן יעדעם איינעם ווי אויך אסאך פון די שווארצע געמיינדע (גרים-פאלאשן) איך וויל ענק נישט זאגן ווי אזוי עס קוקט דארט אויס, חב"ד נעמט אן יעדעם איינעם און טאקע דערפאר שיק איך נישט אהין מיינע קינדער, איך האב נישט קיין טענות צו זיי, פארקערט איך האלט זייער שטארק פון חב"ד און בעלז, אבער מיינע קינדער שיק איך דארט ווי זיי באלאנגען,
צו דער @אמת איז א גוטע שרייבער, דאס איז בכלל נישט דא וואס דן צו זיין, אמת שריייבט באמת זייער שיין
און ווען די מוסדות וואס איר שיקט איצט וואלט אנגענומען יעדן וואלט אייך אויך פיין געווען, איז איר זענט בכלל נישט קעגן דעם אז מוסדות׳ן זאלן אננעמען יעדן.
אויך האף איך אז איר פארשטייט עס איז דא א חילוק פון מאדערענע פרייע, גרים, צו חסידישע קילע חברה.
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
נא נא, פרעג דיר נאר נאך פאר דו שרייבסט, נישט אומזינסט האט זיך ג'עפענט א נייע חב"ד חדר אין מאנסי (נייאק), און רעד צו בעלזע חסידים פון ירושלים וועסטו שוין הערןהיכי דמי האט געשריבן:
רבי איד. מיר מיינען נישט פאר קיין רגע אז איר שיקט נישט אין בעלזא אדער חב״ד צוליב די פאקט אז זיי נעמען אן יעדן. איר שיקט נישט אין בעלזא ווייל איר באלאנגט נישט דארט. ווען איר וואלט געווען א בעלזא חסיד וואלט איר שיינערהייט געשיקט דארט און עס וואלט אייך נישט אנגעגאנגען די ערי מקלט.