אין אדם חוטא ולא לו
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
אין אדם חוטא ולא לו
עס מאכט זיך נישט זייער זעלטן וואס איך זעה פרומע אידן, אפילו חשובע אידן, וואס לכאורה גלייבן זיי אין שכר ועונש, זענען עובר כסדרן אויף דברים חמורים אן א נארמאלע סיבה.
איך וועל נעמען אזא פשוטע זאך ווי ליגן וואס פון קינדווייז אן ווייסן מיר אז עס איז אסור.
צום ביישפיל, א ראש ישיבה וועט זאגן ליגנט ברבים ווען ער קען ווען פונקט אזוי זאגן דעם אמת.
א מאמע וואס וויינט ביי לעכט צינדן וועט אנווייזן אירע קינדער צו זאגן פאר געלט גייער אז די מאמע איז נישט אינדערהיים.
אין אונזער היינטיגע אויפגעקלערטע וועלט וועלן מענטשן זאגן דאס ״עכט״ גלייבט ער נאר ער האט א דיסארדער.
די פריערדיגע דור וועט זאגן אז ״עכט״ גלייבן זיי נאר זיי האבן א יצר הרע.
איך פערזענליך נעם אן אז ווען איינער איז א כראנישער חוטא ולא לו, ווייזט עס אז ער גלייבט נישט, און דאס כלומרשטע גלייבן איז געדרייט א קאפ.
איך וואלט שטארק געגליכן אויב דער עולם קען אריינקומען מיט הערות.

Don’t ask unless you want to hear the answer.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
לאמיר קלאר מאכן, ס'דא די יודישע ארטהאדאקסיע, און ס'דא חרדיזם, אויף יודישע ארטהאדאקסיע קען מען פרעיגן לאגישע קשיות ווייל סבאזירט אויף א לאגישע זאך הלא הוא די תורה, אבער אויף חרדיזם וואס איז באזירט אויף image, טראומה, פעיר פרעשיר, קריסטן-סטייל-סעלף-העיט, כהאב-עס-נישט-געזעין-ביים-טאטען, יעצט-ביסטו-צופרידן?, וכו' קומט נישט אריין צו פרעיגן קיין לאגישע קשיות.
דערמאנט מיר א סטארי, א פרוי האט זיך אויסגעטין די הייליגן שפיצל, פרעיגט איר די מאמע, יעצט-ביסטו-צופרידן? ענטפערט די מיידל "ניין, אבער איך וויל ענדערש זיין טרויעריג מיט א שייטל ווי צי זיין טרויעריג מיט א שפיצל!"

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 3
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 8:36 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
לאמיר קלארשטעלן, ס׳איז נישטא קיין שום לאו צו זאגן סתם ליגנט. די איסור פון מדבר שקר תרחק גייט ארויף אויף בית דין זיך צו דערווייטערן פון פסק׳נען א דין תורה פאלש, און די איסור פון לא תשקרו גייט ארויף אויף ווען עס איז שייך אין דיני ממונות, אבער סתם ליגנט פאר די נישטיקייט שבו איז נישטא קיין שום איסור…
אבער די פוינט וואס דו זאגסט איז ריכטיג.
אבער די פוינט וואס דו זאגסט איז ריכטיג.
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: אין אדם חוטא ולא לו
איר ברענגט ארויס א שטארקע נקודה.
לדעתי גלייבן זיי יא, אבער subconsciously גלייבט קיינער נישט. און דאס איז דער סיבה פארוואס א גלויביגער קען טון אן עבירה. אויב וואלט א מענטש "עכט" געגלייבט, וואלט נישט געווען מעגליך במציאות צו זינדיגען.

איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
א מאמע וואס וויל נישט אדער האט נישט קיין נערוון צו געבן צדקה, די זעלבע א ראש ישיבה וואס זאגט ליגנט כדי צו באקומען א (סאפאויסעדלי) שענערע אימעזש, האבן טאקע נישט קיין 'נארמאלע' סיבה צו זאגן ליגנט אבער יא א 'גוטע' (?) סיבה. ס'גארנישט קיין לא לו.
אגב איז דא א שיינע מאמר פון ר' אלי' דסלר מסביר צו זיין אז די מענטש'ס בחירה איז צו ער זאל, - און ווי שטארק ער זאל - אריינטראכטן פארן טון א מעשה אסורה אין דעם אז ער גייט יעצט טון עפעס וואס ער האלט אז ס'איז נישט ריכטיג, ווייל א מענטש קען נישט טון עפעס וואס ער האלט אז ס'איז נישט ריכטיג.
מיט דעם יתורץ אז היינט טראכטן בכלל מענטשן אסאך ווייניגער וכו' ודו'ק...

רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
נישט ריכטיק רובא דרובא גלייבן מיט א שטארקייט אז עס איז דא א גאט וואס האט פארבאטן צו טוהן די מעשה וואס ער טוהט. נאר וואס דעהן? מען האלט אז עס איז נישט אזא הארבע עבירה, אזוי ווי די האסט אנגעכאפט א דוגמא פון שקר. א ראיה ווייל חילול שבת וועט קיינער נישט וואגן עובר צי זיין ווייל עס איז אנגענומען אלס א הארבע איסור ודו"קצוזאמגעדרייט האט געשריבן:איר ברענגט ארויס א שטארקע נקודה.
לדעתי גלייבן זיי יא, אבער subconsciously גלייבט קיינער נישט. און דאס איז דער סיבה פארוואס א גלויביגער קען טון אן עבירה. אויב וואלט א מענטש "עכט" געגלייבט, וואלט נישט געווען מעגליך במציאות צו זינדיגען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
און דאס קען אויך זיין די סיבה פארוואס מענטשען רייכערעןצוזאמגעדרייט האט געשריבן:איר ברענגט ארויס א שטארקע נקודה.
לדעתי גלייבן זיי יא, אבער subconsciously גלייבט קיינער נישט. און דאס איז דער סיבה פארוואס א גלויביגער קען טון אן עבירה. אויב וואלט א מענטש "עכט" געגלייבט, וואלט נישט געווען מעגליך במציאות צו זינדיגען.
און פארוואס מענטשען מיט הויעך ציקער פאלגן נישט ממש אויס וואס דער דאקטער זאגט
ווייל subconsciously גלייבן זיי נישט קיין ווארט וואס דער דאקטער זאגט
וואס איז יא אינטערעסאנט - צווישען די אלע וואס האבן זיך געלאזט מוסר נפש זיין אויף קידוש השם איז געווען אסך וואס האבן גערעדט לשון הרע
און אז מען רעדט שוין יא subconsciously
מיר קיקט אויס דאס א טייל וואס שרייבן דא און עפענען אזאלעכע אשכולת קוועטש זיי נאך אלץ עפעס subconsciously
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
א אינגערמאן וואס האלט אז די וועלט שטייט אויף אמת, און אויף קיין פאל טאר מען נישט זאגן א ליגנט אפ' משום דרכי שלום, וועט זאגן פאר א חבר אז די סיבה פארוואס ער הייבט יענעם נישט אויף קיין טעלעפאנען איז ווייל ער איז שטענדיג פארנומען..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
דו פרעגסט גוט,הקטן האט געשריבן:און דאס קען אויך זיין די סיבה פארוואס מענטשען רייכערעןצוזאמגעדרייט האט געשריבן:איר ברענגט ארויס א שטארקע נקודה.
לדעתי גלייבן זיי יא, אבער subconsciously גלייבט קיינער נישט. און דאס איז דער סיבה פארוואס א גלויביגער קען טון אן עבירה. אויב וואלט א מענטש "עכט" געגלייבט, וואלט נישט געווען מעגליך במציאות צו זינדיגען.
און פארוואס מענטשען מיט הויעך ציקער פאלגן נישט ממש אויס וואס דער דאקטער זאגט
ווייל subconsciously גלייבן זיי נישט קיין ווארט וואס דער דאקטער זאגט
וואס איז יא אינטערעסאנט - צווישען די אלע וואס האבן זיך געלאזט מוסר נפש זיין אויף קידוש השם איז געווען אסך וואס האבן גערעדט לשון הרע
און אז מען רעדט שוין יא subconsciously
מיר קיקט אויס דאס א טייל וואס שרייבן דא און עפענען אזאלעכע אשכולת קוועטש זיי נאך אלץ עפעס subconsciously
איך מיין אז די תירוץ איז אז נישט מען "גלייבט נישט" דהיינו מען איז הונדערט פראצענט זיכער אז עס איז נישטא דא קיין שכר ועונש, נאר מען איז מסופק, מען איז מסופק אויב עס איז דא א גאט, און אויב עס איז דא איז מען מסופק אויב עס איז דא שכר ועונש און אויב יא איז מען מסופק אויב מען גייט למעשה באקומען אן עונש, אפשר איז דא עפעס א מימרא פון א צדיק אז "איין תשליך ווישט אפ הונדערט לשון הרע" (demo מימרא), ממילא הכל לפי גודל הספק ולפי גודל ה"ריסק", ולפי גודל ה"ריסק טאלערענס",
איך האף אז מען פארשטייט וואס איך זאג...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
און די סיבה פארוואס דער גראבער מיט די הויעכע בלוט דרוק, וואס דער דאקטער האט אים שוין 3 מאל געווארענט, עסט ווייטער סטעיק און ער רייכערט ווי א קוימען איז אויך ווייל ער איז מסופק.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
די 98% מאל וואס ער איז עומד בניסיון האט ער נישט קיין ספק - ער ווייסט זייער גוט דאס א יעדער זיין סייז און מיט אזא הויעך בלוט דרוק מאכט נישט זיין 78 געבורטס טאג, און ער וואלט ווען יא געוואלט לעבן ביז די 90.בעל אחריות האט געשריבן:עקזעקטלי.הקטן האט געשריבן: און די סיבה פארוואס דער גראבער מיט די הויכע בלוט דרוק, וואס דער דאקטער האט אים שוין 3 מאל געווארענט, עסט ווייטער סטעיק און ער רייכערט ווי א קוימען, איז אויך ווייל ער איז מסופק
נאר וואס, דערנאך וואס ער איז שוין געפאלן פאר די סטעיק, א יעדער איינער עסט, ס'שמעקט אזוי גוט, יעצט האט ער א פראבלעם זייו הארץ האט שוין מחליט געווען מען עסט אבער וואס זאגט מען פארן מוח? cognitive dissonance
יעצט הייבט זיין מוח אן ארבעטן אף אווער-דרייוו און קימט אויף מיט סברות שונות וואו:
למעשה איז יא דא געציילטע וואס מאכן עס ביז 84 (זייט ווען איז 84 געניג??)
איך וועל תשובה טון און מאכן עקסערסייז (אחטא ואשוב - ווען איז די לעצטע מאל דו האסט געמאכט עקסערסייז???)
איין מאל מאכט נישט אויס (הקב"ה ותרן - דו האסט שוין געניצט דעם תירוץ פאריגע וואך און דיפ-דאן ווייסטו גאנץ גוט דאס דו גייסט דאס ניצען נאך אסך מאל)
וכו וכו'
ועל זה נאמר אין אדם חוטא אלא אם כן נכנסה בו רוח שטות והא ראיה רוב פין די צייט קויפט ער דאס נישט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
קודם לאמיך קלאר שטעלען אז איך רעד נישט אויף דעם אז ס'איז נישטא קיין לאו במנין המצוות אויף שקר, ווייל דאס איז קלאר אז די שקר פון תורה באופן הפשוט גייט ארויף אויף דיינים און עניני ממנות, און נישט סתם שקר. כ'האב אבער יא מגיב געווען אויף דעם וואס ער שרייבט אז ס'נישטא קיין שום איסור:באר מים האט געשריבן:קענסט אפשר צוצייכענען?וואלווי האט געשריבן:בבלי קריגט זיך מיט דיר.
דאס איז אויך געווען די פאונט פון פותח האשכול, צו אויפמערקזאם מאכן אויף גנות השקר, וואס דאס ווערט יא דערמאנט לאיסור, נישט קיין נפק"מ צו ס'איז ממנין המצוות צו נישט.Addict האט געשריבן:לאמיר קלארשטעלן, ס׳איז נישטא קיין שום לאו צו זאגן סתם ליגנט. די איסור פון מדבר שקר תרחק גייט ארויף אויף בית דין זיך צו דערווייטערן פון פסק׳נען א דין תורה פאלש, און די איסור פון לא תשקרו גייט ארויף אויף ווען עס איז שייך אין דיני ממונות, אבער סתם ליגנט פאר די נישטיקייט שבו איז נישטא קיין שום איסור…
לעצם הענין. וואס איך סייט בבלי איז נוגע איסור שקר סתם, און מיין כוונה איז די באוויסטע גמרא און כתובות ט"ז ע"ב- י"ז ע"א:
פשוט'ערהייט, איז די מחלוקה כעין די ענין פון דרכי שלום, וואס אויף דעם מעג מען משנה זיין, ד.ה. אז ווען א מענטש וויל עפעס הערן זאל מען עם צופרידן שטעלן אפי' אז מ'איז מגזם. איז דא ביי מצות כיצד מרקדין האלט ב"ה אז יא (אזוי ווי רש"י שרייבט בד"ה תהא דעתו של אדם מעורבת עם הבריות, - לעשות לאיש ואיש כרצונו), און ב"ש האלט אז אעפ"כ טאר מען נישט ווייל מ'דארף זיך האלטן צו איסור מדבר שקר תרחק, (אזוי ווי תוס' שרייבט אין ד"ה ישבחנו וכו'. וב"ש סברי אע"ג דישבחנו בעיניו אין להם לחכמים לתקן להזקיק לומר שקר דהתורה אמרה מדבר שקר תרחק). עכ"פ ס'איז שוין איינמאל דא אין איסור שקר אזוי ווי מ'זעהט אז "בבלי" איז דאס סומך אויף מדבר שקר תרחק, הגם סאיז נישט ממנין המצות, און ב"ה איז אויך מודה צו דעם.תנו רבנן כיצד מרקדין לפני הכלה בית שמאי אומרים כלה כמות שהיא ובית הלל אומרים כלה נאה וחסודה אמרו להן ב"ש לב"ה הרי שהיתה חיגרת או סומא אומרי' לה כלה נאה וחסודה והתורה אמרה מדבר שקר תרחק אמרו להם ב"ה לב"ש לדבריכם מי שלקח מקח רע מן השוק ישבחנו בעיניו או יגננו בעיניו הוי אומר ישבחנו בעיניו מכאן אמרו חכמים לעולם תהא דעתו של אדם מעורבת עם הבריות
------------------
והשתא דאתית להכי, אז אן איסור איז קלאר דא, איז כדי צו ברענגן די חפץ חיים אין זיין הקדמה פון כללי לה"ר אז ס'איז גאר א געהעריגע דאורייתא לויט כמה פוסקים, וז"ל:
עשין - יג
עריכה
וְכָל זֶה שֶׁדִּבַּרְנוּ עַד עַתָּה הוּא אֲפִלּוּ אִם הוּא מְסַפֵּר דְּבַר אֱמֶת עַל חֲבֵרוֹ, אֲבָל אִם בְּתוֹךְ הַלָשׁוֹן הָרָע אוֹ הָרְכִילוּת שֶׁלּוֹ נִתְעָרֵב (יג) תַּעֲרֹבֶת שֶׁל שֶׁקֶר בְּמִקְצָתוֹ עוֹבֵר גַּם כֵּן עַל מִצְוַת עֲשֵׂה שֶׁכָּתוּב בַּתּוֹרָה (שמות כ"ג ז'): "מִדְּבַר שֶׁקֶר תִּרְחָק", וְגַם נִשְׁתַּנְּה שְׁמוֹ לִפְגָם עַל יְדֵי זֶה לְהִקָרֵא עַתָּה בְּשֵׁם מוֹצִיא שָׁם רָע, וְעָנְשׁוֹ חָמוּר הַרְבֵּה יוֹתֵר מִסְתַם לָשׁוֹן הָרָע וּרְכִילוּת.
(יג) וכל זה שדברנו וכו' תערובת של שקר. וראיה משבועות ל"א בכל הציורים של הגמרא, דשם הוא אפילו רק נראה כעין שקר, וכל שכן תערובת של שקר ממש בודאי דעובר, והיא מצות עשה גמורה לדעת הסמ"ג עשין ק"ז, ועל כל פנים איסורא דאוריתא הוא לכל הדיעות.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -