אפשר קען איינער באשרייבן אביסל זיין לעבן און שאפן פון ר' מיכאל'ן זצ"ל? כ'האב אים נישט געקענט פערזענליך נאר פון זיין פובליק קערעקטער, ער האט געמאכט א רושם פון א צוקער זיסע איד, א שטיק הארץ. חבל על דאבדין. ווי וויל מיס יו ר' מיכאל.
מיכאל האט נישט געטון קיין חסד, ער איז פשוט געווען א לב נשבר וואס האט גענוצט יעדע שטאפל פון זיין סוקסעס צו דינען אלס א שופר פאר די וועלכע האבן נישט די פלאטפארמע צו לאזן הערן זייער ווייטאג. ער האט נישט געזוכט קיין מעמבערשיפ אין די קלאב פון די געלונגענע און מוצלח׳דיגע. ער האט נישט געזוכט צו געפעלן פאר די מזרח אידן, ער האט געטראגן זיין צובראכן הארץ מיט שטאלץ אויף זיין ארבל און עס געזונגען פון זיין נשמה.
ער איז געווען א ידיד פאר יעדן וואס האט זיך געשפירט פארגעסן, בא׳עוולט, אנדערש, נישט-גענוג, צופיל, נישט נארמאל. ער איז געווען א מענטש אין א וועלט וואו מענטשן פרובירן צו באהאלטן זייער מענטשהייט. ער האט זיך נישט געשעמט מיט זיין הארץ און די וועלט האט געזען די שיינקייט אין א צובראכן הארץ און אים באצאלט מיט ליבשאפט.
עס איז באמת זייער שיין צו זעהן וויאזוי אידן רעדן ארום און פארציילן מיט הרגשים איבער די כוח הנגינה פון ר' מיכאל ע"ה, ווי אזוי ער האט אינספירירט און מחזק געוועזן אלפים מישראל מיט זיין זינגען. אנדערע ברענגען ארויס וויפיל סידיס ער האט מחבר געווען במשך השנים. אויך איז דא לענגערע הערכה פון אים אין אייוועלט געוויסע פרעגן צו ער איז טאקע אזא גדול אין נגינה אזויווי אנדערע היסטארישע אידישע מנגנים.
מיין שאלה איז, וואס עפעס ביי א זינגער טוט מען ארומרעדן און דורכטאן ווי טויגליך און קוואליפיצירט ער איז געוועזן און זיין דערהויבענע פלאם אין זינגען און צו ער איז טאקע געווען ממש א יחיד בדורו, אבער ווען עס קומט צו מנהיגי ואדמורי קהילות, וואס דאס איז אונזער רוחניות'דיגער לעבן, עס נעמט ארום אונזער טאג טעגליכער הנהגה, דארט זעהט מען נישט אז מ'זאל איבערשמועסן און פרעגען וויפיל און וואסערע קוואליפיקאציעס זיי האבן געהאט אדער וויפיל מענטשען זיי האבן מחזק געווען אדער וויפיל תשובה ספרים זיי האבן ארויסגעגעבן ??
איז דאס נאר ביי חסידים? וואס טוט זיך ביי דער אלגעמיינער אידישע וועלט, איז א גדול ומנהיג בישראל אויך נישט קיין נושא און א וויכטיגע פאזיציע צו פארשטיין און וויסען אז מ'ברויך זיין קוואליפיצירט?