צווישן די קאנטראווערסיאלע טעמעס וועלכע ווערן אדרעסירט זענען אבארשאן, פעדאפיליע אין דער קירכע, געי רייטס, געשלעכט, און נאך פיל.
אויף אסאך פון די נושאים איז גאר אינטערעסאנט צו הערן דעם רעליגיעזן-ליבעראלן קוק-ווינקל פונעם פויפסט, וואס איז נוגע אין אלגעמיין פאר רעליגיעזע פראגראסיוון.
דער פילם איז אין ספאניש, דא האט איר מיט סאבטייטלס אין עברית.
העמיר ווארטן מיט געדולד אויפ'ן דאקאמענטארי וואו חרד'ישע מנהיגים וועלן פרובירן געבן ענטפערס; Release Date: Not before May 5, 2083.
שאלתיאל האט געשריבן:פראנציסקוס ציעט שוין פונלאנג מיין נייגער. ער מאכט אן איינדרוק פון א באשיידענע און ארגינעלע מענטש.
דאס די סיבה פארוואס מען האט עם אויפגענומען נאך די סקאנדאלן פון די פריעדיגע פויפסט בענעדיקט די זעכצענטע ער שטעלט פאר מער א פראגרעסיווע פירער פון די קירכע, אבער ער האט אויך אביסל פיטער אויפן קאפ וועגן נישט באשטראפן גלחים וואס האבן געפעצלט מיט קינדער.
איך האב הנאה צו זען אז אונז (אידן) זענען נישט די איינציגע וואס האבן די פראבלעם פון דיקטאטורשאפט פון די פירער'ס, ווי מען קען זען די ערשטע 'מחוצף' פרעגט אים זיין שאלה
ס'איז אינטערסאנט אז בתוך קהילת המאמינים אויף דער וועלט זענען דא אזעלכע קיצונית'דיגע חילוקים צווישן א חלק מיט די אנדערע; ווי ווייט עס זעהט מיר אויס איז די שטערקסטע הוכחה צו אמונה פון זייער אסאך מאמינים די עקזיסטענץ פון די וועלט!
פארשטייט זיך אז ס'קען זיין אז הונטער אלע הוכחות וואס מענטשן געבן פאר אמונה ליגט א טיפערע נטיה וואס מיט דעם זענען אלע מאמינים גלייך.