דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 560 מאל

דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?

שליחה דורך אמת וצדק »

פסח איז שוין אט אט דא, און אמאל איז דאס געקומען מיט א פחד ורעדה פון די בלוט בלבולים. באקאנט איז דער גולם פון פראג וואס דער מהר״ל מפראג האט כלומר׳שט באשאפען צו ראטעווען די אידן פון די בלבולים. אבער איז די גולם טאקע אן אמת׳ע געשיכטע וואס האט פאסירט און די ווייטע פארגאנגענהייט אדער איז עס גאר אן אויפגעטראכטע געשיכטע?

קודם כל ווער איז געווען דער מהר״ל מפראג:
דער מהר״ל מפראג - מ׳ורינו ה׳רב ר׳בי יהודה ל׳וואי, איז געבוירען אין יאר רע״ב - 1512. (יש אומרים אין יאר ר״פ) אין שטאט פוזנא צו זיין פאטער רבי בצלאל.

ווי ער האט געלערנט אלץ בחור איז נישט באקאנט. נאר איינמאל אין דרשות שבת הגדול שרייבט ער ״וכך קיבלתי מרבותי״, אבער זאגט נישט ווער זיי זענען.

דער מהר״ל איז געווען די יונגסטע פון פיר ברידער. זיין עלטסטע ברידער ר׳ חיים, באקאנט מיט זיין ספר החיים, דערמאנט ער איינמאל אין גור אריה פרשת יתרו.
דער מהרש״ל דערמאנט אלע פיר ברידער אין שו״ת מהרש״ל סי׳ י״ב, (די רעדע דארט איז לגבי א שם רע וואס מאנכע האבן ארויסגעלאזט אויפן משפחה פונעם מהר״ל). און אויפן מהר״ל שרייבט דער מהרש״ל ״ארי שבתורה הר״ר ליב יצ״ו״. יש אומרים אז דער מהר״ל האט געלערנט ביים אים א שטיק צייט.

דער מהר״ל האט אנגעהויבן זיין רבנות קאריערע אין יאר שי״ג, מיטן ווערן הויפט רב פון גאנץ מדינת מעהרין מיט איר הויפטקוואטיר אין ניקלשבורג, ער האט זיך באקאנט געמאכט מיט די פילע תקנות וואס ער האט איינגעפירט דארט, אין יאר של״ג האט ער פארלאזט דעם אמט אין זיך באזעצט אין פראג און מרביץ תורה געווען אינעם קלויז פון ר׳ מרדכי מייזל.

נאך עלף יאר אין יאר שד״מ האט ער פארלאזט פראג אין געגאנגען קיין פוזנא צו ווערן רב, נאך פיר יאר האט ער זיך צוריקגעקערט קיין פראג, אין דעם תקופה האט ער זיך געטראפען מיטן קעניג רודאלף דער צווייטער - אין יאר שנ״ב - 1592 יום א׳ ג׳ אדר, ווען ער איז געווען אלט בערך צוויי און זיבעציג.

זיין תלמיד רבי דוד גאנז דערמאנט די באגעגעניש אינעם ספר צמח דוד און שרייבט: והקיסר רודולפוס ברוב חסדו ואמתו שלח אליו את הגאון.. וקבלו בספר פנים יפות, ודיבר איתו פה אל פה כאשר ידבר איש אל רעהו, ומהות ואיכות הדברים סתומים וחתומים ונעלמים הם.

באלד צוויי חדשים נאכן באזיך ביים קעניג האט ער צום צווייטען מאל פארלאזט פראג! אפי׳ נאכן ווערן בארימט מיטן היסטארישן באזוך, איז ער נישט געווארן פראגער רב, נאר פארלאזט דעם שטאט אין צוריק קיין פוזנא. און אין פראג האט דאן געדינט אלס רב דער לבוש - הרב מרדכי יפה. ערשט אין יאר שנ״ח האט ער זיך געביטען מיטן לבוש זיין רבנות שטעלע אין דער מהר״ל איז ענדליך געווארן פראגער רב, און ערשט דאן האט ער אנגעהויבן דאווענען אינעם אלטניי שוהל, אבער נאך פיר יאר האט ער אפגעטרויטען פון אמט צוליב זיין הויכע עלטער, און דער כלי יקר האט אים איבערגענומען אלס רב און ראש ישיבה ביז צו זיין פטירה.

******

דער מהר״ל איז געווען א תקיף בדעתו אין איז געווען פיו ולבו שוין, ער האט זיך נישט געבויגען פאר קיין עשירים און דאס האט אים געמאכט אומפאפולער, און אפי׳ אז דער קעניג האט אים אויפגענומען צוליב זיין חכמה, האבן אים די ראשי קהילה נאכאלס נישט אויפנעמען אלץ רב.

אין פראג האט ער אוועקגעשטעלט פארשידענע חברות וואס גייען אן ביז היינט, ווי חברה משניות, חברה גמילת חסדים, חברה קדישא, דער תוספות יו״ט איז באוואוסט פאר זיין מי שברך אויף נישט רעדן ביים דאווענען, באמת שטאמט דאס אויך פון זיין רבי דער מהר״ל. דער תוספות יו״ט שרייבט אז דאס וואס זיין רבי האט געטוהן פאר משניות איז נאך גרעסער ווי וואס רבי יהודה הנשיא האט געטוהן, ווייל זיין רבי האט אריינגעברענגט די הבנה און אן דעם איז גארנישט.
אויך האט ער געהאלטן אז מען דארף ווייטער איינפירן בן חמש למקרא, בן עשר למשנה וגו׳. אזוי אויך האט ער נישט ליב געהאט אז מען דרוקט די תוספות הש״ס אויפן בלאט גמרא. ווייל דאס נעמט אוועק די קאפ פון די יונגע בחורים פון ענדיגען מסכת נאך מסכת. ענדערש וואלט דאס געדארפט זיין נאכן מסכת אזוי ווי די רא״ש, רי״ף וכו׳

דער מהר״ל איז באקאנט מיט זיינע טיפזיניגע ספרים וואס זענען עוסק צו פארשטיין געבן די טיפקייט פון אגדות חז״ל. ער האט זיך אויסגעבויט אן אייגענע מהלך ווי אזוי דאס אפצולערנען. געהערט האב איך פון רבי יהושע הרטמן אז דער מהר״ל איז נשפע געווארן פונעם ספר עבודת הקודש פון רבי מאיר אבן גבאי, ער ברענגט דאס צו אין אפאר פלעצער.

זיין ערשטע ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן איז געווען ״גור אריה״ וואס איז א פי׳ אויף רש״י על התורה, דאס איז ערשט געדריקט געווארן אין יאר של״ח-1578, ווען ער איז אלט געווען 66!

דער מהר״ל האט חתונה געהאט צווי מאל, פון זיין ערשטע ווייב האט ער געהאט צוויי טעכטער וואס האבן ביידע חתונה געהאט מיט רבי יצחק כ״ץ (היות די ערשטע איז נפטר געווארן) אויך האט ער געהאט א בן יחיד רבי בצלאל וואס איז אוועק בחייו.
ח״י אלול שס״ט-1609, איז דער מהר״ל אוועק פונעם וועלט. דאס מיינט (לויט די גירסא אז ער איז געבוירען אין יאר רע״ב) אז ער איז נפטר געווארן אינעם טיפן עלטער פון 97.

דער המשך וועט נאכפאלגן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום אמת וצדק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 61 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר