די שרעקליכע חוצפה פון די סאדיגורא רעביצין!

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
באניצער אוואטאר
בוטן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 29, 2020 9:22 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך בוטן »

יהודי פשוט האט געשריבן:
בוטן האט געשריבן:אזוי זאגסטו, און האסט נאך דיינע בבלי מקורות אויכעט... אבער אונז האט מען אנדערש געלערנט

איך ווייס אז ביי ענק האט מען אנדערש געלערנט, און דאס איז טאקע די בראך! אז חז"ל (אדער ווי די רופסט עס בלשון גנאי "בבלי") האבן אונז געלערנט איין זאך, אבער ענק האט מען געלערנט עפעס אנדערש...

אויב דער בעל שם הק' האט מחדש געווען די דרך החסידות, האט עס נישט געדארפט שטימען מיט די גמרא אין הוריות, און טאקע וואס דו זאגסט, זעט מען פונקט די פארקערטע ביי אלע חסידות'ער וואס האבן זיך געהאדעוועט אינעם וויגעלע פון חסידות - אוקריינא.
רוזין, סטאלין, סלאנים, חב''ד, טשערנאביל, סאווראן, בערשאד, זינקוב, סלאוויטא, קארלין ענד יו נעים איט.
א רבי האט לפי חסידות המקורי נישט געמיינט א רב א ראש ישיבה, א ראש החברה צו א משפיע צו א ערוועלטער פונעם קהל. א רבי איז געווען א מושל וואס האט געהאט זיינע אנהעגער ביים נשמה. קען זיין דו האסט עס נישט ליב צו הערן, אבער דאס איז די מציאות.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אוודאי אזוי, דער בעש"ט איז געווען די הויפט רב פון אוקראינה און מושל געווען ביד רמה, ארויסגעגעבן תקנות, און ווער ס'האט נישט געפאלגט איז מען דערגאנגען די יארן. דער מעזריטשער מגיד האט געהאט צענדליגער מוסדות וואו מ'האט געברענידעמעדשט טויזענטער קינדער אז ער איז גאט אליינס. דער גר"א פון דער אנדערער זייט אין געווען אן וואוילע אידל וואס איז געווען פארנומען זיך מתבודד זיין אין די וועלדער פון ליטא, ארומגעפארן פון שטאט צו שטאט מחזק זיין אידן, טאקע דערפאר האט ער נישט געקענט ליידן די חסידים.

אז מ'לערנט נישט קיין היסטאריע קען מען נישט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פאקט נומער איינס - כאסידעס איז אמת, פערטיג.

יעצט, ווען מיר זען אז כאסידעס שטימט נישט מיט דער בבלי (בלשון חבה, אדער זלזול), דארף מען פטור ווערן פון דער בבלי אמשנעלסטענס. וכך הווה.

#פעטיציע_אלערט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

בוטן האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:
בוטן האט געשריבן:וואס איז יא א חסידות?

א חסידות איז דארט ווי א רבי דינט זיינע מענטשן און נישט פארקערט, ווי די גמרא זאגט אין הוריות דף י'

אזוי זאגסטו, און האסט נאך דיינע בבלי מקורות אויכעט... אבער אונז האט מען אנדערש געלערנט

טאקע א בראך.
מיר זענען נעבעך אפגעפליקטע מענטשן מיט בבלי מקורות.
אשריכם סקווערע שווענץ וואס דארפן נישט קיין בבלי, דער ספר מאור עינים איז פונקט גוט.

אין בבלי געפונט מען נישט קיין היתר צו פארברענען מענטשן וואס דאווענען אין א צווייטן מנין, דארף מען טאקע פטור ווערן פון די שרעקליכע "בבלי מקורות".
ביי ענק האט מען טאקע אנדערש געלערנט.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
לאמיר זאגן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך לאמיר זאגן »

בוטן האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:
בוטן האט געשריבן:אזוי זאגסטו, און האסט נאך דיינע בבלי מקורות אויכעט... אבער אונז האט מען אנדערש געלערנט

איך ווייס אז ביי ענק האט מען אנדערש געלערנט, און דאס איז טאקע די בראך! אז חז"ל (אדער ווי די רופסט עס בלשון גנאי "בבלי") האבן אונז געלערנט איין זאך, אבער ענק האט מען געלערנט עפעס אנדערש...

