שטארקע פוינטס ארויסגעברענגט לגבי די באגלייבטקייט פון די מופת און אלע אנדערע אזויגערופענע מופתים.דיכטער האט געשריבן:איך וויל פרעגן רשות פארצולייגן מיינע צוויי צענט.
איינער איז ארויף געקומען דא מיט א מעשה איבער א איד וואס האט זיך שיעור נישט אפערירט אומזונסט און נאר ווייל זיין רבי האט איהם אויפגעהאלטן פון גיין אונטערן מעסער, האט ער זיך דאס פארשפָּארט.
דאס איז דער מעשה? שטומט?
יעצט. אזוי ווי דא איז דאך קאווע שטיבל און נישט קיין 'אנדערע וועלט' קען מען דער מעשה אפירלייגן אונטערן אפעראציע בעטל אנשטאט דעם אינגערמאן און אנהייבן צו אנאליזירן וואס דא האט זיך אפגעשפילט.
ברם. אבער, צו וואס דארף מען אוועק מאכן, שפעטן, און אפלאכן דער מעשה? דאס איז דאך אויך נישט קיין חכמה און העדר חכמה הא'מער שוין איבערגעלאזט פאר אנדערע וד"ל.
און צום מעשה.
דער רבי האט איהם געזאגט אז ער זאל גיין צום חתונה. מיט וועלכע רעכטן האט דער רבי דאס איהם געראטן? טאמער האט דער רבי רוח הקודש פארוואס האט דער רבי נישט קלאהר איהם געזאגט די סיבה פאר זיין באשלוס, נעמליך, אז ער האט בסך הכל א קליין געזונט פראבלעם? ואם תמצא לומר אז דער רבי האט אליין נישט געוויסט, דאן פון וואו נעמט ער דער היתר איהם צו געבן עצות וואס זענען אין קעגנזאץ מיט די דאקטוירים?
און בכלל וואס איז דאס א מופת? עס איז באשערט פאר איינער די עגמת־נפש זיך צו דארפן ספראווען מיטן פחד אז ער ליידט פון עפעס ביטער און ווערן אפערירט פאר גארנישט און פלוצלונג קומט זיך אן א רבי און פארדרייט דער גאנצע פלאן. און טאמער ווילסטו זאגן אז עס איז נישט געווען באשערט פאר דעם מענטש צו דארפן דורכגיין אלע פחדים איז פארוואס האבן די דאקטוירים צוערשט געמיינט אז עס איז אן ערנסטע פראבלעם?
וואס וואלט געשען ווען נישט דער רבי הייסט איהם זיך אויסלאכן? וואלט ער דאך אדורך דעם גאנצן פרשה און נישט אפילו געוויסט אז ער האט זיך אפערירט לָרִיק, ער וואלט אפילו אפשר געמאכט א סעודת הודאה אז ער איז אויסגעהיילט געווארן און ניטאמאל געוויסט אז אלעס איז געווען צוליב א גרייז.
און איין ווארט, איך וויל נאר אויפמערקזאם מאכן אז מען קען אנאליזירן די מעשיות אויף א ראציאנאלישן אופן און אזוי ארום אפשר קליגער ווערן דורך דעם, אנשטאט זאגן wow און נתפעל ווערן, לויט ווי די וואס זענען מפרסם דער מעשה ווילן אז עס זאל אויף אונז ווירקן.
איך וויל דא אריינהאקן מיט א הערה בעלמא, דאכט זיך איך האב עס נאכגעהערט שטיין פונעם דגל מחנה אפרים, אז אנדערש ווי מען האט אונז איינגערעדט אלס קינד אז א צדיק זעהט אלעס און ווייסט אלעס, איז רוה"ק מער א געפיל אין א בחינה פון לבי אומר לי אדער א פליטת פה וואס כאפט זיך ארויס, נישט אז דער צדיק האט באמת געזעהן, נאר א סארט סייעתא דשמיא אריינגעשיקט פון הימל.
מען פארציילט אויפן ראפשיצער אז נאכן דברי חיים'ס פטירה איז ארויסגעקומען א ביכל פון מופתים, האט ער געזאגט אז דאס זענען פון די וואס זענען געלונגען, און אז מען קען ארויסגעבן פינעף בענדער פון מופתים וואס זענען נישט מקויים געווארן. יעדער פארשטייט אליין אז מיט אזא סוקסעס רעיט גייט מען נישט קעגן א דאקטער, נאר עס איז גענוג גוט ווען א חסיד שטייט אמאל אין א דילעמא וכו', צו גיין הערן ראט פון זיין צדיק.
(דיסקלעימער, סיי די פונקטליכע ווערטער פונעם דגל (?) און סיי די מעשה אויפן דברי חיים איז אראפגעשריבן פון זכרון ארויס, איך בין נישט גוט מיטן געדענקען דיטעילס, ווער עס וויל קען אריינקומען מיט די פונקטליכע פרטים).