עס מאכט זיך נישט זייער זעלטן וואס איך זעה פרומע אידן, אפילו חשובע אידן, וואס לכאורה גלייבן זיי אין שכר ועונש, זענען עובר כסדרן אויף דברים חמורים אן א נארמאלע סיבה.
איך וועל נעמען אזא פשוטע זאך ווי ליגן וואס פון קינדווייז אן ווייסן מיר אז עס איז אסור.
צום ביישפיל, א ראש ישיבה וועט זאגן ליגנט ברבים ווען ער קען ווען פונקט אזוי זאגן דעם אמת.
א מאמע וואס וויינט ביי לעכט צינדן וועט אנווייזן אירע קינדער צו זאגן פאר געלט גייער אז די מאמע איז נישט אינדערהיים.
אין אונזער היינטיגע אויפגעקלערטע וועלט וועלן מענטשן זאגן דאס ״עכט״ גלייבט ער נאר ער האט א דיסארדער.
די פריערדיגע דור וועט זאגן אז ״עכט״ גלייבן זיי נאר זיי האבן א יצר הרע.
איך פערזענליך נעם אן אז ווען איינער איז א כראנישער חוטא ולא לו, ווייזט עס אז ער גלייבט נישט, און דאס כלומרשטע גלייבן איז געדרייט א קאפ.
איך וואלט שטארק געגליכן אויב דער עולם קען אריינקומען מיט הערות.
אין אדם חוטא ולא לו
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 4009 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 923 מאל
דער אשכול פארמאגט 17 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן