לא ניתנו מועדים לישראל, אלא...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1528 מאל

לא ניתנו מועדים לישראל, אלא...

שליחה דורך דיכטער »

דער קול פון פארזעצן דעם לעפטאפ האט מיך צוריקגעברענגט צום לאנגווייליגן הווה. מיינע אויגן האבן ארום געקוקט האלב-פארקלאצט און איך האב זיך פרובירט צו אריענטירן אין מיין פיזישע געגנווארט. מיינע אויגן קלעבן זיך שוין צוזאם פון מידעקייט, איך האלט שוין נאך א גאנצע טאג שטופן דער צייט מיט איבערמידליכע כוחות און אוממענטשליכע פלאג. אנגעהויבן האט זיך עס נאכדעם וואס איך האב מיך געטראפן אויפשטיין פון בעט ארום צענע אינדערפרי נאכדעם וואס שוין זייענדיג האלב-וואך פאר א וויילע, האב איך געהערט די פלעפלערייען און קריגערייען פון די קינדער, אינעם הונטערגרונד פון מיין בייזן חלום.

איך האב מיך ערוועקט גראדע אין א גוטע גוסטע. היינט איז דאך 'כַאלעמויד', היינט איז דער טאג וואס מיר האבן דערויף אזוי ארויסגעווארט מיט האפענונג יעדע מאל מיר האבן זיך געטראפן מיט א רייץ צו דורכפירן אן עקפעדיציע און נישט געטראפן די צייט דערפאר, זייענדיג טרוד פון צופרי ביז ביינאכט צו ברענגען ברויט צום טיש און זילבער צום שאפע און מיר האבן עס אפגעלייגט צום שוין אזוי אויסגענוצטן צייט וואס דאן וועלן מיר קענען פארברענגען, שפילן, שמועסן, פארוויילן און שפאצירן. קומט דאך אויס אז איך האב היינט א פולע טאג, אנגעפילט מיט שיינע פראגראמען און אינטערעסאנטע פלענער וועלכע מיר האפן נאך אויסצופירן לכבוד דעם פרייליכן כאלעמויד.

געלאפן בין איך מיט דעם עטיטיוט זיך אנצוטון און איך בין פול מיט מוט ארויסגעגאנגען צום בית מדרש וואו איך האב מיט א פרייליכע געמיט זיך אנגעפילט א גלעזל קאווע און געמיטליך געשמועסט און געדאווענט און דערנאך אהיים געקומען.

ווי נאר איך האב געעפענט דער טיהר פון דער שטוב מיינע, האט מיך א הונגער באנומען און מיין פרייליכע שטימונג מיט אלע אירע איינפלוסן זענען זיך אנטרינען און פארשוואונדן געווארן. איך האב זיך נישט געקענט צופיל באהערשן, מיין א גוט מועד אויסרוף גלייך ביים עפענען דעם טיהר, האט שוין ארויסגעגעבן דעם פארבארגענעם אנגעבלאזנקייט וואס האט מיך באנומען און פון דארט און ווייטער זענען זאכן נאר געגאנגען בארג אראפ. דער האט בטעות/בדווקא אויסגעגאסן א יאגורט און איך האב מיך געטראפן איהם דערלאנגען א מתנת חנם ביד רחבה און קולות האבן נישט געשפעטיגט צו קומען וואס האבן נאר געמוטיגט דאס מוטער זיינע, זיך אנצונעמען פאר זיינע רעכטן וואס האבן נאך מער אונטערגעצונדן דעם פייער דשרף לחוטרא... חד גדיא חד גדיא.

איך האב אן קיין געדולד אריין געקייעט הארטע מצה מיט עפעס אן אוואקאדא געשמיראכטס. איך האב אריין גערוקט ביז מיין אומגעדולדיגע הונגער האט אנגעהויבן צוביסלעך נאכצולאזן, דאן האב איך געגעבן א טיעפן אטעם אריין און עטוואס נאכגעלאזט דאס עסן אנלויפעניש צום מאגן.

נאכן ארייננעמען עפעס אין מויל האט מען זיך געקענט רואיגערהייט צוגרייטן צו א נארמאלן פרישטאג און אויספלאנירן דעם טאג פאראויס.

