הרב שיף האט געשריבן:און די משפחה איז מען דיר גשטאנען און וועג פון גיין אויף דיין אייגענעם וועג?
בפועל איז גארנישט געוועהן וואס זיי האבן געקענט טוהן, ס'נישט כאילו איך האב קינדער אין די מוסדות וועם מ'קען סטראשען מיט ארויסווארפן צו וואס. סתם מוסר און קירוב רייד פון זיידע באבע, זודיגע טרערן און טענטראמס פון טאטע מאמע איז יא געוועהן, די עקשנים פון זיי האלטן עס נאך אן ביז'ן היינטיגן טאג (און זיי וואונדערן זיך נאך פארוואס איך הייב נאר אויף די פאון אויף זיי נאך צעהן מאל רופן...) פון געשוויסטער, פעטערס, מומעס, קוזינס האב איך קיינמאל קיין מוק נישט געהערט, אדרבה, איך בין דער וועם זיי רופן ווען זיי דארפן אויסגעבן זייער ווייטאג אויפ'ן "סיסטעם" (יעדער אויף זיין דרגה "אויפגעקלערטקייט"). נישט אז זיי האבן מיר אמאל געגעבן חיזוק צו וואס, הגם די הערכה וואס זיי האבן צו מיר באופן כללי איז די גרעסטע חיזוק וואס קען נאר זיין, זיי ווייסן נאר אז עפעס איז נישט בסדר דארט אבער זיי ווייסן נישט וויאזוי זיך ארויסצוזעהן דערפון און זיי קוקן זיך צו פון דער זייט צו זעהן מיט וואסערע פתרונות זייער באליעבטער און געשעצטער ברודער/נעפיו/קוזין וועט אויפקומען, איך האף זיי נישט צו אנטוישן.
איך האב אויך א שוועסטער און א קוזין מיט וועם איך בין צוזאמען אויפגעקלערט געווארן, נישט אלץ אויפ'ן זעלבן pace, אבער מיר פלעגן זיך אסאך אויסשארפן אין די ענינים און זיך געבן חיזוק איינער דעם אנדערן ארויסצוקריכן פונעם באקס, במחשבה ובמעשה.