אויב דער בעל שם הק' האט מחדש געווען די דרך החסידות, האט עס נישט געדארפט שטימען מיט די גמרא אין הוריות, און טאקע וואס דו זאגסט, זעט מען פונקט די פארקערטע ביי אלע חסידות'ער וואס האבן זיך געהאדעוועט אינעם וויגעלע פון חסידות - אוקריינא.
רוזין, סטאלין, סלאנים, חב''ד, טשערנאביל, סאווראן, בערשאד, זינקוב, סלאוויטא, קארלין ענד יו נעים איט.
א רבי האט לפי חסידות המקורי נישט געמיינט א רב א ראש ישיבה, א ראש החברה צו א משפיע צו א ערוועלטער פונעם קהל. א רבי איז געווען א מושל וואס האט געהאט זיינע אנהעגער ביים נשמה. קען זיין דו האסט עס נישט ליב צו הערן, אבער דאס איז די מציאות.

אריין געסיינט בלויז זיך אנצונעמען פאר'ן בעש"ט. אזאנע שקרים ושקרי שקרים צו שרייבן?!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ארי נוהם האט געשריבן:
בוטן האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:
בוטן האט געשריבן:וואס איז יא א חסידות?

א חסידות איז דארט ווי א רבי דינט זיינע מענטשן און נישט פארקערט, ווי די גמרא זאגט אין הוריות דף י'

אזוי זאגסטו, און האסט נאך דיינע בבלי מקורות אויכעט... אבער אונז האט מען אנדערש געלערנט

טאקע א בראך.
מיר זענען נעבעך אפגעפליקטע מענטשן מיט בבלי מקורות.
אשריכם סקווערע שווענץ וואס דארפן נישט קיין בבלי, דער ספר מאור עינים איז פונקט גוט.

אין בבלי געפונט מען נישט קיין היתר צו פארברענען מענטשן וואס דאווענען אין א צווייטן מנין, דארף מען טאקע פטור ווערן פון די שרעקליכע "בבלי מקורות".
ביי ענק האט מען טאקע אנדערש געלערנט.

או כלך לדרך זה. דאס איז איין מאל זיכער אז מאור עינים איז גערעכט. טאמער אין בבלי שטייט אנדערש, מוז דאך זיין אז דער בבלי איז נישט גערעכט, אדער אז מיר דארפן לערנן אנדערש פשט אין בבלי. און אויב מ'טוט עפעס אין אן ארט ווי עס האט געטרעטען איינער מיט ענליכע דזשיענס צו דער מאור עינים, מוז עס דאך זיין גערעכט, און דער בבלי מוז האבן אן אנדערע פשט.

#not_my_religion
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

די יסוד פון אמונת צדיקים בויעט זיך אויף ויאמינו בה' ומשה עבדו
וכיון דאיתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא, ממילא ברויך אויך יעצט האבן אמונת צדיקים. גערעכט?
אבער ביי משה רבינו שטייט איין זאך, ראו! לא שררה אני נותן לכם אלא עבדות!
עטס וועט זיין פארשקלאפט פאר כלל ישראל!
וועלן זיי אנחזר'ן דעם רעקארד, זאלט עטס וויינען פאר זיי!
וועלן זיי ענק קראנק מאכן פאר עסן זאלט עטס זיי פארטרעטן!
שטא קיין מדריגות, קיין יחודים, נאר כאשר ישא האומן את היונק
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

לא חמור אחד מהם נשאתי. די רבי'ס האבן געגעבן פארן עולם, נישט פארקערט.
לכאורה מיינט דאס משפיע געווען. אבער די געדאנק איז אבער אז רבי'ס נעמען פון חסידים איז א דעפינעט נאו נאו.
באניצער אוואטאר
בוטן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 29, 2020 9:22 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך בוטן »

כ'וויל נישט ענטפערן פאר די פלאכע קעפ, וואס האבן העכערע באגריפען זילטש!
נאר ווער ס'האט יא א מקום אינעם קעסטעלע העכערן האלדז פאר עפעס טיפערס, איז די אלע פסוקים און מאמרי חז''ל נישט אזוי איינפאך, ולא ככל הגוים בית ישראל.
חסידות בפרט און חרדישע יודנטום בכלל איז נישט באזירט אויף דעמאקראטיע, ממילא רוב אשכולות דא זענען אקעגן דעם געדאנק פון עול מלכות שמים, ווייל ס'איז קוים א פראגע צו איינער וואס האט נישט קיין טראסט אין זיין לערער, זאל האבן טראסט אין וואס זיין לערערס לערע.
דער וואס לערנט דיך אויס יודישקייט, האט א אחריות, און דו דארפסט טראסטן זיין אחריות, און אויב נישט, איז די גאנצע יסוד וואס דו לערנסט ביי עהם פעיק פאוני.
אלא מאי? דו ווילסט דאך נישט טראסטן א מנהיג, צוליב די פראסטער טאבו פון רבי'ס פוי, רבנים שקצים... ממילא מאכט מען זיי אויס ערליך - ביי זיך אין מיינד און שלום על ישראל, כ'בין איינס מיט מיינע שוואויל גלוסטן.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

.
נחמן אינדארסקי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 10, 2023 1:16 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך נחמן אינדארסקי »

לך לך האט געשריבן:איינער מיט א ס"ה וויפיל משפחות רעדט מען דא? 100? 200?
א טויזענט.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: די שרעקליכע חוצפה פון די סאדיגורא רעביצין !

שליחה דורך טאמבל סאס »

בוטן האט געשריבן:כ'וויל נישט ענטפערן פאר די פלאכע קעפ, וואס האבן העכערע באגריפען זילטש!
נאר ווער ס'האט יא א מקום אינעם קעסטעלע העכערן האלדז פאר עפעס טיפערס, איז די אלע פסוקים און מאמרי חז''ל נישט אזוי איינפאך, ולא ככל הגוים בית ישראל.
חסידות בפרט און חרדישע יודנטום בכלל איז נישט באזירט אויף דעמאקראטיע, ממילא רוב אשכולות דא זענען אקעגן דעם געדאנק פון עול מלכות שמים, ווייל ס'איז קוים א פראגע צו איינער וואס האט נישט קיין טראסט אין זיין לערער, זאל האבן טראסט אין וואס זיין לערערס לערע.
דער וואס לערנט דיך אויס יודישקייט, האט א אחריות, און דו דארפסט טראסטן זיין אחריות, און אויב נישט, איז די גאנצע יסוד וואס דו לערנסט ביי עהם פעיק פאוני.
אלא מאי? דו ווילסט דאך נישט טראסטן א מנהיג, צוליב די פראסטער טאבו פון רבי'ס פוי, רבנים שקצים... ממילא מאכט מען זיי אויס ערליך - ביי זיך אין מיינד און שלום על ישראל, כ'בין איינס מיט מיינע שוואויל גלוסטן.
די אלף בית פון לערנען פון אנדערע און איבערגעבן אויף ווייטער איז לערנען די שפראך גוט. דערפאר געפין איך עס אלעמאל גאר קוריאז ווען די א.ג. "ערליכע מטיפי מוסר" שרייבן ווי קליינע קינדער. נישט אין ווערטער אויסוואהל, נישט אין אויסלייג און נישט אין קאנוועיאינג אינטענדעד מינינג.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מחונך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך מחונך »

סתם א שאלה צום סקווערן שוואנץ:
דאס איז זיכער אז דער סקווירא רבי איז צדיק הדור ווייל ער איז איז א בן אחר בן פונעם מאור עינים. אבער אפשר מיינט מען סקווער בארא פארק?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

נחמן אינדארסקי האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:איינער מיט א ס"ה וויפיל משפחות רעדט מען דא? 100? 200?
א טויזענט.
נעה...
נענטער צו צען טויזענט
אמאהלגעקעננט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

אײן נקודה

שליחה דורך אמאהלגעקעננט »

דער לעצטער סאדיגורער רבי האט מחשיב געװען דעם יוגערןס כח התורה לגבי די אנדערע, דאס איז ידוע לכל אז סאיז קײן פארגלײך נישט. אלע װאס קענען עם ,למשל פון געיטסהעד, װײסן דאס. משא״כ ..
איז נישט מובן מאליו װאס דער מנוח ז״ל האט געװאלט מצד תועלת החסידים . די ביסל װאס איך האב עם געהערט רעדן זע איך ער איז א natural. און אױב װיל מען זײן ביזי מיט כבוד חשבונות איז נישט דער כבוד בית אבותיו און כבוד החסידות פאר דער װעלט א רבי א מתמיד בתורה , פה מפיק וכו׳ ?
פיקוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:43 am

שליחה דורך פיקוב »

אמאהלגעקעננט האט געשריבן:דער לעצטער סאדיגורער רבי האט מחשיב געװען דעם יוגערןס כח התורה לגבי די אנדערע, דאס איז ידוע לכל אז סאיז קײן פארגלײך נישט. אלע װאס קענען עם ,למשל פון געיטסהעד, װײסן דאס. משא״כ ..

ער האט מחשיב זיינע אלע זיינע קינדער ער האט קיינעם נישט ווייניגער געמאכט
מכסה לשפנים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 23, 2023 2:46 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך מכסה לשפנים »

פיקוב האט געשריבן:

עפעס שטערט אייך, ביסט אויך אריינגעקומען אינעם אדערן אשכול עפעס צו זאגן וועגן צוואה מיט א קשיא,

לאמיר דיר זאגן איין זאך, איך בין נישט קיין סדיגורער, איך האב קיין איינע פון די רבי' ניטאמאל געזען,

די צוואה האב איך יא געזען, דארט שטייט אז זיין עלסטע זין ר' מרדכי שלום יוסף דארף זיין רב אין ירושלים אין אונטערגעווארפן אונטער זיין ברודער ר' יצחק יהושע העשיל 'כמו בחיים חיותי' [קען זיין נישט דאס איז די לשון, אבער דאס איז די מכוון], אין מיינע אויגן הייסט דאס אז מש"י האט נישט וואס צו זיכן אין סאדיגורא ממנפ"ש, אויב איז די טאטע געווען א רבי דארף מען פאלגן זיינס א ווארט אין אויב נישט נו וואס איז דיין חשיבות,

על כל פנים, איך וואלט גע'עצה'ט מש"י זאל זיך געבן א צווייט נאמען, 'פראביטש' לדוגמה, אין שלום על ישראל, יעצט וויל ער דוקא הייסן סאדיגורא האב איך אויך נישט קיין פראבלעם, אבער די קענסט נישט פארלאנגען אז כלל ישראל זאל דיר נישט אנקוקן דערפאר ווי א גנב,

אין מיין הבנה איז אז יא ער האט מער מחשיב געווען זיין יונגערן זוהן, פאר א סיבה האט ער אים געשטעלט אלס ממשיך, חוץ אויב מ'וויל זאגן די צוואה איז געפעלטשט וכו',

לדעתי האט די טאטע בא'עולה'ט מש"י, קען זיין מיט רעכט און קען זיין אן קיין רעכט, אבער טענות קען ער נאר האבן אויף איינעם אויף זיין טאטן, למעשה פירט ער טיש און טרינקט לחיים, אין זאגט תורה בשם זיין טאטע, אין טריצט בכל הכוחות אויף זיין ברודער די שטעקן,

נקודה למחשבה איך האב א ביסנעס מיט א גרויסע ווערט, ווי אזוי מאך איך זיכער אז מיין אונטערגעגראבענער זוהן הייבט נישט אן שרייען כקאזאק הנגזל אז מ'דארף אים געבן מער ווי ס'קומט אים [לויט די מיינונג פון זיין טאטן] כדי ס'זאל זיין שלום אין די משפחה, אין אויב נישט וועט נישט די מאמע קענען האבן שייכות מיט איבריגע קינדער ווייל מבא'עולה'ט אים,
פיקוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:43 am

שליחה דורך פיקוב »

מיר האבן פיין געקענט דעם סאדיגורה רבי זצ''ל זאל רוען אינעם לעכטיגן גן עדן, גלייב מיר ביים ווארט על שם צוואה מאכט מען א פראפעגאנדע, מ'מאכט א מצב דערפון, גלייב מיר ביים ווארט ווען עס ליגט אין זיינע הענט פונעם רבי שליט''א פון בני ברק וואלט שוין לאנג געווען שלום.
מכסה לשפנים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 23, 2023 2:46 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך מכסה לשפנים »

איך גלייב דיר נישט ביים ווארט, אדרבה זיי עס מסביר, וואס זאל ער טוען אז ס'זאל זיין שלום?

יעצט לדעתי דארף ער נישט אוועקגעבן גארנישט פון זיינע בנינים - אפילו די פון ירושלים - פארן ברודער, אלעס איז זיינס - אזוי שטייט אין צוואה אפילו ווען מ'האט עס נישט ליב, און ער מעג פארלאנגען אז די ברודער טאר זיך נישט רופן סאדיגורא, אפילו נישט סאדיגורא ירושלים. יא, ווייל אזוי שטייט אין צוואה.

אויב וויל מען אפפרעגן א צוואה דארף מען האבן א טענה. אלעס וואס איך הער צוריק איז "פיין צוואה, אבער שלום", אויף דעם פרעג איך: ווען איך ירש'ן פון מיין טאטע א מיליאן, בשעת מיין ברודער באקומט א פערטל, נישט קיין נפק"מ די סיבה, כל עוד ער קען נישט באשטעטיגן אז מיין טאטע איז נישט געווען שפוי בדעת, איז די מיליאן מיינס, אפילו ווען ער וועט שרייען 'נא לאמיר מאכן שלום, געב מיר האלב-אויף-האלב, דו ווילסט נישט? וועט מאמי נישט קומען ווען דו מאכסט א שמחה', וועל איך אים עס נאכאלץ נישט געבן, חוץ אויב איך האלט אז דאס איז מער ווערד. ס'איז א ביזנעס דעסיזשען.

איך האלט אז יעדע חסידות איז א ביזנעס, און אזוי ווי דו פארשטייסט אז ווען דו האסט א קאמפעני קאקא קאלע, און דיין ברודער אדער קאמפעטישן עפענט קאלע קאקא האסטו א טענה, די זעלבע דא, זיין ברודערס זיך רופן סאדיגורא נעמט פון אים אוועק פלעצער צו שאפן געלט, עיין ערך בעלזא/בעלזא מאכנובקא, באבוב/באבוב 45,

יעצט איך זעה נישט אז דאס זאל זיין די נושא, ווי איך פארשטיי האט ער נישט געהאט קיין טענות אויף דעם וואס דער ברודער רופט זיך ירושלים און ער זיצט אין זיין ביהמ"ד און פאלגט נישט די צוואה, דער ברודער רודפ'ט אים, דאס איז וואס איך האלט מיט פון אמעריקא אן צו האבן קיינעם דארט, בשעת ווען אלע ברודער זענען געווען אין ירושלים ביים ערשטן שבת, איז קיינער געווען אין בני ברק ביים צווייטן שבת, חוץ פישל און די בחור, במשך די קומענדיגע צוויי חדשים האט מען ערלעדיגט אז זיי זאלן אויך נישט זיין, אלע רדיפות אויף צוריק קומען נאכדעם.

יעצט איך פארשטיי די ווייטאג פון די עלטערע ברודער, אבער ס'גייט אים נישט העלפן. חסידים קען מען נישט קויפן מיט קיין טרערן אז די טאטע האט מיר בא'עולה'ט, און כל עוד אז ער גייט זיין קלענער ווי די קלענערע ברודער גייט ער זיין אנגעווייטאגט אויף די טאטע און בלעמען די יונגערע ברודער,

באמת זיין איינציגסטע עצה אויף למעשה איז נישט אהין צוקוקן נאר סערווירן די עולם וואס ער האט יא, און דאס וועט אים בויען. ס'קוקט מיר אויס ווי די יונגערע ברודער האט גענומען די מהלך, דאס איז די וועג וואס מ'דארף טוהן. אזוי האט באבוב 45 מצליח געווען און נאך פילע.
פון אונזערע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:14 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך פון אונזערע »

אז די זעהסט א מחלוקה ווי אלע חסידים זענען שטארק אויף איין זייט זעה איך אפילו נישט די אנדערע צד...
פיקוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:43 am

שליחה דורך פיקוב »

איך בין גארנישט צומישט איך האב פשוט הנאה צו זעהן ענקערע דמיונות
פיקוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:43 am

שליחה דורך פיקוב »

מכסה לשפנים האט געשריבן:איך גלייב דיר נישט ביים ווארט, אדרבה זיי עס מסביר, וואס זאל ער טוען אז ס'זאל זיין שלום?

יעצט לדעתי דארף ער נישט אוועקגעבן גארנישט פון זיינע בנינים - אפילו די פון ירושלים - פארן ברודער, אלעס איז זיינס - אזוי שטייט אין צוואה אפילו ווען מ'האט עס נישט ליב, און ער מעג פארלאנגען אז די ברודער טאר זיך נישט רופן סאדיגורא, אפילו נישט סאדיגורא ירושלים. יא, ווייל אזוי שטייט אין צוואה.

אויב וויל מען אפפרעגן א צוואה דארף מען האבן א טענה. אלעס וואס איך הער צוריק איז "פיין צוואה, אבער שלום", אויף דעם פרעג איך: ווען איך ירש'ן פון מיין טאטע א מיליאן, בשעת מיין ברודער באקומט א פערטל, נישט קיין נפק"מ די סיבה, כל עוד ער קען נישט באשטעטיגן אז מיין טאטע איז נישט געווען שפוי בדעת, איז די מיליאן מיינס, אפילו ווען ער וועט שרייען 'נא לאמיר מאכן שלום, געב מיר האלב-אויף-האלב, דו ווילסט נישט? וועט מאמי נישט קומען ווען דו מאכסט א שמחה', וועל איך אים עס נאכאלץ נישט געבן, חוץ אויב איך האלט אז דאס איז מער ווערד. ס'איז א ביזנעס דעסיזשען.

איך האלט אז יעדע חסידות איז א ביזנעס, און אזוי ווי דו פארשטייסט אז ווען דו האסט א קאמפעני קאקא קאלע, און דיין ברודער אדער קאמפעטישן עפענט קאלע קאקא האסטו א טענה, די זעלבע דא, זיין ברודערס זיך רופן סאדיגורא נעמט פון אים אוועק פלעצער צו שאפן געלט, עיין ערך בעלזא/בעלזא מאכנובקא, באבוב/באבוב 45,

יעצט איך זעה נישט אז דאס זאל זיין די נושא, ווי איך פארשטיי האט ער נישט געהאט קיין טענות אויף דעם וואס דער ברודער רופט זיך ירושלים און ער זיצט אין זיין ביהמ"ד און פאלגט נישט די צוואה, דער ברודער רודפ'ט אים, דאס איז וואס איך האלט מיט פון אמעריקא אן צו האבן קיינעם דארט, בשעת ווען אלע ברודער זענען געווען אין ירושלים ביים ערשטן שבת, איז קיינער געווען אין בני ברק ביים צווייטן שבת, חוץ פישל און די בחור, במשך די קומענדיגע צוויי חדשים האט מען ערלעדיגט אז זיי זאלן אויך נישט זיין, אלע רדיפות אויף צוריק קומען נאכדעם.

יעצט איך פארשטיי די ווייטאג פון די עלטערע ברודער, אבער ס'גייט אים נישט העלפן. חסידים קען מען נישט קויפן מיט קיין טרערן אז די טאטע האט מיר בא'עולה'ט, און כל עוד אז ער גייט זיין קלענער ווי די קלענערע ברודער גייט ער זיין אנגעווייטאגט אויף די טאטע און בלעמען די יונגערע ברודער,

באמת זיין איינציגסטע עצה אויף למעשה איז נישט אהין צוקוקן נאר סערווירן די עולם וואס ער האט יא, און דאס וועט אים בויען. ס'קוקט מיר אויס ווי די יונגערע ברודער האט גענומען די מהלך, דאס איז די וועג וואס מ'דארף טוהן. אזוי האט באבוב 45 מצליח געווען און נאך פילע.
סוף פון דיינע ווערטער בין איך מיט דיר.
מכסה לשפנים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 23, 2023 2:46 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך מכסה לשפנים »

די האסט געשריבן:
פיקוב האט געשריבן:ער האט מחשיב זיינע אלע זיינע קינדער ער האט קיינעם נישט ווייניגער געמאכט
איך האב דיר מסביר געווען אז ער יא ווייניגער געמאכט אלע קינדער חוץ די רבי אין בני ברק, האסט עפעס מוסיף צו זיין אויף דעם?

די האסט געשריבן:
פיקוב האט געשריבן:מיר האבן פיין געקענט דעם סאדיגורה רבי זצ''ל זאל רוען אינעם לעכטיגן גן עדן, גלייב מיר ביים ווארט על שם צוואה מאכט מען א פראפעגאנדע, מ'מאכט א מצב דערפון, גלייב מיר ביים ווארט ווען עס ליגט אין זיינע הענט פונעם רבי שליט''א פון בני ברק וואלט שוין לאנג געווען שלום.
אויף דעם האב איך דיר געזאגט אז צוואה האט א באדייט, ס'מיינט אז אזוי ווערן די נכסים צוטיילט, די זאגסט אנדערש?

מיט די חלק פון דעם אז די שלום ליגט נישט אין ב"ב בין איך מודה, ווייל א ברודער קען נישט מאכן שלום מיט א ברודער וואס איז אנגעווייטאגט אויף זיין טאטע, במילא ליגט עס בצד ירושלים, און ס'קוקט נישט אויס ווי ער האט עס אין פלאן צו טוען

לאמיר מאכן א דוגמא אז בני ברק געבט אויף אויף די גאנצע קהילה אין ירושלים, וועט מש"י זיין צופרידן? איך בין ברור אז ער וועט ווייטער שרייען עפעס א טענה, ווייל ער וועט אלץ האבן אויף זיין רוקן דאס וואס זיין טאטע האט אים מסדר געווען, ער האט גערעכנט צו זיין די גרויסע אדמו"ר אין אולי דארפן טרינקן לחיים מיט אליהו, למעשה האט די טאטע ארויסגערוקט די גאנצע אדמו"רת פון זיין הענט, ס'איז א זאך וואס מ'קען נישט צורוקדרייען, און דא גייט ער זיין נרדף, און ער גייט פראבירן צו מאכן דערפון די מערסטע וואס ער קען דערפון.

אויף וואס איך האב געשריבן:
פיקוב האט געשריבן:
מכסה לשפנים האט געשריבן:יעצט איך פארשטיי די ווייטאג פון די עלטערע ברודער, אבער ס'גייט אים נישט העלפן. חסידים קען מען נישט קויפן מיט קיין טרערן אז די טאטע האט מיר בא'עולה'ט, און כל עוד אז ער גייט זיין קלענער ווי די קלענערע ברודער גייט ער זיין אנגעווייטאגט אויף די טאטע און בלעמען די יונגערע ברודער,

באמת זיין איינציגסטע עצה אויף למעשה איז נישט אהין צוקוקן נאר סערווירן די עולם וואס ער האט יא, און דאס וועט אים בויען. ס'קוקט מיר אויס ווי די יונגערע ברודער האט גענומען די מהלך, דאס איז די וועג וואס מ'דארף טוהן. אזוי האט באבוב 45 מצליח געווען און נאך פילע.
סוף פין דיינע ווערטער בין איך מיט דיר
ס'קוקט נישט אויס אזוי, מיט דעם וואס די קומסט אהער חוש'ן מיט די צוואה.
פארשפארט