כוואליעס האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס עטץ דרייטס דא א קאפ, איך וועל ענק געבן אביסל אן עקסטרעמע משל און עטס וועטץ זיין דער מבין מתוך.
אין בעלז ירושלים נעמען זיי אן יעדעם איינעם ווי אויך אסאך פון די שווארצע געמיינדע (גרים-פאלאשן) איך וויל ענק נישט זאגן ווי אזוי עס קוקט דארט אויס, חב"ד נעמט אן יעדעם איינעם און טאקע דערפאר שיק איך נישט אהין מיינע קינדער, איך האב נישט קיין טענות צו זיי, פארקערט איך האלט זייער שטארק פון חב"ד און בעלז, אבער מיינע קינדער שיק איך דארט ווי זיי באלאנגען,
צו דער @אמת איז א גוטע שרייבער, דאס איז בכלל נישט דא וואס דן צו זיין, אמת שריייבט באמת זייער שיין
רבי איד. מיר מיינען נישט פאר קיין רגע אז איר שיקט נישט אין בעלזא אדער חב״ד צוליב די פאקט אז זיי נעמען אן יעדן. איר שיקט נישט אין בעלזא ווייל איר באלאנגט נישט דארט. ווען איר וואלט געווען א בעלזא חסיד וואלט איר שיינערהייט געשיקט דארט און עס וואלט אייך נישט אנגעגאנגען די ערי מקלט.
און ווען די מוסדות וואס איר שיקט איצט וואלט אנגענומען יעדן וואלט אייך אויך פיין געווען, איז איר זענט בכלל נישט קעגן דעם אז מוסדות׳ן זאלן אננעמען יעדן.
אויך האף איך אז איר פארשטייט עס איז דא א חילוק פון מאדערענע פרייע, גרים, צו חסידישע קילע חברה.
איך בין מסכים מיט דעם לעצטן פאראגראף פון דיין תגובה...!