דער ערשטע פלאפ איז געווען אז אונז האמער נישט געהאט קיין קלארע פלאן וואס מען גייט טון היינט. געהייסן האט עס אז מען גייט גיין רויאינג אויף א שיפל אבער אנדערע האבן געטענה'ט אז ס'איז שוין אזוי לאנגווייליג און זיי וואלטן געגליכן מער צו באזוכן א טיר גארטן וואס האט נאר ארויפגעברענגט פאראיבל אין מיין האלז הערנדיג דעם ווערטער צאמשטעל, אבער נאך אן אפציעלע אפשטום איז קלאר געווארן אז די שיפלער האבן געווינען מיט א באוועגענדע מערהייט, בפרט נאכדעם וואס זיי האבן געהערט אז זייערע קוזינען וועלן דארט זיין.

דאן האט זיך אנגעהויבן א גאנצע קעגן טענה אז ס'געווען געפעלטשטע וואלן און דער פאלק ווייסט נישט אויף וואס צו שטימען און די וואלן זענען מלכתחילה נישט געווען לעגיטים. די טענער האבן זיך געהויבן, די שטימעס געהעכערט און קיין קלארע מסקנא האט זיך נאך נישט אנגעזען אויפן האריזאנט.

דער זייגער האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר אונזערע דעבאטעס און אונז האבן אין איילעניש באשלאסן אז פאר היינט גיימער פה אחד צום שיפל. דער מכה בפטיש אנצוקומען צו דעם באשלוס איז טאקע געווען דאס, אז מ'האט מחליט געווען אז צו גיין צום זא איז שוין צו שפעט אבער אויף רויאינג איז נאך דא צייט.

און דאן ווען אלע זענען שוין געזעצן אין דעם קאר און דער עסן זעקל איז שוין געווען גרייט און נאכדעם וואס רייזל איז שנעל אריין געלאפן פעטשן דעם קאמערא און נאכדעם וואס איך האב באשלאסן יא צו לייגן א קאר סיט פארן קליינעם, האט זיך אראפגעלאזט א שלאקס רעגן וואס האט נישט געהאלטן ביים נאכלאזן אזוי שנעל.

דער שיפל פלאן איז אראפגעשווימען פון טיש און איז ערזעצט געווארן מיט א בדיעבדיגע אלטערנאטיווע, א מוזיעם. נאך א העפטיגע ויכוח און ברויזנדע סטראשערייען זענען אלע געווען דערביי, מען פארט אהין. דער גאנצע וועג בין איך געווען פארנומען מסביר צו זיין און געבן צו פארשטיין די אינטערעסאנטקייט און אייגענארטיגקייט פון דעם מוזיעם, ביז זיי זענען אלע געווען העכסט איבערצייגט אז מען גייט היינט צו א פלאץ וואס שטייגט גאר איבער אלע אינטערעסאנטע אטראקציע פלעצער וואס זיי האבן נאר אמאל קענענגעלערנט, נאר צו זען ביים אנקומען אז דער מוזיעם איז פארשפארט צוליב אנגייענדע רענאוואציעס. (גוגל האט מיר דאס, למען השם, מיר נישט געקענט פאראויס זאגן?)

שטורעמישע פראטעסטן האבן אויסגעבראכן אינערהאלב דער פאמיליע. מאנכע האבן זיך געוואגט צו פראקלאמירן אין דער עפענטליכקייט אז מען וואלט געדארפט גיין צו דער זָא, אפגעזען דער שעה. די געשלעגן האבן זיך דערקייקלט צו א פולשטענדיגע ברידער קריג וואס האט אזוי לאנג אנגעהאלטן ביז די בני בית האבן פאררופן דעם עולם אויף נאכטמאל.

און דאן האבן אנגעהויבן צו קורסירן פלענער איבער היים-אקטיוויטעטן וועלכע מען קען אויספירן אנשטאט דעם געפלאפטע טאג אַוּטינג וועלכע איז נישט צושטאנד געקומען א דאנק פארנאכלעסיגקייט און צייט פארשווענדעריי.
- לאמיר וואטשן א פילם
- לאמיר שפיל א געים
- לאמיר גיין צו באבי
- לאמיר גיין צום טויס סטאר
יעדער פארטיי און יעדער פארשטייער פון יעדער פאליטישע לאגער האט זיך געהאט זיין מיינונג און פארגעלייגט זיינע אינטערעסן. די דעבאטע סעסיעס און ארגומענטן זענען אנגעגאנגען לאזענדיג מיך צעריסן אינצווישן. איך האב גענצליך אויפגעגעבן דאס פירערשאפט און אין מיין קאפ האבן אנגעהויבן צו ווירבלען געדאנקען וויאזוי איך קען אליין מקיים זיין דער שמחת יו"ט, אן זיי.

וועם קען איך רופן? מיט וועם קען איך פארברענגען? איך האב פרובירט צו רופן אפאר חברים און נאך אייניגע מינוטן איז איינער געווען פריי צו פארברענגען פאר א שטיק צייט, אבער ווי נאר איך וויל אנכאפן דער הענטל פונעם טיהר ארויסצוגיין. האט זיך אנגעצינדן דער אלארם ביי מיין ווייב אין איר שטום בענדער.

ווי גייסטו? מ'דארף נאך לייגן די קינדער שלאפן! ווער דארף מאכן טיידי? ס'דא א פילע סינק מיט געשיר צו וואשן!
אן קיין חשק האב איך מיך אויסגעדרייט צוריק און נאכן לאזן א טעקסט צו דעם חבר אז כ'על נישט זיין גרייט אזוי שנעל, האב איך ארויפגעשארצט דעם ארבעל, אנגעכאפט דעם שמאטע, אויפגעהויבן דעם זייף, גענומען א טעלער און אנגעהויבן שוויצן, ווען דער מאטא "ארבייט מאכט פריי" קלינגט אין מיינע אויערן.

נו, איך קען שוין גיין? האב איך מיך געהערט פרעגן כאטש אזוי פיל מאל ווי מיינע קינדער האבן מיך געפרעגט ווי מען גייט היינט, ביז דער אפעטיט אין מיין ווייב איז גענצליך צעגאנגען, דאן האט זי מיך געגעבן דאס ווארט אז איך קען גיין.

פלינק שנעל האב איך אויפגעהויבן דעם טעלעפאן און געקלינגען דעם חבר וואס האט נישט אויפגעהויבן לאזענדיג מיך פארצווייפלט ביזן טיפעניש פון מיין נשמה. איך באקום א טעקסט פון איהם נישט לאנג נאכדעם אז ער איז שוין ביזי יעצט און ס'עט מוזן ווארטן פאר אן "אנדערע געלעגנהייט"...

טיעף אנטוישט און דעפרעסט אינגאנצן, האב איך ארויסגעשלעפט דעם לעפטאפ נאכדעם וואס אלע זענען שוין ענדליך אנטשלאפן געווארן און איך האב דאן אנגעהויבן אפיר צו זוכן עפעס א גוטס וואס צו וואטשן.

זיץ איך מיך דארטן אליין איבערן דעסק ווען אינעם הויז הערשט א רואיגע שטילקייט. איך שטעק אריין די אירפאונס אין מיינע אויערן און מיטן גאנצן ווילן פרוביר איך, זיך אריין צולייגן אינעם פּלַאט וואס הייבט נישט אן צו מאכן קיין סענס און שטעלט זיך נישט צוזאם אפילו נאכן קוקן פאר א האלבע שעה. איך זוך און נישטער פאר עפעס בעסער, עפעס וואס זאל בארואיגן מיינע נערווען און דאן האב איך מיך אנגעשטויסן אין עפעס אן אלטע מאווי וואס א חבר האט אמאל רעקאמענדירט מיט זיין גאנצן אייפער אזש עס איז איהם נאך גערינען שפייעכטס פון זיין מויל רעדענדיג דערפון און איך זינט דעמאלס האלט איך אין איין אפלייגן דעם פילם פאר שפעטער, אבער יעצט האב איך באשלאסן עס צו געבן א שאנס.

ווען ס'נישט באשערט קען מען איבערדרייען דעם וועלט, וויפיל איך האב פרובירט זיך אריינצולייגן אינעם געשיכטע איז עס מיר נישט געלונגען ביז איך האב אויפגעגעבן און מיט א זעץ, פארמאכט דעם לעפטאפ און זיך אויפגעהויבן פונעם בענקל מיט א אנגעבלאזענעם גייסט.

נאך א טאג 'כאלעמויד' אריין געשליידערט אין מיסט...

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר