לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט האחרון האלוקי 'רבינו הקדוש'

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

סאנטיאגא האט געשריבן:איין הערה לגבי די חרדי'שע געזעלשאפט, און איך וויל זאגן א preface: איך בין ווייט פון א חרדי ליבהאבער שוין אזוי לאנג ווי איך בין א קאווע שטיבל מיטגליד, (ווער ס'האט נאר אמאל אויפגעפאסט איין תגובה מיינער) אבער צו זאגן אז חרדים אלס א קאלעקטיוו האבן נישט קיין שום וועליוס איז אינגאנצן נישט ריכטיג. וכו' ....
וואס פארשטייסטו נישט? אזוי רעדט א צינישע מענטש!
דאס איז נישט א ארטיקל וואס @רבה"ק האט געשריבן אראפצורייסן חרדים, דאס איז א פשוט'ע אינטערוויא און מען קען נישט מדייק זיין יעדע ווארט
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

שעפטאל האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:איין הערה לגבי די חרדי'שע געזעלשאפט, און איך וויל זאגן א preface: איך בין ווייט פון א חרדי ליבהאבער שוין אזוי לאנג ווי איך בין א קאווע שטיבל מיטגליד, (ווער ס'האט נאר אמאל אויפגעפאסט איין תגובה מיינער) אבער צו זאגן אז חרדים אלס א קאלעקטיוו האבן נישט קיין שום וועליוס איז אינגאנצן נישט ריכטיג. וכו' ....
וואס פארשטייסטו נישט? אזוי רעדט א צינישע מענטש!
דאס איז נישט א ארטיקל וואס @רבה"ק האט געשריבן אראפצורייסן חרדים, דאס איז א פשוט'ע אינטערוויא און מען קען נישט מדייק זיין יעדע ווארט
אריין מיט א לינק צו צינישיזם'ס וויקיפדיה בלאט...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

תוהו ובוהו האט געשריבן:אדער אין רבינו הקדוש שפראך: בילדותיה מאי סבר ובזקנותיה מאי סבר?
:like תלמיד חכם וואס דו ביסט..
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

סאנטיאגא האט געשריבן:בעת ס'זענען דא אסאך waste of talents אין די געמיינדע, מענטשן וואס זענען אזוי אינטעלעקטואל און שארף אז זיי וואלטן באמת געקענט זיין חרדישע נאבל פרייז געווינער וכו' פילע אנדערע זענען נישט קיין שטריקן מרצונם הטוב... רבינו! ווי איז דיין הארץ?
ערשטנס, די ווערטער "מרצונם הטוב" האב איך נישט געזאגט.

צווייטנס, געוויסע האבן פריער עפעס ערווענט וועגן "קלעימס" און "אפשטעמפלען", איך האב גארנישט גע"קלעימ"ט אדער "אפגעשטעמפלט", מ'האט מיר פשוט געפרעגט מיין point of view און אויף דעם האב איך געענטפערט וואס איך זעה. האסט קשיות וויאזוי איך מעג זעהן? וויאזוי איך מעג זאגן וואס איך זעה? אז דו האלטסט אז א מענטש טאר נישט רעדן איבער זיינע פערזענליכע מיינונגען און עקספיריענסעס האסטו מתחילה געדארפט איבערהיפן דעם אשכול, אויב ביזטו פערזענליך געטריגערט געווארן פון די מיינונג פון עפעס אן אנאנינעם לץ פון קאוועשטיבל נעם זיך ארבעטן אויף דיין סעלף עסטיעם. אויב ווילסטו בעסער פארשטיין מיין POV איבער חרדים פרעג זיך די זעלבע פראגע איבער די אמיש, "וואס איז דיין בליק אויף דער אמיש געזעלשאפט?", און קוק צו דיין ענטפער ענדלט נישט אין מיין בליק איבער חרדים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

מיר איז געווען א חידוש וואס רביה”ק זאגט אז לייגן תפילין יעדן טאג איז נאר א חידוש פון פרי מגדים. איך קען נישט יעדע פרי מגדים, איך ווייס נאר אז די פרי מגדים אין די הקדמה בנושא מצוה חיובית/קיומית נוצט תפילין בכל יום אלץ עקזעמפאל פאר א מצוה חיובית. אבער בפשטות איז עס דאך געבויעט אויף א בפירושע גמרא אין מנחות מד. אמר רב ששת כל שאינו מניח תפילין עובר בשמונה עשה. וואס די ראשונים לערנען אז עס מיינט בכל יום. (נישט אויסצומישן מיט תפילין כל היום, וואס איז א עקסטערע שמועס אויב עס איז א חיוב מן התורה אדער נאר א מצוה קיומית). אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממנו וואס איז פשט פון די דאזיגע ווערטער.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

חדשים האט געשריבן:מיר איז געווען א חידוש וואס רביה”ק זאגט אז לייגן תפילין יעדן טאג איז נאר א חידוש פון פרי מגדים. איך קען נישט יעדע פרי מגדים, איך ווייס נאר אז די פרי מגדים אין די הקדמה בנושא מצוה חיובית/קיומית נוצט תפילין בכל יום אלץ עקזעמפאל פאר א מצוה חיובית. אבער בפשטות איז עס דאך געבויעט אויף א בפירושע גמרא אין מנחות מד. אמר רב ששת כל שאינו מניח תפילין עובר בשמונה עשה. וואס די ראשונים לערנען אז עס מיינט בכל יום. (נישט אויסצומישן מיט תפילין כל היום, וואס איז א עקסטערע שמועס אויב עס איז א חיוב מן התורה אדער נאר א מצוה קיומית). אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממנו וואס איז פשט פון די דאזיגע ווערטער.
ביי רביה"ק איז דער פרי מגדים במדריגת האמוראים והראשונים וא"ש
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

איך האב יעצט נאכגעגעקוקט די פרי מגדים אין סימן ל”ז א”א סעיף ב’, האב איך געזען פונקט פארקערט. לכאורה וואלט מען ווען פארשטאנען עפ”י פשטות אז עס איז דא א חיוב צו זיין אנגעטון מיט תפילין א גאנצן טאג. די חידוש פון פרי מגדים איז אז מען איז יוצא מן התורה פאר איין רגע און עס איז נישטא קיין חיוב עס אנצוטון א גאנצן טאג. ער ענדיגט נאר צו אז עס איז דא א מצוה קיומית ללובשו בכל היום.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'האב מיך יעצט דערמאנט פון א אלטע אשכול

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 372#p81372
וירח ה' את ריח הניחוח
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

אונזער הייליגע רבי.

וויבאלד די פאסט איז געווען דורך א צווייטער, מוז איך לייגען מיין לייק אויף די וועג. איך האב זייער הנאה געהאט צו ליינען איבער דיר, און אויך איבער די טאפיקס וואס דו האסט געטאשט אויפן שפיץ גאפל, און וואנטש זאלסט טרעפען א פאסיגע רעבעצן און האבען נחת.

און די משפחה איז מען דיר גשטאנען און וועג פון גיין אויף דיין אייגענעם וועג?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

הרב שיף האט געשריבן:און די משפחה איז מען דיר גשטאנען און וועג פון גיין אויף דיין אייגענעם וועג?
בפועל איז גארנישט געוועהן וואס זיי האבן געקענט טוהן, ס'נישט כאילו איך האב קינדער אין די מוסדות וועם מ'קען סטראשען מיט ארויסווארפן צו וואס. סתם מוסר און קירוב רייד פון זיידע באבע, זודיגע טרערן און טענטראמס פון טאטע מאמע איז יא געוועהן, די עקשנים פון זיי האלטן עס נאך אן ביז'ן היינטיגן טאג (און זיי וואונדערן זיך נאך פארוואס איך הייב נאר אויף די פאון אויף זיי נאך צעהן מאל רופן...) פון געשוויסטער, פעטערס, מומעס, קוזינס האב איך קיינמאל קיין מוק נישט געהערט, אדרבה, איך בין דער וועם זיי רופן ווען זיי דארפן אויסגעבן זייער ווייטאג אויפ'ן "סיסטעם" (יעדער אויף זיין דרגה "אויפגעקלערטקייט"). נישט אז זיי האבן מיר אמאל געגעבן חיזוק צו וואס, הגם די הערכה וואס זיי האבן צו מיר באופן כללי איז די גרעסטע חיזוק וואס קען נאר זיין, זיי ווייסן נאר אז עפעס איז נישט בסדר דארט אבער זיי ווייסן נישט וויאזוי זיך ארויסצוזעהן דערפון און זיי קוקן זיך צו פון דער זייט צו זעהן מיט וואסערע פתרונות זייער באליעבטער און געשעצטער ברודער/נעפיו/קוזין וועט אויפקומען, איך האף זיי נישט צו אנטוישן. :) איך האב אויך א שוועסטער און א קוזין מיט וועם איך בין צוזאמען אויפגעקלערט געווארן, נישט אלץ אויפ'ן זעלבן pace, אבער מיר פלעגן זיך אסאך אויסשארפן אין די ענינים און זיך געבן חיזוק איינער דעם אנדערן ארויסצוקריכן פונעם באקס, במחשבה ובמעשה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
הרב שיף האט געשריבן:און די משפחה איז מען דיר גשטאנען און וועג פון גיין אויף דיין אייגענעם וועג?
געשוויסטער, פעטערס, מומעס, קוזינס האב איך קיינמאל קיין מוק נישט געהערט, אדרבה, איך בין דער וועם זיי רופן ווען זיי דארפן אויסגעבן זייער ווייטאג אויפ'ן "סיסטעם"

איך האב אויך א שוועסטער און א קוזין מיט וועם איך בין צוזאמען אויפגעקלערט געווארן, נישט אלץ אויפ'ן זעלבן pace, אבער מיר פלעגן זיך אסאך אויסשארפן אין די ענינים און זיך געבן חיזוק איינער דעם אנדערן ארויסצוקריכן פונעם באקס, במחשבה ובמעשה.
ברוך השם פאר דעם, עס איז וויכטיג פאר יעדעם צו האבען עפעס חיזוק צו גיין און זיין וועג, צו זאל עס זיין א
ארויס צו גיין פון די באקס, אדער אריין און די באקס, סוף סוף איז וויכטיג און געשמאק צו האבען עפעס משפחה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הרב שיף האט געשריבן: ברוך השם פאר דעם
:P
חייב אדם לברך וכו' כשם שמברך על וכו'....
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט